לעיקוואד האט געשריבן:איך מיין נישט ח"ו צושאקלען קיינע יסודות. איך מאך נאר קלאר וואס זענען די יסודות און וואס נישט..
און יעצט, בשבחו של ערוך השולחן.
לצערי האב איך נישט אזויפיל געלערנט ערוך השולחן , איך האב אסאך מער געלערנט משנה ברורה, כמנהג הנפוץ, ממילא ווייס איך נישט גענוג איבער עם. איך האב אפילו נישט געליינט אזויפיל תולדות בעל ערוך השולחן. אפשר בזכות דער אשכול וועל איך אראפנעמן דער סעט ערוך השולחן וואס איך האב פון מיין בר מצווה און דורכלערנען אפאר סימנים.
עכ"פ, וועל איך שרייבען א משהו פון אויוון אויף וואס איך געדענק און וואס איך האב געהערט וועגן דער ספר הנפלא ערוך השולחן.
קודם כל, בעוד וואס דער משנה ברורה איז נאר אויף אורח חיים, און אויך פון שולחן ערוך הרב פעלט רוב חלקי השולחן ערוך. איז דער ערוך השולחן אויף אלע פיר חלקי שולחן ערוך, און נישט נאר דעם האט ער אויך געשריבען "ערוך השולחן העתיד" וואס איז כולל אלע הלכות התלויות בארץ און בית המקדש וכו' וואס איז נישט נכלל אין שולחן ערוך. איך מיין אז אויזער דער רמב"ם, איז דאס דער איינציגסטער ספר הלכה וואס נעמט אדורך כל התורה כולה כפשוטו. און דאס אליינס איז א משונהדיגער הישג מצדו (אדער א משונהדיגער חסרון פון אנדערע ספרים).
יעצט דער קלארקייט און בהירות פון דער ערוך השולחן איז אין לשער. אויף צו פארשטיין משנה ברורה דארף מען קודם לערנען דער מחבר, רמ"א, און האפנטליך קען מען פארשטיין דער משנ"ב אן לערנען דער טור וכו'. אפילו שער שולחן ערוך הרב וואס מקען יא ליינען גראד איז עס געשריבען מיט אביסעל א שווערע למדנישער לשון וואס מדארף האלטן קאפ, שלא לדבר אויפן קונטרס אחרון וכו' ווי ער לייגט פאר זיינע בירורים און חידושים וואס אויף דאס צו לערנען דארף מען ממש זיין א למדן און קענען די סוגיא. משא"כ דער ערוך השולחן האט אזא פליסיגע געשמאקע שפראך וואס יעדער בחור'ל קען ליינען, נישט קיין חילוק צו סאיז א סימן אין אורח חיים אדער אין חושן משפט אדער אבן העזר, און קען פארשטיין די גאנצער היקף הסוגיא, פון די גמרות, ביז די עיקרי דעות וסבורת הפוסקים והראשונים, אלץ מיטן הוספת נופך פונ'ם ערוך השולחן וואס האט נישט מורא אנצומערקן וועלכע סברא אדער שיטה איז גלייך און וועלכער איז דחוק, ביזן פראקטישער הלכה למעשה.
יעצט אמת ער נוצט זיך אמאל מיט סברות וואס מקען זיך דינגען אויף זיי, בערך אזויווי ר' משה פיינשטיין'ס תשובות וואס צומאל זאגט ער סברות וואס זענען לאו דווקא מוכרח און ער האט נישט מורא צו פסקנען פון דעם למעשה. זעהט אויס דאס איז געוען דער שטייגער אין ליטא אזוי צו פסקנען. ויש בזה מעלות וחסרונות. אבער מכל מקום ע"פ רוב זענען זיינע סברות זייער גלייך, נישט געקוועטשט, אפשר אפילו בעלבתיש. אבער בעלבתיש איז גארנישט קין חסרון אלעמאל נאר אפשר להיפך.
ובקיצור, איינער וואס זוכט א ספר וואס איז סיי קלאר אין אלע שיטות הקודמים, און איז אויך מעמת די סברות זייערע מיטן נארמאלער שכל און גלייכקייט, וועט דאס טרעפן נאר אין ערוך השולחן. הגם נישט אלע זיינע תורות דארף מען מסכים זיין, לפחות טראכט ער און פרעגט די ריכטיגע שאלות.
איך האב געהערט אמאל פון הרה"ח ר' יעקב מאיר שעכטער זאל זיין געזונט, אז ער האט זיך געמאכט א סדר דורכלערנען גאנץ ערוך השולחן, אפאר מינוט אטאג, ביז ער האט גענדיגט דער גאנצער ספר. ומנה שבחו אז ער פירט דיר אדורך די גאנצע מהלך הענינים פון די גמרא ביז די הלכה למעשה. הגם אז נישט אין אלעס איז הלכה כמותו. וממנו יראו כן יעשו.
כמדומה אז אויוון איז א תנור, וואו מ'באקט קיכן, כ'מיין מ'שרייבט אויבן אויף.