די וועבערמאן סומאטאכע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:לעמאן אוי ווי גערעכט דו ביסט.
די איינציגסטע וואס רעדן איז דער רשע נחום וכת דיליה, די רבנים זענען נאר גוט צו שרייען ווי שלעכט מיר אלע זענען ביי שלש סעודות תורה ווען קיינער הערט נישט, אבער ווען מען דארף זאגן עפעס זאכליך צו העלפן א יוד זענען זיי אלע טשיקענס.

נישט נאר סתם טשיקענס, נאר מיט צומות הגידין!
Under influence
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:נאכן ליינען דעם וואל סטריט דזשורנאל און נאך אנדערע ארטיקלען נאכ׳ן סענטענס, און צוגאב מיטגעהאלטן די קעיס פון וו״ב ארעסט, זאג איך אייך רבותי, עס שמעקט זייער זייער נישט גוט!

נישטא קיין איין און איינציגע ווארטזאגער פון סאטמאר, נישט בעד נישט נגד,
קיין אפיציעלע שטעלונג,
קיין פראטעסט,
משוגע'נע עלילה 75 אווענט,
העסליכע ארטיקלען אומאפגעענטפערט,
קיין איינציגע קאמיוניטי מענטש ביים סענטענס,
קיין איינציגע בריוו פארן ריכטער אין נאמען פון איינעם אפיציעל,
האלט איר טאקע אז יענקל הורוביץ מיט נחום און קרויס זענען פאר סתם פריי צו זאגן און זאגן און זאגן אן קיין ענטפער,

עס שמעקט זייער נישט גוט!


יא לעמאן ווי גערעכט. ממש צום שטוינען ווי ריזיקע גרויסמאכטן וואס קענען ארויסברענגען צען אלפים פאר א נישטיקן דיסטריקט לידער פארמעסט, גיסן מליאנען פאר נסיעות און קארטס פאר מלחמות צווישן זיך, שבץ אחזתם נישטא קיין ווארט זאגער קיין שכל קיין סטראטעגיע כצאן בלי רועה גייען ארום ווי בלינדע שאף.
יאסעלע וואסער טרעגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 170
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 18, 2012 12:53 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך יאסעלע וואסער טרעגער »

איחוד פעלד האט געשריבן:
יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:ווען איך זאג דיר אז עפעס א ביזנעס דיעל וואס די גייסט אינוועסטן געלט גייט דיר ברענגען $50,000 און דערווייל קען עס במציעות נישט ברענגען מער ווי $25,000 דאן וואס רופסטי מיך?
אדער א שקרן
אדער א ווילדער צאפ
די זעלבע דא.
איחוד די זאגסט שוין תהילים אז עלען זאל האבן א מפלה?



דער דזאדש איז טאקע נישט מער ווי צווילדעוויטע אנטעסימעט, וואס האט געהאט א ברירה צו זאגען 103 האט ער עס געזאגט, אפילו עס מיינט גארנישט. דאס מיינסטו אפשר. נו זאל זיין. איז ער ווילד, אלזא???

לדבריך האט מען נאך קיינמאל אין נוי יארק איינעם געגעבען מער פין פיפציג יאר נאר טאמער דער דזאדש איז א ווילדע צאפ אדער א שקרן. נו זאל זיין.

אויף דיין שאלה פין תהילים זאגען, לאמיך דיר זאגען, יעצט אז וו"מ איז שוין געזעצען גייט מיר נישט אהן אויב ער גייט ארויס לחרות. אדרבה זאל ער ארויס קומען און באקומען ששי יעדעס וואך. כיון שנקלה הרי הוא כאחיך.

איחוד זיסער.
די האסט אמאל געמאכט דעם חשבון וויאזוי דיין גהינם גייט אויסקוקן אויב וועבערמאן איז אימשילדיג?
די האסט אמאל געטראכט פון די פייערדיגע ריטער וואס גייען שמייסן אויף דיין נאקעטן לייב אויב עס איז ליגענט די מעשה?
די ווייסט ווי שטארק הייס דער גהינם איז?
איי פרעגסטו, און די? אויב איז עס יא אמת דאן גייסטו כאפן פארן זיך נישט אננעמען פארן וויקטעם?
איז אזוי.
העלפן די וויקטעם? מיט די קעיס דארף זי נישט מיין הילף און נישט דיין הילף (דערווייל) איך זעה אז זי איז אנגעקומען צו איר ציל אן מיר אויך.
מאראלישע סופאורט האט זי דאך גענוג, קודם כל די גרויסע עקספערט הארעוויטץ איז דאך גרייט פאר איר 24/7 (עכ״פ ווילאנג ער שעפט עטענטשען דערפון) און זי האט דאך די אלע OTD'S וואסן געבן איר חיזוק מער וויפול זי דארף, דערנאך האט זי די ניו יארק פאוסט וואס רומט אויס איר שיינקייט בלעטל נאך בלעטל איז מיין חיזוק דארף זי נישט.
אבער נניח וועבערמאן איז שילדיג, האט ער דאך קינדער, איך בין בטיח אז זיינע קינדער ליינען וואס מען שרייבט דא, זיי זענען דאך זיכער גארנישט שילדיג, יעצט אז ער איז שוין און תפיסה און אפילו לויט דיר קען ער שוין נישט טשעפען קיין קינדער, די ווייסט וויפול שמיץ די גייסט כאפן פאר יעדע טרער וואס א וועבערמאן גייט פארלאזן אויף וואס די שרייבסט? די ווייסט די שטראף פון וויי טון א יוד? פארשעמען א יוד?

איך וואלט געזאגט זאלסט מעורר זיין דיין ידיד נחום אויך, אבער איך ווייס אז ער גייט זיך אויסלאכן ווארום די תורה און דער הייליגער באשעפער שפילען נישט קיין ראלע ביי אים.

טראכט איבער דיינע מעשים אפאר מינוט.

ידידך עוז.
יאסל שואב מים.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

בן תמליון האט געשריבן:
יא לעמאן ווי גערעכט. ממש צום שטוינען ווי ריזיקע גרויסמאכטן וואס קענען ארויסברענגען צען אלפים פאר א נישטיקן דיסטריקט לידער פארמעסט, גיסן מליאנען פאר נסיעות און קארטס פאר מלחמות צווישן זיך, שבץ אחזתם נישטא קיין ווארט זאגער קיין שכל קיין סטראטעגיע כצאן בלי רועה גייען ארום ווי בלינדע שאף.


איך האב עס
באזינגען
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ברוך השם מ'האלט שוין ביי קל"א דלא פסיק בלעטער בליעה"ר.

געפילטע פיש האט געשריבן:
יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:ווייל אז ער קען לעגאל נישט געבן מער ווי 50 און ער געט 103 זעט עס אויס ווי מחמת ווילדקייט האט ער סתם געשאסן יארן און די ליפט אריין ווען עס איז נישט און איינקלאנג מיטן געזעטץ.
פארשטייסט שוין???

טיפיקעל, ער הערט עפעס האלבע ווערטער און ער ווער ווילד, ווי איחוד האט שוין געזאגט, אז ס'נישט דא אויף וואס זיך צו פרייען.
האסטו אפילו גענומען די מיה צו ליינען וואס דארט שטייט?
Notwithstanding subparagraphs (i)
and (ii) of this paragraph,
the aggregate maximum term of
consecutive sentences imposed for the
conviction of three or more violent
felony offenses committed prior to
the time the person was imprisoned
under any of such sentences and one
of which is a class B violent felony
offense, shall, if it exceeds fifty
years, be deemed to be fifty years;

דאס מיינט נישט אז א דזשאדזש קען נישט געבן מער ווי פופציג, די דזשאדזש דארף פסק'נען וואס ס'קומט אויס א טאטאל פון אלע טשארדזשעס, אבער די געזעץ זאגט אז "עפעקטיוו" איז עס א 50 יעריגע סענטענס.
ווער ס'פארשטייט נישט זאל אויפהייבן די הענט.

יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:ווען איך זאג דיר אז עפעס א ביזנעס דיעל וואס די גייסט אינוועסטן געלט גייט דיר ברענגען $50,000 און דערווייל קען עס במציעות נישט ברענגען מער ווי $25,000 דאן וואס רופסטי מיך?
אדער א שקרן
אדער א ווילדער צאפ
די זעלבע דא.
איחוד די זאגסט שוין תהילים אז עלען זאל האבן א מפלה?


האסט פארגעסן אויפצוהייבן די הענט.

יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:לעמאן אוי ווי גערעכט די ביסט.
די איינציגסטע וואס רעדן איז דער רשה נחום וכת דיליה, די רבנים זענען נאר גיט צו שרייען ווי שלעכט מיר אלע זענען ביי שלש סעודות תורה ווען קיינער הערט נישט, אבער ווען מען דארף זאגן עפעס זאכליך צו העלפן א יוד זענען זיי אלע טשיקענס.

At least we can agree on something

יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:איחוד זיסער.
דו האסט אמאל געמאכט דעם חשבון וויאזוי דיין גהינם גייט אויסקוקן אויב וועבערמאן איז אימשילדיג?
דו האסט אמאל געטראכט פון די פייערדיגע ריטער וואס גייען שמייסן אויף דיין נאקעטן לייב אויב עס איז ליגענט די מעשה?
דו ווייסט ווי שטארק הייס דער גהינם איז?
איי פרעגסטו, און די? אויב איז עס יא אמת דאן גייסטו כאפן פארן זיך נישט אננעמען פארן וויקטעם?
איז אזוי.
העלפן די וויקטעם? מיט די קעיס דארף זי נישט מיין הילף און נישט דיין הילף (דערווייל) איך זעה אז זי איז אנגעקומען צו איר ציל אן מיר אויך.
מאראלישע סופאורט האט זי דאך גענוג, קודם כל די גרויסע עקספערט הארעוויטץ איז דאך גרייט פאר איר 24/7 (עכ״פ ווילאנג ער שעפט עטענטשען דערפון) און זי האט דאך די אלע OTD'S וואסן געבן איר חיזוק מער וויפול זי דארף, דערנאך האט זי די ניו יארק פאוסט וואס רומט אויס איר שיינקייט בלעטל נאך בלעטל איז מיין חיזוק דארף זי נישט.
אבער נניח וועבערמאן איז שולדיג, האט ער דאך קינדער, איך בין בטיח אז זיינע קינדער ליינען וואס מען שרייבט דא, זיי זענען דאך זיכער גארנישט שילדיג, יעצט אז ער איז שוין און תפיסה און אפילו לויט דיר קען ער שוין נישט טשעפען קיין קינדער, די ווייסט וויפול שמיץ די גייסט כאפן פאר יעדע טרער וואס א וועבערמאן גייט פארלאזן אויף וואס די שרייבסט? די ווייסט די שטראף פון וויי טון א יוד? פארשעמען א יוד?

איך וואלט געזאגט זאלסט מעורר זיין דיין ידיד נחום אויך, אבער איך ווייס אז ער גייט זיך אויסלאכן ווארום די תורה און דער הייליגער באשעפער שפילען נישט קיין ראלע ביי אים.

טראכט איבער דיינע מעשים אפאר מינוט.

ידידך עוז.
יאסל שואב מים.


יאסעל זיסער.
דו האסט אמאל געמאכט דעם חשבון וויאזוי דיין גיהנם גייט אויסקוקן אויב קרויס איז אומשולדיג?
דו האסט אמאל געטראכט פון די פייערדיגע ריטער וואס גייען שמייסן אויף דיין נאקעטן לייב אויב עס איז אמת די מעשה?
דו ווייסט ווי שטארק הייס דער גיהנם איז?
איי פרעגסטו, און דו? אויב איז עס נישט אמת דאן גייסטו כאפן פארן זיך נישט אננעמען פארן וועבערמאן?
איז אזוי:
העלפן וועבערמאן? מיט די קעיס דארף ער נישט מיין הילף און נישט דיין הילף (דערווייל) איך זעה אז ער איז אנגעקומען צו האבן מאסן טויזענטער אידן וואס סופפארטן אים אן מיר אויך.
מאראלישע סופפארט האט ער דאך גענוג, קודם כל די גרויסע עלילת 75 קאמפיין (עכ"פ ווילאנג עסקנים מאכן געלט דערפון) און ער האט דאך די גאנץ יהדות החרדית בכלל, און סאטמאר און וויליאמסבורג בפרט וואס געבן עם חיזוק מער וויפיל ער דארף, דערנאך האט ער די איד, בלאט, צייטונג, שערי מדע וואס רימען אויס זיין צדקות און אומשולדיגקייט בלעטל נאך בלעטל, איז מיין חיזוק דארף ער נישט.
אבער נניח אז קרויס איז יא שולדיג און די מעשה איז א בלבול, האט זי דאך משפחה, חבר'טעס, און סתם אנדערע אמת'ע וויקטימס, איך בין בטוח אז איר משפחה און אנדערע וויקטימס ליינען וואס מען שרייבט דא, זיי זענען דאך זיכער גארנישט שולדיג, יעצט אז זי איז שוין באשמוצט אין אלע גאסן, זי הייסט שוין א זונה, מכשפה, און קיין פרנסה האט איר משפחה שוין נישט, דו ווייסט וויפיל שמוץ דו גייסט כאפן פאר יעדע טרער וואס א קרויס אדער א וויקטים גייט פארלאזן אויף וואס דו שרייבסט? דו ווייסט די שטראף פון וויי טון א יוד? פארשעמען א יוד?

איך וואלט געזאגט זאלסט מעורר זיין דיין ידיד ר' אהרן ט"ב אויך, אבער איך ווייס אז ער גייט זיך אויסלאכן ווארום די תורה און דער הייליגער באשעפער שפילן נישט קיין ראלע ביי אים.

טראכט איבער דיינע מעשים אפאר מינוט.

ידידך עוז.
.......
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יאסעלע וואסער טרעגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 170
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 18, 2012 12:53 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך יאסעלע וואסער טרעגער »

גאנץ שוואך.
א געשאסענער קויל שיסט מען נישט נאכאמאל מיין פריינט.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך האב נישט צוריקגעשאסען, נאר געפיקסט דיינע ספעלינג מיסטעיקס.
יאסעלע וואסער טרעגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 170
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 18, 2012 12:53 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך יאסעלע וואסער טרעגער »

שוואך שוואך שוואך!!!
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

ווען מען זאל טאקע האבען "אמונה בחוש" דהיינו מען זאל גלייבען אין שכר ועונש אז דאס איז נישט קיין משל אדער א שטראשע נאר פאר עכט, ממש בחוש, וואלט דאך געווען א ערליכע וועלט, מי יתן,

איך האף אז מען מיינט עס ערענסט


Cliché
From Wikipedia, the free encyclopedia

A cliché or cliche (UK /ˈkliːʃeɪ/ or US /klɪˈʃeɪ/) is an expression, idea, or element of an artistic work which has been overused to the point of losing its original meaning or effect, especially when at some earlier time it was considered meaningful or novel. In phraseology, the term has taken on a more technical meaning, referring to any expression imposed by conventionalized linguistic usage. The term is frequently used in modern culture for an action or idea which is expected or predictable, based on a prior event.
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

עטליכע הערות.
1) איר וואונדערט זיך וואו זענען די רבנים עסקנים וכו', אפשר האבן זיי איינגעזעהן (עכ"פ טיף אין הארץ) אז נ.וו. איז (אפשר) יא שולדיג?
2) נ.וו. קינדער ליידן. ריכטיג. אבער יעדער באשולדיגטער ליידן זיינע קינדער און משפחה. זוהי המציאות, אין מה לעשות. טאףף בלע"ז.
3) איך האלט נישט אז מען גייט באקומען גיהנם פארן גלייבן/זאגן אז נ.וו. איז יא שולדיג, און אויך נישט פארן גלייבן/זאגן אז די וויקטים איז א ליגנער.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בשורה טובה!
עס עפענט זיך ב"ה א נייע סופפארט גרופע פאר וועבערמאן-האליקערס. דאס זענען מענטשן וואס זענען נארמאל בדרך כלל, אבער זיי זענען זייער אבסעסירט צו איין נושא פון וועבערמאן, און זיי זענען עדיקטעד צו שרייבן און שרייבן, ככלב שב על קיאו וכמעלה גרה, וכאומגעלונגענע רב על שלש סעודות תורה שלו.

די נייע גרופע וועט בקרוב מעלדן די פרטים, די אנאנאמיס נומבער און טעראפיסטן וואס צייכענען זיך אויס אין דעם און אלע פרטים.
פרייליך אידן, א ישועה איז אויפן וועג!
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

ווען די רבי'ס פון די קהילה וואלטן געהאט אמונה בחוש וואלטען זיי גערופען א מאסן פארזאמלונג אין סיטי פיעלד מיט דעם גאנצן כלל ישראל, און וואלט זיך אנגעטועהן א קיטל מיט א טלית אין זיך אוועקגעשטעלט פאר די גאנצע וועלט בקול בוכים, מורי ורבותי!

עס איז אונזער שולד אז מיר האבן צוגעלאזט א מצב אז אונזערס א מענטש זאל קומען לידי חשד אדער לידי עבירה, און האט גורם געווען אזא ביטערען חורבן פאר גאנצע משפחות!

אויך זיינען מיר שולדיג אז מיר זיינען געגאנגען אין קארט צו באשולדיגען איינעם דעם אנדערן, און דאס האט צוגעברענגט אז מיר זעלבסט זיינען אריינגעפאלען אין דעם פראבלעם, אזוי ווי דער פסוק זאגט בור כרה ויחפרהו,

על כן זאלען מיר זיך אינטערנעמען וכו'

קלישעי קלישעי
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

קופערניקעס, וואס קען איך טון אז עס זעצט זיך מיר נישט אין קאפ א לעבנסלענגליכער אורטייל פאר אחינו בשרינו

אויך נישט א שרעקליכע קאשמאר פאר אזא יונג מיידל

איך האב יעצט געענדיגט שרייבן די נישט געזאגטע דרשה
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

קופערניקוס,

פארפאלען די קארענט איווענטס פון די היימיש אידן זיינען:
א. וועבערמאן
ב. בחירות
ג. די גרויסע נסיעה [זאליס]
ד. אנטווערפען פריעדמאן

וועבערמאן איז אן טאפ אוו די ליסט.

סא וואס ווילסטו זאל מען שרייבן?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

קופערניקוס האט געשריבן:בשורה טובה !
עס עפענט זיך ב"ה א נייע סופארט גרופע פאר וועבערמאן-האליקערס. דאס זענען מענטשן וואס זענען נארמאל בדרך כלל, אבער זיי זענען זייער אבסעסירט צו איין נושא פון וועבערמאן, און זיי זענען עדיקטעד צו שרייבן און שרייבן, ככלב שב אל קיאו וכמעלה גירה, וכאומגעלונגענע רב על שלש סעודות תורה שלו.
די נייע גרופע וועט בקרוב מעלדן די פרטים, די אנאנאמיס נומבער און טעראפיסטן וואס צייכענען זיך אויס אין דעם און אלע פרטים.
פרייליך אידן, א ישועה איז אויפן וועג

לויט ווי מ'גיט איבער, זענען אלע קאנטעקט דעטאלן אין די היימישע נייע .. נו, וויאזוי הייסט עס? דער טעלפאון בוך.
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

משכיל האט געשריבן:קופערניקוס,

פארפאלען די קארענט איווענטס פון די היימיש אידן זיינען:
א. וועבערמאן
ב. בחירות
ג. די גרויסע נסיעה [זאליס]
ד. אנטווערפען פריעדמאן

וועבערמאן איז אן טאפ אוו די ליסט.

סא וואס ווילסטו זאל מען שרייבן?


די אפציעס וואס צו שרייבן זענען ב"ה גאנץ ברייט, קוק דיר אום דא אין שטיבל. אויב ביסטו א חכם פון די חדר פון יאנקל-יידל קענסטו שרייבן איבער די-ען-עי, אויב א תלמיד חכם ובעל דעת דוגמת לעיקוואד קענסטו שרייבן איבער ערוך השלחן-ווס משנה ברורה, אויב ביסטו א בעל נפש, א טרוימער און טראכטער קוק דיר אום ביי קאווע טרונקערס פיוטים, אויב ביסטו א מאוויס ליבהאבער שרייב "וועלכע מאוויס צו קוקן" און אין ערגסטן פאל קענסטו שרייבן אין איינס פון די צוויי אשכולות "וואס טוט מען וועס עס איז נישט דא קיין טישוס" אדער אין די אנדערע באלערנדע "וואס עסט מען פאר לאנטש"
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

קיין איינץ פון די אויסגערעכענטע אשכולות האבען נישט קיין 131 בלעטער סא דאס זאגט דאך עפעס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום משכיל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיינסט 131 "בלעטער" מיט תגובות!.. (אה, כ'זעה האסט שוין פארראכטן)

שוין, אפשר שרייב אין "סיג לחכמה שתיקה", אדער די 3 ווערטער אשכול.
(די טישוס אשכול איז נישט אפן לציבור היראים המבקשים מלפני הפרגוד)
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

משכיל האט געשריבן:קיין איינץ פון די אויסגערעכענטע אשכולות האבען נישט קיין 131 תגובות סא דאס זאגט דאך עפעס



זאגט דאס אויף א געוואלדיגע אבסעסיע, און זעענדיג דאס האבן א גרופע געטרייע עסקנים געגרינדעט די סופארט גרופע
מאיר_וואלף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שוב אנגליה: האם גאב"ד לונדון חיפה על מתעללים?

שליחה דורך מאיר_וואלף »

היכונו ל'פרשת פאדווא' • תחקיר בערוץ תקשורת בריטי טוען: גאב"ד לונדון הגר"א פאדווא, ובכירים אחרים, חיפו על התעללות בילדים • הגר"א הקדים ופרסם מכתב הבהרה בפרשה

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=50017
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

עס דארף פשוט אויפקומען עפעס א נייע סקאנדאל וואס זאל איבערנעמען די פרשה, ווייל די פרשה האט א סאך גוטע אינגרידיענס, דהיינו א טרייל, א חסידישע קאמפאנענט, א נקמה אין די ביג שאטס, נחום ר., די פראבלעם פון די היימישע אפגעפארענע, תועבה, אזא זאפטיגע סאבדשעקט איז שווער צו ריפלעיסען

עס איז באלד אזוי גוט ווי מאניקע לעווינסקי
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גערי ראזענבלאט פון די זשאאיש וויק (נישט קיין גרויסע פריינד פאר היימישע אידען) זאגט אויך אז 103 יאר פאר וועבערמאן מאכט נישט קיין סענס , און ס'וועט נאר מאכן אז די היימישע עולם זאל ווייניגער טראסטען די זשאסטיס סיסטעם
http://www.thejewishweek.com/blogs/rose ... sentencing
יאסעלע וואסער טרעגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 170
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 18, 2012 12:53 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך יאסעלע וואסער טרעגער »

גענומען פון איי וועלט...

בשבח והודאה וויל איך מעלדן בשער בית רבים אז דער ארטיקל וועט אי"ה ווערן דא פאבליצירט אין געציילטע שעות ארום.
איך וויל אויך דאנקען בשער בית רבים פאר די אידן וואס ווילן טאקע נישט און דארפן אפילו נישט אז זייערע נעמען זאלן ווערן דא פאבליצירט, פאר זייערע כוחות און צייט און געלט דמים תרתי משמע וואס זיי האבן אוועקגעגעבן שעות על גבי שעות אז די ארטיקל זאל זיין א סוקסעס, ווי איר וועט זיך אליינס איבערצייגן בקרוב.

עס זענען געווען אינוואלווד גרויסע עקספיריענסד עקספערטן און שרייבער מבית ומבחוץ, מיינעדיג סיי במחנינו און סיי פון די אלגעמיינער וועלט, וואס האבן געארבייט שעות על גבי שעות סיי צו שרייבן פארשען און לעגאלע ראט פון לאיערס, זיכער צו מאכן אז יעדע איינציגסטע ווארט וואס ווערט פאבליצירט איז הונדערט פראצענט אמת אן קיין שום דריידל אדער שינוי פון די אמת און די פאקטישע מציאות וואס איז פארגעקומען אין די לעצטע פאר יאר.

נאכער וויל איך באדאנקען די אידן וואס האבן זיך באטייליגט מיט געלט אז מען זאל קענען באצאלן פאר די קאסטן וואס דער פראיעקט האט אפגעקאסט, ווי לאיער'ס, אלגעמיינע שרייבער וכדומה.

דער אייבישטער וועט אייך זיכער באצאלן מכל טוב וטוב.

מיר גייען אי"ה נאר פאבליצירן די ארטיקל דא אויף איי וועלט, וואס אויסער וואס דא איז ממש די פאסיגסטע פלאץ ווען עס זענען דא אזויפיל אידן וואס וויינען מיט מיט די צער פון העסקן הגדול בעל מסירת נפש ממש הרה"ח ר' נחמי' שליט"א, אידן וואס זענען זיך משתתף בצערו און בצער פון משפחת וועבערמאן החשובה, אידן וואס מיט זייער ווארעם הארץ פארגיסן טרערן איבערן תהלים'ל אז ר' נחמי' בראש און כלל ישראל בכלליות זאל ווערן פארשוינט פון די חילול ה' הנורא וואס איז פארגעגאנגען-און גייט פאר בקצה מחנינו ליידער, אידן וואס האבן געשטראמט מיט זייער ווארים הארץ אין די מאסן צו קאנטינענטל זאל אין וויליאמסבורג און זיך משתתף געווען מיט סכומים למעלה מן המשוער פאר א יוד וואס האט אזוי פיל געטאן פאר אנדערע, אידן וואס שרייבן דא טאג איין טאג אויס כדי אהערצושטעלן א פלאץ וואס איז פריי פון אלע שמוץ אויפ'ן טמא'נעם אינטערנעט, אונזערע וועלטל מנהלים וואס קומען פון אלע מיני חסידות'ער וואס לייגן אוועק אלע דיפערענצן אין א זייט און געבן אוועק שעות שלא על מנת לקבל פרס אז מיר אלע זאלן האבן א ריין אפגעהיטן פלאץ אן די אלע איבלען פון פאליטיק לשון הרע און רכילות און שמיץ וואס די אינטערנעט איז פול מיט.

אידן וואס האבן אנדערע רבי'ס, אנדערע שיטות, אבער דא אויף אונזער וועלטל איז די "איינציגסטע" פלאץ אין די וועלט ווי יעדער לייגט אוועק די דיפערענצן אין א זייט און העלפן זיך ארויס איינער דעם צווייטן, צו איז דאס אינעם איש את רעהו אשכול, צו אינעם ביזנעס אשכול, צו אינעם נייעס אשכול, יעדער אשכול פאר זיך איז פול מיט חסד, יראת שמים און תורה.

דעריבער קען נישט זיין קיין פאסיגערע פלאץ ווי דער קידוש השם זאל ארויסגיין....

פארשטייט זיך אז די ציל פון דעם ארטיקל איז נישט פאר אונז, מיר ווייסן דעם אמת, מיר ווייסן אז אשרינו מה טוב חלקינו, מיר ווייסן אז אונזערע קינדער זענען די שווארץ אפעל פון אונזער אויג און קיינער "קיינער" טוט נישט קעהרן פאר אונזערע דורות מער פון אונז.

אבער די ציל פון די ארטיקל איז עס צו פארשפרייטן אין די אלגעמיינע גאס, אין די מאדערנע קרייזן, אין די פלעצער וואס ווערן געפיטערט מיט לשון הרע און ליגענטס אויף ר' נחמי', אויף אונזערע רבנים, אויף אונזער אפגעהיטענער מחנה.

זיי דארפן דאס זעהן און ליינען, זיי דארפן הערן דעם אמת...

דעריבער ליבע פריינט, העלפט אונז ארויס און פארשפרייט די ארטיקל ווי איר קענט נאר, אויף יעדע פלאץ ווי א מענטשליך אויג קען צוקומען, אויף יעדע וועב זייטל וואס איר האט עקסעס צו, יעדע פלאץ וואס איר לייגט דאס ארויף איז א חסד בפני עצמו, און הצלת נפשות ממש, מיר אלע ווייסן דעם כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, קל וחומר ובן בנו של קל וחומר כל שכן וכל שכן הצלת פון אזא עסקן אזא משפחה און גאנץ כלל ישראל.

מיר קענען נישט אליין, מיר דארפן אייער הילף ברידער....

מיר ווילן אייך אויך לאזן וויסן אז דער ארטיקל איז נישט געצילט למחנינו ממילא שטייט דארט זאכן וואס קען אויסזעהן ווי אומאיידל (ח"ו קיין שמוץ, נאר א שפראך וואס מיר אלע וואלטן נישט גענוצט) ממילא זאל מען האבן איינזעעניש מיט וואס דארט שטייט, און פארשטייט זיך נישט לאזן קינדער צוקומען דערצו.

ווי אויך ווילן מיר קלאר ערקלערן אז דער ארטיקל ווערט בשום אין אופן נישט ארויסגעגעבן דורך משפחת וועבערמאן אדער סיי וועלכער עסקן וואס איז געשטעלט אויף די קעיס, זיי האבן נישט קיין אחריות אויף וואס דארט שטייט און זיי האבן פארשטייט זיך נישט געצאלט אדער מייעץ געווען וואס מען זאל שרייבן, פארשטייט זיך אז מיר האבן עס באשטעטיגט ביי די עסקנים כדי שלא יצא מכשול ח"ו און כדי צו טרעפן אינפארמאציע אבער זיי זענען אויסדריקליך נישט די וואס שטייען אונטער די פראיעקט.

איך אלטע זיידע וואס איז באמת נישט קיין קרוב משפחה אדער א נאנטע פריינט שטייט אונטער די גאנצע זאך און איך בין די איינציגסטע ווי קריטיק זאל ווערן דירעקטירט.

מיין אימעיל איז נאכאמאל
Webermanstory@gmail.com
און איך לייען יעדע עצה קאמפלימענט און קריטיק צוגלייך מיט גרויס אינטערעסע.

די ארטיקל וועט אי"ה ערשיינען בקרוב.
א דאנק פון פאראויס...
זיידי.
פארשפארט