משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?

שליחה דורך יידל »

און אן ארטיקל אויף הרהורים בלאג שרייבט הרב ארי ענקין אז די מציאות איז היינט אז די "ישיבישע" וועלט פאררעכנט דעם משנה ברורה אלץ פוסק אחרון, און די נישט-ישיבישע וועלט (די מער באלעבאטישע נישט-חסידישע עולם) קוקט ארויף צום ערוך השלחן אלץ פוסק אחרון. הרב ענקין וויל טענה'ן אז פאר'ן ערוך השלחן קומט זיך די משפט הבכורה.

ער הייבט אן מיטן פשוטן הסבר, אז בעת דער משנה ברורה פארנעמט זיך מיט מלקט זיין די לעצטיגע שיטות פון די פוסקים און אחרונים אן מבחין צו זיין אין די יסודות פון זייערע פסקים, טוט דער ערוך השלחן מברר זיין יעדע שאלה פון זיין מקור אין די גמרא און אין די ראשונים. דער פראבלעם פון משנה ברורה, טענה'ט ער איז, אז ווען מ'פרובירט צו געפעלן יעדעם בלייבט מען אויסגעשפילט פון ביידע זייטן... דאס הייסט, דער משנה ברורה וואס פרובירט זיך רעכענען מיט אלע גדולי הפוסקים פון פאר אים, קומט אפט צו צו אבסורדע חומרות וואס זענען אויף קיינעם'ס געדאנק נישט ארויפגעקומען. מה שאין כן דער ערוך השלחן האט זיך זיין אויסגערעכנט מהלך. ער זעט וויאזוי ס'שיינט אים פון די גמרא, ראשונים און די פריערדיגע פוסקים, און על פי זה פסק'נט ער די הלכה.

בשם דעם גרויסן פוסק הרב יוסף אליהו הענקין זצ"ל (שו"ת בני בנים ב, ח) ברענג הרב ענקין נאך אז ער האט אויך אזוי גע'טענה'ט אין פאר די פאלגנע סיבות: קודם כל, דער ערוך השלחן איז ארויסגעקומען הערשט נאכן משנה ברורה, און אין פאקט ברענגט דער ערוך השלחן אפט דעם משנה ברורה'ס שיטה פארן שרייבן זיין אייגענע. נו, איז דאך דער ערוך השלחן א פולקאמער "בתראי" אין פולען זון פון ווארט - האבנדיג געזען וואס דער משנה ברורה שרייבט. צווייטענס, טענה'ט הרב הענקין זצ"ל, איז בעת דער משנה ברורה פארנעמט זיך נאר מיט אורח חיים, דעקט דער ערוך השלחן אלע פיר חלקי שולחן ערוך. די מעלה דערפון איז אז אזוי האבן מיר איין קאנסיסטענט מהלך פון אנהייב ביזן סוף, און מיר דארפן נישט שפרינגען פון איין מהלך אין פסק צו א צווייטע.

נאך א מעלה וואס דער ערוך השלחן האט איבער משנה ברורה, זאגט הרב הענקין זצ"ל, איז אז דער ערוך השלחן געבט זיך פיל מער אפ מיט די הלכה'דיגע יסודות פון די פארשפרייטע מנהגים. און צום לעצט, דער מחבר פון משנה ברורה איז טאקע געווען א גרויסער תלמיד חכם, אבער ער איז למעשה נישט געווען קיין יושב על מדין, א רב וואס דארף פסק'נען שאלות. דער מחבר פוונעם ערוך השלחן, לעומת זה, איז געווען א רב אין דערפאר האט ער מער פארשטאנען וויאזוי זיך צו באנעמען מיט פראקטישע הלכה'דיגע שאלות.

נאך עטליכע אינטערעסאנטע פונקטן וואס הרב ענקין דערמאנט נישט, ווערן ארויסגעברענגט אין די תגובות צום ארטיקל. איין תגובה לויטעט אז דער חילוק צווישן דעם ערוך השלחן אין די משנה ברורה זענען אז דער ערשטער האט באשיינפערליך א "כוח הפסק" וואס נעמט זיל בפשטות פון זיין א שטאט'ס רב און פארשטיין די צורך פון א קהילה, בעת דער חפץ חיים איז געווען באוואוסט מיט זיין יראת ההוראה. און מען זעט טאקע פיל מאל מער דעם אויסדרוק "ובעל נפש יחמיר" אונעם משנה ברורה ווי אין דעם ערוך השלחן. הרב יואל רייך בשם הרב הערשל שעכטער ברענגט אויך ארויס א שטארקע נקודה, נעמליך, דער משנה ברורה איז טאקע נערך געווארן בהדרכת דעם חפץ חיים, אבער א גרויס טייל איז געשריבן געווארן דורך אנדערע. דערפאר קען מען צומאל טרעפן סתירות אין פסק וכדומה. מה שאין כן דער ערוך השלחן האט איין מענטש אליינס געשריבן מהחל ועד כלה.

ביי חסידים איז אויך דער משנה ברורה געווארן אנגענומען אלץ פוסק אחרון, חוץ במקום וואו דער בעל התניא קריגט זיך. דער פראבלעם איז נאר אז אנשטאט לערנען ביידע אין פארשטיין ביידענ'ס שיטה, לערנט מען אין א משנה ברורה "עם פסקי בעל התניא", וואס איז דאך נישט דער בעל התניא'ס חיבור נאר א ליקוט פון זיין חיבור. ווי באוואוסט קען מען דעם שולחן ערוך הרב נישט לערנען אויף איין פיס, אין כל שכן נישט פון א ליקוט בתחתית העמוד.

רעדנדיג פון ליקוטים פון פסקים, איז דא דער פלאץ צו דערמאנען דאס וואס עוז והדר האט געטון בנוגע דעם ערוך השלחן לעומת דעם משנה ברורה. אין זייער מהדורה פון "ערוך השלחן" האבן זיי ארייגעדריקט "פסקי המשנ"ב", ערקלערנדיג אין דעם הקדמה אז היות דער משנה ברורה איז דאל פאררעכנט אלץ פוסק אחרון איז כדאי צו האבען דעם משנה ברורה'ס פסק פאר די אויגן בשעת מען לערנט ערוך השלחן. לענ"ד איז דאס אן עולה נוראה, בפרט נעמנדיג אין באטראכט אז דער ערוך השלחן האט געזען די אלע פסקים און ווען ער האלט זיי גענוג חשוב ברענגט ער זיי פארן געבן זיין אייגענעם פסק, און פיל מאל שפירט ער ניטאמאל פאר וויכטיג צו ברענגען דעם משנה ברורה'ס פסק. יעצט, אז איינער וויל נעמען דעם משנה ברורה אלץ זיין פוסק - ווער קען אים דען אפשטעלן? אבער גיין אריישטופן דעם משנה ברורה פאר איינער וואס וויל זיך באנוצן מיטן ערוך השלחן אין פנים אריין?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
משה זוכמעך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:13 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?

שליחה דורך משה זוכמעך »

א שאד זיין מיה און פלאג, כלל ישראל האט זיך קיינמאל נישט צוזאמגעזעצט דן זיין וועמענס פסקים מען זאל מקבל זיין. דאס איז אן ענין גראד פון הימל אריין אז א מחבר זאל די זכיה האבן אז עס זאל זיין הלכה כמותו, און אנפארטשונעטלי (...) האט דער חפץ חיים דערצו זוכה געווען, נישט דער ערוך השלחן.
טעמפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?

שליחה דורך טעמפא »

חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:כידוע האט דאך דער הייליגער חזון איש געהאלטן אז דער חפץ חיים האט געהאט א געוואלדיגע סייעתא דשמיא, און ווי משה זאגט, פון הימל האט מען למעשה צוגעפירט אז ער זאל ווערן דער פוסק אחרון. ווער קען זיך שלאגן מיט דער השגחה?

זאג'זשע הרב פריעד. איר וואלט געזאגט דאס זעלבע אויף "פסקי תשובות" אדער אדער אויף נטעי גבריאל"?
טעמפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?

שליחה דורך טעמפא »

חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:
טעמפא האט געשריבן:זאג'זשע הרב פריעד. איר וואלט געזאגט דאס זעלבע אויף "פסקי תשובות" אדער אדער אויף נטעי גבריאל"?

זענען דען די צוויי חשוב'ע ספרים נתקבל געווארן ווי פוסקי אחרון?

פיין, כ'וועל אייך דאס נאכגעבן. אבער וואס זאגט איר לגבי "שמירת שבת כהלכתו" פון הרב נויבירט? אפילו אויף אידיש האט מען עס איבערגעזעצט!
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?

שליחה דורך Starbucks »

איך ווייס נישט משנה ברורה אדער ערוך השולחן, ביי מיר אין שטוב איז מיין רעבעצין דער פוסק אחרון. :lol:

סיריעסלי, יש"כ ר' יודל. איטס פעסינעיטינג.
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 2:55 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?

שליחה דורך רואיק »

חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:
טעמפא האט געשריבן:
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:
טעמפא האט געשריבן:זאג'זשע הרב פריעד. איר וואלט געזאגט דאס זעלבע אויף "פסקי תשובות" אדער אדער אויף נטעי גבריאל"?

זענען דען די צוויי חשוב'ע ספרים נתקבל געווארן ווי פוסקי אחרון?

פיין, כ'וועל אייך דאס נאכגעבן. אבער וואס זאגט איר לגבי "שמירת שבת כהלכתו" פון הרב נויבירט? אפילו אויף אידיש האט מען עס איבערגעזעצט!

מ'קען טאקע זאגן אז הרב נויבירט האט זוכה געווען צו א געוואלדיגער סייעתא דשמיא. עס קען אפילו זיין אז עס איז תלוי אין דעם וואס ער האט עוסק געווען אין דעם ענין פון הל' שבת צוליב א צוזאג, איז דאס אים בייגעשטאנען אז זיין ספר איז נתקבל געווארן בכל תפוצות ישראל.
נעם א ביישפיל דעם ספר "עוז והדר לבושה" פון הגאון ר' פסח אליהו פאלק שליט"א וואס איך נתקבל געווארן בכל תפוצות ישראל, און מ'קען אפילו זאגן אז דער ספר איז אנגענומען געווארן אלץ פוסק אחרון בעניני צניעות.


פארגעס נישט די קינג דשעימס בייבל.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?

שליחה דורך געפילטע פיש »

חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:נעם א ביישפיל דעם ספר "עוז והדר לבושה" פון הגאון ר' פסח אליהו פאלק שליט"א וואס איך נתקבל געווארן בכל תפוצות ישראל, און מ'קען אפילו זאגן אז דער ספר איז אנגענומען געווארן אלץ פוסק אחרון בעניני צניעות.

ווייל אזוי האבן די לערערענס און פריציבעלס מחליט געווען? ס'נישט קיין קונץ מלקט צו זיין אלע חומרות בעניני צניעות אין אריין לייגן אין א ספר. פליז, מאך עם נישט פאר קיין פוסק אחרון נאר וועגען אפאר סקולס הייסן ליינען זיין ספר, כ'וויל נישט מ'זאל נעמען אלע מיינע באבעס אין אריין שליידערען אין גיהנום אין אויפקאכן זייערע "אויפגעדעקטע" איברים.
[NAMELESS]

Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין ליטא איז ערוך השולחן געווען פיל שטערקער, רבי משה פיינשטיין האט גע'פסקט פון ערוך השלחן און אזוי רוב גדולי ליטא. אויך האט מען אין ליטא שטארק געקוקט אויפן חכמת אדם און אויפן מעשה רב וואס שרייבט מנהגי הגר"א.
דער חזון איש האט שטארק מחזק געווען אז משנה ברורה איז פוסק אחרון. און די פאקט איז אז דער חפץ חיים איז גווען מער נערץ ונקדש ווי דער ערוך השלחן און זיין ספר איז מער נתקבל געווארן בדורות האחרוניםץ
אין בריסק האט מען מחמיר געווען לויט יעדן מחמיר, און בעיקר לויט וואס דער בריסקער רב האט זיך נוהג געווען.
אין חסידישע מקומות האט מען געפאלגט דעם שולחן ערוך הרב, אין געוויסע פלעצער ווי סיגוט האט מען געקוקט וואס דער דרך חיים לבעל חוות דעת פסקנט, אין געוויסע פלעצער ווי גאליציע איז געוען דער פרי מגדים דער פוסק אחרון. דער קיצור שולחן ערוך איז געווען זייער שטארק אנגענומען אין אונגארן און אנדערע פלעצער ביי המון עם.
אין אסאך חסידישע פלעצער האט מען נאר געקוקט אין מחזור דברי יואל אדער די מנהגי החצר, לוח דבר בעתו וכדומה לפי מנהגי החצר.
עס איז שווער צו זאגן ווער עס איז דער פוסק אחרון ווייל אין הלכות ניטל איז קלאר אז נטעי גבריאל האט די אויבערהאנט, הלכות נדה קוקן די נשים צדקניות אין רבי יואל הערשנס בית נאמן בישראל וכו'
[NAMELESS]

Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?

שליחה דורך [NAMELESS] »

קודם פאר אלעס דארף מען וויסען וואס מיינט א "פוסק אחרון", וויאזוי ווערט מען א פוסק אחרון, ווי שטייט געשריבן הלכות פוסק אחרון, אין וועלכע דור ווערט די חתימת תקופת הפוסק אחרון'ס, לפי שיטת החזון איש למשל איז דער משנה ברורה געווען דער פוסק אחרון, לפי ר' חיים נחום'ן אונזערער איז עס דער חזון איש, פון קופערניקעס כתבים ווידער איז משמע אז ער האט א קלער אויפן מחזור דברי ויואל משה.

בכלל איז אויך שטארק וויכטיג צו וויסען אויב איינער דא ווערט זיך א שיינער טאג א 'פוסק אחרון', איז וואס איז דער דין מיט זיינע הכרעות אין הלכה וואס ער האט געשריבן פאר ער איז בא'פוסק פאר'אחרון'ט געווארן, האט עס א דין ווי א חזו"א אין בני ברק אדער ווי סתם א ערוך השלחן/משנה ברורה'לע לפי שיטת קצת אחרונים דא אז זיי זענען נישט קיין פוסק אחרון'ס.

נאך וויכטיגער איז חוקר צו זיין אז אויב איינער לערענט אדורך א הילכתא אין אים קומט אויס קלאר ווי די פוסקים וואס קריגען למשל אויפן משנה ברורה, צי ווערט דער למדן בשעת מעשה לפי שעה א 'פוסק אחרון' אדער בלייבט ער א ראשון בלי מנוס און ס'העלפט נישט קיין פודינו ומצילנו מעולם הוא וכו' וכו'.

וצע"ג ומצווה ליישב.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?

שליחה דורך דולה ומשקה »

א דאנק הרב יידל פאר דעם אינטרעסאנטען נושא אין גיט אראפ געלייגט, אבער מציאות הדברים, איז דער משנה ברורה מער אנגענומען, דאס קומט צוליב וואס דער ערוך השלחן שרייבט לפעמים אין געוויסע הלכות זייער לקולא, הגם ער ארבעט זיי אויס מצד הלכה נישט מצד השקפה, האט אבער דאך די "מנהג המדינה געטוהן אנדערש, אין ס'האט אריינגעברענגט א אנדערע קוק אויף דעם ערוך השלחן.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

דער ערוך השלחן ווערט געניצט ווען מ'דארף אים... דער סאטמארער רב ברענגט אים אין די תשובה פון שיעור מחיצה, און דער חזון איש ברענגט לגבי די שאלה פון כשרות הבאפעלו.
עס איז א קינדערישקייט צוצוגלייכן די 2 חיבורים, אדער אפילו זיי אריינשטעלן אין אין איין שאנק
דער חפץ חיים האט זיך געמוטשעט 28 יאר אויף זיין חיבור און בדרך כלל איז עס מזוקק שבעתיים
דער למדן און בעל הבית טרעפן זיך דארט דאס פלאץ צוגלייך (א חידוש פאר זיך).
כמעט יעדע סוגיא בעניני מועד ווערט דארט בארירט מיט א בריייטקייט און עמקות מלא חידושים אמיתיים על דרך האמת.
משא"כ דער ערוך השלחן וועט יעדער בי בר רב דחד יומא באמערקן ווי ס'איז געשלאגן מיט קרומקייטן, מאדנעקייטן, און קרויאזקייטן, אין יעדן סימן. און אן אומפאר4שטענדליכע אויבערפלעכליכקייט באגלייט דעם גאנצן ספר פון דעקל צו דעקל, וכבודו במקומו מונח.
אדרבה לערנט גוט אדורך איין סימן אין שו"ע אנגעהויבן פון די גמ' בעיון ובעמל און דערנאך עפענט אן ערוך השלחן, בדוק ומנוסה עשרות פעמים.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

שו"ת משנה הלכות חלק י סימן יט
(בתשובה להג"ר יהודה הרצל הנקין, נכד הפוסק המפורסם הרב יוסף אליהו הנקין ז"ל)
בסימן ו' הביא שם לפסוק כערוך השלחן נגד המשנה ברורה בענין... וכתב דשמע מהגמו"ז זצלה"ה שגדול כחו בהלכה יותר מהמשנה ברורה ובמקום שחולקין יש לפסוק כהערוך השלחן, ובשם רב אחד כתב עוד דהערוך השלחן מביא דברי המ"ב א"כ הו"ל בתראי נגד המ"ב, ולפענ"ד ההלכה כמ"ב חדא דהמ"ב הוא גברא דמרי סייעא ונתקבלו דבריו בתפוצות ישראל והשנית... ועוד בו שלישיה דהערוך השלחן לא מביא שום ראי' נגד המחצית השקל והקצש"ע ושאר האחרונים שפסקו... אלא כתב שאינו רואה שום טעם להרוצים להחמיר... אבל הרי שאר הפוסקים ראו טעם לשבח לאסור... וא"כ אפילו אם נחמיר כעה"ש נגד המ"ב אבל להקל מאן ספוק בכל מקום בדרך כלל.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:דער ערוך השלחן ווערט געניצט ווען מ'דארף אים... דער סאטמארער רב ברענגט אים אין די תשובה פון שיעור מחיצה, און דער חזון איש ברענגט לגבי די שאלה פון כשרות הבאפעלו.
עס איז א קינדערישקייט צוצוגלייכן די 2 חיבורים, אדער אפילו זיי אריינשטעלן אין אין איין שאנק
דער חפץ חיים האט זיך געמוטשעט 28 יאר אויף זיין חיבור און בדרך כלל איז עס מזוקק שבעתיים
דער למדן און בעל הבית טרעפן זיך דארט דאס פלאץ צוגלייך (א חידוש פאר זיך).
כמעט יעדע סוגיא בעניני מועד ווערט דארט בארירט מיט א בריייטקייט און עמקות מלא חידושים אמיתיים על דרך האמת.
משא"כ דער ערוך השלחן וועט יעדער בי בר רב דחד יומא באמערקן ווי ס'איז געשלאגן מיט קרומקייטן, מאדנעקייטן, און קרויאזקייטן, אין יעדן סימן. און אן אומפאר4שטענדליכע אויבערפלעכליכקייט באגלייט דעם גאנצן ספר פון דעקל צו דעקל, וכבודו במקומו מונח.
אדרבה לערנט גוט אדורך איין סימן אין שו"ע אנגעהויבן פון די גמ' בעיון ובעמל און דערנאך עפענט אן ערוך השלחן, בדוק ומנוסה עשרות פעמים.

אנטשולדיגס, אבער האקט נישט אין קאפ.
מפני כבודו של החפץ חיים והתקבלות חיבורו בכלל ישראל וועל איך נישט ארויסשרייבען וואס איך האב צו זאגען אין דעם געביט עד הסוף, אבער איך האב געהאט ערנסט א קלער אז איר האט זיך פארמישט און מחליף געווען די נעמען ערוך השולחן מיט משנה ברורה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

לעיקוואוד האט אנגערירט א האקעלע נקודה ביי מיר. איך וויל שוין פון לאנג וויסן וואס עס איז דער יחוס פון משנה ברורה מער ווי למשל פסקי תשובות.
האדם לא נברא אלא להתענג
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

לעיקוואד האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:דער ערוך השלחן ווערט געניצט ווען מ'דארף אים... דער סאטמארער רב ברענגט אים אין די תשובה פון שיעור מחיצה, און דער חזון איש ברענגט לגבי די שאלה פון כשרות הבאפעלו.
עס איז א קינדערישקייט צוצוגלייכן די 2 חיבורים, אדער אפילו זיי אריינשטעלן אין אין איין שאנק
דער חפץ חיים האט זיך געמוטשעט 28 יאר אויף זיין חיבור און בדרך כלל איז עס מזוקק שבעתיים
דער למדן און בעל הבית טרעפן זיך דארט דאס פלאץ צוגלייך (א חידוש פאר זיך).
כמעט יעדע סוגיא בעניני מועד ווערט דארט בארירט מיט א בריייטקייט און עמקות מלא חידושים אמיתיים על דרך האמת.
משא"כ דער ערוך השלחן וועט יעדער בי בר רב דחד יומא באמערקן ווי ס'איז געשלאגן מיט קרומקייטן, מאדנעקייטן, און קרויאזקייטן, אין יעדן סימן. און אן אומפאר4שטענדליכע אויבערפלעכליכקייט באגלייט דעם גאנצן ספר פון דעקל צו דעקל, וכבודו במקומו מונח.
אדרבה לערנט גוט אדורך איין סימן אין שו"ע אנגעהויבן פון די גמ' בעיון ובעמל און דערנאך עפענט אן ערוך השלחן, בדוק ומנוסה עשרות פעמים.

אנטשולדיגס, אבער האקט נישט אין קאפ.
מפני כבודו של החפץ חיים והתקבלות חיבורו בכלל ישראל וועל איך נישט ארויסשרייבען וואס איך האב צו זאגען אין דעם געביט עד הסוף, אבער איך האב געהאט ערנסט א קלער אז איר האט זיך פארמישט און מחליף געווען די נעמען ערוך השולחן מיט משנה ברורה.

צוויי דריי עקזאמפלען וואלטען צוניץ געקימען דא.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

יקירי שליט"א, אין דרכי לבוא בויכוחים כי הבדל הדעות יש‬ להם גורמים מוקדמים של רבות בשנים ואין בכח של ראי' לשנות, כי כל ראי׳ יש לה מסילות רבות, לכן מונח קיים אצלי למנוע מלהשיב. (קו"א חזו"א)‬
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

יאיר האט געשריבן:לעיקוואוד האט אנגערירט א האקעלע נקודה ביי מיר. איך וויל שוין פון לאנג וויסן וואס עס איז דער יחוס פון משנה ברורה מער ווי למשל פסקי תשובות.

שאל פעם ר’ לייב, בנו של ה”חפץ חיים” את אביו: “אבא, האם ידעו ויבינו בני הדור הלומדים כמה יגיעות יגעת וכמה עמל ותלאה השקעת בעבודתך בכל סימן וסימן?.
השיב לו אביו: “וכי מה אכפת לי אם לא יהללו אותי ואם לא יבינו להעריך את עבודתי ולהכיר לי טובה על כך? מה בכך? האם כדי שיחזיקו לי טובה אני עמל? הלא כל מגמתי היא לכבוד ה’ - והוא רואה בעמלנו”. (”החפץ חיים חייו ופעליו”, עמ’ ר”ט)
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

מיץ תפוז,
איך האב נישט געזאגט אז איך זע נישט די ארבעט וואס דער חפץ חיים האט אריינגעלייגט, איך זאג נאר אז איך זע נישט אז זיין חיבור זאל זיין אזויפיל בעסער ווי פסקי תשובות. דער פסקי תשובות האט אויך אריינגעלייגט א געוואלדיגע יגיעה ביז עס איז ארויסגעקומען א דבר השלם.
האדם לא נברא אלא להתענג
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ביסט הונדערט פראצענט גערעכט, און דער פסקי תשובות איז היינט דער פוסק אחרון.

כדי צו פארשטיין וואס מיינט פוסק אחרון: ווען איינער האט א שאלה, און ער איז גענוג תלמוד חכם צו קוקן אין א ספר און וויסן וואס צו טוהן, איז פאר די קריג געוועהן דער סדר אז מען האט ארויסגע'פסק'נט פין שו"ע, דאס הייסט מען האט געקוקט אין מג"א, און אזוי האט מען געטוהן, וכן ביו"ד, האט מען געקוקט אין ש"ך און אזוי האט מען געטוהן, איך קען אויף דעם ברענגען ראיות פון מנהגים פון אמאהל וכו'.

נאך דער מלחמה, אפשר אביסל פריער, איז דער משנה ברורה געווארן דער פוסק אחרון, דארט האט מען געקוקט און אזוי האט מען געטוהן. עס קען זיין אז חסידים האבן נישט געטוהן וואס ער ברענגט בשם הגר"א, און מען האט אכטונג געגעבן אויף זיינע הכרעות טאמער האט ער גע'פסק'נט ווי איין שיטה צוליב דער גר"א, אבער מען קען זאגן אז רוב בנין ומנין פון אשכנזים האבן גענוצט דעם משנה ברורה ווי א האנט ביכל, און וואס מען האט געוואלט וויסן האט מען דארט אריין געקוקט און אזוי געטוהן.

לגבי דעם ערוך השלחן, קען זיין אז געוויסע גדולים און תלמידי חכמים וואס האבן פארשטאנען מער, און האבן געוואוסט ווי אזוי מען לערנט אים אפ, האבן אים מער ליב געהאט און האבן געפסק'נט ווי אים, אבער דאס איז נישט געוועהן וואס דער רוב האט געטוהן.

לגבי דער חילוק פון משנה ברורה און ערוך השלחן איז אזוי. דער משנה ברורה איז א מלקט, ער ברענגט פון אחרונים, די ליסטע איז געדריקט אין דעם אנהייב פונעם ספר, ער ברענגט פון אלע, הן חסידים ליטאים אשכנזים וכו'. דאס מאכט אים פאר א עניו, איינער וואס שרייבט נישט גאנצע ספרים נאר צו קענען שרייבן וואס ער האלט. ער שרייבט מיט דרך ארץ אויף יעדעם איינעם, אוודאי קען ער זיין מחולק מיט איינעם, אבער מיט דרך ארץ און עניוות. דער סארט שרייבן איז זייער אטראקטיוו פאר "יעדעם איינעם". אונז ווייס מיר ווי פיינט אונז האבן אויסצוהערן איינער וואס איז נישט נוהג כבוד צו יענעמ'ס שיטות...... :oops: :oops: :oops:

דער ערוך השלחן, איז אבער דער היפוך. ער איז מלא אני ואפסי. לא מיבעי' איז ער נישט נוהג כבוד צו קיין אחרונים, קען ער מכריע זיין פארקערט פין מחבר און דער רמ"א, ווייל "ער" האלט פארקערט, ועוד ועוד. ריינע ליטווישע ווארע. קיין גרויס כבוד און הערצה קומט נישט פון א געשרייבעכץ כעין זה.

פאר דעם סיבה איז דער ערוך השלחן נישט אנגענומען געווארן. איך געדענק איך פלעג אלץ אינגל לערנען מיט מיין טאטע ערוך השלחן, אונז האבן אדורך געלערנט גאר אסאך סימנים. אלץ איז אויסגעקומען ווי ער קריגט אויף אנדערע מיט א שטארקייט און א פעסטקייט. קען זיין אויף מיר האט עס געהאט א שטארקע השפעה...............

און צום שלוס: דער פסקי תשובות איז גאר א שטארק ספר, מער ווי איין מאל רעדענדיג מיט גאר אסאך מורה הוראות, איז מיר אויסגעקומען אז זיי נוצען עס גאר אסאך. א מורה הוראה דארף זיין היבש נאריש נישט צו קוקן דארט, ווי ער טוט אלץ אדורך מיט א קלארקייט, הלכות וואס זענען שווער און נישט קלאר טוט ער אדורך פין די גרעסטע פוסקים ביז די קלענסטע, מברר די שיטות, אזוי אז יעדער האט א בענעפיט פון דארט קוקן.

דער פסקי תשובות איז אויך א עניו, שרייבט אלעס מיט דרך ארץ אויף יעדעם איינעם, און איז מסכם צווישן יעדעם. אביסל דארף מען ליידן פין זיין ביאלא זיידע, אבער אויסער דעם איז ער גאר גוט. און נאך אביסל איז ער דער פוסק אחרון, ווען איינער גייט וועלן וויסן א פסק וועט ער דארט קוקן.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

יאיר האט געשריבן:מיץ תפוז,
איך האב נישט געזאגט אז איך זע נישט די ארבעט וואס דער חפץ חיים האט אריינגעלייגט, איך זאג נאר אז איך זע נישט אז זיין חיבור זאל זיין אזויפיל בעסער ווי פסקי תשובות. דער פסקי תשובות האט אויך אריינגעלייגט א געוואלדיגע יגיעה ביז עס איז ארויסגעקומען א דבר השלם.

למה נקרא שמו 'יאיר' מפני שמאיר עיני חכמים
צר לי מאוד ולמשמע אוזן דאבה נפשי אז אזא באגאאבטער שרייבער זאל פרעגן אזא שאלה
דער משנה ברורה איז א טיפער ספר יסוד פרי עמלו מאחד מן הגדולים בדורו דור דעה וסמכו עליו כל גדולי דורו כהגר"ח והגרי"א, ולאחריו כהחזו"א הגרח"ע, בליווי יראתו הקודמת לחכמתו המפורסם, און אומאויפהערליכער יגיעה עצומה פון צענדליגער יארן.
ביאור הלכה איז א מבהיל'דיגער לומדישער ווערק און אין געוויסע זינען טראגט עס רעוועלוציאנערישע ווירדן פון אסיקא שמעתתא אליבא דהילכתא באופן יוצא מן הכלל ומקום הניחו לו מן השמים להתגדר בדיני מועד והמסתעף וכמה פעמים פתח שערי אורה במקום שלא דשו בו אחרים.
דער פסקי תשובות איז א שיינער ליקוט, מלאכת מחשבת פון א וואוילער יונגערמאן א בנש"ק מיט א גוטע סטעף, (וי"א שספר זה הוא בגדר ספר שאינו מוגה ואסור להחזיקו הביתה, והטעותים בסברא, ובציון, ובהעתקה, ובהבנה, המה למאות ולאלפים וכמה פעמים מצינן בין העלים אביזריהו של גילו פנים בתורה שלא כהלכה).
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נאך אביסל גייט מען שרייבן, "ומי לנו גדול ממרן בעל פסקי תשובות שישב על כל טיפת דיו ז' נקיים ויגע בדם לבבו הטהור להוציא מתחת ידו חיבור מנופה ומתוקן מכל שיג ושיח וכל נגע ומחלה, ומי יבא אחרי המלך להרהר אחרי הפוסק אחרון שכל רז לא אניס ליה ואסור לחלוק עליו והשומע יונעם ותבא עליו ברכת טוב וההיפך בהיפך וד"ל ודו"ק."
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

מען קען קאמפערן דעם פסקי תשובות צו דעם חלק "משנה ברורה", און דאס אויך מיט רעזערוואציעס ווייל דער פ.ת. איז שטארק ביזי מיט מנהגים וכד' על חשבון ההלכה, ממילא הלכה מענטשן האבן אביסל ווייניגער הנאה, אבער דאך.
משא"כ צו דעם חלק פון ביאור הלכה, דהיינו בירורים עמוקים מיוסדים מהגמרא וגדולי הראשונים, אין דעם אספעקט איז אפילו נישטא קיין מעטש.
והוא הדין נמי לגבי דאס מברר זיין א שאלה און מכריע זיין הלכה כדברי מי, איז אויך עפעס וואס דער משנה ברורה טוט כאחד האחרונים הפוסקים, משא"כ דער פ.ת.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאס אוועקמאכן די ארבעט וואס ליגט אינעם משנה ברורה דאס קען נאר איינער וואס לערנט מ"ב אן די ביאור הלכה, פסקי תשובה קומט נישט מיין איך מיט קיין ביאור הלכה... ודי בזה.

דאס זעלבע מיטן ערוך השולחן, ווען איינעם דאכט זיך צו פארמעסן מיט זיין ארבייט זאל קודם זיך קלויבן די קלענסטע און גרינגסטע סימן אין ד' חלקי און שרייבן אן ערוך השולחן דעראויף, ס'שווער צו גלייבן אז איינער בדורינו, אין א וועלט אן צייט און קאפ ווי אמאל, זאל איינער קענען פארפאסן א חיבור אפילו קרוב לזה.

וועגן 'פוסק אחרון', דאס איז שוין א שמועס פאר זיך, ווי שוין מבואר למעלה שם ושם.
פארשפארט