"די צייטונג"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
באניצער אוואטאר
קליינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:06 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

"די צייטונג"

שליחה דורך קליינער »

דער באגאאבטער שריפטשטעלער קארל (ער פלעגט דא אמאל באלייכטן און זיין פון די רעדל פירער אינעם קאווע שטיבל און ווער עס געדענקט נאך יענער תקופה ווען מען פלעגט מיט געשפיצטע אויערן אויסהערן זיינע פערל ווערטער וואס פלעגט מיט א שטארקייט געזאגט ווערן, וועט באדויערן דעם פאקט אז מען זעט אים שוין זייער זעלטן אינעם שטיבל) האט אנגעשריבן עטליכע מאמרים איבער די אידישע צייטונגען דער איד און דער בלאט אבער האט נישט פארענדיגט און האט אויסגעלאזט דעם אנדערן צייטונג וואס הייסט מ'כלומר'שט דער צייטונג וואס איז געצילט צו געבן א מעגליכער פלאטפארמע פאר אלע חסידות'ער און שטרעמונגען וואס זענען נישט געבונדן צו דעם סאטמאר'ן קרייז אז אויך זיי זאלן שפורן אז זיי האבן וואו ארויסצוגעבן זייערע נייעסער און השקפה.

דער צייטונג וואס פלעגט אמאל גערופן ווערן "נייעס באריכט" איז געגרינדעט געווארן דורך ר' אברהם פרידמאן ני"ו וואס איז א וועטעראן עסקן און פלעגט זיין פון די, אדער דער סאמער גרעסטער, שרייבער אינעם דעמאלט-איינציגסטער אידיש-חרדישער צייטונג "דער איד", און האט ערגעץ וואו זיך פון דארט ארויסגערוקט און געעפנט זיין פאפולערן וואכנשריפט.

ער האט געהאט גוטע און פעטע יארן און איז געווען די איינציגע אלטערנאטיווער צייטונג וואס איז געווען אין די אידישע גאס, ביז עס איז ארויסגעקומען די צייטונג "דער בלאט" פון די ארונים און אביסל שפעטער מיטן וואוקס פונעם אינטערנעט ווען אלע צייטונגען האבן געכאפט ביטערע קלעפ איז ער אויך נישט געווען אן אויסנאם און זיי האבן דעריבער געזוכט ווי אזוי צו פארבעסערן און פארשענערן זייער צייטונג און ס'רוב ליינער זענען דערפון צופרידן.
מיין שרייבן-צייט איז זייער באשרענקט, דעריבער, טו איך נישט איבערליינען, איבערשרייבן, מעקן אדער קארעגירן מיינע ווערק.
סליחה.
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

פיר אויס.....

די לעצטע פאר יאר איז עס געגאנגען מדרגא לדרגא, טיף אין דער ערד.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איך פערזענליך האב אויפגעהערט קויפן די צייטונג ווען די המודיע האט אנגעהויבן ארויסקומען. למעשה היינט קויף איך שוין נישט המודיע אויך נישט וויבאלד כ'ליין אלעס אנליין.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
קליינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:06 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך קליינער »

דער אשכול איז צום באדויערן ארויס האלב רוי און אומגעפארטיגט.

אט איז דער השלמה:

ווי געשריבן פריער, האט "די צייטונג" געטראגן א נאמען כאילו עס איז אן אלטערנאטיוו צו די אנדערע "אומאפהענגיקע" צייטונגען וואס געהערן אפיציעל צום סאטמאר'ן קרייז, אבער עס איז למעשה קיינמאל נישט עכט געווען אוועק פון סאטמאר.

לעצטנס אבער האב איך אנגעהויבן באמערקן אז פון טראגן דעם נאמען "זעלבסטשטענדיגע אידישע צייטונג" וואס ווערט מיט גרויסע דיקע אותיות געמאלדן אויפן פאדערשטן זייט, האט עס זיך אנגעהויבן רוקן אלס מער רעכטס און שלאגט דערמיט כפרות מיט סיי וועלכע חסידות וואס וויל זיך נישט אידענטיפיצירן מיטן סאטמארער שיטה.

דעם עדיטאריעל לעצטע וואך ברענגט עס ארויס אין קלארע אומצוויידייטיגע טערמינען.

אונטערן קעפל: "התיצבו וראו את ישועת ה'" פארט דער הויכגעשעצטער רעדאקטאר פון די פארצווייפלונג ביי קריאת ים סוף, ביז מציצה בפה, פון "אומשולדיגע אידן" וואס ווערן פאראורטיילט צו אויסטערלישע לאנגע תפיסה שטראפן ביז א גאר לאנגער אפהאנדלונג איבער די בחירות אין ארץ ישראל.

צוערשט מאכט ער ביטערע לצנות פון די בחירות בכלל און פון אגודה בפרט, און אפגעזען אז זיי האבן למעשה צובאקומען עטליכע דעפוטאטן, טרייבט ער שפאס פון דעם וואס "די אגודה וועט קענען אויפטאן 40 פראצענט מער אינעם כנסת..." און "וויפיל קען מען שוין אויפטאן?"

שפעטער ליינען מיר די פאלגענדע ווערטער:

"אבער דאס אלעס איז באמת קיין שום נפק"מ פאר די ערליכע אידן אשר לא כרעו לבעל, וועלכע האבן זיך נישט באטייליגט ביי די בחירות, נאר זיי האבן אויסגעפאלגט די הוראות פון רבותינו הצדיקים פון די פריערדיגע דורות ביז צו די היינטיגע דורות".

און וואס איז מיט די אנדערע וואס האבן אויסגעפאלגט "זייערע" רבותינו הצדיקים פון די פריערדיגע דורות ביז צו די היינטיגע דורות, און "יא" מקיים געווען די מצוה פון אויסוועלן די אגודה דעפוטאטן?

אין דעם פאראגראף האט דער עדיטאריעלייזער א ספק און טאנצט צווישן יא אדער נישט שאצן די ריזיגער מספר פון די באטייליגטע אינעם קבלת פנים פונעם סאטמארער רבי שליט"א וואס איז געווען גאסט רעדנער ביים ריזיגן כינוס קעגן השתתפות בבחירות.

"די וואס זענען געווען ביי דעם היסטארישן מעמד קידוש ה', קעענען נישט אויפהערן רעדן דערפון. עס איז בלויז א שאד אז עס איז געווען ביינאכט, האט מען נישט געקענט געהעריג שאצן דעם ריזיגן ציבור, אבער פון די אנדערע זייט איז פילייכט בעסער אזוי, אז עס זאל נישט שולט זיין קיין עינא בישא, אז עס זאל נישט ח"ו פאלן אן עיה"ר אויף אזא ריזיגן ציבור, נערים וזקנים.......

ער ברענגט ווייטער אז ביים קבלת פנים פארן ברך משה זצ"ל האט די ציוניסטישע פרעסע געשאצט אויף 150,000 אידן. לכאורה איז דאס יאר, ווען די צאל וואס קלאמערן זיך צו די שיטה הק' איז זיכער געטאפלט און געטריפלט געווארן זייט יענעם יאר תשנ"ד איז זיכער געווען א האלב מיליאן אדער מער, נאר סארא שאד אז עס איז געווען ביינאכט...

נאך עטליכע זיסע ציטאטן:

"די רבבות אידן האבן אן קיין דרויסענדיגע דרוק, אן קיין היסטערישער פראפאגאנדע, פרייוויליג דעמאנסטרירט פאר די וועלט אז זיי ווילן זיך כאטש ביי די געלעגנהייט אידענטיפיצירן מיט "סאטמאר"... קאמאנטארן פעלט אויס?

צוריק צום "צייטונג".

האט דער בעה"ב דארט אפגעמאכט צו שלאגן כפרות מיט די אנדערע הויפן וואס קלאמערן זיך צו זייערע גדולי ישראל, און טוען וואס זיי האבן פארלאנגט און גייען יא מקיים זיין די מצוה פון ועשית ככל אשר יורוך, און וויל ווערן דער דריטער סאטמארער צייטונג?
מיין שרייבן-צייט איז זייער באשרענקט, דעריבער, טו איך נישט איבערליינען, איבערשרייבן, מעקן אדער קארעגירן מיינע ווערק.
סליחה.
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

יידל האט געשריבן:איך פערזענליך האב אויפגעהערט קויפן די צייטונג ווען די המודיע האט אנגעהויבן ארויסקומען. למעשה היינט קויף איך שוין נישט המודיע אויך נישט וויבאלד כ'ליין אלעס אנליין.

איך האב געמיינט וועסט שרייבן מער צום זאך. דעם המודיע קויפט מען נישט ווייל ס'נישט ווערט קיין אפגעריבענעם גרייצער.
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

וועלכע צייטונג ליינסטו, סעפיש?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אבער עכ"ז האט ער געקענט באשרייבן דעם קלויזענבורגער רבי'ן למשל ביי זיין יארצייט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
געוואלד געשריגן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך געוואלד געשריגן »

סאטמאר צייטונג = פראפאגאנדע
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

יידל האט געשריבן:וועלכע צייטונג ליינסטו, סעפיש?

וואסאנאפקעמינע? דער המודיע איז בלויז הייפ. איך האב אפילו געהערט לעצטענס פון עטליכע לאנג יעריגע המודיע ליינער וואס זאגן אז ס'פארקויפט נישט גארנישט.
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

וואס מיינט בלויז הייפ? זיי באריכטן די נייעס נאך עני טיים אזוי גייט ווי סיי וועלכע אידישע צייטונג, און זייער קאלומס זענען טיפישע חרדישע זשורנאליזם. פון צווישן דער איד, דער בלאט, די צייטונג, המודיע און יתד איז המודיע דער בעסטער.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

הייפ מיינט בילדער און שיינע גראפיקס.
זייערע קאלומ'ס און נייעס באריכטן קומען נישט צו כי הוא זה צום יתד.
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

געוואלד געשריגן האט געשריבן:סאטמאר צייטונג = פראפאגאנדע
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

בלא בלא. א וואונדער איז אז ס'נישטא קיין מארקעט פאר א 'נישט סאטמארע' אידישע צייטונג! דאס ווייזט ווי שטארק די אנטי סאטמאר באוועגונג איז... (זאג מיר נישט אז די אנדערע אידיש רעדענדע חסידות'ער ליינען נישט צייטונגען ווייל ס'ביטול תורה.. יא יא...)

(די תגובה באציעט זיך צו די וואס שרייבן אז ד צייטונג איז סאטמאר פראפאגאנדע)
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

יאנקל האט געשריבן:
sefish האט געשריבן:הייפ מיינט בילדער און שיינע גראפיקס.
זייערע קאלומ'ס און נייעס באריכטן קומען נישט צו כי הוא זה צום יתד.

איך האלט אויך אזוי. כאטש די פאליטישע מיינונגען פון דעם "יתד" זענען אינגאנצן נישט צו מיין געשמאק, האט עס אין מיינע אויגן א גרעסערע זשורנאליסטישע חשיבות ווי דעם "המודיע" וויבאלד עס איז פול מיט אייגן-געשריבענע ארטיקלען איבער נייעס, פאליטיק, השקפה און תורה. משא"כ דער "המודיע" איז אנגעפילט מיט AP באריכטן וכדומה, און מיט פיל ווייניגער אריגינעלע ווערק.

אקוראט. נישט געקענט בעסער ארויסברענגען. שכח.
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די שאלה איז וועלכע צייטונג איז די מערסטע פיל. דער איד און דער בלאט פון פאר פסח האבן מער בלעטער ווי דריי נוא יארק טיימס, אבער אין פאקט קען מען ענדיגן אין א שעה ווייל עס איז אנגעפילט ווי א גיפט באקס מיט באבל רעפ, עס האט גארנישט אויסער פארטיי פראפאגאנדע, אויסגעדראשענע סחורה, בילדער און גראפיקס. די צייטונג איז דא מער צו ליינען ווי דער איד און דער בלאט. דער שטערן האט מער צו ליינען ווי אלע דריי, און די מעלות שטעלט אויך צו ליין מאטריאל. אין האדם מונה הדפים אלא שעות הקריאה.
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

קופערניקוס האט געשריבן:די שאלה איז וועלכע צייטונג איז די מערסטע פיל. דער איד און דער בלאט פון פאר פסח האבן מער בלעטער ווי דריי נוא יארק טיימס, אבער אין פאקט קען מען ענדיגן אין א שעה ווייל עס איז אנגעפילט ווי א גיפט באקס מיט באבל רעפ, עס האט גארנישט אויסער פארטיי פראפאגאנדע, אויסגעדראשענע סחורה, בילדער און גראפיקס. די צייטונג איז דא מער צו ליינען ווי דער איד און דער בלאט. דער שטערן האט מער צו ליינען ווי אלע דריי, און די מעלות שטעלט אויך צו ליין מאטריאל. אין האדם מונה הדפים אלא שעות הקריאה.

אפשר 10 יאר צוריק. היינט צוטאגס האט דער איד גאר אסאך סחורה, די צייטונג איז אויך פיין.
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

קופערניקוס האט געשריבן:די שאלה איז וועלכע צייטונג איז די מערסטע פיל. דער איד און דער בלאט פון פאר פסח האבן מער בלעטער ווי דריי נוא יארק טיימס, אבער אין פאקט קען מען ענדיגן אין א שעה ווייל עס איז אנגעפילט ווי א גיפט באקס מיט באבל רעפ, עס האט גארנישט אויסער פארטיי פראפאגאנדע, אויסגעדראשענע סחורה, בילדער און גראפיקס. די צייטונג איז דא מער צו ליינען ווי דער איד און דער בלאט. דער שטערן האט מער צו ליינען ווי אלע דריי, און די מעלות שטעלט אויך צו ליין מאטריאל. אין האדם מונה הדפים אלא שעות הקריאה.

די דריי ברידער האט נאך מער וואס צו ליינען ווי אלע פיר צוזאמען, איך כאפ נישט וואס דו פראבירסט צו צושטעלן צייטונגען צו מאגאזינען.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
געוואלד געשריגן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך געוואלד געשריגן »

sefish האט געשריבן:בלא בלא. א וואונדער איז אז ס'נישטא קיין מארקעט פאר א 'נישט סאטמארע' אידישע צייטונג! דאס ווייזט ווי שטארק די אנטי סאטמאר באוועגונג איז... (זאג מיר נישט אז די אנדערע אידיש רעדענדע חסידות'ער ליינען נישט צייטונגען ווייל ס'ביטול תורה.. יא יא...)

(די תגובה באציעט זיך צו די וואס שרייבן אז ד צייטונג איז סאטמאר פראפאגאנדע)


Der Yid and Der Blatt are more propaganda-based. When reading, it seems that the sole reason for those newspapers is to spew hate toward the State of Israel and emphasize that all of the world's problems are the result of Zionism (similar to al-jazeera's brainwashing people to not think for themselves). As I wrote in a different thread, and was ignored, "Anti-Satmar comments" are just a reaction to the frustration regarding the blatant hatred of the concept of Zionism and all those that believe in it (a.k.a. millions of Jews). Every single week it's something else. For the past few weeks it's been about the elections. The Yid had an article about how the Zionists are concerned about Hagel and Kerry. Listen to me. I'm not a hardcore Zionist, but I have the common sense to realize that the welfare of the State of Israel has a direct relationship with the safety of its citizens. Di Tzeitung doesn't exist for that sole purpose, and I enjoy the articles about history. However, I am scared to read the editorials and it'd make more sense to write about the real reshaim (Ahmadinejad, Assad, Morsi, Abbas, and other Arab anti-semitic leaders) as opposed to a weekly dose of hatred toward other Jews.

There's no anti-Satmar movement. There's just disgust toward Satmar's mentality. Turning anti-Zionism into Anti-Zionists.

Has this never occurred to you??
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

יא, פון צייט צו צייט האב איך באמערקט אז די איד גייט איבער די ליניע. ס'פאלט זיי קיינמאל נישט ביי צוצולייגן צו א באריכט וואס רעדט איבער מדינת ישראל און איראן אז "איראן איז טאקע א שעדליכע מדינה און זיי זאלן נישט ערלויבט זיין צו האבן נוקלעארע וואפן" וכדומה. אייביג איז די שלעכטס נאר פאקוסט אויף מד"י. אבער פארגעס נישט אז ביים סאטמארן רב זצ"ל זענען די ראשי המדינה געווען די "ריעל רשעים" גארנישט ווייניגער ווי מארסי, אבבאס, אחמעדינידזשאד.
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
באניצער אוואטאר
געוואלד געשריגן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך געוואלד געשריגן »

יא יא, אבער נישט נאר פון צייט צו צייט.

דעפיניציע
באניצער אוואטאר
קליינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:06 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך קליינער »

משה געציל האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:די שאלה איז וועלכע צייטונג איז די מערסטע פיל. דער איד און דער בלאט פון פאר פסח האבן מער בלעטער ווי דריי נוא יארק טיימס, אבער אין פאקט קען מען ענדיגן אין א שעה ווייל עס איז אנגעפילט ווי א גיפט באקס מיט באבל רעפ, עס האט גארנישט אויסער פארטיי פראפאגאנדע, אויסגעדראשענע סחורה, בילדער און גראפיקס. די צייטונג איז דא מער צו ליינען ווי דער איד און דער בלאט. דער שטערן האט מער צו ליינען ווי אלע דריי, און די מעלות שטעלט אויך צו ליין מאטריאל. אין האדם מונה הדפים אלא שעות הקריאה.

די דריי ברידער האט נאך מער וואס צו ליינען ווי אלע פיר צוזאמען, איך כאפ נישט וואס דו פראבירסט צו צושטעלן צייטונגען צו מאגאזינען.

ווי איך פארשטיי, איז געווארן פונעם שמועס איבער דעם ספעציפישן "צייטונג" א שמועס איבער אנדערע צייטונגען, האט ער געוואלט צושטעלן אויך אנדערע ליין מאטעריאל.

און איך בין פולשטענדיג מסכים אז די צייטונג האט בעסערע קוואליטעט און מער אינהאלטרייכע שטאף ווי די אנדערע צוויי סאטמארע צייטונגען, וואס עס איז א בושה עס צו האלטן אין האנט, לפענ"ד. עס איז א שאד אז דער מצב האלט אזוי אז אפענע פראפגאנדע האט אנגענומען אזא דורכגעפאלענע שטאפל.
מיין שרייבן-צייט איז זייער באשרענקט, דעריבער, טו איך נישט איבערליינען, איבערשרייבן, מעקן אדער קארעגירן מיינע ווערק.
סליחה.
באניצער אוואטאר
קליינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:06 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך קליינער »

קארל האט געשריבן:שיין געשריבן, קליינער. אבער איך מיין אז דו מאכסט א טעות מיט'ן מיינען אז "די צייטונג" האט זיך געוואלט אנגעבן אלס אומאפהענגיק פון סאטמאר. אברהם פריעדמאן האט זיך אייביג געהאלטן פאר א סאטמארער און ער האט חלילה פאר א רגע נישט געטראכט איבערצולאזן זיין אמונה טהורה פאר א נזיד עדשים. זיין צייטונג איז נאר געווען זעלבסטשטענדיג מיט דעם אז עס איז נישט געווען געבונדן צו א קהילה און האט נישט געדינט ווי א פראפאגאנדע בלעטל, אבער אוודאי זענען די השקפות נאר עפ"י משנתו הטהורה פון איתן אדונינו, גדול בישראל היחיד בדורינו, מרן רשכבה"ג רביהקוה"ט זצוקללה"ה זיעועכי"א.

גערעכט. איך האב געוואוסט אז ער איז א זון פונעם געוועזענעם סאטמארער ראש הקהל, און ער פארגעסט טאקע נישט יעדעס יאר עס צו דערמאנען ביומא דהילולא פונעם פאטער, אבער איך האב זיך גענארט ווען איך האב געמיינט אז ער וויל קעיטערן די אלע אנדערע אומצאליגע בחירות-גייער-חסידות'ער.
מיין שרייבן-צייט איז זייער באשרענקט, דעריבער, טו איך נישט איבערליינען, איבערשרייבן, מעקן אדער קארעגירן מיינע ווערק.
סליחה.
באניצער אוואטאר
קליינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:06 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך קליינער »

א גוט ווארט, איידער איך גיי אוועק פון דעם אשכול.

איך האב הנאה פון דעם וואס ער לייגט אריין בריוו צו דער רעדאקציע, און ענטפערט יעדן אפ, און עס איז איינע פון מיינע בעסערע בלעטער וואס איך ליין דארט, ווען ער צוברייטערט זיך מיט זיינע געדאנקען אפי' ווען יענער שרייבט אים שארף און מיט ביטול טיטלען.
מיין שרייבן-צייט איז זייער באשרענקט, דעריבער, טו איך נישט איבערליינען, איבערשרייבן, מעקן אדער קארעגירן מיינע ווערק.
סליחה.
פארשפארט