אן אינטערעסאנטער שמועס האט זיך דא אנטוויקלט וועגן בכלל רעדן איבער די טעמעס וואס ווערן אין דעם אשכול אויסגעלופטערט.
איך האלט אויך אז ווען מען נעמט זיך רעדן וועגן אבסטראקטע און פילאסאפישע טעמעס, טרעפט מען זיך פריער צי שפעטער פארלוירן אין אזא מין ווערטער-שפיל. די מושגים זענען זייער אבסטראקט, און מען קען נישט אוועקשטעלן א פעסטן יסוד, מיט פעסטע הנחות, אויף גארנישט און פאר גארנישט.
איך האב זיך אויסגעבויט א שטיקל מהלך וויאזוי איך גיי צו צו אזעלכע טעמעס. איך וועל עס פרובירן מסביר זיין, און זאגט מיר צי איר זענט מסכים.
וזה החלי.
דאס איז קלאר, אז ס'איז דא עפעס העכער פון אונזער שכל. ס'איז קלאר אז אונזער שכל קען נישט משיג זיין געוויסע זאכן וואס זענען פאקטישע מציאות'ן. (פארוואס ס'איז קלאר, איז א זאך פאר זיך, ועוד חזון. יעצט בעט איך נאר איר זאלט מיר געבן דעם "בענעפיט אוו דהי דאוט".)
איינמאל דאס מציאות פון וואס מיר רעדן איז למעלה מן השכל והשגה, איז פשוט און קלאר אז וויפיל מיר זאלן נאר דערוועגן נאר נישט רעדן, וועלן מיר באמת נישט רעדן פון דעם עצם זאך, פון דער אייגנטליכער טעמע. די טעמע איז דאך העכער אונזער השגה. איז טייטש אז מיר קענען עס נישט משיג זיין; שוין אפגערעדט פון אריינלייגן אין ווערטער. איז, יעדער פרואוו צו רעדן וועגן עפעס אזעלכע אבסטראקטע באגריפן וועט זיך ענדיגן מיט א דורכפאל. ס'איז א שאד אפילו צו פרובירן. א בלינדער איז נישט משיג קיין קאלירן, א טויבער פארשטייט נישט דעם חילוק צווישן קולות און טויט-שטילקייט, א ניי-געבוירן קינד ווייסט נישט וואס "מענטש" מיינט, א טיגער פארשטייט נישט קיין מאטעמאטיק -- און מיר וועלן קיינמאל נישט פארשטיין אזא מושג ווי אין סוף.
למעשה, אונזער מסורה איז פול מיט שמועסן מכל המינים איבער השי"ת און אלוקית. אנגעהויבן פון דער תורה, און ווייטער אראפ ביז די היינטיגע חסידישע טייטשן און תורה'לעך -- און אלעס אינמיטן: מחקר, מוסר, קבלה, חסידות אא"וו. איז, מה פשט? וואס האבן זיי געוואלט: סתם פאטשקען מיט ווערטער פאר דע העק אוו איט?
נאר פשט איז אזוי. משיג זיין דעם עצם "זאך", איז טאקע אוממעגליך. (מיר קענען דאך אפילו נישט משיג זיין דעם "מושג" פון אין סוף אפילו ווי א מושג. וויאזוי זאלן מיר באגרייפן די "זאך" וואס "באהאלט זיך" אונטער דעם אין-סוף מושג?) מיר קענען אבער יא משיג זיין די "זאך" לויט וויפיל אונזער שכל דערלויבט, און אויף ווי ווייט אונזערע השגות גייען. איר ווייסט פארוואס? טאקע דערפאר, ווייל די "זאך" איז אין סוף, און אין סוף דערהייבט אלעס -- אריינגערעכנט דאס רעדן פון אים בתוך הגבלות. "אין סוף" מיינט דאך נישט בלויז אומענדליך "גרויס" -- א ריזיג-מאנסטערישע "זאך" וואס איז גרעסער ווי "גדול מאוד"; אין סוף איז גרעסער, ווייטער, טיפער, ברייטער, נאסער און טרוקענער, שטרענגער, פיינהארציגער, קאלירפולער און קאלירלאזער, שווארצער און ווייסער, קאלטער און הייסער ... ווי סיי וואס מיר קענען נאר טראכטן און באגרייפן. אין סוף איז גרעסער ווי אונזער רעדן פון אים אין די גרעניצן פון הגבלות און מוגבלים.
נאך צוויי נקודות, און דערנאך וועל איך קומען צום סך הכל.
1. די מושגים, און 2. די השגה.
1. אונזערע חכמים אין אלע דורות האבן גערעדט פון השי"ת און פון אלוקית. זיי האבן אבער גענוצט מער ווי איין שפראך צו רעדן וועגן דער זעלבער טעמע. קבלה רעדט וועגן ספירות, גלגלים, מידות, עולמות; חסידות ניצט אין טייל די קבלה'ליסטישע מושגים, אבער בנוסף צו דעם האט עס זיך אויך געמאכט אן אייגענעם וואקובאלאר. דער אשכול דא אליין איז אנגעפיקעוועט מיט חסידישע ווערטער און מושגים, וואס ווערן געניצט צו רעדן וועגן ג-ט און ג-טליכקייט. די מוסר-באוועגונג האט אויך גערעדט איבער דער טעמע, אבער מיט גאר אנדערע ווערטער, מיט א גאר אנדערן וואקובאלאר, ווי ביידן, קבלה און חסידות. אלע רעדן פון דער זעלבער זאך. יעדער האט אויסגעקליבן א מהלך לויט זיין שורש נשמה, וועלט-באנעם, און וואס ער האט געפילט איז זיין "דרך" אויף דער וועלט.
2. יעדער מענטש האט זיין השגה. עס זענען פאראן "ברייטע קעפ", "טיפע מוחות", "הויכע נשמות" אא"וו. צוויי מענטשן קענען רעדן וועגן דער זעלבער טעמע, מיט די זעלבע ווערטער, אבער זייער באנעם, וויאזוי זיי נעמען אויף די מושגים, קענען זיין זייער אנדערש און פארשידן. רוב מאל קען מען דעם חילוק אפילו נישט מסביר זיין. ס'איז ענליך צו געפילן, וועגן וועלכע מען קען רעדן און זיך קעגנזייטיג פארשטיין, אבער קיינער וועט קיינמאל נישט קענען אריינלייגן אין ווערטער פינקטליך גענוי וואס דאס איז.
במילא, מיר קענען רעדן וועגן אלוקית, אין סוף, גשמיות שברוחניות און רוחניות שבגשמיות, אבער דער אופן וויאזוי מיר פארשטייען, זענען משיג, דאס גערעדטע, איז אנדערש ביי יעדן. מיר קענען רעדן וועגן די זעלבע מושגים און מיט די זעלבע ווערטער, ווי דעם בעשה"ק אליין; יעדער פארשטייט דאך אבער אליין אז מיר רעדן פארט נישט פון דער זעלבער זאך ווי דעם בעש"ט. מיר זענען בכלל נישט אויפ'ן זעלבן פלאנעט. אונזערע רוחניות שבגשמיות איז דעם בעש"ט'ס גשמיות שבגשמיות, בתוך הגשמי שבמקור הגשם.
אבער פארט, די ספרי החסידות און תורת הבעש"ט זענען דאך געשריבן געווארן פאר יעדן. בכלל, דער אויבערשטער איז מיין ג-ט פונקט ווי א צווייטנס. דער חיוב צו רעדן דערוועגן איז חל אויף אונז פונקט ווי אויף זיי. במילא, רעדן מיר וועגן די זאכן אזוי גוט ווי אונזערע מעגליכקייטן דערלויבן אונז. מער ווי דעם איז נישט שייך; ווייניגער ווי דעם גרעניצט זיך מיט מגשם זיין.
איך וואלט געזאגט אז באמת דארפן מיר אויפנעמען תורת הבעש"ט לויט אונזערע השגות און מושגים פון אונזערע מוחות אין אונזערע צייטן. פשוט, איבערגיסן יענע זאכן אין די כלים וואס מיר האבן אין אונזער באזיץ; ניצן די כוחות און מיטלען וואס מיר האבן. וואס זאל איך אבער טאן, אז איך האב נישט די "גאָטס", די געפאדערטע חוצפה, אריבערצופירן תורת הבעש"ט פון מזרח אייראפע 200 יאר צוריק צו אמעריקע 2013. לענ"ד וואלט מען דאס געדארפט טאן. ווייל אפילו דעם בעש"ט'ס אופן פון רעדן פון השי"ת און אלוקית איז פונקט אזוי נאענט און ווייט פון דעם "אמת", דעם עצם, ווי אונזער רעדן. ווען מיר רעדן פון אין סוף, איז נישטא די זאך, דער מענטש, דער מיטל, די ווערטער, וואס קומען נאענטער אהין ווי סיי וואס אנדערש. דער חילוק פון בעש"ט ביז אונז ליגט אין דער מענטשליכער הגבלה, אין אונזערע השגות. אבער כלפי דער זאך אליין, לגבי דעם אויבערשטן, שטייען מיר ביידע אייניג נאענט און ווייט. אין סוף בלייבט אין-סופ'יג ווייט און אפגעריקט פון יעדן און אלעם און אייביג.
איז, ווען מיר רעדן פון די זאכן וואס ווערן דא אויסגעשמועסט, גייען מיר דערצו צו מיט א הנחה קודמת אז מיר רעדן דא פון עפעס וואס מיר פארשטייען נישט. דאס הייסט, איידער מ'הייבט רעדן, איז מען מסכים אז די טעמע איז עפעס וואס איך ווייס/פארשטיי/באגרייף נישט. פארט, איך גיי רעדן דערפון אזוי גוט ווי איך קען יא, און מיט דער השגה וואס איך האב יא.
יא, ס'איז אין א געוויסן זינען נישט מער ווי א קינדישע שפיל. אבער אין דער זעלבער צייט איז עס הויך און דערהויבן. ווייל דאס איז מיין "הויך", מיין השגה פון דערהויבנקייט. די זאך וועט בלייבן אומבארירט, אפגעזען וואס מיר זאלן נאר זאגן און פארשטיין. מיר וועלן אבער רעדן דערפון אויף אן אופן וואס מיר קענען יא. "יוצא זיין" וועט מען נישט; גארנישט טאן איז נישט קיין אפציע. וועלן מיר רעדן -- אין דער וועלט אריין...
עם איי מעקינג עני סענס עט אלל?
נאך איין ווארט.
איך האב (ווי די אנדערע באטייליגער אין דעם שמועס) שוין א סך גענאשט פון דא און דארט. נאך אלע מעשיות קומט מיר אויס, אז דער בעש"ט און חסידות בכלל רעדן שטארק צו מיין נשמה. כ'האב דארט געפונען צוזאמגענומען א סך פון די גוטע נקודות וואס איך האב געטראפן אין אנדערע טראדיציעס און מקורות. איך בין דאך אבער א איד; בין איך געווען גליקליך צו זען אז גרויסע אידן זאגן די זאכן אין נאמען פון אידישקייט. (כ'בין פארט באקוועמער צו רעדן יהדות ווי בודהיזם. וואס זאל איך טאן אז איך קען נישט פטור ווערן פון דעם נאטירליכן נגיעות וואס האט זיך מיר איינגעבירגערט פון האבן דא אויפגעוואקסן
האט מיר א חבר, א לייק-מיינדעד פעלאו, מיר לעצטנס געוויזן א ספר, "אור שבעת הימים", (כ'האב אויף דער רגע פארגעסן דעם נאמען פונעם מחבר.) וואס האט שיין צוזאמגענומען א מסדר געווען תורות פון בעש"ט אויפ'ן סדר הענינים. איך האב זיך דארט געטראפן אינדערהיים, און דאס האט מיך אינספירירט זיך צו נעמען רעדן פון תורת הבעש"ט אויף דעם אופן ווי איך פארשטיי זיינע הייליגע ווערטער. צו מיר רעדט עס; איך גלייב אז אויב מיר וואלטן געקענט שמועסן וועגן דעם בעש"ט'ס מאמרים אויף אונזער שפראך היינט, וועט אידישקייט און דאס לעבן בכלל זיין סך געשמאקער. (איך רעד פאר זיך, אבער איך גלייב אז עס זענען פאראן א סך אנדערע וואס זענען מיט מיר מסכים. גענוג אנדערע וועלן אויף דעם קרימען מיט דער נאז. אבער, יענע נאז-קרימענדע ווערסיע פון אידישקייט איז אין מיינע אויגן די זעלבע ווי דעם וואס האט געהערשט פאר דער בעש"ט האט זיך באוויזן. דער בעש"ט איז געקומען מתקן זיין, פארבעסערן טאקע יענע נאז-צעקרימטע אידישקייט. זייער קאלט-מתנגד'ישע ארבעט נישט פאר מיר; דעם בעש"ט'ס, יא. ובכל אופן האט דער חכם שוין לאנג געזאגט: הו קעירס. מיין אידישקייט איז מיין פראבלעם, נישט יענעמס -- אפילו ער אליין האלט אנדערש; אפילו ער מיינט, אז ער האט מער רעכט אויף מיין לעבן און אידישקייט ווי איך אליין.) איך וויל יא רעדן פון די "העכערע זאכן" און דווקא אויף א שפראך און מדריגה וואס איך פארשטיי, וואס רעדט צו מיר און צו מיין נשמה.
לאמיר טאקע יא ממשיך זיין רעדן פון די זאכן, אן זיך באהאלטן אונטער ווערטער און מושגים וואס קיינער פארשטייט במילא נישט.
ויפוצו...
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.