איך פארשטיי נישט אייך זאך וואס מען טענהט זיך דא צו מען לערנט לימודי חול אדער נישט, צו לערנט מען דען אידיש יא?
איך מיין צו זאגען שרייבען אידיש, די אידישע שפראך, גרעמער, שרייבען נארמאלע פארגראפען וכו' וכו'.
[חוץ איינמאל א וואך פאר א שעה און די יונגע יארען מיין איך אז מען לערנט דאס נישט].
אידישע היסטאריע?
אידישע חכמות? (חלוקת השעות והימים והחדשים והשנים, ומהלך החמה והלבנה, ואופן עשיית לוח)
חכמת החשבון (גאמטריה, פי, אלגאברא, וואס איז וויכטיג פאר פיל סוגיות גמ')
בעסיק חכמת החיים - צו לעבען מיט א גשמיותדיגע חשבון, דהיינו זאכען קאסטען געלט דאס לעבען קאסט און מען דארף דאס דעקען. מעשים האבען קאנסקעוונעצן סיי צום גוטען סיי פארקערט, יא מען כאפט טאקע מכות ווען מען טוט עפעס שלעכטס, און אפשר מתנות ווען מען טוט גוט, אבער מען דארף דאס אויסלערנען מיט א הבנה און א ברייטקייט, עס האט אן פיל שטערקערן אפעקט
און צו לערנט מען אפילו שרייבן לשון הקודש?
בלומבערג: מידיע וויל נישט חסידים זאלן לערנען ענגליש
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 137
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 493 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:קען זיין ביסט גערעכט ביי די גאר עקסטרעמע, אבער איך רעד בכלל נישט "ארויסקומען" קעגן די מוסדות, איך רעד סך הכל פון זאגן שיינערהייט אז מ'איז נישט צופרידן פונעם ענגליש און אז ס'קען נוצן א תיקון. אויב זיי וועלן עס הערן פון איינעם וועט עס נישט אויפטוהן, אבער אז די הנהלה גשמי און רוחני וועט עס הערן פון גענוג עלטערן וועט עס זיכער מאכן א רושם.
געפילטע, איך האב אסאך רעספעקט פאר דיר, אבער איבער די נושא ביזטו נאיוו. די מוסדות האבן אן אנגענדע נישט צו לערנען אונזערע קינדער ענגליש, און עס וועט זיך נישט טוישן מיט עלטערן פארפירן. דאס איז א אישו וואס ליגט שוין אויפן טיש פאר א לאנגע צייט, און עס איז געווארן איגנארירט. איך ווייס דאס פון ערשט האנטיגע אינפארמציע. מיט ארום צוואנציג יאר צוריק, האבן די מלמדים פון א גרויסער מוסד געסטרייקט, איינער פון די עיקר טענות איז געווען ענגליש, זיי האבן גע'טענה'ט אז נישט נאר וואס מען לערנט נישט אויס ענגליש, נאר די שעה ברענגט אזוי אראפ די קינדער אז זיי דארפן ארבעטן אסאך שווערער. וואס מיינסטו האב מען געטון? גארנישט! מען האט אנגעשריגן די מלמדים אלס מחוצפים און צוריק געשיקט פון זיי זענען געקומען.
עס איז נישט קיין סוד, אז ביי אונז חסידים, איז דא אן עטיטוד, אז פרנסה איז פון הימל, און יעדעם מינוט וואס מען גיט אוועק פאר ענגליש איז ביטול תורה. איי וואס טוט זיך מיט די גמרא פון אז א טאטע דארף אויסלערנען א פאך? די ת"ת איז דאך "אפיציעל" די שילוח פון דעם טאטען, צו לערנען וואס דער טאטע דארף. און די נאך אומצאליגע גמרא'ס און מאמרי חז"ל איבער דעם ענין. אויף דעם האט מען טויזענטער תריצים. אז דער רבי האט געלאזט פאלן איין ווארט, איז עס מער ווערט ווי אלס. איך האב מורא אז ליידער נאר די מוראה של מלכות, וועט קענען עפעס אויפטון אין דעם ענין.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 493 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
גוטע פינטעלך האט געשריבן:איך פארשטיי נישט אייך זאך וואס מען טענהט זיך דא צו מען לערנט לימודי חול אדער נישט, צו לערנט מען דען אידיש יא?
איך מיין צו זאגען שרייבען אידיש, די אידישע שפראך, גרעמער, שרייבען נארמאלע פארגראפען וכו' וכו'.
[חוץ איינמאל א וואך פאר א שעה און די יונגע יארען מיין איך אז מען לערנט דאס נישט].
אידישע היסטאריע?
אידישע חכמות? (חלוקת השעות והימים והחדשים והשנים, ומהלך החמה והלבנה, ואופן עשיית לוח)
חכמת החשבון (גאמטריה, פי, אלגאברא, וואס איז וויכטיג פאר פיל סוגיות גמ')
בעסיק חכמת החיים - צו לעבען מיט א גשמיותדיגע חשבון, דהיינו זאכען קאסטען געלט דאס לעבען קאסט און מען דארף דאס דעקען. מעשים האבען קאנסקעוונעצן סיי צום גוטען סיי פארקערט, יא מען כאפט טאקע מכות ווען מען טוט עפעס שלעכטס, און אפשר מתנות ווען מען טוט גוט, אבער מען דארף דאס אויסלערנען מיט א הבנה און א ברייטקייט, עס האט אן פיל שטערקערן אפעקט
און צו לערנט מען אפילו שרייבן לשון הקודש?
זייער א גוטער פונקט און מען האט שוין גערעדט דא פון דעם.
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
וויאזוי האט נאר דער בלאט געשריבן אמאל? וואס ברויך מען קענען מער ענגליש פון דאס ביסל וואס ס'פעלט אויס מ'זאל קענען אויספילן די דאקומענטן פאר פיי סמך?!
היינט צוטאגס פעלט ניטאמאל דאס אויס! פאר א נישטיגע סכום קען מען ווערן א מעמבער אין תהילים כולל און די פוד סטעמפס, סעקשאן 8 פייל ווערט באשטעטיגט שלא כדרך הטבע.
און אז מ'רעדט שוין פון כולל חצות און תהילים כולל: די שעפערישע ערפינדער פון די סארט ביזנעס און זייער פילצאליגע איינגעשטעלטע וואלטן קיינמאל זיך נישט דערדראפעוועט צו זייער פרנסה און רייכע קאריערע דורך לערנען מער ענגליש אדער אביסעל קאמפיוטער קלאסן. הרי שלך לפניך אז פרנסה ווענדט זיך לגמרי נישט אין שרייבן, רעכענען און רעדן... ושומר פתאים השם.

- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
איינער האט געשריבן:געפילטע, איך האב אסאך רעספעקט פאר דיר, אבער איבער די נושא ביזטו נאיוו. די מוסדות האבן אן אנגענדע נישט צו לערנען אונזערע קינדער ענגליש, און עס וועט זיך נישט טוישן מיט עלטערן פארפירן. דאס איז א אישו וואס ליגט שוין אויפן טיש פאר א לאנגע צייט, און עס איז געווארן איגנארירט. איך ווייס דאס פון ערשט האנטיגע אינפארמציע. מיט ארום צוואנציג יאר צוריק, האבן די מלמדים פון א גרויסער מוסד געסטרייקט, איינער פון די עיקר טענות איז געווען ענגליש, זיי האבן גע'טענה'ט אז נישט נאר וואס מען לערנט נישט אויס ענגליש, נאר די שעה ברענגט אזוי אראפ די קינדער אז זיי דארפן ארבעטן אסאך שווערער. וואס מיינסטו האב מען געטון? גארנישט! מען האט אנגעשריגן די מלמדים אלס מחוצפים און צוריק געשיקט פון זיי זענען געקומען.
עס איז נישט קיין סוד, אז ביי אונז חסידים, איז דא אן עטיטוד, אז פרנסה איז פון הימל, און יעדעם מינוט וואס מען גיט אוועק פאר ענגליש איז ביטול תורה. איי וואס טוט זיך מיט די גמרא פון אז א טאטע דארף אויסלערנען א פאך? די ת"ת איז דאך "אפיציעל" די שילוח פון דעם טאטען, צו לערנען וואס דער טאטע דארף. און די נאך אומצאליגע גמרא'ס און מאמרי חז"ל איבער דעם ענין. אויף דעם האט מען טויזענטער תריצים. אז דער רבי האט געלאזט פאלן איין ווארט, איז עס מער ווערט ווי אלס. איך האב מורא אז ליידער נאר די מוראה של מלכות, וועט קענען עפעס אויפטון אין דעם ענין.
קען זיין איך בין נאאיוו, אבער לענינינו איז עס נישט נוגע, איך רעד סך הכל פון אייגענע עקספיריענס, אין מיין חדר איז נישט געווען קיין פאליסי, אדער אגענדע "נישט" צו לערנען ענגליש, נאר די מנהלים האבן נישט געלייגט קיין געוויכט אויף דעם, און ממילא איז עס געווען געוואנדען אינעם טיטשער אליין, וואס ס'רוב פון זיי זענען נישט געווען ביכולת צו קאנטראלירן א קלאס פול מיט צעווילדעוועטע צאפן, וואס קיין חשיבות צו ענגליש האבן זיי נישט, ערשעפט פון א גאנצע טאג לערנען זענען זיי יא, ממילא האט מען געווארפן מאראנצען שאלאכץ, אבער געוויסע טיטשערס וואס האבן יא געקענט דיסציפלינירן א מחנה חיות האבן יא געקענט אריינבאקומען אין אונז אביסעלע ספעלינג און מעטה, נאטינג מעידזשער, אבער דאך עפעס.
וועגן דעם האב איך געזאגט, קען זיין די עקסטרעמערע פראקציעס ווי למשל די סאטמערע חדרים וועט פרעשור פון עלטערן נישט העלפן קיין כי הוא זה נישט, אבער אין די אלגעמיינע פלעין חסיד'ישע מוסדות א דוגמא ווי די חדר ווי איך האב געלערנט קלער איך אז ס'קען יא זיין א השתנות לטובה מצד פרעשור פון די עלטערן, אויב נישט אינגאנצן איז כאטש למחצה לשליש ולרביע.
רוף מיך נאאיוו, איבער-אפטימיסטיש, וואס דו ווילסט, אבער לויט ווי מ'זעט ווי די דעת הקהל טוישט זיך שטייטעלעך שטייטעלעך און עלטערן הייבן אן טראכטן אז אפשר דארפן די קינדער יא האבן עפעס א אלגעמיינע עדיוקעישען, וועט אין פינף צען יאר ארום זיין א צוויי דריי חסיד'ישע ישיבה קטנות אין בארא פארק און אין מאנסי וואס וועלן האבן די אפציע פון ענגלישע לימודים א צוויי שעה א טאג.
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
איך זע נישט קיין שום פראבלעם א חסידים זאלן לערנען ענגליש, איך פארשטיי פשוט נישט פארוואס עס פעלט זיך אויס.
רוב עולם וואס איך קען שעמען זיך בכלל נישט מיט זייער ענגליש זיי האלטן גאר אז עס איז א מעלה ווי אזוי מען קען אנקומען אזוי אויפן שפיץ לייטער מיט די שוואכע ענגליש.
אדרבה די קידוש ה׳ שפראצט פון אלע זייטן זעענדיג ווי די חסידים מיט זייער שוואכן ענגליש קענען אנקומען אזוי הויך ווי איך האב דא מסביר געווען.
והשתא דאתית להכא י״ל אז עס איז גאר אסור זיך צו גיין לערנען דעם שפראך, עס קען דאך פארמינערן שמו הגדול ווען מען וועט נישט קענען זאגן אז טראץ דעם שוואכן ענגליש איז מען אנגעקומען אזוי הויך.

ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)