משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

יאיר האט געשריבן:נאך אביסל גייט מען שרייבן, "ומי לנו גדול ממרן בעל פסקי תשובות שישב על כל טיפת דיו ז' נקיים ויגע בדם לבבו הטהור להוציא מתחת ידו חיבור מנופה ומתוקן מכל שיג ושיח וכל נגע ומחלה, ומי יבא אחרי המלך להרהר אחרי הפוסק אחרון שכל רז לא אניס ליה ואסור לחלוק עליו והשומע יונעם ותבא עליו ברכת טוב וההיפך בהיפך וד"ל ודו"ק."

האלט איר טאקע אז כלל ישראל איז אזוי נאריש?!! צו ווייסט איר נישט אז דער שומר ביים טיר פון בית מדרש פון ר' גמליאל שטייט נאך דארט און פארטיילט די זיץ פלעצער אין די היסטאריע ביכער איש איש כפי מהללו.
כלל ישראל האט א 70 מעשער זיפ און זייערט דורך אירע כאראקטערן און פלאצירט זיי לויט זייער אמת'ע עהרע.
דער שאגת ארי' כערכו הרמה, און דער שארפער תלמיד חכם אין שטאט מיץ וואס האט מקנא געווען דאס רבנות און האט אפגעפרעגט די שבת הגדול דרשה פון שאגת ארי', פאר אים האט מען אויך אוועקגעלייגט א שטיל, ער איז געבליבן גערעכט, און אויף זיין קבר וואקסט אומגעשניטענע גראז, און אויפ'ן מציבה איז אויסגעקריצט פה נטמן איש צודק.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:מיץ תפוז,
איך האב נישט געזאגט אז איך זע נישט די ארבעט וואס דער חפץ חיים האט אריינגעלייגט, איך זאג נאר אז איך זע נישט אז זיין חיבור זאל זיין אזויפיל בעסער ווי פסקי תשובות. דער פסקי תשובות האט אויך אריינגעלייגט א געוואלדיגע יגיעה ביז עס איז ארויסגעקומען א דבר השלם.

למה נקרא שמו 'יאיר' מפני שמאיר עיני חכמים
צר לי מאוד ולמשמע אוזן דאבה נפשי אז אזא באגאאבטער שרייבער זאל פרעגן אזא שאלה
דער משנה ברורה איז א טיפער ספר יסוד פרי עמלו מאחד מן הגדולים בדורו דור דעה וסמכו עליו כל גדולי דורו כהגר"ח והגרי"א, ולאחריו כהחזו"א הגרח"ע, בליווי יראתו הקודמת לחכמתו המפורסם, און אומאויפהערליכער יגיעה עצומה פון צענדליגער יארן.
ביאור הלכה איז א מבהיל'דיגער לומדישער ווערק און אין געוויסע זינען טראגט עס רעוועלוציאנערישע ווירדן פון אסיקא שמעתתא אליבא דהילכתא באופן יוצא מן הכלל ומקום הניחו לו מן השמים להתגדר בדיני מועד והמסתעף וכמה פעמים פתח שערי אורה במקום שלא דשו בו אחרים.
דער פסקי תשובות איז א שיינער ליקוט, מלאכת מחשבת פון א וואוילער יונגערמאן א בנש"ק מיט א גוטע סטעף, (וי"א שספר זה הוא בגדר ספר שאינו מוגה ואסור להחזיקו הביתה, והטעותים בסברא, ובציון, ובהעתקה, ובהבנה, המה למאות ולאלפים וכמה פעמים מצינן בין העלים אביזריהו של גילו פנים בתורה שלא כהלכה).

קודם א ייש"כ פאר די ווארעמע קאמפלימענטן.
עס איז אמת אז דער משנה ברורה איז א ספר יסוד, און איך האב היבש איבערגעטריבן מיט'ן עס מדמה זיין צום פסקי תשובות, אבער למעשה גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס אין געוויסע קרייזן איז דער משנה ברורה ממש כתורה מסיני. שווער צו זאגן אז די סיבה איז ווייל עס איז א מבהיל'דיגע לומדישע ווערק און עס איז לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא. איך מיין אז שולחן ערוך הרב, לדוגמא, שטייגט איבער דעם משנה ברורה פיל מער סיי אין לומדות אין סיי אין אסוקי שמעתתא, און איך מיין נישט חלילה צו מגרע זיין פונ'ם משנה ברורה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

יאיר האט געשריבן:

אם כנים זענען מיר אויפ'ן זעלבן בלעטל....
אני מאמינ'ס איז נאר 13, און אלעס וואס ווערט צו געלייגט איז אמונה טפילה.
ואת והב בסופה אמרו קידושין ל' ב'.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:מען קען קאמפערן דעם פסקי תשובות צו דעם חלק "משנה ברורה", און דאס אויך מיט רעזערוואציעס ווייל דער פ.ת. איז שטארק ביזי מיט מנהגים וכד' על חשבון ההלכה, ממילא הלכה מענטשן האבן אביסל ווייניגער הנאה, אבער דאך.
משא"כ צו דעם חלק פון ביאור הלכה, דהיינו בירורים עמוקים מיוסדים מהגמרא וגדולי הראשונים, אין דעם אספעקט איז אפילו נישטא קיין מעטש.
והוא הדין נמי לגבי דאס מברר זיין א שאלה און מכריע זיין הלכה כדברי מי, איז אויך עפעס וואס דער משנה ברורה טוט כאחד האחרונים הפוסקים, משא"כ דער פ.ת.

אמת אז קיין ביאור הלכה איז נישטא אין פסקי תשובות, אבער דו האלטסט אז דער פסקי תשובות וואלט נישט געקענט מכריע זיין און שרייבן ווהדעת נוטה כבעל משנה ברורה, ובעל נפש יחמיר לשיטת שו"ע הגר"ז?
האדם לא נברא אלא להתענג
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

לדעתי איז דער ביאור הלכה דער שוואכער חלק פין משנה ברורה.

שוואך, און נישט קיין גרויסע לומדות, אפאר דיוקים דא און דארט, גארנישט משוגע צו ווערען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

קיין גרויסע לומדות איז טאקע נישטא (ומהאי טעמא קשה לי על בעל מיץ תפוזים שהגדיר את המשנה ברורה בזה"ל 'געוואלדיגע לומדות' עכ"ל), אבער איך אפרישיעיט זייער שטארק די קלארקייט מיט וואס ער צונעמט א נושא, עס איז מער ווי סתם דיוקים, עס איז אפגעלערנט די ראשונים מיט א בהירות און דייקנות אויף א אייגנארטיגע שטייגער. איך מיין אז טאקע וויבאלד ער איז נישט געווען קיין ראגאטשאווער מח האט ער געהאט געדולד זיך צו אפגעבן מיט אזעלכע לשונות און הבנות.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

רבותי, איר רעדט נארישקייטן. איך זאג נישט אז יעדעס שטיקל בה"ל איז הו נאוס וואט. אבער גאר אסאך שטיקלעך דארף איר זיי באטראכטן כאילו דאס איז א קיצור פון א תשובה געשריבן מיט א בירור יסודי. מיט ראיות און הכרעות.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

איך בין גרייט צו עפענען א אשכול ביאור הלכה ווי מען וועט אדורך טוהן שטיקלעך ביאור הלכה אבדזעקטיוו אהן קיין לולא דמסתפינא'ס און עפר אני תחת כפת רגליו וכו'.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:רבותי, איר רעדט נארישקייטן. איך זאג נישט אז יעדעס שטיקל בה"ל איז הו נאוס וואט. אבער גאר אסאך שטיקלעך דארף איר זיי באטראכטן כאילו דאס איז א קיצור פון א תשובה געשריבן מיט א בירור יסודי. מיט ראיות און הכרעות.

דו קלערסט אז א עוורעזש ביאור הלכה איז שטערקער ווי א געווענליכע תשובה אין באר משה?
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דו רעדסט פון שטערקער, אדער אינטערסאנטער?......
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

תפוס לשון ראשון.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:למה נקרא שמו 'יאיר' מפני שמאיר עיני חכמים
צר לי מאוד ולמשמע אוזן דאבה נפשי אז אזא באגאאבטער שרייבער זאל פרעגן אזא שאלה
דער משנה ברורה איז א טיפער ספר יסוד פרי עמלו מאחד מן הגדולים בדורו דור דעה וסמכו עליו כל גדולי דורו כהגר"ח והגרי"א, ולאחריו כהחזו"א הגרח"ע, בליווי יראתו הקודמת לחכמתו המפורסם, און אומאויפהערליכער יגיעה עצומה פון צענדליגער יארן.
.

איך האב מורא אז דער סיבת הערצת המשנה ברורה איז נישט "בליווי יראתו הקודמת", נאר לגמרי "בזכות" יראתו, הקודמת לחכמתו כפשוטה.
סתם אזוי, איך שטעל זיך פאר אז דער ערוך השולחן האט זיך אויך געמוטשעט צענדליגער יארען צו מאכען זיין חיבור בייגעה עצומה, איך וייס נישט וואס דו ווילסט דא פון דער חפץ חיים'ס יגיעה.
בכלל, איז דער חפץ חיים לכאורה געווען דער ערשטער "גדול הדור" און "פוסק הדור", וואס איז מוכתר געווארען בערך בדרך שהמכתירים היום את הטיטלאך האלו. (ויש מחלוקת היסטוריונים אם בזמנו כבר היה גדול הדור או שהגדול הדור הבא הכתירו רטרואקטיבית כדי להראות שיש לו מסורה וסמכות, ואין זה משנה לעניננו שהוא התקבלות ספרו שהיה בוודאי אחרי גדול הדור הבא). וממילא איז שווער צו ברענגען ראיות פון אופן הקבלות ספרו בכלל ישראל שעס זאגט עפעס אויפן ספר אליינס.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

שוין,
אכתוב מקצת מן הבעיות היסודיות שיש במשנ"ב. והוא רחום יכפר עון וכו'.
א- אין לו שום צורה נורמלית של חתירה לעומק ושרשי הסוגיות, ער איז נישט מחלק צווישען א כלל און א פרט, צווישען א עיקר און א טפל, הכל הוא מביא באותו דרך ובאותו צורה. מי שפותח שולחן ערוך הרב, או ערוך השולחן, רואה מיד בהתחלת כל סימן את שרש ועיקר הסוגיא, מה הפסוק, הגמרא, הראשונים, לא רק בציטוטים והבאות, אלא עמידה על שרשי הנידונים והנושאים, בבהירות עצומה. וממילא לפי זה הם נותנים תמונה ברורה על הסוגיא ויכולים להכריע עפ"ז בספקות. במשנ"ב אין מאומה מכל זה. אם יש לעתים הקדמה לסימן הוא מלוקט מאחרוני אחרונים ואין בו שום בהירות חדשה בסוגיא.

ב- אין לו שום דרך הכרעה נורמלית בין הפוסקים. ההכרעות שלו מבוססות או על חסידות, כלומר שהוא חסיד של הגר"א למשל ממילא יש להכרעות הגר"א משקל גדול אצלו בלי שום סיבה רק כי הוא חסיד של הגר"א. ובדרך כלל כלל אינו מכריע בין דעות שונות, אלא תמיד עושה כזה משחק שלכתחילה יחמירו כדעת כל הפוסקים, ובדיעבד כדעת מקצתם. אפילו הבית יוסף, שהוא אבי השיטה לא להכריע לפי הסוגיות אלא לפי כללים ומנין בפוסקים, לפחות עשה לעצמו כלל ברור ודי הגיוני ללכת לפי ב' מג' עומדים, במשנ"ב אין גם זה, אלא תמיד הכרעות ליקוטיות כאלה בין מג"א לגר"א לט"ז בלי שום סיבה עיונית וענינית. וכמעט תמיד להחמיר, כידוע שלהחמיר אינו קונץ, גם עם הארץ יכול להחמיר.

ג- העולם שלו קטן וצר, קליינשטעטלדיג, כאילו הוא ממאן בכלל להכיר במציאות העולם שבה הוא חי. את זה רואים בכל ספריו בהלכה באגדה ובכל תחום. מי שמבין יודע שהבעיה של ההלכה בימינו אינו בחסרון עוד ספר ליקוט שילקט את הפוסקים שבאו אחרי הבאר היטב (כמ"ש בהקדמת המשנ"ב, מה שמראה גם על כ"כ חוסר הבנה, וכי אם בעיניו באר היטב זה בעצם ליקוט טוב, וכללו אפילו במשנ"ב, והמשנ"ב לא נצרך אלא כי לאחר הבאר היטב נדפסו עוד כמה אחרונים , מי אומר שצריך לעיין בכל האחרונים שנדפסו? ובשלמא אם היה מביא את הכרעותיהם כלפי שאלות חדשות שנתחדשו, ע"ד מטרת הספר פסקי תשובות, ניחא, אבל הוא לא עוסק בזה כלל, כדלהלן). הבעיות הם בהתאמת כללי ההלכה למציאות העולם המשתנה כל הזמן. הדבר הזה הוא עסק כל הפוסקים האמתיים שקמו לכלל ישראל, וכל אלו שנחשבים באמת פוסקי הדורות. ועל זה נכתבים ספרי השו"ת הרציניים והחשובים. המשנ"ב פשוט התחמק אפילו מלהזכיר שיש דבר כזה לעקטער בעולם. ואמר לבנו שלא רצה להכניס את עצמו לפולמוס הזה. אבל לא נראה באמת שהבין בכלל את הנושא הזה. ואפשר להאריך בזה הרבה.

רחוק בעיני להאמין שהחזו"א שהיה מגדולי המעיינים בדורות האחרונים (לשון הר"ש פישר "גדול האחרונים") ראה איזה בשורה עיונית בחפץ חיים ובמשנ"ב. נראה ברור שלדברי ההערצה וההערכה שהעריף על הח"ח וספריו ישנם מטרות שונות לגמרי מאשר הערכה על למדנותו. והבקי בכתביו האגדיים של החזו"א ידע למי אני מתכוון, שלחריפות שכלו ודקות עיונו בנושאי הלכה אין זכר וקשר עם המגמות שהוא דוחף בכתביו ההשקפתיים.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ויש להזכיר, שכנראה במציאות חלקים גדולים מתוך החיבור כלל לא כתב הח"ח בעצמו אלא נתן לבנו וחתנו ות"ח שונים לכתוב. כך שהיה לו צוות כתיבה, בדיוק כמו הפסקי תשובות. וכידוע שבנו כותב בתולדותיו שזהו סיבת סתירות שונות שיש בדבריו, בגלל שלעתים לא השתוו במסקנותיהם הכותבים השונים. וחסידי הח"ח החדשים ממאנים להאמין לעדות ברורה כזאת ותחת זאת מעדיפים להתפלפל ולחלק חילוקים מדומיינים לעייל פילא בקופא דמחטא ליישב כל מיני סתירות בדבריו. (בכלל חסידיו לא אהבו את התלדות שכתב בנו, מאחר ועושה אותו יותר מדי אנושי.)

מי שיש לו יד ורגל בעבודות ליקוט דומות, כמו ש"ס ארטסקרול, או אוצר מפרשי התלמוד, וכדומה, יודע שאמנם יש בזה מלאכה וחכמה, ולענ"ד הליקוטים שהזכרתי כלל לא נופלים בערכם מהמשנ"ב. אבל מכאן ועד להיות גדול הדור בזכות זה, רחוק מאד הדרך.
I have a dream
Martin Luther King ~
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

לעיקוואד, דו צושאקלסט יסודות. WOW
keep going

מיך רעגט אויף איין זאך: די אותיות פאר די ס"ק אינמיטען די זאץ - בדי השלחן מאכט דאס נאך, און זיין זוהן אין חלקת בנימין.
Under influence
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך מיין נישט ח"ו צושאקלען קיינע יסודות. איך מאך נאר קלאר וואס זענען די יסודות און וואס נישט..

און יעצט, בשבחו של ערוך השולחן.

לצערי האב איך נישט אזויפיל געלערנט ערוך השולחן , איך האב אסאך מער געלערנט משנה ברורה, כמנהג הנפוץ, ממילא ווייס איך נישט גענוג איבער עם. איך האב אפילו נישט געליינט אזויפיל תולדות בעל ערוך השולחן. אפשר בזכות דער אשכול וועל איך אראפנעמן דער סעט ערוך השולחן וואס איך האב פון מיין בר מצווה און דורכלערנען אפאר סימנים.

עכ"פ, וועל איך שרייבען א משהו פון אויוון אויף וואס איך געדענק און וואס איך האב געהערט וועגן דער ספר הנפלא ערוך השולחן.

קודם כל, בעוד וואס דער משנה ברורה איז נאר אויף אורח חיים, און אויך פון שולחן ערוך הרב פעלט רוב חלקי השולחן ערוך. איז דער ערוך השולחן אויף אלע פיר חלקי שולחן ערוך, און נישט נאר דעם האט ער אויך געשריבען "ערוך השולחן העתיד" וואס איז כולל אלע הלכות התלויות בארץ און בית המקדש וכו' וואס איז נישט נכלל אין שולחן ערוך. איך מיין אז אויזער דער רמב"ם, איז דאס דער איינציגסטער ספר הלכה וואס נעמט אדורך כל התורה כולה כפשוטו. און דאס אליינס איז א משונהדיגער הישג מצדו (אדער א משונהדיגער חסרון פון אנדערע ספרים).

יעצט דער קלארקייט און בהירות פון דער ערוך השולחן איז אין לשער. אויף צו פארשטיין משנה ברורה דארף מען קודם לערנען דער מחבר, רמ"א, און האפנטליך קען מען פארשטיין דער משנ"ב אן לערנען דער טור וכו'. אפילו שער שולחן ערוך הרב וואס מקען יא ליינען גראד איז עס געשריבען מיט אביסעל א שווערע למדנישער לשון וואס מדארף האלטן קאפ, שלא לדבר אויפן קונטרס אחרון וכו' ווי ער לייגט פאר זיינע בירורים און חידושים וואס אויף דאס צו לערנען דארף מען ממש זיין א למדן און קענען די סוגיא. משא"כ דער ערוך השולחן האט אזא פליסיגע געשמאקע שפראך וואס יעדער בחור'ל קען ליינען, נישט קיין חילוק צו סאיז א סימן אין אורח חיים אדער אין חושן משפט אדער אבן העזר, און קען פארשטיין די גאנצער היקף הסוגיא, פון די גמרות, ביז די עיקרי דעות וסבורת הפוסקים והראשונים, אלץ מיטן הוספת נופך פונ'ם ערוך השולחן וואס האט נישט מורא אנצומערקן וועלכע סברא אדער שיטה איז גלייך און וועלכער איז דחוק, ביזן פראקטישער הלכה למעשה.

יעצט אמת ער נוצט זיך אמאל מיט סברות וואס מקען זיך דינגען אויף זיי, בערך אזויווי ר' משה פיינשטיין'ס תשובות וואס צומאל זאגט ער סברות וואס זענען לאו דווקא מוכרח און ער האט נישט מורא צו פסקנען פון דעם למעשה. זעהט אויס דאס איז געוען דער שטייגער אין ליטא אזוי צו פסקנען. ויש בזה מעלות וחסרונות. אבער מכל מקום ע"פ רוב זענען זיינע סברות זייער גלייך, נישט געקוועטשט, אפשר אפילו בעלבתיש. אבער בעלבתיש איז גארנישט קין חסרון אלעמאל נאר אפשר להיפך.

ובקיצור, איינער וואס זוכט א ספר וואס איז סיי קלאר אין אלע שיטות הקודמים, און איז אויך מעמת די סברות זייערע מיטן נארמאלער שכל און גלייכקייט, וועט דאס טרעפן נאר אין ערוך השולחן. הגם נישט אלע זיינע תורות דארף מען מסכים זיין, לפחות טראכט ער און פרעגט די ריכטיגע שאלות.

איך האב געהערט אמאל פון הרה"ח ר' יעקב מאיר שעכטער זאל זיין געזונט, אז ער האט זיך געמאכט א סדר דורכלערנען גאנץ ערוך השולחן, אפאר מינוט אטאג, ביז ער האט גענדיגט דער גאנצער ספר. ומנה שבחו אז ער פירט דיר אדורך די גאנצע מהלך הענינים פון די גמרא ביז די הלכה למעשה. הגם אז נישט אין אלעס איז הלכה כמותו. וממנו יראו כן יעשו.
I have a dream
Martin Luther King ~
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

כמדומה, אז ר' חיים לייב כ"ץ האט באוצרו א גאנצע חיבור מיט קשיות אויף משנה ברורה.
Under influence
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

פאר איינער פין די חסידישע חדר וואס איז געוואינט אנצונעמען די נושאי כלים ווי דער מג"א און דער שולחן ערוך הרב, איז בכלל נישט קיין עסק דער ערוך השלחן. ווייל מען קען אסאך מאהל נישט פארשטיין די פסקי המג"א לויט ווי ער איז מסביר די יסודות.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאווע טרינקער האט געשריבן:כמדומה, אז ר' חיים לייב כ"ץ האט באוצרו א גאנצע חיבור מיט קשיות אויף משנה ברורה.

ווילאנג דער משנה ברורה ליגט אויף די טישן און זיין חיבור איז טמון 'באוצרו' קען קיינער נישט מעיד זיין צו די קשיות זענען באמת אויפן מ"ב צי אויף ר' חיים ליב'ס הבנה, יפתח נא רח"ל את אוצרו הטוב וירא הקהל וישפוט.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אויף הלכות פסח האט ער שוין מו"ל געווען א חלק. אויף די משנה ברורה.
דא ווערט עפעס דערמאנט בקצרה.
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאווע טרינקער האט געשריבן:אויף הלכות פסח האט ער שוין מו"ל געווען א חלק

משם ראיה....
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אויף הלכות פסח האט ער שוין מו"ל געווען א חלק

משם ראיה....

די 3 פינטלעך פארשטיי איך נאך. די 4'טע ווייס איך נישט די כוונה.
זיי מסביר, ביטע.
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'פעלט נישט אויס קיין אומזיסטע בזיון תלמוד חכם, אבער ס'איז א פאקט אז קיין איין ת"ח האט נישט גענומען זיין חיבור אין די האנט אריין צום צווייטען מאל, זיין ספר איז בעיקר נתפשט געווארן אין די שמות שטיבלעך בכל תפוצות ישראל והגלילות.
פארשפארט