חודש אדר אין שטיבל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

חודש אדר אין שטיבל

שליחה דורך לעמיל »

אזוי יעדער ווייסט אז חודש אדר איז שוין ממש אינטער די טיר איז ווער עס האט גוטע איידיעס פאר חודש אדר זאל דא שרייבען און אפשר וועט עפעס ווערען דערפון
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

מען דארף מאכען א אשכול ווי מ'וועט נאר קענען שרייבן פורים, אין נאר נאכען טרונקען
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

איך שלאג פאר א קאווע שטיבעל פורים פעליטאן קאנטעסט!

אויך קנעפלעך און העמעדער מיט קאווע שטיבל אויפשריפטן.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

דו האלטסט שוין ביי אדר?! קודם זעה אז עס זאל זיין חודש שבט דא... דער עולם פאפט אריין דא ווי בערן אין ווינטער... הזאת השטיבל? חברה וועקטס ענק אויף! אבאמא איז פרעזעדענט, וועבערמאן זיצט, זיגעלמאן איז אינדרויסן, קופערינקוס זיכט ארום זר׳ן, יהדות התורה האט געווינען זיבן בענקלעך, סאטמאר האט דערלייגט צוויי, אתרא קדישא בעט אכצן דאללער, דער קלעקוויר צדיק האט אפגעשטאטעט א בליץ באזיך ביים הייליגן מולאזשנער, כלל ישראל גרייט זיך צום גרויסן כינוס כלל לישראל להצלת האעקענאמיע, וכו׳ וכו׳. עס איז דאך דא אזוי סאך פון וואס צו רעדן!
ווי אזוי פלעגט נאר דר. מאריס גילדוואסער נאכזאגן בשם פראפעסאר גרינוויטש (זיין אייגענע אויסטרעף); ״איך קען זאגן מיט א קלארקייט אז היינטיגע טאג וועט פארצייכנט ווערן אין די היסטאריע, אלטס דער טאג וואס מען האט זיך איבערצייגט מיט א קלארקייט, אז א מענטש לעבט נישט אויף אייביג״, ודפח״ח. דוקתי ושכחתי שהמצאתו אמת ואין לפקפק עליו.
הנוגע לענינו (דאס איז שוין מיין אויסטרעף באזירט אויף די אויבנדערמאנטע ערפונדינג), מען דרייט זיך נישט אין קאווע שטיבל ביז די הונדרעט אכט און דרייסיג. נעמט אייך דאס פעדער און הייבט אן גיסן טינט עס זאל גיין א רויך! יעלו שמים ירדו תהומות! קראכן זאלן זיי פאר קנאה!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

משה געציל דיך קומט זיך מכות אז דו קענסט יא ונטעי ההרים יוכיח איז פארוואס שרייבסטו נישט מער?? נעם דיך אינטער לכבוד פורים כאטש צווי ארטיקלען א טאג.....
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אגב, האב איך מורא אז מיר גייען זיך דרייען אין קאווע שטיבל ביז די זיבן הונדערט און פופציג... http://io9.com/345728/geneticists-disco ... 0-%20years
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

יידל האט געשריבן:אגב, האב איך מורא אז מיר גייען זיך דרייען אין קאווע שטיבל ביז די זיבן הונדערט און פופציג... http://io9.com/345728/geneticists-disco ... 0-%20years

שוין ס׳איז מיר גוט, איך האב געשפשעט א תפילה אז יידל זאל פארזען מיין אויסטרעף ... איך האב געוויסט אז ער מיט זיין סייענס וועט נישט אזוי שנעל מסכים זיין מיט מיר...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אפילו לו יצוייר כ'וועל יא שטארבן אין יונגען עלטער פון 119, מיינסט אז כ'וויל מ'זאל מיר מספיד זיין לויט וויפיל תגובות כ'האב געשריבן אדער וויפיל לייקס כ'האב באקומען?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

לויט מיין השערה, אז יידל איז ג-- אליינס (אין הלינק תחת ידי), וועט ער לעבען אויף אייביג.
Under influence
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אה, כ'האב דיר נישט געזאגט? איך בין א מעמבער אין ביהמ"ד תורה ותפלה ד'גוגל. ואידך פירושא זיל גמור.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דער אשכול שמעקט שטארק פון חודש אדר, אזוי ניש-מיר-ניש-דיר.
וירח ה' את ריח הניחוח
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

חברה ערנסט גערעדט איינער האט עפעס א איידיע אפשר א פארמעסט אפשר וואטס פאר פורים רב חברה רופטס עינק אן ווארעם
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

נישט אלע שמעקען פון אדר זענען ספעציעל אנגענעם.

לעמיל האקט, ביזט אויפן קאפ געפאלן? וואוטס פאר פורים רב? אונז האמיר דא אונזער יער ראונד פירעם רב הרב קופערניקוס, מיינסט אז פונקט חודש אדר וועט ער אויפגעבן זיין פלאץ?
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

געפילטע פיש האט געשריבן:נישט אלע שמעקען פון אדר זענען ספעציעל אנגענעם.

לעמיל האקט, ביזט אויפן קאפ געפאלן? וואוטס פאר פורים רב? אונז האמיר דא אונזער יער ראונד פירעם רב הרב קופערניקוס, מיינסט אז פונקט חודש אדר וועט ער אויפגעבן זיין פלאץ?

סארי איך טו תשובה נישט פורים רב איז וואס יא? ווי זענען אלע אונזרע חכמים ונבונים???
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געפילטע פיש האט געשריבן:נישט אלע שמעקען פון אדר זענען ספעציעל אנגענעם.

לעמיל האקט, ביזט אויפן קאפ געפאלן? וואוטס פאר פורים רב? אונז האמיר דא אונזער יער ראונד פירעם רב הרב קופערניקוס, מיינסט אז פונקט חודש אדר וועט ער אויפגעבן זיין פלאץ?

פארשטייט איר מיר, דער חכם געפילטע פיש, מראשי חכמי השטיבל, אשר כל רז לא אניס ליה, וועלכער האט א מיינונג אין יעדע נושא צו איז עס וועלכע סעלפאן currier, מאמין באמונה שלמה מהוא, אטאם, וואס טוט מען ווען מען האט נישט קיין טישו, מנשה ליסטיג, און אלעס אינדערצווישן. ער איז דער חכם, דער גאנץ יעריגער מו"ץ, מהיושבים ראשונה במלכות, מהאחשתרנים בני הרמכים, אוי, וויי געוואלד, ואותי השליך מאחורי גוו, אוי ואבוי, מיר שענקט ער דאס פורים רבנות...
ווי האט יענער געזאגט תיכף אחר יום המר והנמהר ה' איייר ימ"ש, אין די בית הכלא אין מגרש הרוסים "דוד'ל, מנחם, און משה מאכן א מדינה, דוד איז ראש ממשלה, מנחם איז ראש האופוזיציע, משה איז שר הבטחון, און מיר? אה, מיר מאכן זיי תפיסה זיצער...
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מאך נישט אזוי אוועק די פורים רעביסטעווע, רבים וטובים פון די היינטיגע בנש"קליך שלאגן זיך אנצוקומען צו דעם שטאפל מיט אלע כוחות, זיי פארשטעלן זיך אגאנץ יאר מיט תחש קאלירטע בעקיטשעס און פארשטעלעכצער, מאכן מאדנע תנועות, זאגן פורים תורות, אבי מ'זאל זיך אומקוקן אויף זיי, און דו ווארפסט דאס אוועק אזוי כלאחר יד? דאס איז אן ערענסטע שטעלע וואס דינט א ערענסטע תפקיד, אויב ביסטו נישט אפ טו די טעסק לאז מיר וויסן און כ'וועל זען וואס מ'קען דיר צושטעלן, ס'נישט געבליבן קיין סאך שטעלעס, אפשר מקוה איד, אדער משגיח בודק צו זיין אויב ס'איז נראה לחוץ.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יידל האט געשריבן:אה, כ'האב דיר נישט געזאגט? איך בין א מעמבער אין ביהמ"ד תורה ותפלה ד'גוגל. ואידך פירושא זיל גמור.

אה, איך בין געווען זיכער אז דו ביסט א מעמבער אין תהלים כולל און אלע דיינע חידושים פאלן אראפ פון הימל!
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

"געפילטע" און "קאווע טרינקער" זאלן האבן א פורים קידוש פארמעסט. ס'איז נישט ערלויבט פאר קאווע טרינקער צו ניצן פסוקים פון זיין ברית חדשה, יואל II.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

I don't stand a chance.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יואל פון די ברית חדשה איז מיט מציצה בכלי?
האדם לא נברא אלא להתענג
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

מען זאל מאכן וואלן פאר א פורים גבאי, און ער זאל באשליסן וואס מען מעג שרייבן דער פאר טעג ארום פורים...
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

קודם דארף מען פייערען בוירטדעי, קאווע שטיבעל ווערט איין יאר אלט.
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

נוי יארק האט געשריבן:קודם דארף מען פייערען בוירטדעי, קאווע שטיבעל ווערט איין יאר אלט.

יא יא, יום הגדול והנורא ממשמש ובא, אום יום ל' שבט, יום א' דר"ח אדר, און אום פעברואר דעם דריי און צוואנציגסטען בלע"ז, וואס פאלט אויס שבת זכור ערב פורים הבעל"ט. מ'קען שוין צוריק אנטוהן פאר אונזערע ראבאטן וואס שמועסן דארט אויוון געבורטס טאג היטלעך.
פארשפארט