"דער שטערן" מדי חודש בחודשו

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
פארשפארט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

מאכסט א וויץ... ער איז אשר לעווין? מיר קענען דאך אים.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס איז נישט די ערשטע מאל, כ'מיין דער שטערן האט שוין געלייגט פיקטשערס פון אים
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 659
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

כ'מיין אז נאר איינמאל און אויך נאר פון די בעק, ווען ער איז געפארן אויף יאפאן צויעקב יוסף וויזויההיסטערנאר.
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

ביי דע וועי
ווער צאלט אויס דער נסיעות טיקעטס און האטעלן קיין יאפאן און רוסלאנד?
דער שטערן אדער גאר אונדזערע נדבות פאר דרור?

איי געס דער זעלבער וואס צאלט אויס פורסט קלעס טיקעטס פאר ר' הערשעל קאהן פין RCCS ומשפחתו פאר זיינע אפטע רייזעס קיין ישראל
סארי פארן פארדרייען דעם שמועס
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

קרעקער האט געשריבן:ביי דע וועי
ווער צאלט אויס דער נסיעות טיקעטס און האטעלן קיין יאפאן און רוסלאנד?
דער שטערן אדער גאר אונדזערע נדבות פאר דרור?

איי געס דער זעלבער וואס צאלט אויס פורסט קלעס טיקעטס פאר ר' הערשעל קאהן פין RCCS ומשפחתו פאר זיינע אפטע רייזעס קיין ישראל
סארי פארן פארדרייען דעם שמועס


זייער נישט שיין פון דיין זייט צו באשמיצן א מסירת נפש עסקן, וואס האט גענומען אויף זיך אזא אומגעהויערן עול, אין כ"ש ווען ר' הערשל איז א איד א גרויסע נגיד וואס דארף ב"ה נישט צוקומען צו rccs

חכמים הזהירו בדבריכם
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

בלויז געניטצט לדוגמא
אזוי איז ביי אסאך היימישע ארג.

ועוד טאקע דאס מיין איך, פין די צדקה קאסעס ווערען אסאך פין זיי נגידים
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

איך האב באמערקט אז אין אשר לעווין'ס ארטיקל איבער רוסלאנד האט מען איבערשריבן בטעות עטליכע מאל די זעלבע פאראגראף.
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך אוי טאטי »

פון אשר לעווין איז שוין געווען בילדער ווען ער האט באזוכט אוישוויץ!
!..If you go black, you'll never go back
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך אוי טאטי »

קרעקער האט געשריבן:בלויז געניטצט לדוגמא
אזוי איז ביי אסאך היימישע ארג.

ועוד טאקע דאס מיין איך, פין די צדקה קאסעס ווערען אסאך פין זיי נגידים

נעקסט טיים נוץ נישט לדוגמא פאר דו ווייסט!
ר׳ הערשל, נישט נאר וואס ער נעמט נישט קיין פעני פון RCCS! נאר אפי׳ ווען ער אדער איינע פון זיינע קינדער פארן אויף ארץ ישראל ׳פאר RCCS', צאלן זיי אליין די טיקעט!!
!..If you go black, you'll never go back
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך אוי טאטי »

C/P;
איך געדענק נאך נאך סעפטעמבער עלעווען האט מיין רבי געזאגט אין חדר 'יא, אמעריקע האט אויך געמיינט אז קיינער קען זיי נישט קיין שלעכטס טוהן, זיי האבן געגרויסט אז זיי זענען די שטערקסטע אין די וועלט, דער אייבערשטער האט זיי געוויזן אז זיי קען מען אויך אטאקירן, ווער האט זיך געגלויבט...'. איין רגע, איינס, זאג נאר מלמד טייערער, אין וועלעכע פראגרעם וואס דו רעגירינג גיבט ביזטו נישט קיין מחותן, וויפיל הילף פראגראמען טוסטו בענעפעטירן, הא? פוד סטעמפס, מעדיקעיד, סעקשאן עיט, וועלפעיר, וויק, א.א.וו. און דו ביזט דער וואס בארעדט דעם מדינה, שנית, זאג וואס האט דיך דעי מדינה שלעכטס געטוהן אז דו זאלסט דעיס ארויסנעמען פון דעם גאנצן טראגעדיע, אמעריקע איז באמת א מדינה של חסד, ווייניג מדינות אין דער וועלט געבן זיך אזוי אפ מיט זייערע בירגער ווי אמעריקע, אמעריקע איז דער מקור פון דעמאקראטיע, אמעריקע איז דער ערשטער מדינה וואס האט געגעבן גלייכבארעכטיגקייט פאר אידן, אמעריקע זארגט זיך פאר אירע בירגער פינאנציעל און לגבי געזונטהייט, (איך רעד נישט יעצט פון דעם חורבן אז אזויפיל אחב"י זיצן נעבעך אין טורמע, אויף אנטיסעמיטיזם ליידט יעדער, און כ"ע מודה אז דער יוסטיץ סיסטעם 'ספעציפיש' ברויך א תיקון, אבער דעיס רעפלעקטירט נישט דעם גאנצן מדינה) איז וואס האט דיך שוין דעי מדינה שלעכטס געטוהן?? וואס? האט נישט אמעריקע א רעכט זיך צו גרויסן מיט די גוטס וואס זי טוט מיט אירע בירגער???

און יעצט איז אזוי, טייערער "דער שטערן", וואס האט דיך דעי רעגירונג שלעכטס געטוהן? וואס טרייבט אייך יעדע חודש צו שרייבן קעגן זיי? פארוואס פארדינען זיי זיך אז אייער אויסגאבע זאל זיין געשטעלט אויף אראפרייסן די רעגירונג? חוץ דעם וואס דאס קומט פון א פארדרייטן מאראלישן קאמפוס, איז עז אבער פשוט אומריכטיג און נישט אויסגעהאלטן!
לאמיך אייך מסביר זיין פון וואס איך רעד:
איך געדענק נישט אין וועלעכן חודש, אבער אין איינער פון אייערע אויסגאבעס איז געווען אן ארטיקל, דער קעפל איז באשטאנען מיט גרויסע ווערטער "דער קאנגרעסמאן וועלעכער האט באוואפנט על קאידא"!!!! בום!!! געפערליך, א קאנגרעסמאן זאל דינען קעגן זיינע לאנדס אינטערעסן? שטעלן זיינע בירגער אין א סכנה? באוואפענען אזעלעכע וועלט בארימטע שעדליכע מענטשן? איין מינוט, וואס איז דא געווען, אמעריקע איז געווען אין א קריג מיט סאוויעט רוסלאנד און האט געדארפט האבן הילף פון מענטשן וואס זענען באהאוונט אין יענעם ראיאן, האבן זיי אין א גוטע סטראטעגיע איינטרענירט דארטיגע איינוואוינער וואס איינער פון זיי האט געהייסן בין לאדין, וועלעכער איז נאך דאן בכלל נישט געווען פארמישט אין טעראר און איז בכלל נישט געווען קיין עקסטרעמיסט, כדי ער זאל ארויסהעלפן אמעריקע, און עס האט געארבעט, יעצט אמעריקע האט אים מיט זיינע חברה טרענירט און געשאנקן וואפן, צוואנציג יאר שפעטער איז בין לאדין איבערגענומען געווארן פון דעם איסלאמישן גלויבן און האט געעפנט אדער זיך אנגעשלאסן אין אן ארגענעזאציע וואס הייסט על קאידא און האבן געפירט א מערכה מיט אמעריקע, לאמיך אייך פרעגן א קלייניקייט, איר האלט למשל אז אויב בין לאדין באשליסט צו אטאקירן אמעריקע און לו יהא ער וואלט נישט געהאט דעי טרענירונג פון אמעריקע, האלטסט ער וואלט זיך נישט קיין עעצה געגעבן? האלטסט ער האט נאך גענוצט די זעלבע וואפן וואס אמעריקע האט אים דאן געשיקט?? כ'מיין פליז, וואס איז דעי תאוה פון א נאמען געבן דעם ארטיקל אזוי אנטי גאווערמענט? איינער האט באוואפנט?? ס'ענדיגט זיך נישט דא, חודש סיון ס"ח ליינט זיך אן ארטיקל "דער דאפלטער פארראט' די מאנג, א מיסטעריעזע שבט אין די דזשאנגלס פון אזיע האט דורכגעפירט א מלחמה אין שליחות פון אמעריקע. צום סוף האט זיי אמעריקע מיאוס פארראטן און דערנאך צוגעלייגט זאלץ צו זייערע וואונדן"................ קאמענטארן זענען איבריג!
"ראבער רום' הונדערטער טיטשערס וועלעכע האבן זיך פארזינדיגט קעגן דעם סיסטעם ווערן געצווינגען אריינצוגיין אין א כמו טורמע וואס הייסט ראבער רום עס איז א ביטערע דורכגאנג פאר יעדן וואס פאלט נאר אריין דארט, די דאזיגע מאדנע בארבארישע סיסטעם קאסט אפ יערליך פאר ניו יארקער שטייער צאלער שווערע מיליאנען דאלארן און האט נישט קיין שום פאזיטיווע נוצן". קודם כל, איך בין שטארק סקעפטיש אין די אויטענטישקייט פון די מעשה, אבער האט איר שוין אמאל באמערקט וויזוי אין יעדן ארטיקל ווארפט ער אריין וואס עס קאסט אלץ אפ פאר שטייער צאלער כדי צו כאפן אייערע מוחות? ער קען עס דערמאנען צענדליגער מאל אין איין ארטיקל, ווייל דאס כאפט יעדן מענטש! ציילט אויף אייער האנט וויפיל מאל איר האט שוין געלייענט אין דער שטערן וועגן דעם בריק וואס פירט נישט אין ערגעץ וואס די רעגירונג פלאנט צו בויען, הא? שמעקט היימיש? יא, דער בריק איז קיינמאל נישט געבויעט געווארן.

"דער אומשולדיגער ענטרעקס טעראריסט און די עף בי איי רדיפות"! ביי די וועי אינעם ארטיקל איז קיינמאל נישט אנטשידן געווארן אז ער איז געווען אומשולדיג.

גיי ווייטער, "א טריליאן דאללער איז די סומע וואס די רעגירונג פארשווענדעט פאר מיסט",

"איר מיינט אוודאי אז נאכן אריינפירן אמעריקע אין איבער פופצן טריליאן דאללער חובות איז וואשינגטאן געווארן מער פארזיכטיג? א נעכטיגן טאג, לייענט צען שטוינענדע ביישפילן ווי אמעריקע'ס פינאנצן ווערן פארטאכלעוועט...."

"די פאראייניגטע טורמעס פון אמעריקע"

א סטאטוע פון פרייהייט אדער קנעכטשאפט - סטעטשו אוו ליבערטי"

"די פעדעראלע באנק רויבער, דאס איז די עף די איי סי, מיר טוען פארכאפן אייער באנק" בום! לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט, ערשטנס, א באנק מוז נישט זיין קיין מעמבער אין די עף די איי סי, צווייטנס, העלא? מיר פארכאפן בענק אדער מיר ראטעווען מענטשן'ס אפגעשפארטע געלט? און מיר ווילן פארמיידן אז מיר זאלן דארפן צאלן הונדערט טויזנט דאללער פאר יעדן אקאונט!!?? איך הער נישט?

"ווען אמעריקע האט געשאנקן געווער פאר טעראריסטן, דער איראן-קאנאטרא סקאנדאל", ווייטער די זעלבע מעשה, אמעריקע האט געמיינט גוטס ווייל קיין אנדערע ברירה איז נישט געווען!


און יעצט הערט און שטוינט, אמעריקע האט ארויפ געשיקט א מולטי ביליאן דאללערדיגן סאטעלעיט אין ספעיס כדי צו פארשנעלערן טעכנאלאגיע פאר ציווילע און שפיאנאזש באנוץ, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער סאטעלעיט האט נישט געארבעט, אין "דער שטערן" שפראך 'א טאטאלער דורכפאל', און אמעריקאנע סייענטיסטן האבן געוואוסט אז אויב דער סאטעלעיט פאלט אריין אין די אטמאספערע קען דאס זיין זייער שעדליך האט מען אויסגעארבעט אז מען גייט דאס אבזערווירן און ווי נאר ס'הייסט אהן פאלן גייט מען עס צופיצלען דורך א מיסיל, ויהי היום, דער סאטעלעיט האט אנגעהויבן פאלן, האבן זיך צאמגעזעצט די גרעסטע מיליטערישע קעפ, העכסט ראנקיגע אפיצירן אינריינעם מיט פרעזידענט בוש יר"ה טאקע דארט אינעם סיטואציע צימער ווי אבאמא איז געווארן א העלד ביים מיטהאלטן דעם בין לאדין פארכאפונג, און זיי האבן מיט גרויס שפאנונג נאכגעפאלגט דעם סאטעלעיט און ווי א זייגערל, האט דער מיסיל פונקט אנגעטראפן אינעם סאטעלעיט און סוקסעספול אים חרוב געמאכט, דער אקציע איז געקרוינט געווארן מיט א מורא'דיגן סוקסעס ווייל עס זענען געווען גרויסע שאנסן אז עס זאל דורכפאלן, הקיצור, יעדער אינעם צימער האט לייכט אפגעאטעמט און פרייליך אפלאדירט, און זיך געלייגט שלאפן מיט א גוטן טעם זינט דער אקציע איז דורך מיט הצלחה!!!

אט איז וויאזוי דער שטערן האט עס באשריבן
"דער זעכציג מיליאן דאלארדיגן מיסיל וואס האט פארניכטעט דעם מולטי-ביליאן דאללארדיגן סאטעלעיט"! האר אויפשטעלנד! ממש אומגלויבליך, אזוי פארקרומט? אזוי פארדרייט? שוין, דאס איז עס, נעמט עס נישט פערסענאל, איך מיין קיינעם נישט פערזענליך, איך רייס נאר אראפ דעם מענטאליטעט!
געשריבן דורך; אחד מן הכותבים עט קליין וועלטעלע פינטעל קאם.
!..If you go black, you'll never go back
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך אוי טאטי »

דאס וואס איינער ענטפערט איהם.
שמעון ראלניצקי האט זיך אמאל אויסגעדריקט פאר איינעם ווען יענער האט עם עפעס געפרעגט איך קען דיר עס נישט מסביר זיין מיטען מויל קים איך וועל דיר עס מסביר זיין אויפען פאפיר.

פשט איז: ער איז בכלל נישט קיין גוטע רעדנער אזוי ווי מען קען הערן אויף קול מבשר אבער און שרייבען איז ער א יחיד במינו.

דער שטערן האט נישט קיין שים בעבישקייטען און זיך און אייביג קומט ער אויף מיט פרישע זאכען צו שרייבען.

בנוגע זיינע העדליינס איז די מעשה מיין איך אזוי,
עס קומט פון שמעון'ס פערזענליכע אנגעגעסענקייט אויף אמעריקע,
אויף די סיסטעם ווי אזוי מען ריפט עס.

די אנגעגעסענקייט קומט זייט נאך די צוויי קעיסעס די גראסמאן קעיס און די ראבאשקין קעיס וואס ווי באקאנט איז ער געווען דער אויפרידערער ביי ביידע קעיסעס וואס ווי ער שרייבט האט מען קלאר געקענט זעהן די מיסברויכען ביי ביידע קעיסעס וואס דאס האט עם געמאכט האבען די געפיל אקעגען זיין אייגען לאנדאון אז איר וועט קיקען גוט וועט איר זעהן אז זייט די צוויי מעשיות האקט ער אויף די רעגירונג ווי קיינמאל פארדעם.

(הגם ער וואוינט דאך ניטעמאל און אמעריקע ער וואוינט גאר און מאנסי.....)

יעצט אפאר ווערטער צו שמעון איך פארשטיי נישט בכלל פארוואס ביזסט אזוי אנגעגעסען די קענסט דאך היסטורי קיק צוריק וועסטי זעהן אז אייביג ווען מען איז געגאנגען די וועג פון איבערדרייען און נישט מיט הכנעה האט עס קיינמאל נישט געהאלפען נאר פארקערט עס האט אייביג ערגער געמאכט
און היינט קען מען שוין זאגען פרשת גראסמאן און פרשת ראבאשקין (און איך מיין אויך די וועבערמאן סומאטוכע) יוכיח אז לא זי הדרך.

הרה"ק מספינקא זצ"ל האט אמאל געזאגט פאר א איד וואס איז זיך געקומען אויסוויינען צו עם אז א מניבלת האט געמאכט א בלבול אויך עם און עם פאר'מסר'ט און עס דרויעט עם תפיסה רח"ל האט עם די רבי געפרעגט וואס טיט זיך מיט א פלי בארגען?
דער איד געט א שפרינג אויף הייליגע רבי ווי אזוי קען איך מאכען א פלי בארגען ווען איך בין ניטאמאל שילדיג האט די רבי אויפגעהויבען זיינע הייליגע אויגען צים איד און געזאגט קים לאמיך דיך מסביר זיין, ווען די גייסט מאכען א פלי בארגען גייסטו זיצען ווייניגער און די חילל השם וועט זיין קלענער קיינער וועט נישט וויסען דערפין און קען זיין שפעטער וועט זיך די מכשפה בארעכענען און צוריק ציען פון די קלאגע אבער טאמער גייט עס אויף טרייעל און עס קומט צי א דזשורי איז שוין דא שוואכע שאנסען צו געווינען ווייל ביזסט א איד און די גויטע וועט נישט אזוי שנעל צוריקציען ווייל דא רעדט זיך עס שוין פון ניצחון און די חילל השם וועט זיין זייער גרויס סיי און די מידיע און סיי און די אידישע גאס ווייל מענטשען וועלען זאגען אז מען האט עם געטראפען שילדיג איז ער זיכער שילדיג.

סוף פון די מעשה איז געווען אז דער איד האט געמאכט א פלי בארגען און ער איז געגאנגען זיצען און מיטען האט פאר די גויטע אנגעכאפט חרטה געפילען און זי האט מודה געווען אז עס איז געווען א בילביל און מען האט עם באפרייט.

וואס מען זעה מיר פון די מעשה איז א שטעלונג פון א צדיק וואס האט גלעבט און אינזער דור לגבי אנעמען פלי בארגענס און נישט מאכען קיין פירסים פון קעיסעס.

ובזה יצא ידי חובתי בזה הענין

הק' מ. עט קליין וועלטעלע פינטעל קאם.
!..If you go black, you'll never go back
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

אוי טאטי האט געשריבן: הק' מ. עט קליין וועלטעלע פינטעל קאם.

וואס איז דאס קליין וועלטעלע פינטעל קאם?
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

אז מיר זיצן שוין אין דעם אשכול, ווייסט אפשר איינער פארוואס דער שפאקטיוו איז נישט ארויסגעקומען לעצטן חודש, און דער שטערן איז שוין אויך א וואך שפעט?
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

ווייסט איינער וואס גייט לעצטענס פאר מיטען שטערן?
ענדליך ארויסגעקומען אנדערדהאלבען וואכ שפעהט און סאיז עפעס נישט ווי אמאהל
פארוואס דאפען זיי איבערדרוקען א ארטיקעל פין דע רוסישע מיליטערישע רב וואס דער בליץ האט שוין געהאט א לאנגס און ברייטס אינטעוויו מיט דע רב פאר 3 חדשים ציריק. דעס פאסט פאר דע בליץ און נישט פאר דע שטערען

ס איז דא רומערס אז ש, ר, האט פארקויפט דער שטערן שפאקטיוו (נאר די יודישע) פאר אשר לעווין
קען עס איינער קאנפירמען?
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

און וואס גייט פאר די לעצטע פאר חדשים מיט די "אויבערשטרעכלעך"?
זייער נישט שיין און נישט פראפעסיאנאל.
וירח ה' את ריח הניחוח
עסן עסט'זיך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך עסן עסט'זיך »

קרעקער האט געשריבן:ווייסט איינער וואס גייט לעצטענס פאר מיטען שטערן?
ענדליך ארויסגעקומען אנדערדהאלבען וואכ שפעהט און סאיז עפעס נישט ווי אמאהל
פארוואס דאפען זיי איבערדרוקען א ארטיקעל פין דע רוסישע מיליטערישע רב וואס דער בליץ האט שוין געהאט א לאנגס און ברייטס אינטעוויו מיט דע רב פאר 3 חדשים ציריק. דעס פאסט פאר דע בליץ און נישט פאר דע שטערען

ס איז דא רומערס אז ש, ר, האט פארקויפט דער שטערן שפאקטיוו (נאר די יודישע) פאר אשר לעווין
קען עס איינער קאנפירמען?

די רוסישע מיליטערישע רב איז א חלק פון די אינטעריואס פון אשר לעוינס נסיעה אזוי שריייבן זיי, און א ארטיקל ועגן אים איז שוין געווען אין די משפחה אויך סאו אויב עפעס האט עס די בליץ גענומען פון משפחה און דעס איז א עכטע נאראמאלע אינטערויו פון איינער וואס איז אראפגעפארן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הירחון "דער שטערן" בכתבת ענק על הקהילה במוסקבה

http://www.col.org.il/show_news.rtx?fro ... rtID=73776

"הסופר הדגול הרב אשר לעווין, מי שכותב את 'דבר העורך' ואת הכתבה המרכזית מדי חודש, הגיע לביקור וסיור התרשמות אישית במוסקבה, ובמהלכה שבת בקהילה היהודית, ביקר ברוב הקהילות היהודיות במוסקבה וחווה מקרוב את מהפכת היהדות הגדולה שעברה ועוברת בירת רוסיה."
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

גאנץ פיין, נאר 'דרך מצותיך' איז נישט פונעם מהר"ש פון ליובאוויטש, און איז נישט פון די שווערסטע ספרי חסידות וקבלה...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

די חודש האט דער שטערן א באשרייבונג פון די מינע גרובער און טשילע עס ליגט מיך און קאפ אז גלייך נאך די מעשה איז געוועין האט ער עס ביישריבען, איינער קען עס קאנפירמען?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ראשעקאל האט געשריבן:הירחון "דער שטערן" בכתבת ענק על הקהילה במוסקבה

http://www.col.org.il/show_news.rtx?fro ... rtID=73776

"הסופר הדגול הרב אשר לעווין, מי שכותב את 'דבר העורך' ואת הכתבה המרכזית מדי חודש, הגיע לביקור וסיור התרשמות אישית במוסקבה, ובמהלכה שבת בקהילה היהודית, ביקר ברוב הקהילות היהודיות במוסקבה וחווה מקרוב את מהפכת היהדות הגדולה שעברה ועוברת בירת רוסיה."

זיי האבן שוין א מעשה הרב אשר לעווין אצל הרבי?
Under influence
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:הירחון "דער שטערן" בכתבת ענק על הקהילה במוסקבה

http://www.col.org.il/show_news.rtx?fro ... rtID=73776

"הסופר הדגול הרב אשר לעווין, מי שכותב את 'דבר העורך' ואת הכתבה המרכזית מדי חודש, הגיע לביקור וסיור התרשמות אישית במוסקבה, ובמהלכה שבת בקהילה היהודית, ביקר ברוב הקהילות היהודיות במוסקבה וחווה מקרוב את מהפכת היהדות הגדולה שעברה ועוברת בירת רוסיה."

זיי האבן שוין א מעשה הרב אשר לעווין אצל הרבי?

עס איז דא אזא מעשה?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:הירחון "דער שטערן" בכתבת ענק על הקהילה במוסקבה

http://www.col.org.il/show_news.rtx?fro ... rtID=73776

"הסופר הדגול הרב אשר לעווין, מי שכותב את 'דבר העורך' ואת הכתבה המרכזית מדי חודש, הגיע לביקור וסיור התרשמות אישית במוסקבה, ובמהלכה שבת בקהילה היהודית, ביקר ברוב הקהילות היהודיות במוסקבה וחווה מקרוב את מהפכת היהדות הגדולה שעברה ועוברת בירת רוסיה."

זיי האבן שוין א מעשה הרב אשר לעווין אצל הרבי?

יא, כידוע האט הרב לעווין אסאך פארברענגט נאך ביים פריעריגן רבין מהרייץ און שפעטער ביים רבין נשיא דורנו, וואס מיינסטו צו זאגן רבי קאווע?
אויב פעלט דיר בהירות בעט ביי יידל, כמיין, ביים רבונו של עולם, וואס איז די אומקלארע רייד?
מים חיים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך מים חיים »

לעמיל האט געשריבן:די חודש האט דער שטערן א באשרייבונג פון די מינע גרובער און טשילע עס ליגט מיך און קאפ אז גלייך נאך די מעשה איז געוועין האט ער עס ביישריבען, איינער קען עס קאנפירמען?

מיר ליגט אויך אין קאפ אזוי, אבער מיר גייען קודם דורכליינען די איצטיגע שטערן, און דערנאך גייט מען אפירנעמען פון די ארכיוון די אלטע שטערן, און האפנטליך וועט זיין חילוקים. סטעי טונד
פארשפארט