הונדערט יאר פאר וועבערמאן רשעות און טפשות ביזן הימל!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4121 מאל

הונדערט יאר פאר וועבערמאן רשעות און טפשות ביזן הימל!

שליחה דורך קופערניקוס »

איך האב עס געשריבן אין די סומאטאכע, אבער חברים האבן מיר גע'אישי'ט אז איך זאל עס מפרסם זיין עקסטער, ווייל עס פאדערט אטענשאן, וכן עשיתי

רבותי, עס איז היינט א ביטערע טרויעריגע טאג פאר אמעריקע! יא, נישט בלויז פאר נחמי', נישט בלויז פאר משפחת וועברמאן, נישט בלויז פאר סאטמאר זאלונים, נישט בלויז פאר סאטמאר, נישט בלויז פאר וויליאמסבורג, נישט בלויז פאר "היימישע" נישט בלויז פאר חסידים, נישט בלויז פאר ארטאדאקסן, נישט בלויז פאר אידן, נאר פאר גאנץ אמעריקע.
עס איז א טרויעריגע טאג ווען א שופט, א מענטש וואס דארף צו רעפרעזענטירן יושר און צדק, חכמה און משפט האט געטון אזא טיפשות און נארישקייט, אזא רשעות און בלינדקייט ווי געבן פאר א מענטש הונדערט און דריי יאר.
וואספארא טפשות איז דאס?
ואס איז פשט פון געבן א מענטש מער יארן קנס, ווי וויפיל יארן גאט האט אים בכלל געשאנקען?
ענטפערט מיר נישט אז די ביכער זאגן אזוי, געט מיר נישט טעכנישע טערמינען, פוינטס, און לעגאלע הארטע ליינס. איז דאס עפעס אן אומפארשטענדליכע אלטע רעליגיע? איז נישט שכל הישר די שטארקסטע כח?
עס איז א בושה פאר יוסטיץ ארויסצוגעבן אזא טיפשות!
די דאזיגע פסק דינט קיינעם נישט, יעדער איינער גייט ארויס א פארלירער!

ווען די דזשורי האט געזאגט גילטי אויף וועבערמאן האב איך גארנישט געזאגט איר קענט קוקן מיינע פריערדיגע תגובות. איך האב פארשטאנען אז זיי גלייבן די מיידל און איר טעראפיסטקע וואס האט מעיד געווען. שוין, די עמך מענטשן אין די דזשורי האבן געגלייבט, זאל זיין.
אבער דער שופט, א קלוגער, איש מכובד, געט אזא טפשות'דיגע פסק?!
און ענטפערט מיר נישט "ער האט נישט גענומען א פליע בארגן". וואספארא טענה איז דאס? איז דאס א פערזענליכע קאנקורענץ צווישן דעם באשולדיגטער און דעם שופט, און ווייל דער באשולדיגטער האט פרובירט זיין בעסטע, גייט אים דער שופט צופיקסן?
איז עס בכלל א געהעריגע קאנקורענץ צווישן א אינטעלעקטואלער מענטש וועמען אמעריקע האט אוועקגעשטעלט אויף אזא פאזיציע צו דינען גאט און פארשרייבן לחיים ולמוות, ער איז דער צד שכנגד פון דעם אראגאנטן, טפשות'דיגן אומגעלערנטער חסיד?
י-ע-ד-ע-ר איז דא ארויס א פארלירער, לאמיר זעהן:
די יוסטיץ סיסטעם: אז מענטשן פארלירן זייער צוטרוי אין די יוסטיץ סיסטעם. לאמיר זאגן אז נאר חסידים שעלטן די יוסטיץ סיסטעם, איר ווייסט וואס דאס מיינט? א מיליאן נפשות אין אמעריקע האסן שנאת מוות די יוסטיץ סיסטעם און קוקן עס אן ווי עפעס א מלכות הרשעה פון רוסלאנד אדער דייטשלאנד?!
איר ווייסט וואס דאס מיינט אז טאטעס לערנען אויס די קינדער אז פאליציי, עף בי איי און ריכטער זענען רשעים און שלעכטע מענטשן?!
און לאמיר זיך נישט נארן, עס איז נישט נאר חסידים, עס איז אסאך ברייטער פון דעם. רעכט-דענקענדע מענטשן האסן די יוסטיץ סיסטעם. איז דאס א טובה? קען א יוסטיץ סיסטעם אנהאלטן נאר מיט א כח הזרוע אן קיין צוטרוי?
די וויקטימס: די אלע וויקטימס אין אונזער געמיינדע, די געפייניגטע, די דמעת העשוקים האבן יעצט געכאפט זייער גרעסטע פראסק. און איך מיין עס ערנסט. איך שפעט נישט אפ פון וויקטימס, און איך זאג נישט אז עס איז פינסטערע קאמף פון OTD וואס ווילן אונז אונטערברענגען, ניין, עס איז באמת דא וויקטימס וואס ווערן פארשוויגן, און יעצט איז געשעהן די גרעסטע טראגעדיע צו זיי!
איך וויל אייך זאגן א מעשה שהיה, איך קען א וויקטים וואס שפילט זיך שוין ארום מיט די געדאנק פון יא אדער נישט מסרן זיין מעלעסטערס, האב איך אים היינט געשיקט א טעקסט מעסעדזש "ער האט באקומען הונדערט און דריי יאר....... עטליכע טויזנט חדשים, א האלב מיליאן וואכן... זאג מיר די ווילסטו דאס טון צו דיין מעלעסטער?!" צען מינוט שפעטער האב איך באקומען פון אים א מעסעדזש "איך גיי נישט מסרן מיין מעלעסטערער, ניין, איך שווער אז איך וועל נישט!"
און די טעקסט האט מיר וויי געטון, ווייל דער וויקטים, מיין חבר, וועט ווייטער טראגן די וויטאג אין זיין הארץ. הלוואי קען ער זיך נוקם זיין אין זיין מעלעסטער און אים געבן א נארמאלע עונש, פון לאמיר זאגן א ריזן געלט קנס, א טורמע טערמין וואס זיין משפחה וועט נישט ליידן דערפון וכדומה.
מרת דייטש און אירע אלע פריינט: איך האב מיטגעפיל מיט די דאזיגע געליטן קינד, (איך נעם אן אז זי איז אמת'דיג געליטן, איך וועל די אמתע אמת קיינמאל נישט וויסן), אבער זי האט היינט געליטן א שרעקליכע מפלה, יא, עס קען זיין אז זי יובילירט, זי פרייט זיך, אבער זי האט היינט געליטן א שרעקליכע זאך! שטעלט אייך פאר אין צוואנציג יאר ארום, ווען די ביוטיפול בלאנד וועט שוין זיין א מיטליעריגע פרוי, מיט א שטוב מיט קינדער, פארקנייטשט און אביסל ערליך, און זי וועט הערן אין די נייעס אז וועבערמאן איז אין א שפיטאל פאר זיין הארץ פראבלעמען, און ער האט נאך נאך גאנצע אכציג יאר צוגיין..... אדער שטעלט אייך פאר אז זי באגענט אין דרייסיג יאר ארום מרת וועבערמאן אין גאס, אן אלטע צובראכענע באבע, גייט זי זיין פרייליך??
ווען דער שופט האט ווען א טראפ שכל, יא, דער גרויסער חכם וואס קען אויסנווייניג טויזנט לעגאלע ביכער האט אזויפיל שכל ווי יעדן נארישן קופערניקוס אין קאווע שטיבל, און ער געט נחמי' פון צען צו צוואנציג יאר, באגלייט מיט א פייערדיגע דרשה, אז עכט קומט אים מער, און עכט דארף ער שיקן א שארפע מעסעדזש צו די קאמיוניטי, אבער ער האט רחמנות אויף זיין משפחה, און ער וויל אז נאך וויקטימס זאלן ארויסקומען און ער געט דרייצן יאר וכדומה.
אבער אז דער שופט איז זייער געלערנט, אבער א טראפ שכל האט ער נישט, און די גאנצע יוסטיץ סיסטעם זעהט פאר א זכייה צו געבן ווי מער יארן, טראגן מיר אזא פנים, און מיר קענען נישט טון גארנישט מער ווי זיך אריינגראבן די פנים אין דער ערד און וויינען.
און טאקע נוצן די וויינענדיגע ווערטער פון דעם רבן של כל הפייטנים והבלשנים, ישעיה הנביא:
וַיְקַו לְמִשְׁפָּט וְהִנֵּה מִשְׂפָּח, לִצְדָקָה וְהִנֵּה צְעָקָה.

דער אשכול פארמאגט 183 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר