כצאן אשר אין להם רועה/ כמעט כסדום היינו
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
כצאן אשר אין להם רועה/ כמעט כסדום היינו
די פאר ווערטער וואס איז ביי די סענטענסינג פון ידידינו נחמי' וועבערמאן המקום ירחם עליו נישט געזאגט געווארן. במעמד צענדליגע רבנים און צענדליגע גרויסע רעבעס מיט ווייסע בעקישעס:
געערטער דזשאדזש אינגרעם!
מיר זענען געקומען היינט צו אייך אין נאמען פון די פאראייניגטע קהלות ארגאניזאציע, פאראייניגטע רבנים קערפערשאפט, און אין נאמען פון אלע אינדוווידיאלן וואס זענען אונטער אונזער פירערשאפט.
עס איז אונז וואויל-באקאנט אז עס אין די קאורט ארויסגעגעבן געווארן א 'שולדיג' אורטייל דורך א דזשורי פון צוועלף אומפארטייאישע, אומאפהענגיקע מענטשן, וועלכע האבן לויטן אמעריקאנעם געזעץ פארטראטן די שטאט ניו יארק און דאס לאנד אמעריקא.
דער 'שולדיג' אורטייל איז ארויסגעגעבן געווארן אויף א מיטגליד פון איינע פון אונזערע קהלות, קהלת סאטמאר.
דער פארהער קעגן אים איז דורך אייך הויעכגעשעצטער דזשאדזש אנגעפירט געווארן, און אויף אייך ליגט איצט די אויפגאבע צוצוטיילן פארן באשולדיגטן זיין פארדינטן שטראף, לויט ווי עס קוקט אייך אויס נויטיג לויט יושר און צדק.
מיר פארשטייען אז עס זענען דא אסאך פרטים ארום דעם פראצעס וואס איר קוקט אן מאדנע און אפילו ערגער ווי דעם, ווילן מיר נעמען ערלויבעניש אביסל אויפצווויקלען און פארשטיין געבן אונזער לאגיק און דעם אופן ווי מיר זענען זיך באגאנגען;
אלזא, מיר אלס רעליגיעזע, ארטאדאקסישע רבנים זענען באאויפטראגט צו זעהן אז אלע יודן זאלן אויספאלגן אונזער רעליגיע, מיר ווייסן אז עס זענען פארהאן שוואכע עלעמענטן, אויפגעקלערטע פארשוינען וואס צוליב סך סיבות נויגן זיי אפ פון אונזער וועג... און עס איז נישט קיין סוד, אז עס זענען פאראן פעלער ווי מענטשן אינערהאלב די קהלות טוען אפ שענדליכע טאטן און אומווערדיגע מעשים וואס איז קעגן די גאנצע פונדאמענט פון אונזער רעליגיע.
איינע פון די הויפט פונדאמענטאלסטע געזעצן פון אונזער רעליגיע איז פארבאטענע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] באציאונגען, נעמליך אדאלטרי אין אלע אירע פארמען. דאס נעמט זעלבספארשטענליך אריין אין זיך יעדע סארט פארגוואלדיגונג צווישן צוויי אדער מער מענטשן, נאך שטערקער זענען מיר אנגעזאגט געווארן אין פעלער ווי עלטערע מענטשן פראבירן צו באצווינגן יונגע, אומבאהאלפענע קינדער, עס איז אפילו דא אפענע פאראגראפן אינעם געשריבענעם תורה וואס ערלויבט אין געוויסע פעלער צו טויטן דעם אנגרייפער.
אין יעדנספאל, באלעסטיגן יונגע מענטשן פאר סיי וועלכן צוועק און זיכער אזוי פאר [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] צוועקן איז ביי אונז דאס סאמע נידריגקייט, און פאדערט נישט בלויז דאס שארפסטע פארדאמונג נאר אויך א הארבע באשטראפונג.
אבער, אזוי ווי מיר זענען אנגעזאגט זיך אין יעדע שטרייך זיך אליין צו באהאנדלען און נישט לויפן צו גוי׳'אישע סעקולארע געריכטליכע פראצעדורן, קענען מיר זיך נאר דאן דערוויסן פון אזוינע מעשים אויב די באטראפענע קומט פאר אונז דערציילן, און דאן וועלן מיר מיט אלע מיטלען מיט גוטן און בייזן זעהן צו שליכטן דעם קלאגע, און אין נויטיגע פעלער וועלן מיר שיקן דעם באטראפענעם צום געריכט סיסטעם, זיי זאלן טון ווי זיי פארשטייען. אלעס צו באהיטן אונזער מחנה און קינדער פון בארבארישע גרויזאמע געוואלטיגער.
אזוי ארום, ווען דער באשולדיגטער וו"ב איז גענומען געווארן אין ארעסט זענען מיר געוועהן אין טאטאלע שאק, נעמענדיג אין באטראכט דאס מעגליכקייט אז ער איז שולדיג האט אונז אויסגעקוקט ווייטער פון ווייט, מחמת, מיר קענען אט דעם מענטש נישט פון היינט, און פאר אונז איז ער באטראכט אלס זייער א רעכטפארטיגער פערזאן וואס פירט א שיינע אידישע שטוב און איז קיינמאל קיינמאל נישט געוועהן פארמישט אין קיינע מיסברויכן, אבער ווי פארשטענדליך זענען מיר געוועהן אפן צום פאקט אז אלעס איז מעגליך! מיר זענען פרום אבער נישט נאאיוו!
דערזעהנדיג אבער אז די אנקלאגער קרויזט אונז אויס, נישט אירע עלטערן האבן געזעהן פאר וויכטיג אונז צו שטעלן מיט איר בקשר, נישט זיי האבן פאר אונז געמאלדן די שרעקליכע טאטן וואס זייער מיידל דערציילט, האט דאס אונז זייער באאומרואיגט און געצינדן א רויט לעמפל.
בפרט, אז אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט ווען עס איז צו געוויסע פון אונז דערגאנגען ענליכע אומרעכטן פון אנדערע יחידים האבן זיי די יעניגע רבנים געהייסן פראצעסירן די קלאגעס אין געריכט, און שולד אורטיילן זענען אויסגעפירט געווארן אויף זיי, דערפאר האבן מיר געהאלטן אז דאס מיידל וועט טרעפן א וועג אריין צו אונז, און זיך פארלאזן אז מיר וועלן האנדלן בצדק וביושר...
האבן מיר דערפאר פאררופן א געלט אקציע פשוט אלס אחריות פון די קהלה אויף דעם יחיד וואס איז אזוי שלעכט באטראפן געווארן, און האט אונז געבעטן אונזער געלט הילף אין זיין פארזוך זיך צו פארטיידיגן, וויסענדיג גענוי אין וואספארא אומגעהויערע סכומים דאס וועט אריינשלעפן. פארן מיידל האבן מיר נישט געשפירט נייטיג צו מאכן קיינע אפיעלס, ווייל זי האט דאס נישט פון אונז געבעטן.
למעשה, מוזן מיר אפען מודה זיין פאר אייער הויעכקייט, מיסטער דזשאדזש, אז דאס איז געוועהן א זיכערע גרייז פון אונזער זייט מכח אסאך טעמים:
- איינס, עס האט געשיקט א שלעכטע נישט פאראויסגעזענע מעסעדזש צו אונזער עולם אז מיר באדעקן און פארדעקן גרויליגע אומרעכטן וואס ווערט אפגעטון אין געהיים.
- צווייטענס, עס האט געשיקט א שלעכטן מעסעדזש פאר די אנקלאגער אז זי האט נישט קיין ווערד און קיין ווארט.
- דריטענס, עס האט אויסגעשטעלט א טעות'דיגע שטעלונג פאר אייך געערטער ריכטער און געערטער דיסטריקט אטוירני היינס אז מיר ווילן העלפן שולדיגע זיך ארויסדרייען פון גערעכטיגקייט און באשטראפונג.
- דאס האט אויך געשיקט א באלדיגע שלעכטע ווירקונג אויף א געוויסע רב אז ער 'מוז' אראפנעמען זיין כשר סטעמפל פון א געשעפט וואס האט באלאנגט צו די אנקלעגערס באקאנטע, מיר נעמען איצט די געלעגנהייט עס אפען צו פארדאמען.
- אויך האבן געוויסע יחידים מחמת דעם, און מחמת זייערע אייגענע חשבונות פארוואס זיי ווילן ענדערש באגלויבן דעם מ. וו"ב ווי פרוי ק., געאפפערט געלט פאר די עדות זיך אפצוזאגן און אנטלויפן, וואס מיר ווילן קלארשטעלן אז דאס איז אויך א תוצאה פון אונזער ביז איצטיגע אננעם אז אויב איינער האט נישט די מינימאלע קשר צו איינע פון אונז רבנים אין סיי וואספארא שטרייט ווערט באטראכט אלס פאלש!
איצט אבער אז מיר זעהען אז די פראקוארן האבן מצליח געוועהן אז די צוועלף מענטשנדיגע פאנעל האבן אנגענומען דאס מיידל'ס באשולדיגונג קעגן מ. וו"ב, מוזן מיר זיך בייגן און זאגן 'מיר האבן געגרייזט'!
מיר קענען נישט אננעמען זיין שולד ווייל מיר וואלטן געהאנדלט דעם אויספארש פראצעדור עטוואס אנדערש, מיר וועלן אויסרעכענען עטליכע ביישפילן: א'. מיר וואלטן אויסגעהערט ש. עדות; ב'. מיר וואלטן געוואלט בעסער אויספרעגן וו"ב; ג'. מיר וואלטן נישט גערעדט פון זיינע קרעדיט קארדס באנוץ; ד'. מיר וואלטן נישט געהאט פאר די אויגן די שווערע $150 דאלער א שעה שאלה ווייל ער האט עס געטון מיט אונזער גוטהייסונג; ה'. מיר וואלטן מיט אלע וועלטס געלד אנגעקומען צו רעדן מיט נאך פילע עדות'שאפטן.
מיר ווילן אבער נישט טשאלענדזשן די קאורט און די וועג וויאזוי דער הויכגעשעצטער ריכטער האט עס געהאנדלט, דאס גיבט דער אמעריקאנע יוסטיץ די רעכט צו אפעלירן.
- מיר ווילן קאנקלאדן און זיך דירעקט אויסדרוקן קלאר, אלס רבנים און פארשטייער פון די אידישע געמיינדע זאגן; מיר האבן ביז היינט זייער שטארק פרובירט צו העלפן אומבאהאלפענע אביוזד קינדער און עלטערע, מיר האבן געמאכט גרייזן און צומאל ליידער פאטאלע. דערפאר האבן מיר געגרינדעט א עמטליכע בי"ד לעניני פרעדעטארן וואס וועט באשטיין פון א פאנעל אויסגערופענע רבנים פון יעדע קהלה, מיר וועלן מאכן זיכער צו האבן ביי יעדע זיצונג אן עידיעי אנוועזנד וואס וועט פארצייכענען די גאנצע דין ודברים, כדי אז טאמער פעלט אויס קען מען דעם פייל גלייך שיקן און קאורט. עס וועט ווערן געפירט בחדרי חרדים אין געהיים אזוי צו פארזיכערן אז מען שרעקט זיך נישט צו קומען.
- מיר וועלן ארויפשטעלן מודעות אין אלע בתי מדרשים, גראסעריס און ציבור'ישע פלעצער מעלדנדיג איבער די נומער און פראקטישע וועגן צוצוקומען צום וועד.
- מיר וועלן שטיין בקשר מיט אלע תלמודי תורה'ס און מיידל שולעס כסדר צו זעהן וואס עס פאדערט פארבעסערונג.
- מיר וועלן בשום אופן נישט דערלאזן קיינע מאנספערזאנען באהאנדלען מיידלעך, נאר במותב תלתא און מיט קאמערעס.
- עס וועט ווערן פארשפרייט שארפע ווארענונגען לבל ירים איש ידו ורגלו, ווייל ער וועט ווערן איינגעזעצט, און פראצעסירט בכל חומר.
- אויסער דעם וועלן מיר שאפן א קופת העיר לצורכי רפואה פאר געליטענע, ווי באטראפענע וועלן קענען געהיילט ווערן אויף די קאסטן פון די קופה.
- מיר וועלן ווייטער פרובירן אנצוהאלטן אונזערע קהלות זיי זאלן נישט גיין לטמיון פון חלילה'דיגע פרעדעטארן.
דערמיט ווילן מיר ווייזן אונזער גוטווילן און אפענקייט, און באשטעטיגן פארן דזשאדזש וואס מיר האבן פארשטאנען ביז היינט אז עס איז גוט באקאנט אין אלע יוריסדיקישע קארידארן אז מיר פארנעמען נישט קיינע אומרעכטן, און מיסטער טשארלס היינס קען אויף דעם דאך עדות זאגן פארן געריכט, ער ווייסט גאנץ גענוי ווי שטארק אכטונג מיר גיבן אויף די ענינים.
די מעסעדזש וואס די קעיס דארף שיקן, איז דורך אונז פולשטענדיג ערהאלטן געווארן, און מיר שטעלן זיך צו איין הונדערט פראצענט.
און נאכאמאל, מיר שעמען זיך נישט מיט פרעדעטארס, אונזער פנים פלאמט פאר בושה אז אונזער שלעכטע האנדל מיט די געלט אקציע און נאך, האט אונז פאלש אראפגעמאלן אז מיר פארדעקן מיסברויכן! מיר האפן אז די פאר ווערטער וועט באשריבן ווערן אין אלע טאגליכע ניו יארקע צייטונגען און אזוי ארום אונז באהיטן פון שאנדע!!
און יעצט צום שלוס, ווילן מיר בעטן מחילה פון די מיידל, אויף די ליידן וואס זי האט געשאפן פון אט דעם קעיס, און איר אויך זאגן; זאג פאר אלע דיינע פריינט 'מיר האבן אפענע אויערן צו אייערע געשריי'.
מיר בעטן דעם געערטן דזשאדזש: ביטע באגנאדיג דעם באשולדיגטן מיט א פארגרינגערטן אורטייל, דורך אים האבן מיר זיך דערוועקט און ענדליך אנגעהויבן צו טון קאנסטראקטיווע אפענע באהאנדלונג אין אביוז שטרייטן.
ג-ט היט דעם געריכט, און היט די יונייטעד סטעיטס אף אמעריקע!
און דערמיט אלע רבנים טיף פארנויגט פארן ריכטער, און צוריקגעטראטן.
פארוואס איז עס נישט געזאגט געווארן?

- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
יענקל, יאיר,
ריכטיג אפשר
אבער מען האנדעלט דאך פיקוח נפש, שבי קשה מכולם
זענען מיר נישט באאויפטראגט צו טון אלעס פאר פדיון שבויים און פיקוח נפשות, ומצוה בגדולים שיש ביכולתם
-------
דרך אגב א ידיד האט מיר גע׳אישית א לינק צו קרעדיט ק״ש ווי געלעגער זאגט אז מען רעדט דא צום דבר, און טייל שרייען אים אן אז ער האט צו שנעל געליינט, ער האלט זיך ביי זיינס
קען איינער פארשטיין געבן ווי די פראבלעם שטעקט, אפשר בעל רגש וואס האט עס אהין געפאוסט זאל פרעגן דעם עולם בפרוטרוט?

איך ליין אויך דארט תמיד, פערצופאל האט מיר יידל געשיקט דעם לינק אהין האביך אים קרעדירט.
יעצט זעה איך זיי טענה׳ן טאקע דאס
אנדערע שרייען אז היות עס געשריבן אין ק״ש מוז זיין ס׳איז חזיר טרייף
אבער געלעגער האלט ווייטער אז ס׳יא גוט
שטארק זיך שרייבט אז אויב וואלט עס געוועהן רעאגירבאר (?) וואלט ער עס צונומען שורה ביי שורה, ועכשיו אז עס איז נישט רעאגירבאר טוט ער עס נישט.. ער פארפעלט צו ערקלערן הלמאי ס׳נישט רעאגירבאר

-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל