עדה החרדית: בואו חשבון!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

עדה החרדית: בואו חשבון!

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

גוטזאגער; כל העולם כולו, היידפארק.

עדה החרדית: בואו חשבון!



נאך א שווערע נאכט וואס ערליכע אידן האבן מיטגעמאכט דינסטאג פ' בשלח תשע"ג, הערענדיג די קלינגענדיגע נייעס אז די אגודה-דגל פארטייען האבן געהויבן זייער כח מיט 2 מאנדאטן, אויף דעם אומבאשרייבליבן געווינס זייערע פון אנקומען צו 7 (זיבן) קאנדידאטן, א זאך וואס קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז דאס קען פאסירן - שרייב איך מיינע שורות מיט ווייטאג על שבר בת עמי, און איך רוף אויס מיט א געשריי: בואו חשבון!


געוואלד און געשריגן! וויאזוי קען מען דאס פארטייטשן! וויאזוי האט דאס פאסירט? פארוואס האט דאס פאסירט?

היינט איז א וועלט פון חשבון און סטראטעגיעס. נאך א פארלוסט דארף מען מאכן חשבונות אויף צוריק (לשעבר), און ציען מסקנות אויף להבא. אז דאס זאל זיך נישט איבער'חזר'ן. מיר דארפן שרייען געוואלד און געשריגן וואס האט דא פאסירט אז דער כח פון די עדה החרדית שרינקט און איז פוחת והולך, געוואלד! פארוואס?


פארוואס איז דאס אזוי אז דער ווארט פון קנאי'ישן לאגער, וואס נישט נאר וואס עס מאכט נישט אויס, נאר גאר עס טרייבט ארויף די נומערן פון די פארטייען צו די טמא'נע בחירות - טאקע פון די הייליגע אפגעהיטענע קנאי'שע ירושלימ'ער מאה שערים געסלאך?

יא, מיר ווייסן אז אויך ווען דער צדיק הדורות דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע האט געלעבט האבן אויך די אגדואים געהייסן שטימען אין די בחירות, און זיי האבן דעמאלט זיך אויך קיין סאך נישט גערעכנט מיט דעם פסק הלכה פון הייליגן ספר ויואל משה – אמת. אבער עס איז קיינמאל נישט געווען אויף אזא פארנעם, אז זיי זאלן שטייגן מיט אזעלכע הויכן פראצענטן אזש פון ירושלים אליינס האט "יהדות התורה" צובאקומען אכטצן טויזענט (18,000) שטימען ביי די איצטיגע בחירות פון די מאה שערים געסלאך!


בואו חשבון!

ביי די פארלאפענע וואלן אין אמעריקע, ווען די רעפובליקאנער האבן מיאוס פארלוירן, האבן זיך צונויפגעזעצט די פירער פון די פארטיי, און געמאכט א חשבון הנפש, פארוואס פארלירן מיר?

די רעפובליקאנער כאפן שוין אצינד אז זיי האבן געמאכט מיסטעיקס – די רעפובליקאנער האבן אנערקענט אז זיי האבן געמאכט גרויסע שרעקליכע טעותים מיט אימיגראציע, מיט די ספאנישע און לאטינאס וכו'. און זיי האבן אנגעהויבן טוישן פאליסיס כדי צו ראטעווען די פארטיי פון אינגאנצן אינטערגיין אויב זיי וועלן לאזן די "היץ קעפ" אין די רעפובליקאנער פארטיי פירן.


לענינינו: אויב די עדה החרדית וועט נישט מאכן קיין חשבון הנפש "בשל מי באה אלינו הצרה הזאת" איז די עדה החרדית קאפוט. זיי וועלן פארלירן מער און מער ירושלימ'ער אידן, וועלכע וועלן איינציגווייז אן קיין פראטעסט, אריבערגייען צו אן ארגאניזאציע פון "נארמאלע מענטשן".

דער ביטערער מציאות איז: די עדה החרדית איז געווארן א געצייג פון צעיושטע סיקיריקים, פראים, צעווילדעוועטע יונגען אן קיין ריח פון תורה, האט מען איבערגעגעבן די מאכט צו פירן, אנגעהויבן פון אתרא קדישא מאפיא, ביז די סיקריקים אקציעס פון פארברענען מיסט-קאסטענעס אין אלע היימישע גאסן פאר חדשים לאנג און דערמיט צעשטערט דאס לעבן פון טויזענטער און צענדליגער טויזענטער היימישע אידן אין מאה שערים! אט דאס איז צו פארדאנקען פאר דעם זיג פון "יהדות התורה צו זיבן", און אויב די "עדה החרדית" וועט נישט מאכן קיין חשבון הנפש און נעמען די זאך אונטער קאנטראל בעוד מועד, וועט די "עדה החרדית" דעליווערן נאך און נאך שטימעס פאר די אגודה!


ווייל באמת איז דאך שווער צו פארשטיין, עס איז דאך זונטאג נאכט פארגעקומען א מעמד אדיר קעגן די בחירות הטמאות, אין וועלכן טויזענטער זענען זיך צונויפגעקומען און מ'האט אויפגעקלערט אז די בחירות איז יהרוג ואל יעבור וכו'. עס איז נאך געקומען צו פארן א גאסט פון ניו יארק, מיט ריזיגע הויך-הילכערס און מעכטיגע פלאקאטן וואס ירושלים האט זעלטן אזוינס געזען און מיט דעם אלעם האט די אגודה דערלאנגט אזא מין שאס צוריק. געוואלד? וויאזוי איז דאס אז זיי האבן נאך צובאקומען 18 טויזענט נייע שטימעס בלויז פון די מאה שערים געסלאך, אויב נישט די צעלאזניקייט און הפקירות פון די עדה החרדית סיקריקים פירערשאפט, וואס ווערט געפירט פון כוליגאנעס און שאבאווניקעס!

די עדה החרדית זאל גוט גוט אפלערנען די איצטיגע וואלן. און אויב זיי ווילן נישט אז די אגדוה זאל שפרונגען ביז 10 און 12 בענקלעך, זאלן זיי בעוד מועד איינשטעלן קאנטראל, ווייל די עדה החרדית - מיט זייערע צעדרייטע פירערשאפט - שטופט מענטשן צו שטימען פאר די אגודה!

הק' י.ר.


[נ.ב. וזאת למודעי: דאס זענען נישט מיינע אייגענע סברות, דאס האב איך ספעציעל געהערט פונעם חכימי דיהודאי הרה"ח ר' שלמה פאפענהיים שליט"א, מחברי וועדת הפועל שע"י העדה החרדית, וועלכער בלוטיגט און עס גיסט אים דאס בלוט אויף די חורבנות פון די טונקעלע פירערשאפט אין די עדה החרדית]
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

אריין און צומעס
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך זעה נישט דא קיין טענה.
די אגודאים וואקסען, און עדה קהילות וואקסען אויך.
וואס איז די הכרח אז אגודה באקומט שטימען פון געוועזענע עדה'ניקעס?

אין בין נישט קיין עדה FAN, די עדה איז אן "אשכנזישע" בית דין, גע'גנב'ט דורך חסידים. - דער סטייפלער שרייבט שוין אז וויבאלד רוב בני העיר שטימען נישט פאר א חבר בד"ץ, זענען זיי נישט קיין שטאטישע בית דין (נאר א פעדעראלע, אזויווי התעכדעס דארה"ב וקאנאדא. ק.ט.) בד"וו, כ'האב פונקט היינט געטראכט, ר' יעקב בלוי איז אוועק, קיין ספר פון עובדות און סיפורים'לעך וועט אויף נישט ארויסקומען, אזוי ווי ס'איז נישט דא קיין מוצאישבת מעשיות אויף ר' ישראל יעקב פישר. זיי זענען געווען די לייבן פון די בית דין, די איבריגע זענען הרה"ק'ס.
Under influence
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

איך האלט אויך ווי דיר. אבער, איי געס, דער שרייבער פון דעם מאמר האלט אז היות די עדה "איז דאך גערעכט" מוז דאך זיין אז עפעס איר ראנג מיט די וועג זייער מעסעדז' ווערט דעליווערד.
לולא דאס וואלט דאך זיכער יעדער שומר תורה ומצוות איד געווען קאנווינסט אז בחירות איז אסור.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:דער שרייבער פון דעם מאמר האלט אז היות די עדה "איז דאך גערעכט" מוז דאך זיין אז עפעס איר ראנג מיט די וועג זייער מעסעדז' ווערט דעליווערד.

איך האב טאקע געוואלט בארוהיגען לשיטתו (תרתי משמע).


see here more
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מעז יצא מתוק!!!
א שיינע מעשה ליין איך אין בחדרי:

חסידי סאטמר אינם משתתפים בבחירות כידוע, וישנם גם סיפורי מעשיות על הצעות של גורמים בחסידות לשלם מאה דולר בתמורה להפקדת תעודת זהות בידיהם למשך יום הבחירות, כך שהמפקיד לא יממש את זכות ההצבעה. אולם המקרה הבא, קושר בעקיפין בין חסידי סאטמר - להצבעה בפועל למען יהדות התורה, ודוקא של משפחה חילונית לחלוטין.

המקרה אירע במהלך יום הבחירות בקיבוץ טללים שבדרום הארץ. אחד הפעילים של יהדות התורה שביקר בקלפי המקומי, הבחין במשפחה חילונית העומדת סמוך לקלפי, ומשכנעת עוברים ושבים להצביע ג'. בני המשפחה החזיקו בידיהם פליירים של יהדות התורה והפעילו את היכרותם עם התושבים על מנת להשפיע עליהם להצביע עבורה.

אחד התושבים, שלא יכול היה לכבוש את יצר סקרנותו פנה אל בני המשפחה ושאל: "מה לכם וליהדות התורה? איזה אינטרס יש לכם להצביע ולפעול עבור סיעה זו?"

התשובה המפתיעה לא איחרה לבוא: "יש לנו הכרת הטוב לחרדים", פתחו הללו את סגור ליבם, "בתנו אושפזה לפני שבועיים במרכז הרפואי שיבא בתל השומר. במהלך השבת, עברו לידינו חרדים עוטי שחורים, לבושי שטריימלאך וקפוטות, וחילקו לנו מנות מזון ושתיה, כדי שנשביע את נפשנו. על האריזות הופיע 'ארגון ביקור חולים התמר' (של חסידי סאטמר בהנהלת הרב אברהם עקשטיין). היינו אחוזי התפעלות מהמסירות הוולונטרית שלהם לכל אלו שסועדים את החולים, בלא לבדוק בציציותיהם אם מדובר בחילונים או חרדים. לכן אנו מבקשים לגמול טובה לחרדים ולגייס עבורם מצביעים רבים ככל האפשר..."
Under influence
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

אני לא מבין, האדמו״ר מסאטמאר שליט״א זעף על עובדי חמנים במעמד הנורא והנשגב (הגדול, והענקי, וכו׳ וכו׳). ובוודאי שכל כונתו היה בלתי לה׳ לבדו כפי שרואין בהתמונות וכעדות העיתונים. ואיך יתכן שדייקא מחסידות סאטמאר תצא מכשולת כזו? ואפשר דהחילוני הנ״ל מקור חצבו הוא מסטרא דאהרן, וסטרת ארנתיה גרם ליה לחלל שם סאטמאר באופן גדול כזו.
ויש לי סמיכין לדברי, דהחילוני הנ״ל כשהוא מתייחס לסאטמאר מתייחס להם כסאטמר (בלי האל״ף היסודי) והדבר ידוע לנו שהמתחדשים הם מסטרא דאהרן שמחדש חידושים שאבותינו לא ראינו ואנחנו לא שמענו. הן בבית השחיטה שלו, והן בבתי החינוך שלו, ועוד. ולו יאה שמא דסאטמר.
עוד נ״ל דסאטמר ר״ת ס׳טרא א׳הרן תמר (דהטי״ת מתחלף בתי״ו). והכל על מקומו יבא בשלום כתפור ותרח סריחין ועכירין.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ושפתים יישק!
וירח ה' את ריח הניחוח
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

צו די מורא'דיגע מעשה געברענגט פון בחדרי דורך אונזער חשובע קאווע טרינקער, מוז איך צולייגן איין וויכטיגע פוינט.

אשרי המאמין...
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
באניצער אוואטאר
ענדע צדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 10:06 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

שליחה דורך ענדע צדיק »

און איך זעה בכלל נישט די פראבלעם אז אגודה וואקסט מיט מער בענקלעך.
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

איך האב געהערט 'מאחרי הפרגוד' אז יעדע שטימע פין 'מאה שערים' און פין די סאטמערע ווערן גענוצט, פונקט אזוי ווי עס ווערט גענוצט צו נעמען דמי ישיבה, די שומרי הקלפיים אין יענע געגנטער זענען דאך אנשי מפלגת ג', ממילא מי ימחה נגדם, סוף טאג מען זעהט די גאנצע ליסטע פון קנאים וואס האבען נאכנישט געשטימט נעמט מען זיך אריינווארפען מאסן קלפיים פאר ג' און מען פארצייכנט עס אויף די קנאימ'ם נעמען. וכמובן הכל "לשם שמים" אז עס זאל נישט חל זיין אויף די אלע קנאים ברכת הרב שטיינמאן 'שילכו לגיהנום' ושיקיימי בעקיפין מ"ש בתורה 'לא תסור'.

ממילא נישט עדה החרדית דארף מאכען א חשבון, נאר מדינת ישראל דארף האלטען חשבון אויף זייערע שטים פלעצער, והכל על מקומו יבוא בשלום.
פארשפארט