וויאזוי לייזט מען די עקאנאמישע קריזיס?? - עקאנאמישע טעאריעס

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

וויאזוי לייזט מען די עקאנאמישע קריזיס?? - עקאנאמישע טעאריעס

שליחה דורך Starbucks »

קוקנדיג וואו צו פלאצירן דעם אשכול האב איך געשעפט נחת באמערקנדיג אז דא אין קאווע שטיבל איז נישט פארהאן קיין ביזנעס אפטיילונג. דעם מאמר החכם "לא לחכמים לחם" זעהט מען דא בחוש, אז פאר אינטעלעגענטע, בפרט יידן, איז געלט און ביזנעס נישט תופס מקום. אבער ווען ס'קומט צו עקאנאמישע טעאריעס זענען יידן, און דווקא אינטעלעקטועלע, יא דא, וו.צ.ב. מילטאן פרידמאן (זיינע עלטערן האבן אימיגרירט קיין ברוקלין פון בערעגסאז), דער באקאנטער פרייע מארקעט קאפיטאליסט, וועם מען געהאלטן דער צווייטער פאפולערסטער עקאנאמיסט נאך דזשאן מיינארד קעינס. אויך איז ברייט באקאנט וויפיל יידן זענען געוועהן פון די הויפט פירער און שטיצער פון קאמיוניזם אין רוסלאנד, פוילן, ווי אויך דא אין אמעריקע (פאר סטאלין האט זיי אויסגע'הרג'ט), קארל מארקס אליין שטאמט אויך פון יידן (זיין פאטער האט זיך גע'שמד'ט).

שוין וואו בין איך פארפארן... צוריק צום ענין, עקאנאמישע טעאריעס...

ס'איז איבעריג צו שילדערן אז מיר האלטן יעצט אין א גאר ערנסטע זמן פון עקאנאמישן קריזיס, און אט אין אזא זמן קריכן די טעאריעס ארויס פון צוווישן די ווענט פון די גרויסע קאלעדזשעס, און די פירער פון אמעריקע און אייראפע פרעגן נו, איז דא אן עצה? וואס דארפן מיר טוהן? מער קינסיען סטימיולעס, אדער מער אוסטעריטי? וועט איר דאך אודאי פרעגן וואס איז דאס קינסיען סטימיולעס און אוסטעריטי? וועל איך פראבירן אייך מסביר זיין..

עס זענען דא בעיקר צוויי טעאריעס וויאזוי זיך צו באגיין מיטן איצטיגן וועלטס קריזיס. איינס איז אויסטעריטי, וואס מיינט פשוט אז מ'ציעט איין דאס פאסיג און מ'שפענד ווייניגער. די חשבון איז ווי די טיי פארטיי שטיצער זאגן, אז פונקט ווי ביי יעדעם אינדערהיים, ווען ס'נישט דא איבעריג געלט קויפט מען נישט קיין נייע קאר, אנצוג, מעבל.. אזוי אויך לענדער, מער גיבט ווייניגער געלט פאר כל ערליי זאכן וואו די רעגירונג שפענדעד געלט, ווי למשל מעדיקעיד, פוד סטמפס, בריקן און שאסייען בוי פראיעקטן, סעקשאן 8, וואוטשערס, עדוקעישאן, טערעפיסטן פאר קינדער וכדומה.

דער אנדערער טעאריע הייסט קינסיען סטימיולעס על שמו פונעם מחבר דשאן מעינארד קיענס. ער האט פארגעשלאגן אז בשעת א רעסעסיע, ווען ביזנעס איז שוואך און די בעלים דינגען נישט אדער זענען אפילו משלח ארבייטער, זאל די גאווערמענט ווארפן געלט אין די עקאנאמיע, אזוי ווי FDR האט געטוהן מיטן נו דיעל בשעתו ביים גרעיט דעפרעשאן טאקע פאלגענדיג קיענס. ער האט דורכגעפירט ריזיגע בוי פראיעקטן (מען האט דעמאלטס געבויט דעם הייוועי סיסטעם דורכאויס אמעריקע), מען האט אויף FDR's באפעל געדינגען 12 מיליאן נייע פעדעראלע ארבייטער, ער האט געגעבן 500 מיליאן (1930'דיגע!) דאלער פאר סטעיט און לאקאלע גאווערמענטס זיי זאלן קענען פונקציאנירן, ער האט געשאפן סאשעל סעקיוריטי און פארם סאבסודיעס. אויך האט ער דעמאלטס געמאכט די געזעצן פון מינימום וועידזש, די 40 שעה'דיגע ארבייטס וואך (א מאקסימום פון 40 שעה וואס א בעה"ב מעג צווינגען אן ארבייטער צו ארבייטן), טיים ענד א העלף פאר אווערטיים, ער האט פארבאטן נוצן קינדער אונטער 16 פאר ארבייטער און אונטער 18 פאר עבודת פרך, און ער האט דורכגעפירט די גלעס סטיגל עקט ועוד.

איי, מאין יבוא הדולארים? זייער פשוט. ער האט געמאכט א 94 פראצענט טעקס אויף יעדן דאלער וואס אן עושר פארדינט העכער 200 טויזענט דאלער (2.54 מיליאן היינטיגע דאלארן). אבער דאס איז אן עקסטערע שמועס.

צוריק צו קיענס.. דער חשבון איז אזוי, די עקאנאמיע ארבייט ווילאנג דער עולם גייט איינקויפן, און אויב דער עולם האט נישט קיין געלט קויפט מען ווייניגער (אדער גארנישט, בשעת'ן דיפרעשאן) ממילא, אויב מען שיט סטימיולעס געלט אריין די עקאנאמיע גייט דער עולם איינקויפן, און די געשעפטן מוזן דינגען נאך ארבייטער צו דינען די קונים, און די בעלי מלאכה מוזן געדינגען ווערן צו מאכן די ווערק צום פארקויפן, און אז די בעלי בתים דינגען און צאלן ארבייטער האבן זיי געלט איינצוקויפן און אז זיי קויפן... אזוי ווייטער ווערט א גלגל החוזר, און די גאנצע עקאנאמיע הייבט זיך אונטער ביז עס פארט ווייטער אליין. ס'ארבייט אזוי ווי א גראז שניידער, מען דארף געבן א גוטן ציה דעם בענדל אפאר מאל ביז ער צינדט זיך אהן און נאכדעם בלייבט ער שוין אנגעצינדן. דאס הייסט סטימ-יו-לעס.

און טאקע אין די יארן פון נאכן צווייטן וועלטס קריג ביז די זיבעציגער יארן (ווען דער פריער-דערמאנטער העכסטער שטייער ראטע האט פערצופאל אנגעהויבן אראפצוקומען) האט אמעריקע א דאנק אט דעם קיענס גענאסן פעטע יארן פאר בעלי בתים און ארבייטער צוגלייך, די מיטל קלאס האט געזעהן א ריזיגער הצלחה.

שוין, איך וועל זיך אפשטעלן דא. בעפאר איך גיי וויל איך נאר זאגן אז איך וויל נישט אריינשלעפן פאליטיק אין דעם געשפרעך און אודאי און נישט מבזה זיין קיינעם, איך שרייב דאס נאר כדי צו געבן אביסל צו פארשטיין די פארשידענע טעאריעס וואס ווערן איצטערט פארגעשלאגן צו לייזן דעם עקאנאמישן וועלטס קריזיס. פארשטייט זיך אז איך האב קוים גערירט דעם שפיץ גאפל, אבער אויף איצט עמער זיך מוזן באגעניגן מיט דעם. אלזא, צום ווידערזעהן.
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך John Doe »

איך פארשטיי טאקע נישט די חשבון פון די טי פארטי (די עכטע, נישט יענע פון ספינקא האלל). יעדער האט דאך געזעהן וואס אויסטעריטי האט חרוב געמאכט אין אירלאנד, אין גריכן און יעצט אין שפאניע?? אין מיינע אויגן זעהן זיי אויס וואו קליינע קינדער וואס זוכן אביסל אטענשן.
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

דער סטימיולעס מהלך פון אריין ווארפן געלטער אין די עקענאמיע און גלייכצייטיג הייבן די שטייערן ביי די גאר רייכע פארדינער, איז נישט אזוי פשוט. א סאך עקענאמיקער זענען ביי די מיינונג אז העכערן שטייערן אויף די גאר רייכע פארדינער איז נאר גורם אז מענטשן זאלן פארלירען זייער ארבעט אינעם לענגערען טערמין. די חשבון איז גאר פשוט, אז דער רייכער פארדינער דערזעט זיך מיט ווייניגער געלט וועט ער אויפהערן געבן ארבעט פאר אנדערע ווייל ער האט נישט צו באצאלען.
חוץ מזה, וויפיל האט בוש׳ס און אבאמא׳ס סטימיוליס געהאלפן פארן עקענאמיע אפילו מען האט נישט געהעכערט קיין שטייערן? מען קען דעבאטירן אז ווען נישט דעם וואלטן פיל מער דזשאבס פארלוירן געגאנגען, אבער דאס איז בלויז א שפעקעלאציע ווען אין פאקט זענען קיין נייע דזשאבס נישט צוגעקומען פאר א לאנגע טערמין.
איי פרעזידענט רוזעוועלטס סטימיוליס? רוב עקענאמיער זענען היינט ביי די מיינונג אז די גוטע עקענאמיע איז צו פארדאנקען די צווייטע וועלט מלחמה וואס האט געהויבן די פראדאקציע אין פעקטאריס צו אבנארמאלע שטאפלן, וואס האט אטאמאטיש גורם געווען א מוראדיגע וואוקס אין דעם עקענאמיע בכלל און אינעם דזשאבס פראנט ספעציפיש.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

John Doe האט געשריבן:איך פארשטיי טאקע נישט די חשבון פון די טי פארטי (די עכטע, נישט יענע פון ספינקא האלל). יעדער האט דאך געזעהן וואס אויסטעריטי האט חרוב געמאכט אין אירלאנד, אין גריכן און יעצט אין שפאניע?? אין מיינע אויגן זעהן זיי אויס וואו קליינע קינדער וואס זוכן אביסל אטענשן.

אנטשולדיגט, אבער ווי באוואוסט לעיני כל, איז די חורבן אין די א.ד. לענדער (אירלאנד, גריכלאנד, שפאניע, פארטוגאל וכדומה) א תוצאה פון אויסברענגעריי. לאזט מיך אויפפרישען אייער זכרון. איר געדענקט נאך די מאסען-פראטעטען אין מדינת-יון ווייל די רעגירונג דארט האט געוואלט איינציען די פאסיג און עס האט נישט געשמעקט דעם עולם? צו געדענקט איר ווי די גאנצע וועלט איז געשטאנען געשפאנט צו הערן אויב די דארטיגע רעגירונג וועלען טאקע איינציען די פאסיג (דאס איז געווען די תנאי פון די אי.יו. כדי צו באקומען הילף).
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

משה געציל האט געשריבן:רוב עקענאמיער זענען היינט ביי די מיינונג אז די גוטע עקענאמיע איז צו פארדאנקען די צווייטע וועלט מלחמה וואס האט געהויבן די פראדאקציע אין פעקטאריס צו אבנארמאלע שטאפלן, וואס האט אטאמאטיש גורם געווען א מוראדיגע וואוקס אין דעם עקענאמיע בכלל און אינעם דזשאבס פראנט ספעציפיש.

דאס האט מיך אלץ געבאדערט. צו מאכט סענס אז די קריג און איר אנפּרעסידענטעד פראדוקציע איבער די גאנצע כדור העולם (אבער מער קאָנצענטרירט אין די ארצות הברית וואס האט - ווי באקאנט - פארקויפט\געטיילט מוציא'ס פון כל-ערליי וואפען פאר די לענדער וואס זענען געווען אַפפיליאַרט מיט די Allied Forces, ממילא איז זי געווען די הויפט פראדוצירער) האט געטריבען און געהויבען די עקאנאמיע כאטש וואס די פראדוקציע איז - אין אלגעמיין - נישט באצאלט געווארן דורך קיינעם?
די שפענדעריי אויף די Great Deal איז כאטש געבליבען אין אמעריקע, אבער עקספארטן אומ-באצאלט קען העלפן? פארשטייט איינער?
דיסקלעימער: איך בין ווייט פון א ליבעראל.
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

שליחה דורך Starbucks »

משה געציל האט געשריבן:דער סטימיולעס מהלך פון אריין ווארפן געלטער אין די עקענאמיע און גלייכצייטיג הייבן די שטייערן ביי די גאר רייכע פארדינער, איז נישט אזוי פשוט. א סאך עקענאמיקער זענען ביי די מיינונג אז העכערן שטייערן אויף די גאר רייכע פארדינער איז נאר גורם אז מענטשן זאלן פארלירען זייער ארבעט אינעם לענגערען טערמין. די חשבון איז גאר פשוט, אז דער רייכער פארדינער דערזעט זיך מיט ווייניגער געלט וועט ער אויפהערן געבן ארבעט פאר אנדערע ווייל ער האט נישט צו באצאלען.
חוץ מזה, וויפיל האט בוש׳ס און אבאמא׳ס סטימיוליס געהאלפן פארן עקענאמיע אפילו מען האט נישט געהעכערט קיין שטייערן? מען קען דעבאטירן אז ווען נישט דעם וואלטן פיל מער דזשאבס פארלוירן געגאנגען, אבער דאס איז בלויז א שפעקעלאציע ווען אין פאקט זענען קיין נייע דזשאבס נישט צוגעקומען פאר א לאנגע טערמין.
איי פרעזידענט רוזעוועלטס סטימיוליס? רוב עקענאמיער זענען היינט ביי די מיינונג אז די גוטע עקענאמיע איז צו פארדאנקען די צווייטע וועלט מלחמה וואס האט געהויבן די פראדאקציע אין פעקטאריס צו אבנארמאלע שטאפלן, וואס האט אטאמאטיש גורם געווען א מוראדיגע וואוקס אין דעם עקענאמיע בכלל און אינעם דזשאבס פראנט ספעציפיש.


דאס איז אמאל זיכער אז הכל מודים אז קינסיען סטימיולעס איז די ריכטיגע מהלך ווען די עקאנאמיע איז אין ריסעסיע. אין 1965 האט נישט קיין אנדערער פון מילטאן פרידמאן געזאגט "מיר זענען אלע קינסיענס איצט".

יעצט לגבי שטייערן, די טענה אז ווייניגער טעקסעס פאר עשירים ברענגט מער דשאבס שטימט נישט מיטן ריאליטעט פונעם איצטיגן עקאנאמישן מצב פון נידעריגע טעקסעס פאר די רייכע (קעפיטאל געינס וכדו') און הויכע אנעמפלוימענט . ווי אויך שטימט עס נישט מיט די שטייערן ראטעס פון די פערציג, פופציג און זעכציגער יארן און נידעריגע אנעמפלוימענט. ווי אויך זעהט מען נישט קיין קאראלעישן צוווישן שטייער ראטעס און עמפלוימענט ראטעס אין אנדערע לענדער.

ווייטער דאס אז עשירים שאפן דשאבס איז אויך א נישטיגע טענה. נאך א געוויסע מאס פון שאפינג וואס דער עושר טוהט בלייבט ער איבער מיט א בארג געלט און ער האט שוין נישט וואס צו טוהן דערמיט. וויפיל קארס קען ער שוין קויפן?? קומט אויס אז ס'ליגן הויפנס געלט ביי אפאר יחידים און דאס געלט ווערט שטארק אינאיפישענט (ineficcient). ער קען למשל אנהייבן שפעקולירן אויף ארט און ארויפטרייבן די פרייז פון די ווערק פון א געוויסע ארטיסט, און דאס ברענגט נישט קיין שום נוצן פארן עקאנאמיע, פארקערט, עס מאכט באבלס, ווי די סטאק באבל, די ריעל עסטעיט באבל, ווייל עס האט זיך געדרייט צו פיל אינאיפישנט געלט אין די עקאנאמיע. יעצט למשל איז אין סטייל ביי די עשירים צו קויפן קאנדאוס אדער גאנצע בילדינגס אין מאהעטן, דאס טרייבט ארויף די פרייז אין די לופט אריין, די עקאנאמיע האט נישט קיין ניצן דערפון, פארקערט, אזא באבל מאכט לאקאלע הויזינג אינאיפישנט און און מאכט אינפלעישן אין די הויזינג מארקעט (אז א דאלער קען קויפן אלץ ווייניגער און ווייניגער הויזינג).

פארקערט אבער ווען דער מיטל קלאסיגער האט מער געלט, נוצט ער דאס געלט צו פארעכטן זיין אפארטמענט, צו גיין אין א רעסטאראנט, צו צאלן א מוזיק לערער פאר זיינע קינדער, און אזוי ווייטער. ממילא דינט שטייערן אלץ א מיטל צו פארמיידן אזעליכע באבלס און אוועקצוליפערן געלט פון אינאפישנט צו מער איפישנט ערטער אין די עקאנאמיע.

נאך א וויכטיגע נקודה. ווען די וואלטאן משפחה (בעלי בתים פון וואל-מארט) פארמאגט אזויפיל געלט ווי 40פראצענט פונעם אמעריקאנער באפעלקערונג און זיי קענען לאביען קאנגרעס כאות נפשם ווערט די מאכט פונעם באפעלקערונג שוואכער און די מאכט פון די איינצעלע עשירים שטערקער. מ'זעהט עס יעדן טאג אין ביהמ"ד ווען דער ארימאן כאפט א פסק פארן נוצן צוויי האנטיכער און דער עושר נישט, אדער ווען דער רבי אין חדר חאנפעט זיך צום עושר'ס א קינד, אדער ווען דער רב/רבי נעמט א צד מיטן עושר. אזוי אויך אין וואשינגטאן.

די ריזיגע קאמפאני GE האט אין 2010 פארדינט 14 ביליאן דאלער און זיי האבן נישט נאר נישט געצאלט קיין טעקסעס, זיי האבן צוריקבאקומען 3.2 ביליאן אין טעקס בענעפיטס. יענע זעלבע יאר האבן זיי געספענט 500 מיליאן אין וואשינגאטן צו לאביען קאנגרעס. נישט קיין שלעכטע אינוועסטמענט. אנשטאט צאלן 35 פראצענט ביזנעס טעקס האט אנקעל סעם זיי נאך צוגעצאלט 3.2 דאלער. דאס בשעת מען שנייד געלטער פאר עמך אמעריקאנער. בקיצור, שוחד ארבעט פעסט.

ווילאנג די מאכט ליגט ביי די רייכע מוזן מיר זיך באגעניגן מיט קליינע מוציא'ס. ביז ווען? אפשר אז מיר וועלן האבן נאך א דיפרעשן נוסח גריכן וועלן די רייכע אפשר פארשטיין אז ס'איז אין זייערע אינטערעסן צו האבן א שטארקע מיטל קלאס וואס זאל קויפן זייערע GE ערקאנדישנס אין וואל-מארט.

צום שלוס וויל איך געבן דאס ווארט פאר א מולטי ביליאנער, פון די ערשטע אינוועסטער אין עמעזאן, מיסטער ניק הענאוער.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=bBx2Y5HhplI[/youtube]
פארשפארט