גענומען פון איי וועלט...
בשבח והודאה וויל איך מעלדן בשער בית רבים אז דער ארטיקל וועט אי"ה ווערן דא פאבליצירט אין געציילטע שעות ארום.
איך וויל אויך דאנקען בשער בית רבים פאר די אידן וואס ווילן טאקע נישט און דארפן אפילו נישט אז זייערע נעמען זאלן ווערן דא פאבליצירט, פאר זייערע כוחות און צייט און געלט דמים תרתי משמע וואס זיי האבן אוועקגעגעבן שעות על גבי שעות אז די ארטיקל זאל זיין א סוקסעס, ווי איר וועט זיך אליינס איבערצייגן בקרוב.
עס זענען געווען אינוואלווד גרויסע עקספיריענסד עקספערטן און שרייבער מבית ומבחוץ, מיינעדיג סיי במחנינו און סיי פון די אלגעמיינער וועלט, וואס האבן געארבייט שעות על גבי שעות סיי צו שרייבן פארשען און לעגאלע ראט פון לאיערס, זיכער צו מאכן אז יעדע איינציגסטע ווארט וואס ווערט פאבליצירט איז הונדערט פראצענט אמת אן קיין שום דריידל אדער שינוי פון די אמת און די פאקטישע מציאות וואס איז פארגעקומען אין די לעצטע פאר יאר.
נאכער וויל איך באדאנקען די אידן וואס האבן זיך באטייליגט מיט געלט אז מען זאל קענען באצאלן פאר די קאסטן וואס דער פראיעקט האט אפגעקאסט, ווי לאיער'ס, אלגעמיינע שרייבער וכדומה.
דער אייבישטער וועט אייך זיכער באצאלן מכל טוב וטוב.
מיר גייען אי"ה נאר פאבליצירן די ארטיקל דא אויף איי וועלט, וואס אויסער וואס דא איז ממש די פאסיגסטע פלאץ ווען עס זענען דא אזויפיל אידן וואס וויינען מיט מיט די צער פון העסקן הגדול בעל מסירת נפש ממש הרה"ח ר' נחמי' שליט"א, אידן וואס זענען זיך משתתף בצערו און בצער פון משפחת וועבערמאן החשובה, אידן וואס מיט זייער ווארעם הארץ פארגיסן טרערן איבערן תהלים'ל אז ר' נחמי' בראש און כלל ישראל בכלליות זאל ווערן פארשוינט פון די חילול ה' הנורא וואס איז פארגעגאנגען-און גייט פאר בקצה מחנינו ליידער, אידן וואס האבן געשטראמט מיט זייער ווארים הארץ אין די מאסן צו קאנטינענטל זאל אין וויליאמסבורג און זיך משתתף געווען מיט סכומים למעלה מן המשוער פאר א יוד וואס האט אזוי פיל געטאן פאר אנדערע, אידן וואס שרייבן דא טאג איין טאג אויס כדי אהערצושטעלן א פלאץ וואס איז פריי פון אלע שמוץ אויפ'ן טמא'נעם אינטערנעט, אונזערע וועלטל מנהלים וואס קומען פון אלע מיני חסידות'ער וואס לייגן אוועק אלע דיפערענצן אין א זייט און געבן אוועק שעות שלא על מנת לקבל פרס אז מיר אלע זאלן האבן א ריין אפגעהיטן פלאץ אן די אלע איבלען פון פאליטיק לשון הרע און רכילות און שמיץ וואס די אינטערנעט איז פול מיט.
אידן וואס האבן אנדערע רבי'ס, אנדערע שיטות, אבער דא אויף אונזער וועלטל איז די "איינציגסטע" פלאץ אין די וועלט ווי יעדער לייגט אוועק די דיפערענצן אין א זייט און העלפן זיך ארויס איינער דעם צווייטן, צו איז דאס אינעם איש את רעהו אשכול, צו אינעם ביזנעס אשכול, צו אינעם נייעס אשכול, יעדער אשכול פאר זיך איז פול מיט חסד, יראת שמים און תורה.
דעריבער קען נישט זיין קיין פאסיגערע פלאץ ווי דער קידוש השם זאל ארויסגיין....
פארשטייט זיך אז די ציל פון דעם ארטיקל איז נישט פאר אונז, מיר ווייסן דעם אמת, מיר ווייסן אז אשרינו מה טוב חלקינו, מיר ווייסן אז אונזערע קינדער זענען די שווארץ אפעל פון אונזער אויג און קיינער "קיינער" טוט נישט קעהרן פאר אונזערע דורות מער פון אונז.
אבער די ציל פון די ארטיקל איז עס צו פארשפרייטן אין די אלגעמיינע גאס, אין די מאדערנע קרייזן, אין די פלעצער וואס ווערן געפיטערט מיט לשון הרע און ליגענטס אויף ר' נחמי', אויף אונזערע רבנים, אויף אונזער אפגעהיטענער מחנה.
זיי דארפן דאס זעהן און ליינען, זיי דארפן הערן דעם אמת...
דעריבער ליבע פריינט, העלפט אונז ארויס און פארשפרייט די ארטיקל ווי איר קענט נאר, אויף יעדע פלאץ ווי א מענטשליך אויג קען צוקומען, אויף יעדע וועב זייטל וואס איר האט עקסעס צו, יעדע פלאץ וואס איר לייגט דאס ארויף איז א חסד בפני עצמו, און הצלת נפשות ממש, מיר אלע ווייסן דעם כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, קל וחומר ובן בנו של קל וחומר כל שכן וכל שכן הצלת פון אזא עסקן אזא משפחה און גאנץ כלל ישראל.
מיר קענען נישט אליין, מיר דארפן אייער הילף ברידער....
מיר ווילן אייך אויך לאזן וויסן אז דער ארטיקל איז נישט געצילט למחנינו ממילא שטייט דארט זאכן וואס קען אויסזעהן ווי אומאיידל (ח"ו קיין שמוץ, נאר א שפראך וואס מיר אלע וואלטן נישט גענוצט) ממילא זאל מען האבן איינזעעניש מיט וואס דארט שטייט, און פארשטייט זיך נישט לאזן קינדער צוקומען דערצו.
ווי אויך ווילן מיר קלאר ערקלערן אז דער ארטיקל ווערט בשום אין אופן נישט ארויסגעגעבן דורך משפחת וועבערמאן אדער סיי וועלכער עסקן וואס איז געשטעלט אויף די קעיס, זיי האבן נישט קיין אחריות אויף וואס דארט שטייט און זיי האבן פארשטייט זיך נישט געצאלט אדער מייעץ געווען וואס מען זאל שרייבן, פארשטייט זיך אז מיר האבן עס באשטעטיגט ביי די עסקנים כדי שלא יצא מכשול ח"ו און כדי צו טרעפן אינפארמאציע אבער זיי זענען אויסדריקליך נישט די וואס שטייען אונטער די פראיעקט.
איך אלטע זיידע וואס איז באמת נישט קיין קרוב משפחה אדער א נאנטע פריינט שטייט אונטער די גאנצע זאך און איך בין די איינציגסטע ווי קריטיק זאל ווערן דירעקטירט.
מיין אימעיל איז נאכאמאל
Webermanstory@gmail.comאון איך לייען יעדע עצה קאמפלימענט און קריטיק צוגלייך מיט גרויס אינטערעסע.
די ארטיקל וועט אי"ה ערשיינען בקרוב.
א דאנק פון פאראויס...
זיידי.