שליחה
דורך איחוד פעלד » מאנטאג יאנואר 28, 2013 8:22 pm
ער האט געקענט בעטען מחילה אהן מודה זיין. זי וואלט עס מן הסתם נישט אנגענומען. אבער די שופט יא. קיין גרויסע שאנסען איז אים נישט געשטאנען צו געווינען דער קעיס. ער האט עס געוויסט. אסאך פין דער לאיערס רעטאריק האט געארבעט אויף דעם אפיעל. זייער מהלך איז געגאנגען, מודה זיין, היו לא תהיה. און איינרעדענדיג וו"מ אז ער האט שאנסען דורך לייקענען האבען זיי באקומען וואס זיי האבען געוואלט. זיי האפען טאקע אז דערשאוויץ וועט אים באפרייען, אבער די אומרעכט וואס זיי זענען באגאנגען קעגען וו"מ זעלבסט, איז גאר גרויס. ווען ער גייט מיט דער מהלך פין מודה ועוזב, וואלט ער ארויס מיט ווייניגער פין צען יאר, וואס ווי שלעכט דאס איז, זעהט מען כאטש דער עק. קיינמאל וועט א מוסד נישט לאזען א מלמד אדער סיי וועלכע פערסאנאל מודה זיין אויף די עבירה. והאראיה עס איז נאך קיינמאל נישט געוועהן .
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).