לעמאן דזשוס האט געשריבן:קען מיר איינער (נישט די ניק) ערקלערן פארוואס ׳סענדאסקי׳ וואס לפחות צעהן מענטשן האבן מעיד געוועהן קעגן אים...האט נאר באקומען צווישן דרייסיג און זעכציג יאר טורמע
פארוואס האט דשזאדזש קלילענד נישט געהאלטן נייטיג צו שיקן א אזהרה פאר די פוטבאל קאמיוניטי
סענדאסקי, פלאס צעהן עדות, פלאס זיין אראגאנץ און נישט מודה זיין, פלאס פוטבאל קאמיוניטע וואס האבן פארדעקט אינקלאדינג פעטערנאו=צווישן 30-60
וו״ב, -ניין עדות, +קאמיוניטי וואס פירט זיך אוממאראליש=104
קוקט אויס איך קען נישט רעכענען[/quote]
ערשטענס איז אז נ.וו. איז געטשארדזש'ד געווארן מיט 59 טשארדזשעס, ווידעראום Jerry Sandusky איז געווען
30. צווייטענס, ווי
איינער (יא די ניק) האט פריער בארירט, איז
דער חילוק איז וויאזוי די ארומדיגע האבן זיך אויפגעפירט נאכן אורטייל. כאטש איך ווייס אז פען סטעיט עניווערסיטי (Paterno, Spanier, Curley און Schultz) האט - ווען זיי האבען זיך אנפאנג דערזעהן מיט די אומבע'טעמ'טע עסק (מילד גערעדט) - געטראכט\פראבירט צו מאכען א שווייג פונעם גאנצע עסק. אבער איינמאל די שטינק איז ארויסגעקומען האבען זיי זיך גענומען בכל חומר הדין. נאדיר עטליכע ביישפּילען:
וואס האבען מיר געטוהן? און איך רעד שוין לאחר המעשה ווען די גאנצע שטאט האט שוין געשטינקען? האבען די עסקנים, קהילה, מוסדות און מקוה שמיסערס כאטש געשטעלט א וועד צו פעסטשטעלן אויב עס איז אמת? (ענטפער מיר נישט אז זי האט געזאלט גיין צו דין תורה, ווייל אפילו ביזט גערעכט, השתא אז עס שטינקט, נעם די זאך אין די האנט! ווארט נישט ביז עס איז טו לעיט. שריי נישט שפעטער הכזונה.)
ניין! מען האט נאר אלעס אוועק-געמאכט. וויאזוי מאכט מען אוועק אזא ברענענדיגע מעשה? כ'מיין יעדער האט דאך קינדער און די נושא איז קיין דזשוק נישט? זיי נישט געזארגט. מען וועט מערדערן די כאראקטער (
character assassination). מען וועט שרייען
וועמען גלייבסטו? די זונה?! אדער א קדוש וואס האט שוין מחזיר בתשובה צענדליגע\הונדערטער פארלוירענע נשמות?. דאן - צו פארשטארקערען די טענות און כדי זיכער צו מאכען אז קיינער האט נישט קיין מיטלייד, און אז יעדער לאזט די הארץ און מח ביי די מנהיגים און דו טראכט נאר און פיעל נאר ווי מען הייסט - האט מען גענומען די מאמע'ס כאראקטער און אויך דערשאסען:
ווייסט דען נישט? אלע שוועסטערס זענען יענע סחורה! "וואס הייסט" פרעגסטו מיך? וואס הייסט דאס "וואס הייסט"?! איך זאג דיר, בעסער פרעג נישט... שוין, וואס איז דא צו רעדן.און דאס איז נאר געווען די התחלה. דאן איז געקומען די עלילה-75 פאשקאוויל קאמפיין, א פעלד וואס די הייליגע עסקנים האבען שוין צענדליגע יארן עקספיריענס.
אמאל איז עס געווען א קעגענער פון די קהלה, אמאל איז עס געווען די שונאים פון אינעוויינדיג, אמאל איז עס געווען די יחידים וואס ווילען צוברעכן די שטארקע פיערערשאפט (וויאזוי זאגט מען די ווערטער און נישט שפירן ווי א דיקטאטור און קאנטראל-פריעק?), אבער הצד השוה שבהן אז מען מיינט נאר די תורא (נישט קיין טייפאָו) און די באשלעפער (אויך נישט). כולנו למערכה. מהעצט אויף די קהלה, דאן די יונגע אברכים, און דאן אפילו די קינדער אין די מוסדות. דאן גייט די הייליגע מערכה (באמערקט ווי וואס-מער די מעשה שפירט זיך געמיין, אלץ מער ווארפט מען אריין די ווארט הייליג צו פארטייבן די נאטירליכע הרגישה, למען ה'טיעם) ארויס אויף די גאס מיט פאשקעווילען און מוחאות, און האפענטליך פעטש. א.א.וו. איך שטעל דא אפ ווייל ס'רינט שוין צופיעל שפייאכטס.דאן ווארפט מען ארויס די תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא ווייל זייערע עלטערען גייען נישט אין שפאן פון די שיטע (אויך קיין טיפאו) און מען איז באַרעכטיגט דאס מיט
קיינער האט זיי נישט געהייסען און
זיי זענען זיך אליינס שילדיג און
אז איינער איז נישט צופרידען, קען ער ארויסנעמען די קינדער פון די מוסדות. ס'איז פארהאן גענוג אנדערע מוסדות אין שטאט. טאקע?! דאן פארוואס הייסט עטץ די אנדערע מוסדות אין גאנצע שטאט נישט ארייצונעמען די ארויסגעווארפענע?
ווייל מ'דארף זיי לערנען אז מיט אונז פאנגט מען זיל נישט אן (פאר די אלע וואס האבען פריער גאלאמערט איבער די געמיינקייט פון נקמה:
![צומישט :-?](./images/smilies/icon_e_confused.gif)
)
אהה דו האסט געמיינט אז מען איז שוין פארטיג? נישטאמאל נאָנט. יעצט גייט מען אנהייבען מיט די פרנסות. אויך א פעלד וואס די מסירת-נפש'דיגע עסקנים האבען שוין צענדליגע יארן עקספיריענס.
(מסירת-נפש'דיגקייט קומט ווען הייליגקייט פארלירט די גלאנץ. קרעדיט: די הייליגע פראפאגאנדא האַנטבוך מיט א היימישע העכשער.) מען קומט ארויס מיט א נייעם ביזנעס דיירעקטארי.
וואס מאכסטו א גאנצע צימעס? און
יעדער מעג עפענען א געשעפט און
עס איז גארנישט אנדערשט ווי די מחלוקה פון דזשי און דזשי וכדומה. אהה, כ'האב שיער פארגעסן פון די
וועם גייט אן אז די דין תורה האט גע'פסק'נט אז מען טאר נישט עפענען נאך א בוך. איז זיין טאכטער געגאנגען צו א דין תורה? ניין! טא לאז מיך אפ!. עס קומט פאר אזוי אומשילדיג אז עס מיט א געזינטע פארציע רוח שטות קענען מען טאקע פארשטיין דעם ענין בדרך התורא.
אל רייט. איך דארף לויפען אין מקוה. כ'וויל מן-הסתם ממשך זיין נאך די קומענדיגע כוואַליע פון טעראר. א גוט שבת אלע.