קראכן טשעקס – די מאלעסטעישאן פון פופציג יאר צוריק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
[NAMELESS]

קראכן טשעקס – די מאלעסטעישאן פון פופציג יאר צוריק

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער האט באקומען פופצן יאר? וואס איז פשט?
אה, דו ווייסט וויפיל טשעקס ער האט געקראכט פאר מענטשן? דו ווייסט אז אויפן וויטנעס סטענד איז געשטאנען א וויקטים, א טשעק געקראכטער, און זיך כמעט געשטיקט זיין קול פון געוויין, שילדערנדיג אז ער האט געארבעט פאר אים, און דעפאזיט זיינע טשעקס, און זעכצן מאל, דו הערסט, זעכצן מאל! האט ער אים געקראכט טשעקס!

נו, האט ער געקראכט טשעקס? נו, איז וואס?
דו ביסטו אזא אראגאנט חסיד, די פארשטייסט אזוי נישט! דו ווייסט וואס דאס מיינט די הרגשה אז א מענטש ארבעט פאר יענעם, און ער באקומט געלט, ער האט צוטרוי, עס איז דא הארמאניע און רילעישאנשיפ צווישן דעם סערוויס געבער, ווענדאר און דעם צאלער, און והנה, ער גייט אין באנק און ער לייגט עס אריין, ער זאגט פאר זיין ווייב "הערנאר, ס'איז דא געלט!" מען נעמט זיך אויסשרייבן טשעקס על החשבון, און פלוצים טראך! עס קומען צוריק טשעקס, ווייל יענע ערשטע גרויסע טשעק וואס יענער האט מיר געגעבן האט געקראכט!
דו ווייסט וואספארא הרגשה דאס איז?
דו ווייסט וואספארא שרעקליכע פילינג דאס איז? א פילינג פון בגידה, א שטאך אין רוקן!
דו ווייסט ווי ווייט דאס הרג'עט אפ יעדע נארמאל רילעישאנשיפ צווישן מענטשן?

דו ווייסט אז וויקטימס, געקראכטע, דארפן האבן חיזוק פון זייער ביזנעס קאנסולטענט צו קענען אנגיין אין ביזנעס און ווייטער געטרויען מענטשן נאך אזא טראומע?
דו ווייסט, מען פארציילט אז א קראכן וויקטים האט זיך גענומען דאס לעבן אין קענטאקי, אדער קאנעטיקוט, איך געדענק נישט פונקטליך, מנחם האט עס געזאגט אויף זיין האטליין. יא, ער איז טאקע א משוגענער, אבער ער איז דער איינציגסטער ואוס קעמפט קעגן טשעקס קראכערס אין אונזער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] קאמיונטי ווי מען דעקט זיי.
דו ווייסט נאך מער: טעראפיסטן און פסיכאלאגן צייגן אן קלאר אז מענטשן פאר וועמען מען האט במזיד געקראכט טשעקס האבן א העכערע 36 פראצענט ראטע אליין אויסצעוואקסן טשעקס קראכערס.
דו ווייסט נאך מער: אמאל, פאר מען האט געוואוסט די הארבקייט פון קראכן טשעקס און די שרעקליכע השפעה וואס דאס האט אויף די עקאנאמיע און אויף די עמאשיאנעל געזונטהייט פון די געקראכטע, האט מען נישטאמאל גע'קנס'עט קיין טשעקס קראכער, פארקערט, אזוינע טשעקס קראכער האט מען גערופן "אנזעצער", יענער איז אן "אנזעצער" און די חברה האבן זיך געדרייט אין בית המדרש און אריינגעכאפט אומשולדיגע מענטשן אין נעץ.
וואס דרייסטו א קאפ מיט לאנגע מעשיות? ער האט געקראכט טשעקס, קומט זיך אים נישט קיין פופצן יאר! מען דארף אים קנס'נען, פארשעמען אז מענטשן זאלן זיך היטן פון אים, און מאכן זיכער אז ער באצאלט פאר די וויקטימס, און שוין!

--
ניין רבותי, איך בין נישט מזלזל אין מאלעסטעישאן, איך בין נישט דא צו מאכן א צוגלייך צווישן די צוויי זאכן וואס זענען הימל און ערד גערוקט, איך וויל אבער מאכן א פוינט וויאזוי עקסטרעמיזם פארמירט זיך, און וויאזוי א שופט קען געבן פאר איינעם וואס איז נישט קיין מערדער און נישט קיין שעדליכער טעראריסט הונדערט און דריי יאר:

יעדער פון אונז ליידט פון טשעקס קראכערס. דאס זענען געמיינע יונגען, אומ'אחריות'דיגע מענטשן וואס טראכטן נישט צוויי מאל פארן געבן במזיד איינעם א טשעק וואס האט נישט קיין דעקונג.

יעצט טוט קיינער גארנישט קעגן אזעלכע מענטשן, און לידיעתי איז נישטא קיין שטרענגע געזעצן קעגן זיי. דאס איז הפקרות!

שטעלט אייך פאר אז מען נעמט זיך פארפירן פאר די וויקטאמס פון טשעקס קראכן, און מען נעמט זיך מאכן שטרענגע געזעצן, יעדער וואלט הנאה געהאט, עס וואלט געווארן סדר אין שטאט.

אבער שטעלט אייך פאר ווען דאס גייט ארויס פון די גבולים, עס ווערט זייער אין 'סטיל' צו זיין א "וויקטים אדוואקאט" פאליטישאנס ווערן זייער שטרענג אויף די נושא, עס ווערט משוגע עקסטרעם, און עס קומט אן צו א מצב ווי מיר שרייבן אויבן, די שמועס איבער די פופצן יאר? איז צייט צו שרייען געוואלד, הערט אויף!

די שרעקליכע הארבקייט וויאזוי די רעגירונג באהאנדלט מעלעסטעישאן און רעיפ איז יעצט ביי א ווילדע עקסטרעם, און לאמיר פארשטעלן מיינס א הנחה: עס א תוצאה פון דעם וואס אמאל זענען פרויען און קינדער געווען הפקר פאר די ווילדע רשעות'דיגע תאוות פון הארמאן-געשוואלענע זכרים. א זכר האט געקענט נעמען א פרוי און איר פארגוואלדיגן. א מענטש האט געקענט נעמען א קינד און אים באלעסטיגן כאוות אברו. און דאס איז א מצב פון סדום ועמורה, עק וועלט! עס האט אויסגעפעלט א דראסטישע טויש, א שטארקע סטעיטמענט, דאס צו ענדיגן.

עס האט זיך אויסגעפעלט צו מודיע זיין די וועלט אז קערפערס פון פרויען און קינדער איז נישט קיין אביעקט פאר מענערישע געברויכן, עס האט אויסגעפעלט צו מאכן שטרענגע סטעיטמענטס און שארפע הודעות, דורך גאר שארף קנס'נען פארלעצער.

האט מען טאקע זייער שארף אפירגענומען די באלעסטיגער און באצווינגער. און עס איז גוט אז מען האט אזוי געטון.

אבער ווי יעדע זאך דרייט זיך די ראד פון גארנישט טון ביז עקסטרעמיזם, און פון לאזן מענער טון מה שלבם חפץ, איז מען געלאפן צו א מצב אז א פרוי קען זאגן אויף א מאן חשדות און אים מסדר זיין אויפן גאנץ לעבן.

פון די עקסטרעם אז א פרוי אדער קינד איז הפקר, איז מען געלאפן צו א מצב אז א מענטש וואס האט א ריינע רעקארד און איז נישט געווען קיין סכנה פארן ציבור האט באקומען הונדערט יאר! פארן טשעפען מיט א מיידל אן קיין אונס, נאר פארן טון די עוולה, יא, עס איז באמת אן עוולה, אבער הונדערט יאר?!

מענטשהייט לויפט פון איין עקסטרעם צום צווייטן.

יעצט, האלטן מיר מיט די טשעקס קראכן ביי די עקסטרעם פון גארנישט טון, און מיט מעלעסטעישאן ביי איבערגעטריבענע עונשים.

לאמיר יעצט מאכן אז מאלעסטערערס באקומען נארמאלע עונשים, געלט שטראפן, ארויפגיין אויף די אוועירנעס ליסטע, נארמאלע טורמע טערמינען, וכדומה. און יא, מזיד'דיגע טשעקס קראכן מוזן אויך צאלן גראבע געלט קנסות. אן ח"ו צוגלייכן די צוויי.

פון לאזן מענער טון צו פרויען וואס זיי ווילן, איז מען געלאפן צו געבן הונדערט יאר פאר א אומלעגאלע, עוולה'דיגע, חזירישיע רילעשאן-שיפ אויף וועלכע מען דארף טאקע געבן א נארמאלע עונש. אבער הונדערט יאר?

פון לאזן פרויען'ס גופים הפקר, איז מען געלאפן צו אן עקסטרעם, ווי א פרוי קען נוצן איר גוף צו אנקלאגן א מאן פאר הונדערט יאר. פון לאזן מאלעסטערס טון וואס זיי וויל, איז מען געלאפן צו אן עקסטרעם פון הונדערט יאר!

און די אלע טיפשים וואס גלייכן צו מאלעסטעישאן צו רציחה, טוט מיר ביטע א טובה, דרייט נישט קיין קאפ, מעלעסטעישאן פאדערט א גאר שטרענגע תגובה, אבער טוט מיר א טובה, עס איז נישט רציחה! רציחה איז נאר רציחה!

און איך בעט אייך, הייבט נישט יעצט אן ציטירן קליינע שטיקלעך, און שרייבן אז איך פארגלייך מעלעסטעישאן צו קראכן טשעקס, נאר כאפט ביטע מיין פוינט.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

לידיעתך איז טשעק קראכען א עבירה וואס מען גייט זיצען דערויף אין קאנטרי, דא אין די קעטסקילס, נאר אין די סיטי זענען זיי נישט שטרענג אויף דעם.

אויב איינער צאלט נישט אן ארבייטער וואס איז אויף פעיראל, איז אויך זייער שטרענג, אפילו דא אין די סיטי.

סא טוה עס נישט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איחוד פעלד האט געשריבן:לידיעתך איז טשעק קראכען א עבירה וואס מען גייט זיצען דערויף אין קאנטרי, דא אין די קעטסקילס, נאר אין די סיטי זענען זיי נישט שטרענג אויף דעם.

אויב איינער צאלט נישט אן ארבייטער וואס איז אויף פעיראל, איז אויך זייער שטרענג, אפילו דא אין די סיטי.

סא טוה עס נישט.

שקויעך .פאר דיין הערה. דאס קומט להוציא מליבן של צדוקים... ווייל ס'איז דא קרומע קעפ וואס וועלן זיך אויפדרונגען פון קופערניקוס' מאמר אז היינטיגע צייטן קען מען קראכן טשעקס אומבאשטראפט. אויף דעם איז דא א באקאנטע מעשה פון ר' מאיר שפירא ז"ל. ער האט אמאל אין א דרשה געוואלט געבן צו פארשטיין פאר'ן עולם וויאזוי דער אמעריקאנער קאפ ארבעט. האט ער פארציילט אז אויף איינע פון זיינע נסיעות וואס ר'איז ארומגעפארן איבער אמעריקע צו זאמלען געלט פאר זיין בארימטע ישיבה האט ער זיך אויפגעהאלטן א לענגערע צייט אין ניו יארק און ר'האט געדאוונט אין זעלבן ביהמ"ד. איין טאג קומט אריין איינער פון די מתפללים זייער פרייליך. זעענדיג דאס רעדל וואס האט זיך געמאכט ארום איהם איז ער צוגעגאנגען צו דעם יוד און פרעגט איהם "לשמחה מה זו עושה"? האט איהם יענער געוויזן דעם נ. י. טיימס וואו ס'שטייט א העדליין אז א וואגן וואס באלאנגט פאר דעם יוד מיט אומלעגאלע בראנפן. האט זיך איבערגעדרייט. די פאליציי איז געקומען און קאנפיסקירט די בראנפן און דער בעה"ב האט געדארפט צאלן א געלט שטראף. פרעגט איהם ר' מאיר. נו. וואס איז די שמחה? האט יענער געענטפערט "ווייל יעצט וועט די גאנצע וועלט וויסן אז ביי מיר קען מען באקומען אומלעגאלע בראנפן".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איחוד פעלד האט געשריבן:לידיעתך איז טשעק קראכען א עבירה וואס מען גייט זיצען דערויף אין קאנטרי, דא אין די קעטסקילס, נאר אין די סיטי זענען זיי נישט שטרענג אויף דעם.

אויב איינער צאלט נישט אן ארבייטער וואס איז אויף פעיראל, איז אויך זייער שטרענג, אפילו דא אין די סיטי.

סא טוה עס נישט.

אוי עס ווערט מיר גוט אונזער טייערער פריינט ר' איחוד האט דערשמעקט מיין ארטיקל, און ער גייט אפלערנען קראכן טשעקס בכל חומר הדין, אט אט וועט זיין נייע חתימה זיין "מי שמקרח טשעק, יכול ללכת לערכאותיהם" מיט עפעס א מראה מקום אין מי יודע ווי. איחוד, לאז געמאך, מיר האבן גענוג רבי הילל קאלאמייערס מיר דארפן אפאר רבי לוי יצחק בארדיטשעווערס.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

די חתימה וועט זיין
מי שמקרח טשעקס שניהן יוצאים קרח מכאן ומכאן.
ואין יושבין עליה (קאפורניקוס)
נאר די חוקי התורה קענען קובע זיין וואס מיינט א געקראכטע טשעק (אוהב דעת).


בדרך אגב, האסט לכאורה שלעכט פארשטאנען וואס איך וויל, חוץ אויב עס האט זיך סתם פארגלוסט א ווערטעל.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איחוד פעלד האט געשריבן:די חתימה וועט זיין
מי שמקרח טשעקס שניהן יוצאים קרח מכאן ומכאן.
ואין יושבין עליה (קאפורניקוס)
נאר די חוקי התורה קענען קובע זיין וואס מיינט א געקראכטע טשעק (אוהב דעת).


בדרך אגב, האסט לכאורה שלעכט פארשטאנען וואס איך וויל, חוץ אויב עס האט זיך סתם פארגלוסט א ווערטעל.

:like :like :like :like :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

א נערוון קראכער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א טשעק קראכער באלאנגט אין תפיסה!!!!!!!!!!
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קופערניקוס האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:לידיעתך איז טשעק קראכען א עבירה וואס מען גייט זיצען דערויף אין קאנטרי, דא אין די קעטסקילס, נאר אין די סיטי זענען זיי נישט שטרענג אויף דעם.

אויב איינער צאלט נישט אן ארבייטער וואס איז אויף פעיראל, איז אויך זייער שטרענג, אפילו דא אין די סיטי.

סא טוה עס נישט.

אוי עס ווערט מיר גוט אונזער טייערער פריינט ר' איחוד האט דערשמעקט מיין ארטיקל, און ער גייט אפלערנען קראכן טשעקס בכל חומר הדין, אט אט וועט זיין נייע חתימה זיין "מי שמקרח טשעק, יכול ללכת לערכאותיהם" מיט עפעס א מראה מקום אין מי יודע ווי. איחוד, לאז געמאך, מיר האבן גענוג רבי הילל קאלאמייערס מיר דארפן אפאר רבי לוי יצחק בארדיטשעווערס.

ס'נישט אז ר' לוי יצחק מ'בארדיטשוב איז נישט געווען א מוכיח. ער איז שוין איינמאל געווען א שטארקער מוכיח. ביים סוף פון הייליגן ספר קדושת לוי איז דא עטליכע סיפורי מעשיות פון זיין יוגנט. ברענגט ער דארט אראפ א מעשה (וואס איכ'ל נישט איבערשרייבן יעצט ווייל ס'איז אן אריכות(. אבער פון דארט קען מען זען אז ר' איז געווען א גרויסער מוכיח. ר'האט געזאגט מוסר ביי יעדע געלעגנהייט.
משגיח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 15, 2012 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

שליחה דורך משגיח »

די עונש געבן זיי נאר פארן מאכן פורים פונעם געזעץ און זאגן ליגענט לויט זייערע באווייזן. וואס זיי האלטן אז מען מוז מיט דעם צוגיין מיטן חומר הדין . אז נישט קען מען נישט פירן קיין לאנד והא ראיה לוי אראן האט נאר באקומען 40 יאר צוליב זיך מודה זיין
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

משגיח האט געשריבן:די עונש געבן זיי נאר פארן מאכן פורים פונעם געזעץ און זאגן ליגענט לויט זייערע באווייזן. וואס זיי האלטן אז מען מוז מיט דעם צוגיין מיטן חומר הדין . אז נישט קען מען נישט פירן קיין לאנד והא ראיה לוי אראן האט נאר באקומען 40 יאר צוליב זיך מודה זיין


פארן "פורים מאכן" און שטערן פון "פירן דאס לאנד" פלעגן די מלמדים שלאגן. א גאנץ יאר מיט א געהעריגע רצועה און די ניין טעג מיט א רצועה קטנה, אבער אריינלייגן א מענטש אין טורמע פאר הונדערט יאר דורך די מכובד'דיגע יוסטיץ סיסטעם?
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

קופערניקוס, איך גיי נישט ציטירן קליינע שטיקלעך, נאר דיין גאנצער תגובה פארגלייכט קראכן טשעקס צו מאלעסטעישאן, אפילו די שרייבסט עטליכע מאל אז די ווילסט נישט צוגלייכן איז אבער דאס אינגאנצן וואס די טוטסט.

פאר א טעראפיסט ווי מען האט געצווינגען צו גייען, און די קינדער האבן זיך נישט געקענט אנקעגן שטעלן. און דער טעראפיסט האט עס אויסגענוצט צו מאלעסטעין אן א שיער קרבנות קומט 103 יאר, אויב מען וואלט אים געגעבן עפעס ווייניגער ווי לעבנסלענגליכע טורמע וואלט דאס געווען א וויי געשריי!
פארשפארט