יאיר האט געשריבן:איך האב זייער ליב פילאזאפיע, אבער נאר ווען עס אין פלאץ. דו מישט אויס מאראלישע ווירדן מיט גלייבן סתם זאכן וואס זענען אינגאנצן נישט מובן על פי שכל.
Give me the benefit of the doubt, will ye?
איך האב א צד אז די איינציגסטע אין אמתדיגע וועג צו פארשטיין די יסוד פין בין אדם לחבירו איז דורך זעהן אין שפירן אז אונזער עכטע מציאות איז איינס. אחדות.
אחדות מיינט בלי גבול. איינמאל מיר וועלן מסכים זיין צו דעם וועלן מיר פארשטיין אז פונקט ווי איך קען מיך מצמצם זיין אין מיך אראפלאזען צו די לעוועל פין מיין 12 יעריג קינד אין באמת פארגעסן פאר א מינוט אז איך בין אן ערוואקסענער, אין מיין קאפ בין איך דעמאלט א קינד. איז אויב מיר וועלן אויך פארשטיין די וועלט פין אן אידיעליזם פערספעקטיוו, אז אלעס איז די mind, קען דאך דער גרויסער אחדות זיך מאנעפסטירען ווי א קינד וואס הייסט מוח אדער ווי א חכם וואס הייסט יאיר.
איז דאך פשוט אז דער אחדות אמיתי קען זיין פושט צורה ולובש צורה.
ok, I know I lost you forever here