ס'איז געווען באשערט...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
קליינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:06 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

ס'איז געווען באשערט...

שליחה דורך קליינער »

א איד רייסט זיך ארויס פון ביהמ"ד און לויפט מיט איין אטעם צום ארבעטס באס, און קוים וואס זיין אטעם ליגט נאך ביי אים, און ממש פאר אים, רוקט זיך דער באס מיט א מאיום'דיגער קרעכץ ארויס און פארט אוועק. דער איד ווערט נישט געפאלן, און מורמלט ארויס די ווערטער:

וואס קען מען טון, ס'איז געווען באשערט...

א אידענע שטייט און קאך און קאכט אפ פיינע נארהאפטיגע עסן פאר די פאמיליע, און אט א בראך, זי איז געווען פארשמועסט און פארטון מיט א העפטיגע טענה'ריי מיט איר'ס א שוועסטער, און... די זופ האט זיך פארברענט. זי ווערט נישט געפאלן, און...

ס'איז געווען באשערט...

אזוי קען מען אנגיין מיט אן א שיעור אזעלכע עפיזאדן, און מיין צייט איז באשרענקט יעצט, ווייל ס'איז באשערט איך זאל ענדיגן עטליכע ענינים ביי מיר אין ביזנעס, אבער מיין פוינט וויל איך ארויסברענגען.

יעדע זאך איז באשערט, ווייל אויב עס האט אזוי פאסירט איז עס געווען באשערט, אבער זאל דער איד אויפשטיין אביסל פריער, אדער זיך נישט פארטונקען אינעם לחיים נאכן דאווענען, און זיין ביים באס אין צייט, וועט "זיין באשערט" אז ער זאל זיין אויף יענעם באס... די זעלבע מיט דער אידענע אין קיך, וואס ווען זי שרייט נישט אן איר שוועסטער און האלט מער קאפ אין טאפ וועט "זיין באשערט" אז זי זאל האבן פיינע געשמאקע יוך פאר איר מאן און פאמיליע.
מיין שרייבן-צייט איז זייער באשרענקט, דעריבער, טו איך נישט איבערליינען, איבערשרייבן, מעקן אדער קארעגירן מיינע ווערק.
סליחה.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ר' אביגדור מיללער פלעגט דאס חזר'ן. אז מ'לייגט א גלאז טיי ביים עק טיש, ס'גיסט זיך אויס, מ'כאפט א ציפ. - דאס איז נישט באשערט, מעשיך ישרפוך
Under influence
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

ס'דא א ווארט פון צדיקים אז די סגולה פון פרשת המן פאר פרנסה ארבעט נאר ווען מען זאגט עס זיבן אזייגער אינדערפרי שוין נאכן דאווענען..
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אויווייייי, יעצט כאפ איך זיך, ס'דורך ג' בשלח, און כ'האב נישט געטוהן די איר-אלטע 11 יאריגע סגולה.
Under influence
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

ס'נאך אין די דריי טעג, קענסטיך נאך מיטטכאפן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

ברסלבער האט געשריבן:ס'דא א ווארט פון צדיקים אז די סגולה פון פרשת המן פאר פרנסה ארבעט נאר ווען מען זאגט עס זיבן אזייגער אינדערפרי שוין נאכן דאווענען..

ס'געווען א מעשה שהיה מיטן ברך משה אין ראדני ווען ער האט געטראפען איינעם עס זאגען צען אזייגער, אקען זיין אז ער האט עס נאכגעזאגט פון א גוטן מקור די שאלה איז פון וועם.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

איינער טרעפט זיין חבר פרעגט ער אים: חזקל האסט דאך געהאט א לאנגע בארד, וואס האט פאסירט? ענטפערט ער מיט א קרעכץ: ס'איז אזוי באשערט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעון וואלף האט געשריבן:איינער טרעפט זיין חבר פרעגט ער אים: חזקל האסט דאך געהאט א לאנגע בארד, וואס האט פאסירט? ענטפערט ער מיט א קרעכץ: ס'איז אזוי באשערט

על כגון דא אמרו: א שיינע בארד איז באשערט,
וי״ג: אז ס׳איז באשערט האט מען א שיינע בארד.

הערה: ברוך השם אז איך בין א חסיד׳ישע יוד וואס רירט נישט צו צום בארד ח״ו.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דיין אוועטער זאגט אז יא...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ריכטיג האט געשריבן:דיין אוועטער זאגט אז יא...

וואס? מיין פארקניפטע קאלטענעס בארד ביסטו מיר שוין אויך מקנא?
פארשפארט