יואליש האט געשריבן:איך בין מודה אז איך קען נישט דעם אינגערמאן און זיינע מיטמאכענישן. אפשר איז בעסער צו זאגן אין אדם נתפס על צערו. אבער א רב אלס דרויסענדיגער ברויך ווען פרעגן, וואס גייסטו אויפטוהן מיט די "בייזע" שריט? וויאזוי גייט דאס קינד שפירן אז זיין רייזע מיט חדשים ערווארטונגען איז געקענסעלט געווארן אין די לעצטע מינוט? ועל כולם, האט מען פרובירט מיט א פשוט'ע פארלאנג פון געריכט אז דער פאטער ברויך וויזיטעשאן? די קאורט זאגט אז ניין. און דער פאטער איז גאראנטירט מיט נארמאלע וויזיטעשאן אויב פארלאנגט ער עס אין געריכט.
סאיז נישט נאר די חלק פון ״ אין אדם נתפס ״ מיט דעם ווילסטו כמו פארטיידיגען א מעשה רשע,
די זאגסט דא וואס די רב זאל עם פרעגען, קודם פארשטיי איך אז דער רב איז נישט א דרויסענדיגער ער איז מסתם שוין involved א לענגערע צייט און ער קען מסתם אלע details וואס איך און דו ווייסען נישט , און אדרבה דאס ווייזט אויף די נארמאלקייט פונם אינגערמאן אז ער האנדעלט מיט א רב ער טוט זאכען אדורך געטראכט נישט ווי א חי׳ זיך שלאגען אין די גאס ,
יעצט וועגען די הרגישם פונם קינד ( again איך קען נישט די מעשה ) סאיז יתכן אז דער טאטע האט שוין געלאזט וויסען די מאמע אז ער גייט צוריק האלטען דאס קינד פון גיין אויף ישראל, און די מאמע האט ווייטער געזאגט פארן קינד אז ער פארט יא ( זי וואלט געקענט זאגען פארן קינד די פארסט נישט ״ווייל אזוי וויל איך״ דאס וואלט געווען נארמאל) קומט אויס אז זי האט פוקנט אזא חלק פון צורייסען דאס קינד ( לענ״ד נאך מער פון עם) ווייל זי האט גענוצט דאס קינד אויף א tool ,
דאס איז אלעס מיט דיין הנחה אז די 7 יעריגע קינד ווייסט בכלל עפעס , סאיז יתכן אז ער האט נישט קיין אנונג אז עפעס גייט בכלל פאר און די מאמע האט גארנישט געזאגט פאר די קינד פון פאראויס ווייל זי איז א קלוגע און ערליכע פרוי,
איך האב אבער ליב צו זען, ווי די גאס האט א מיינונג אין זאכען וואס זיי האבען נישט קיין שום ידיעה ,
עטץ טוטס דאס פאר plasure , זיך צו באדן אין יענעמס בלוט , סאיז יתכן אז די טאטע און מאמע זענען צדיקים פארן ביישטיין זייערע טעגליכע ניסיונות, און די אלע שרייבערס דא אין שטיבעל וואס קאכען ארום זענען רשעים!
ביזט אפען צו אזא געדאנק?