אט ליינט א געשיכטעלע פון די סעריע "ביי מיר האט עס פאסירט", ומעשה שהיה כך היה:
דאס זייגער קלאפט חצות, אבער די זייגער איז נישט געווען די איינציגסטע זאך וואס האט האסטיג געקלאפט אין יענער מינוט. דאס פיפיקל מיינס האט געקלאפט אינאיינעם מיטן זייגער פיל שטערקער און העכער פון איר, ווי צו געבן א דערמאנונג אז ס'איז שוין אנגעקומען די צייט מקיים צו זיין "מאכל תלמידי חכמים בשעה שישית".
הכלל; מ'לאזט זיך ארויס צום געשעפט, און דאס בליק פאלט גלייך צום ווינקל ווי ס'ליגן די סענדוויטשעס. אבער באטראכטענדיג די סחורה, איז מיר שיעור נישט פארגאנגען דאס אפעטיט, דען ס'איז ניטאמאל למאכל כלבים ראוי געווען. נו אז נישט א סענדוויטש וואס יא? סתם א דעיניש וועט דאך נישט גענוג זעטיגן. האב איך זיך גענומען ארומגיין די אייל'ס און באטראכטן די אייטעמ'ס וואס ליגן אויף איר, אפשר וועל איך געפינען עפעס נארהאפטיגס.
והנה, מ'כאפט אראפ פון שעלף א "סארדינס" פושקע, און טאקע פון די סארט באזאם מיט די הויט און ביינער כמנהג בית אבא נאך פון דער אלטער היים, אזוי אויך געווייקט אין 'אליוו אויל' המכונה 'שמן זית'. דערנאך נעמט מען א פעקל געשמאקע אייער-קוכן, מ'באצאלט מיטן קארטל, און מ'לאזט זיך ארויס אויפן וועג צוריק צום אפיס.
דא האט אבער פאסירט דאס אומערווארטעטע... דהיינו דאס צינגל מיט וואס צו עפענען דאס שאכטל האט זיך אפגעבראכן פריצייטיג, און איך בין דא געבליבן מיט א פארמאכטן שאכטל אינגאנצן אויסגעשפילט...
א איד גיט זיך אבער א עצה. פלינקערהייט נעם איך אראפ דאס בינטל שליסלעך, און מען נעמט זיך האקן און בראקן אן רחמנות אויפן הארטן בלעכענעם שאכטל אולי ירחם און די שערי סארדינען וועלן זיך עפענען.
דא איז אבער צוגעקומען א פרישע צרה, דהיינו פונעם קליינעם לעכל וואס איז געשאפן געווארן פון די פילע הכאות האט זיך גענומען שפריצן ניצוצות שמן (זעט אויס אז די ניצוצות הק' האבן נישט געווארט ביז איך וועל זיי מתקן זיין) און באנעצט דאס ארום מיט שמעקעדיגע פישיגע אליוו אויל...
איך ברויך אייך נישט מסביר זיין וויאזוי איך האב זיך געשפירט אין יענעם מאמענט. פון איין זייט פארלאנגט דאס מאגן א זאפארטיגע אכילה, און דא נוץ איך אויס די לעצט פארבליבענע כוחות צו זעצן מיטן מפתח אינעם שאכטל אריין, און אויב איז עס נישט גענוג דארף נאך אלע ארומיגע חפצים אנגעשפריצט ווערן מיט פישיגע אויל... פעך...
אבער ב"ה מ'קען עס דערציילן אין פריידן, ס'האט נישט לאנג געדויערט און די ישועה איז געקומען. די לאך איז געווארן גרעסער און גרעסער, ביז איך האב שוין געקענט שיין ארומגעפארן מיטן שליסל ארום און ארום די שאכטל, וראה זה פלא די כיסוי איז גענצליך אראפ, ונתגלה הסארדינס בתפארתה ובמלוא הדרה.
מיינט אבער נישט אז יעצט האב איך זיך שוין געקענט גלייך נעמען צו די עבודת האכילה, ניין ניין. קודם האט מען געמוזט גיין צום סינק אפזייפן און אפבאדן דאס שליסל, מ'קען דאך נישט צוריקלייגן א אויליגע שמעקעדיגע שליסל אויפן ארט, און נאר ווען ס'איז שוין געווען גענצליך זויבער, און אזוי אויך ווען ס'איז שוין געווען אפגעווישט אלע טיפין טיפין שמן פון ארום די שאכטל, הערשט דאן האט מען געעפענט די פעקל אייער קוכן, און נאך א ערליכע הויכע ברכה זיך ענדגילטיג גענומען דערצו, איינשטילענדיג דערמיט די נאגענדיגע הונגער.
מיט דעם בין איך מסיים מיין געשיכטעלע, א זאטער און צופרידענער, רעדי ווייטער צו ארבעטן.
ווען מ'עפנט סארדינס מיט א שליסל
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל