הונדערט יאר פאר וועבערמאן רשעות און טפשות ביזן הימל!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:קען מיר איינער (נישט די ניק) ערקלערן פארוואס ׳סענדאסקי׳ וואס לפחות צעהן מענטשן האבן מעיד געוועהן קעגן אים...האט נאר באקומען צווישן דרייסיג און זעכציג יאר טורמע

פארוואס האט דשזאדזש קלילענד נישט געהאלטן נייטיג צו שיקן א אזהרה פאר די פוטבאל קאמיוניטי


ביידע, סענדאסקי און וועבערמאן האבן באקריגן פראקטיש גערעדט לעבנסלענגליכע טורמע, דער חילוק איז וויאזוי די ארומדיגע האבן זיך אויפגעפירט נאכן אורטייל.

איך ווינדער מיך וויפיל יאר דער ריכטער האט צולייגט, וועגן די פאקט אז דער טאטע האט געדארפט שרייבן צוויי בריווען און עס האט אים געהאלפן א מכה!
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

איינער האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:מיר דארפן אנהיין פרעדיגן דעם אמת צו די קינדער מיר לעבן אין א מלכות הרשעה מיט טפשים און קארופטירטירטע פאלעטישנס און ריכטער. מיר דארפן אויפהערן נעמען געלט פון די אמעריקאנער רעגירונג און לעבן אויף זיי. מיר מוזן אנהייבן אויסלערנען די קינדער פראפעסיאנאלע פאכן וואס זיי זאלן קענען מיטנעמען מיט זיך צן ווי זיי וועלן איינטאג וועלן אנטלויפן. דער אמת מוז געזאגט ווערן אונזער קיום דא ווי אזוי דער מצב איז יעצט איז נישט גוט.


יא עס איז טאקע צייט מיר זאלן זאגן פאר אונזער קינדער. צו נישט גנב'ענען אפילו פון די רעגירונג, אפילו מען זעט אז די תלמוד תורה'ס גנב'ענען. נישט מאלעסטעין אפילו עס איז מסורה צו רעפארטן. נישט צו טון גארנישט אנטקעגן דעם געזעץ אפילו די גוים האבן געמאכט די געזעצן. ווייל די מלכות הרשעה, האט גענוג פלאץ אין טורמע, פאר די און דיין רבי מיט זיין ראש הקהל. און וועט נישט מורא אריינצולייגן דארט אלע געזעץ ברעכער. אפילו אויב די גאנצע חרדישן וועלט וועט זיין ברוגז!

פארפאלען אונז לעבן אין א מלכות הרשעה און מען דארף פאלגן! און וועגן די מלכות הרשעה האב איך געזעץ היטער א פרייען לעבן! לאנג זאל לעבן די מלכות הרשעה! און ווי מער מען ווייסט פון די מלכות הרשעה אלס בעסער איז!

אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעו


איך בין אויך א אייניקל פון אכט אוישוויץ פארברענטע, און פערציג פעטערס און מומעס האב איך דארט אנגעוואירן.....

אבער, דער ציטאט דא פון דיר, איז א פאראגראף פון מיין קאמף הראשון...און ליידער בארעכטיגסטו דיין זיידענס טויט

און איך נוץ נישט קיינע נאצי קאודס, און ראסע קארדס, דו טוסט דאס ווען דו רעדסט פון ׳אונז׳ אלס גנבים און באטריגער....
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

רעדענדיג פון די נאצי קארד האב דיר טאקע שוין פריער געוואלט זאגען,

די אזוי אויך באקסקאווער/מח לא שליט/און נאך אפאר ניקס דא זענענן אויסטערליש העפי מיט די מציאות ארום די אישו,

די צושטעל צו היטלער ימ״ש איז אפשר נישט אזוי פאסיג ווייל ער האט געהר׳גט זעקס מליאן אידן עקדה״ש, און דא האט מען גע׳הרג׳ט נאר איין איד עקדה״ש, אבער מיט אנדערע זאכען איז עס הינדערט פארצענט גלייך, ביידע האבן געהאסט/האסן דעם איד צים טויט, ביידער האבן זיך איינגערעדט אז זיי האבן באזיגט דעם באשעפער, און ביידע רעדן זיך איין אז זיי האבן פון היינט מאל אן גייטט מער נישט זיין קיין אידן, היטלער ימ״ש האט געמיינט אז ער האט אויסגעראטען אלע אידן, און דו מיט דיינע חברים רעדן זיך איין אז מען האט אויסגעראטען דעם ערליכען איד,

איך רעד נישט פון די אנקלעגער דא, ווייל זי איז די איינציגסטע וואס טראכט דא צו פארדינענן עפעס נקמה אדער געלט אדער סתם אזוי ריווענטש אדער מעגליך רעליף, איך רעד פון די ניקס ארום און ארום וואס טאנצען צום יוזל פאר גרויס שמחה אז א צווייטער גייט ליידען בשעת זיי פאר זיך האבן קיין שאדען פון דעם מענטש קיינמאל נישט געהאט - אפילו די מעשה וואלט האבן געווען אמת, איך האלט אז עס איז נישט אמת - און זיי גייען גארנישט פארדינענן פון די גאנצע אישו ארום און ארום. זייער איינציגע שמחה איז ריין האס דערביטערקייט און שמעקט מיט נאציזסם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בדחן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

שמעקעדיג האט געשריבן:מען קען טאקע פון זינען אראפגיין צוזעהן די אומבאהאלטענע פרייד פון די ערב רב.
קיין איד, וועלכע זענען רחמנים בני רחמנים, קען זיך נישט פרייען מיט אזא רשעות.
און עס איז נישט קיין סתירה צו רחמנות האבן אויף די מיידל אויך אין די זעלבע צייט.


מען קען פון זינעם אראפגייען פון די וועג וויאזוי מען פייניגט די קרבנות און אונזער קאמיוניטי! די טרערן פון יונגרייז, קרויז, קעלנער און נאך און נאך.

שמעקעדיג, די האסט נישט קיין מאנפאל אויף רחמנות! איך האב רחמנות אויף יעדען באשעפעניש. איך האב זייער רחמנות אויף וועבערמאן אבער ער באלאנג אין טורמע. איך וועל ענדערש רחמנות האבן אויף וועבערמאן פאר 103 יאר ווי פאר נאך איין קרבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איינער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

איינער האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:קען מיר איינער (נישט די ניק) ערקלערן פארוואס ׳סענדאסקי׳ וואס לפחות צעהן מענטשן האבן מעיד געוועהן קעגן אים...האט נאר באקומען צווישן דרייסיג און זעכציג יאר טורמע

פארוואס האט דשזאדזש קלילענד נישט געהאלטן נייטיג צו שיקן א אזהרה פאר די פוטבאל קאמיוניטי


ביידע, סענדאסקי און וועבערמאן האבן באקריגן פראקטיש גערעדט לעבנסלענגליכע טורמע, דער חילוק איז וויאזוי די ארומדיגע האבן זיך אויפגעפירט נאכן אורטייל.

איך ווינדער מיך וויפיל יאר דער ריכטער האט צולייגט, וועגן די פאקט אז דער טאטע האט געדארפט שרייבן צוויי בריווען און עס האט אים געהאלפן א מכה!


סענדאסקי, פלאס צעהן עדות, פלאס זיין אראגאנץ און נישט מודה זיין, פלאס פוטבאל קאמיוניטע וואס האבן פארדעקט אינקלאדינג פעטערנאו=צווישן 30-60

וו״ב, -ניין עדות, +קאמיוניטי וואס פירט זיך אוממאראליש=104

קוקט אויס איך קען נישט רעכענען
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:
איינער האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:מיר דארפן אנהיין פרעדיגן דעם אמת צו די קינדער מיר לעבן אין א מלכות הרשעה מיט טפשים און קארופטירטירטע פאלעטישנס און ריכטער. מיר דארפן אויפהערן נעמען געלט פון די אמעריקאנער רעגירונג און לעבן אויף זיי. מיר מוזן אנהייבן אויסלערנען די קינדער פראפעסיאנאלע פאכן וואס זיי זאלן קענען מיטנעמען מיט זיך צן ווי זיי וועלן איינטאג וועלן אנטלויפן. דער אמת מוז געזאגט ווערן אונזער קיום דא ווי אזוי דער מצב איז יעצט איז נישט גוט.


יא עס איז טאקע צייט מיר זאלן זאגן פאר אונזער קינדער. צו נישט גנב'ענען אפילו פון די רעגירונג, אפילו מען זעט אז די תלמוד תורה'ס גנב'ענען. נישט מאלעסטעין אפילו עס איז מסורה צו רעפארטן. נישט צו טון גארנישט אנטקעגן דעם געזעץ אפילו די גוים האבן געמאכט די געזעצן. ווייל די מלכות הרשעה, האט גענוג פלאץ אין טורמע, פאר די און דיין רבי מיט זיין ראש הקהל. און וועט נישט מורא אריינצולייגן דארט אלע געזעץ ברעכער. אפילו אויב די גאנצע חרדישן וועלט וועט זיין ברוגז!

פארפאלען אונז לעבן אין א מלכות הרשעה און מען דארף פאלגן! און וועגן די מלכות הרשעה האב איך געזעץ היטער א פרייען לעבן! לאנג זאל לעבן די מלכות הרשעה! און ווי מער מען ווייסט פון די מלכות הרשעה אלס בעסער איז!

אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעו


איך בין אויך א אייניקל פון אכט אוישוויץ פארברענטע, און פערציג פעטערס און מומעס האב איך דארט אנגעוואירן.....

אבער, דער ציטאט דא פון דיר, איז א פאראגראף פון מיין קאמף הראשון...און ליידער בארעכטיגסטו דיין זיידענס טויט

און איך נוץ נישט קיינע נאצי קאודס, און ראסע קארדס, דו טוסט דאס ווען דו רעדסט פון ׳אונז׳ אלס גנבים און באטריגער....


ביטע!
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

הדין, איינער

נאכאמאל, ביטע נישט מישן אויבערפלעכליך, איך האב קיינמאל נישט גענוצט א צושטעל פון ׳היטלער׳ דא אהער,

איך וואלט קיינמאל אזאנס געטון


איך האב גענוצט דעם בוך, די פרעדזשידעס, וואס היטלער האט געפיטערט זיינע דייטשע בירגער ערב די האלאקאוסט....
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

לעמאן דזשוס, זעט אויס די האסט נישט געליינט דעם בוך מיין קאמף! אז די גלייכסט צו מיין ערענסטע אינסייד קריטיק צו מיין קאמף.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:
איינער האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:קען מיר איינער (נישט די ניק) ערקלערן פארוואס ׳סענדאסקי׳ וואס לפחות צעהן מענטשן האבן מעיד געוועהן קעגן אים...האט נאר באקומען צווישן דרייסיג און זעכציג יאר טורמע

פארוואס האט דשזאדזש קלילענד נישט געהאלטן נייטיג צו שיקן א אזהרה פאר די פוטבאל קאמיוניטי


ביידע, סענדאסקי און וועבערמאן האבן באקריגן פראקטיש גערעדט לעבנסלענגליכע טורמע, דער חילוק איז וויאזוי די ארומדיגע האבן זיך אויפגעפירט נאכן אורטייל.

איך ווינדער מיך וויפיל יאר דער ריכטער האט צולייגט, וועגן די פאקט אז דער טאטע האט געדארפט שרייבן צוויי בריווען און עס האט אים געהאלפן א מכה!


סענדאסקי, פלאס צעהן עדות, פלאס זיין אראגאנץ און נישט מודה זיין, פלאס פוטבאל קאמיוניטע וואס האבן פארדעקט אינקלאדינג פעטערנאו=צווישן 30-60

וו״ב, -ניין עדות, +קאמיוניטי וואס פירט זיך אוממאראליש=104

קוקט אויס איך קען נישט רעכענען


וואס איז געווען די רעקאציע פון די יוניוועריסטי ווען מען האב זיי געכאפט? און וואס איז געווען רעקאציע פון די חרדישען ציבור נאכן אורטייל?
וויפיל מאל דארף איך דאס איבערשרייבן א קאמיוניטי וואס נעמט שריט, אפילו עס איז נאכן כאפן, האט שוין באקריגן א מעסזעש. א קאמיוניטי וואס נאכן אורטייל פירט זיך די זעלבע, און רודפ׳ט ווייטער די וויקטעם און זייערע פאמיליעס דארף שוין איינמאל א מעסזעש.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

א בחינה פון: שכל העדה יחטא, ועל איש אחד יקצוף.
Under influence
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

איחוד פעלד
און פאר איינער פארגעסט, האט דער עדות פרוי וואס איז געקומען עדות זאגען לטובת הקדש נחמיה, עדות געזאגט אין געריכט אז זי האט זיי אמאהל געטראפען אין קאמפרימייסט פאזישען, דאס הייסט זי איז געזעצען אויף זיין שויס וכדומה. זעהט אויס אז זיי האבען פארגעסען צושפארען דער טיר מיט איינער פין די צוויי שלעסער וואס האבען יא געארבעט אין צייט.


שקרן! די פרוי גליק האט עס קיינמאל געזאגט אין געריכט פונקט פארקערט! נאכן עדות זאגן אז זי איז געשלאפן ביי נחמיה 2 יאר ער האט איר קיינמאל בארירט האט דער פארסעקיוטער געפרעגט ווי א תם איז אמת די האסט געזאגט פאר איינעם אזוי און אזוי האט זי גענטפערט אוסדריקלעך ניין. אכן נודע הדבר איחוד ביזט בלינד און פאלש שותפו של עמלק נחום. נחמיה איז אומשולדיק א נהרג על קידוש השם.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

בארואיגט אייך,

אז די הינט בילט מוז זיין אז די שטיין איז געלונגען.

קוק איבער די פאפירען. מען האט זי נישט סתם געפרעגט א שאלה אין די וועלט אריין.

איר תשובה "ניין" זעהט אויס האט גאר שטארק נושא חן געוועהן ביי דיר. אבער זעהט אויס אז די צוועלעף וואז זענען דארט געזעצען האבען פין דעם "ניין" פארשטאנען אז מען רעדט פין א געלערנטע ניין. נחמיה האט אסאך בעסער געזאגט דער "ניין" ווי זי.

און פארגעס נישט אינזין האבען ביי שמע קולנו, אז די אויבערשטער זאל רחמנות האבען אויף יחוד בן דינה, און שיקען מיליאן דאלאר פאר אללאן דערשאוויץ זאל באווייזען זיינע אותות ומופתים.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

בן תמליון האט געשריבן:
איחוד פעלד
און פאר איינער פארגעסט, האט דער עדות פרוי וואס איז געקומען עדות זאגען לטובת הקדש נחמיה, עדות געזאגט אין געריכט אז זי האט זיי אמאהל געטראפען אין קאמפרימייסט פאזישען, דאס הייסט זי איז געזעצען אויף זיין שויס וכדומה. זעהט אויס אז זיי האבען פארגעסען צושפארען דער טיר מיט איינער פין די צוויי שלעסער וואס האבען יא געארבעט אין צייט.


שקרן! די פרוי גליק האט עס קיינמאל געזאגט אין געריכט פונקט פארקערט! נאכן עדות זאגן אז זי איז געשלאפן ביי נחמיה 2 יאר ער האט איר קיינמאל בארירט האט דער פארסעקיוטער געפרעגט ווי א תם איז אמת די האסט געזאגט פאר איינעם אזוי און אזוי האט זי גענטפערט אוסדריקלעך ניין. אכן נודע הדבר איחוד ביזט בלינד און פאלש שותפו של עמלק נחום. נחמיה איז אומשולדיק א נהרג על קידוש השם.

איחוד, איך האב עס טאקע אויך קיינמאל געהערט. איז דא א מקור?
וכאן הבן (נישט בן-תמליון) שואל: איז שוין דא די געריכט פאפירן צו באקומען?
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

איחוד פעלד האט געשריבן:בארואיגט אייך,

אז די הינט בילט מוז זיין אז די שטיין איז געלונגען.

קוק איבער די פאפירען. מען האט זי נישט סתם געפרעגט א שאלה אין די וועלט אריין.

איר תשובה "ניין" זעהט אויס האט גאר שטארק נושא חן געוועהן ביי דיר. אבער זעהט אויס אז די צוועלעף וואז זענען דארט געזעצען האבען פין דעם "ניין" פארשטאנען אז מען רעדט פין א געלערנטע ניין. נחמיה האט אסאך בעסער געזאגט דער "ניין" ווי זי.


הייסט עס איר האט יא געזען די פאפירן און במזיד געשריבן אפענע ליגנט פארן ציבור אז "די פרוי האט עדות געזאגט זי האט געטראפן וכו"?? וואס איר שרייבט צו פארענטפערן דעם שקר מאכט אייער היפאקריסם און קרומקייט נאך ערגער. אז איר מעגט אייך שעמען וועט נאך זיין א טיטול.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ניין כהאב נישט, איך האב געמאכט א טעות.

אבער דיין כעס איז נאך אלץ נישט בארעכטיגט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עדיטאריעל אין בלאט

בילד

(קרעדיט: נ"וו)
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

יאנקל האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:א בחינה פון: שכל העדה יחטא, ועל איש אחד יקצוף.
פונקט ווי וועבערמאן האט נישט געטארט נוצן דאס מיידעלע ווי א כלי פאר זיינע וואנזיניגע תאוות, אזוי טאר דער ריכטער נישט נוצן וועבערמאן פאר זיין מיסיע

וויזוי פארגלייכסטע ביידע? וואס דער דאדזש האט געטון זעהט יעדער אפען, אבער וואס וו"ב האט געטון איז נאר אן השערה. דו ביזט א גרויליגער עקספערט אין צוזאמענשטעלן פאקטן אזוי אונטערן טיש מיט אזא הויכן אידיש. אזוי מיינסטע מ'וועט דיר נישט קענען אפפרעגען.
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יאנקל, פון היינט און ווייטער שטעל צוזאם "העכערן" טיש, און אין א "נידריגע" אידיש.
Under influence
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

דא איז נישט קיין 2 השערות. איין השערה און איין פאקט.
לגבי דיין אידיש רעד איך אין אלגעמיין, ס'גענוג געווען מיט די קינדישקייט. דיינע מיינונגען האבן נישט מער געוויכט ווי א צווייטנס, רעדיר נישט איין.
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

boxcover האט געשריבן:אפנק"וו

יאיר האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:און איך האב נישט געוויסט אז ז. מ. ליינט מכעט״ר, וואס מען ווערט אלץ נישט געוואר.

איינער קען מיר מפענח זיין די שמות הקדושים?

איך פארשטיי נישט קיין ווארט
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:קען מיר איינער (נישט די ניק) ערקלערן פארוואס ׳סענדאסקי׳ וואס לפחות צעהן מענטשן האבן מעיד געוועהן קעגן אים...האט נאר באקומען צווישן דרייסיג און זעכציג יאר טורמע
פארוואס האט דשזאדזש קלילענד נישט געהאלטן נייטיג צו שיקן א אזהרה פאר די פוטבאל קאמיוניטי


סענדאסקי, פלאס צעהן עדות, פלאס זיין אראגאנץ און נישט מודה זיין, פלאס פוטבאל קאמיוניטע וואס האבן פארדעקט אינקלאדינג פעטערנאו=צווישן 30-60
וו״ב, -ניין עדות, +קאמיוניטי וואס פירט זיך אוממאראליש=104
קוקט אויס איך קען נישט רעכענען[/quote]

ערשטענס איז אז נ.וו. איז געטשארדזש'ד געווארן מיט 59 טשארדזשעס, ווידעראום Jerry Sandusky איז געווען 30. צווייטענס, ווי איינער (יא די ניק) האט פריער בארירט, איז דער חילוק איז וויאזוי די ארומדיגע האבן זיך אויפגעפירט נאכן אורטייל. כאטש איך ווייס אז פען סטעיט עניווערסיטי (Paterno, Spanier, Curley און Schultz) האט - ווען זיי האבען זיך אנפאנג דערזעהן מיט די אומבע'טעמ'טע עסק (מילד גערעדט) - געטראכט\פראבירט צו מאכען א שווייג פונעם גאנצע עסק. אבער איינמאל די שטינק איז ארויסגעקומען האבען זיי זיך גענומען בכל חומר הדין. נאדיר עטליכע ביישפּילען:

וואס האבען מיר געטוהן? און איך רעד שוין לאחר המעשה ווען די גאנצע שטאט האט שוין געשטינקען? האבען די עסקנים, קהילה, מוסדות און מקוה שמיסערס כאטש געשטעלט א וועד צו פעסטשטעלן אויב עס איז אמת? (ענטפער מיר נישט אז זי האט געזאלט גיין צו דין תורה, ווייל אפילו ביזט גערעכט, השתא אז עס שטינקט, נעם די זאך אין די האנט! ווארט נישט ביז עס איז טו לעיט. שריי נישט שפעטער הכזונה.)

ניין! מען האט נאר אלעס אוועק-געמאכט. וויאזוי מאכט מען אוועק אזא ברענענדיגע מעשה? כ'מיין יעדער האט דאך קינדער און די נושא איז קיין דזשוק נישט? זיי נישט געזארגט. מען וועט מערדערן די כאראקטער (character assassination). מען וועט שרייען וועמען גלייבסטו? די זונה?! אדער א קדוש וואס האט שוין מחזיר בתשובה צענדליגע\הונדערטער פארלוירענע נשמות?. דאן - צו פארשטארקערען די טענות און כדי זיכער צו מאכען אז קיינער האט נישט קיין מיטלייד, און אז יעדער לאזט די הארץ און מח ביי די מנהיגים און דו טראכט נאר און פיעל נאר ווי מען הייסט - האט מען גענומען די מאמע'ס כאראקטער און אויך דערשאסען: ווייסט דען נישט? אלע שוועסטערס זענען יענע סחורה! "וואס הייסט" פרעגסטו מיך? וואס הייסט דאס "וואס הייסט"?! איך זאג דיר, בעסער פרעג נישט... שוין, וואס איז דא צו רעדן.

און דאס איז נאר געווען די התחלה. דאן איז געקומען די עלילה-75 פאשקאוויל קאמפיין, א פעלד וואס די הייליגע עסקנים האבען שוין צענדליגע יארן עקספיריענס. אמאל איז עס געווען א קעגענער פון די קהלה, אמאל איז עס געווען די שונאים פון אינעוויינדיג, אמאל איז עס געווען די יחידים וואס ווילען צוברעכן די שטארקע פיערערשאפט (וויאזוי זאגט מען די ווערטער און נישט שפירן ווי א דיקטאטור און קאנטראל-פריעק?), אבער הצד השוה שבהן אז מען מיינט נאר די תורא (נישט קיין טייפאָו) און די באשלעפער (אויך נישט). כולנו למערכה. מהעצט אויף די קהלה, דאן די יונגע אברכים, און דאן אפילו די קינדער אין די מוסדות. דאן גייט די הייליגע מערכה (באמערקט ווי וואס-מער די מעשה שפירט זיך געמיין, אלץ מער ווארפט מען אריין די ווארט הייליג צו פארטייבן די נאטירליכע הרגישה, למען ה'טיעם) ארויס אויף די גאס מיט פאשקעווילען און מוחאות, און האפענטליך פעטש. א.א.וו. איך שטעל דא אפ ווייל ס'רינט שוין צופיעל שפייאכטס.

דאן ווארפט מען ארויס די תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא ווייל זייערע עלטערען גייען נישט אין שפאן פון די שיטע (אויך קיין טיפאו) און מען איז באַרעכטיגט דאס מיט קיינער האט זיי נישט געהייסען און זיי זענען זיך אליינס שילדיג און אז איינער איז נישט צופרידען, קען ער ארויסנעמען די קינדער פון די מוסדות. ס'איז פארהאן גענוג אנדערע מוסדות אין שטאט. טאקע?! דאן פארוואס הייסט עטץ די אנדערע מוסדות אין גאנצע שטאט נישט ארייצונעמען די ארויסגעווארפענע? ווייל מ'דארף זיי לערנען אז מיט אונז פאנגט מען זיל נישט אן (פאר די אלע וואס האבען פריער גאלאמערט איבער די געמיינקייט פון נקמה: :-? )

אהה דו האסט געמיינט אז מען איז שוין פארטיג? נישטאמאל נאָנט. יעצט גייט מען אנהייבען מיט די פרנסות. אויך א פעלד וואס די מסירת-נפש'דיגע עסקנים האבען שוין צענדליגע יארן עקספיריענס. (מסירת-נפש'דיגקייט קומט ווען הייליגקייט פארלירט די גלאנץ. קרעדיט: די הייליגע פראפאגאנדא האַנטבוך מיט א היימישע העכשער.) מען קומט ארויס מיט א נייעם ביזנעס דיירעקטארי. וואס מאכסטו א גאנצע צימעס? און יעדער מעג עפענען א געשעפט און עס איז גארנישט אנדערשט ווי די מחלוקה פון דזשי און דזשי וכדומה. אהה, כ'האב שיער פארגעסן פון די וועם גייט אן אז די דין תורה האט גע'פסק'נט אז מען טאר נישט עפענען נאך א בוך. איז זיין טאכטער געגאנגען צו א דין תורה? ניין! טא לאז מיך אפ!. עס קומט פאר אזוי אומשילדיג אז עס מיט א געזינטע פארציע רוח שטות קענען מען טאקע פארשטיין דעם ענין בדרך התורא.

אל רייט. איך דארף לויפען אין מקוה. כ'וויל מן-הסתם ממשך זיין נאך די קומענדיגע כוואַליע פון טעראר. א גוט שבת אלע.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

שמעקעדיג האט געשריבן:
איינער האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אז ער האט געדארפט באקומען 103 יאר!?

קוקט אויס אז יא. און מעגסט זיך שטארק שעמען דערמיט. עס איז נישט א אידישע מדה.

גערעכט. די אידישע מידה איז כל שנעשה רחמן על האכזרים, לסוף נעשה אכזר על רחמנים (קרעדיט: ר' אלעזר, מדרש תנחומא לפרשת מצורע)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

באקסי, אויב באקומט ער נאר 5 יאר איז מען א "רחמן"? כדי נישט צו זיין א רחמן על האכזרים מוז מען געבן, און "האלטן אז עס קומט אים", גאנצע 103 יאר, און גארנישט ווייניגער?
און ווען ער ווערט שוין יא באשטראפט, מוז מען זיין "פרייליך" ווען מען באשטראפט אים? אז נישט הייסט מען א רחמן?
פארוואס נעמען ענק (דו און נאך 2-3 ניקס) כסדר די אנדערע עקסטריעם ווען מען פרעגט עפעס? נאר שווארץ און ווייס, און גארנישט גרעי אינצווישן?? עטץ זענטס געקומען מיט א גאפל ווען מען האט געטיילט?
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט