כינוס כלל ישראל להצלת הביזנעס, וואס איז דאס?
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

ס'איז לעצטנ'ס עדוועטייזד איבעראל אז עס גייט פארקומען א גרויסע ביזנעס עקספא פאר ביזנעס ביי אידן, ובלשונם א כינוס כלל ישראל להצלת הביזנעס (עפעס אזוי).
איך ווייס שוין אז עס גייט זיין 61.7 טויזנט סק. פיס, און עס גייען זיך באטייליגן טויזנטער ביזנעס עקספערטן וכו' וכו'.
אבער ווייסט איינער מער זאכליכע דעטאלן וועגן דעם? אדער איז עס בערך אזוי ווי די כינוס כלל ישראל להצלת הדורות?

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 249
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל
עס גייט אי"ה פארקומען ב" אדר ולמספרם feburary 12 2013 אינעם גרויסן מעדאלענדס עקספיזישן סענטער אין סיקאקיס ניו דזושרזי (די זעלבע פלאץ פונעם כשר פעסט שאו) ווי עס וועלן זיך באטייליגן איבער 10,000 אידן (פאריאר איז עס געווען אין לעיקוואד ווי עס האבן זיך באטייליגט 7,000 אידן) עס וועלן זיין צוטיילט אין אפאר סעקשאנס איין סעקשאן וועט זיין ווי ביזנעסלייט וועלן זיך טרעפן מיט נאך ביזנעסלייט אינעם זעלבן פעלד ווי איינער וועט ארויס העלפן דעם צווייטן, אין די אנדערע סעקשאן וועט זיין ווי מען וועט קענען טרעפן דזשאבס, אויספילן א רעזומעי, אויך וועט זיין קרסעס זיך צו אויסלערנען א פאך,
די פרייז אריינצוקומען וועט זיין $18 ביים טיר $25
זייער וועבסייט
http://parnassahexpo.com/
די פרייז אריינצוקומען וועט זיין $18 ביים טיר $25
זייער וועבסייט
http://parnassahexpo.com/
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
- האט שוין געלייקט: 291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
מער ווייניגער אלעס וואס מען האט דערמאנט דא האב איך שוין געוואוסט בתחלה אן,
כ'פארשטיי נאר נישט ווי אזוי לערנט מען זיך א פאך אין איין טאג?
ווי אזוי העלפן זיך ביזנעסער איינער דעם צווייטן אין איין טאג?
ווי אזוי נעמט מען אן ארבעטער'ס אין איין טאג?
ס'מאכט עפעס נישט קיין סענס די גאנצע מעשה, כ'מיין אז פשוט צו זעהן די אלע טויזנטער ביזנעסער וואס גייען דארט זיין, דארף נעמען עטליעסט א וואך-צוויי, און ווער רעדט נאך פון נעמען ארבעטער/בעלי בתים, זיך לערנען פאכן, העלפן ביזנעסער, די מערסטע וואס איך טראכט עס קען דארט ארויסקומען איז זיך אראפשרייבן איינער דעם אנדערנ'ס טעל. נומער.
כ'פארשטיי נאר נישט ווי אזוי לערנט מען זיך א פאך אין איין טאג?
ווי אזוי העלפן זיך ביזנעסער איינער דעם צווייטן אין איין טאג?
ווי אזוי נעמט מען אן ארבעטער'ס אין איין טאג?
ס'מאכט עפעס נישט קיין סענס די גאנצע מעשה, כ'מיין אז פשוט צו זעהן די אלע טויזנטער ביזנעסער וואס גייען דארט זיין, דארף נעמען עטליעסט א וואך-צוויי, און ווער רעדט נאך פון נעמען ארבעטער/בעלי בתים, זיך לערנען פאכן, העלפן ביזנעסער, די מערסטע וואס איך טראכט עס קען דארט ארויסקומען איז זיך אראפשרייבן איינער דעם אנדערנ'ס טעל. נומער.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
לויט ווי איך פארשטיי איז דער כינוס כ״י להצלת הביזנעס גאר א אומדירעקטע תוצאה פון כינוס כ״י להצלת הדורות.
ווען די רבנים האבן צוזאמגערופן די כינוס להצלת הדורות, איז אלעס געווען מיטן חשבון אז מען רעדט דא נאר פאר אינגעלייט וואס דארפן דאס האבן לצורך הפרנסה, און קיין פרנסה אן קיין אינטערנעט קען מען נישט היינט מאכן. מען האט צוזאמגעשלעפט דעם ציבור, געזען מענצער-פאטאקי אויפן סקרין, געהערט דעם דזשיבויערס שובבים תורות, מיטן שפאקטיוו האט מען געהאט די זכי׳ צו זעהן דעם עסקן פרידמאן מיט די סיקרעט סערוויס סטייל ווייער אונטער די אויער, דר. מייער פון מתעסקים מיט זיין טראמא צענטער, געהערט אביסל דברי הספד פונעם משגיח שליט״א, און יאלא געגאנגען! א ליסטע מיט תקנות וואס יעדער דארף אויספאלגן!
עס איז געקומען למעשה, מען האט אנגעפאנגען עפענען די קאנסענט פארמען וואס די עלטערן האבן צוריקגעשיקט, און די רבנים זענען געכאפט געווארן אין א טיפע שאק זעענדיג וויפיל אינגעלייט זענען ס״ה שומר קישואין, אדער אן קיין פרנסה אינגאנצען ל״ע. מען האט זיך אנגעפאנגען ברעכן קאפ, ווי אזוי קען אזאנס זיין אין די ווירקליכקייט? עס איז דאך א דבר ידוע אז די חינוך סיסטעם וואס איז פארהאן ברענגט דאך די בעסטע רעזולטאטן, אינגעלייט אן קיין מינאמאלע קענטעניסט אינעם ענגלישען שפראך פירן ריזיגע ביזנסער, פליפן צענדליגע מעלאנעס אין א אויגנבליק, דרייוון יאקאנס מיט בליצערס, ווי אזוי איז מעגליך אז אזויפיל אינגעלייט -וואס זענען אן קיין שום צווייפלן נאך אזוי באהאוואנט ווי דער געלערענטער מגושמדיג׳ר גוי ווען עס קומט צו ביזנעס- זאלן זיך ארום דרייען ארבעטסלאז?
מען איז געקומען צום באשלוס אז מען מיז בלית ברירה זאגן, אה״נ די טאלאנט און פעהיגקייטן איז ביי אונז א סאך שטערקער ווי אין די אלגעמיינע גאס (טרעף מיר א גוי וואס קען מיט די אייגענע הענט פלעכטן הבדלה לעכט אדער פאברעצירן פון אוסגעטרוקענטע לולב בלעטער אזעלכע שיינע קוישלעך), אבער למעשה איז דא ס״ה איין קלייניגקייט וואס דארף פאראכטן ווערן. עס פעלט א געוויסע קאמיניקאציע צווישן די אומשאצבארא אוצרות-פול טאלאנט וואס פילט אן יעדע לעכל פון די קאמינעטי אין די וואס זיכן צו באצאלן פאר דעם.
איז געבליבן אז מען וועט זיך צוזאמנעמען אונטער איין גרויסע דאך, וואס פון דארט און ווייטער וועט אלעס גיין ווי א אויגנבליק. ביי איין באדקעלע וועט זיך געפונען א אגענט פאר תהלים כולל, און ביים צווייטע א אגענט פאר א מולטי מארקענטיג געס קאמפאניס. א אינגערמאן וואס וועט שפירן אז ער האט די טאלאנט פון זאגן תהלים פליסיג וועט זיך קענען איינשרייבן אלטס מעמבער אין תהלים כולל, און דער צווייטער וואס האט א גאט-געבענטשטע פיסקל צו פארקויפן א פארמאכטע פעסל הערינג פאר צענדליגער אגענטן אן עפענען, וועט אויפגענומען ווערן אלטס סופערווייזער אינעם מולטי מארקעטינג געס קאמפאני. דער אינגערמאן וואס איז נארוואס ארויף אויף די ביכער ביי תהלים כולל האט שוין פון ווי צו אינוועסטירן אין די מולטי מארקעטינג קאמפאני, ווידערום דער פרישער סופערווייזער ברויך שוין צוקומען צו מופתים פון תהלים כולל, וחוזר חלילה אזוי ארום וועלן די שווערע מעלאנעס בלייבן אין אונזער קאמינאטי...
איי איי איי... ווען די נער וואלט נישט געווען מיינס וואלט איך אויך געלאכט... אנשטאט אינוועסטירן אזויפיל טויזענטער דאלארן אין איין אווענט, נעמטס די אלע טאלאנט געבענטשטע אינגעלייט, און לערנט זיי אויס די מינמאלע מאס טרעינונג וואס פעלט זיך אויס, ווי אזוי צו ליינען און שרייבן די לאטיינישע אותיות אן קיין צובראכענע ציין און געשוואלענע הענט. לערנט זיי אויס אז מען מאכט נישט קיין מעלאנעס, פון שמועסן צוועלף א זייגער אין מקוה איבער מעלאנעס וואס דו פלאנטסט צו מאכן, דורכן לאט פליפ אין גרינפויט וואס חיים יוסל׳ס פעטער האט אמאל געטראכט פון קויפן. לערנט זיי אויס אז ביי פרשת המן איז דא נאך כוונות -אויסער סעקשאן אכט און פוד סטעמפס- אבער מען דארף אביסל שוויצן. לערנט זיי אויס, אז פון טרינקן קאווע און קויפן טאנא סענדיוטשיס, וואקסט מען נאר גרויס אין דעם פרעזענליכן געבוי, נישט אינעם פינאנציעלן וועלט.

ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן::lol:
וואס זאגסטו -איך מיין דיין רה״ק ענטענע וואס די האסט גירשנ׳ט פון הרב אמנון יצחק- עס גייט זיין סעקסעספול? עס איז ווערט צו אינוועסטירן אפאר געראשן?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:משה געציל, ביזט ווערד קעש!!....
אויב קענסטו מאכן פרנסה פון דיין שרייבעריי, קענסטו רואיג אויפגעבן דעם פרשת המן כולל...
נא נא נא! קלאפ דיר דאס מויל!
דו מיינסט איך האלט עפעס אפען דאס כולל פאר מיר? איך בין עפעס אינטערעסירט דערין? איך מיין דאך נאר כלל ישראל! ליידער מיז איך בעטן א מינאמאלע אפצאל פון $360 פער חודש, פשוט אז עס זאל נישט זיין אזא איבערפלוס פון עשירות אז אינפלאציע זאל ארויף שפרינגן איבערנאכט און דער דאללער זאל טראסקענען. אבער ח"ו, איך מיין נישט מיך קיין כי הוא זה.