חסידי'שע גדולים וואס האבן אפגעלאזט חסידות

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
ישבב הסופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 11:53 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

שליחה דורך ישבב הסופר »

כידוע כל זה רק מדברי חסידי חב"ד, שבסוף ימיו נעשה שיכור וכו'. בכתבי שאר החסידים אין זכר לפרט זה, רק שחלק על חבריו תלמידי המגיד והר"א הגדול מקרלין, ובית מדרשו היה בעיר קארלין.
בכתבה של ר' אביש שור, אנו מוצאים העתק דברי חתנו שמרבה לשבח את חותנו שהיה גאון עצום ומקובל גדול. לכן מסתבר להסיק שהרבה מהדברים שנאמרו נגדו, נמסרו לנו מאלו שהתנגדו לו, ובהחלט מסתבר שהיה פן אחר להר"ח מוואלפא ולכל הסיפור, ולא הגיע אלינו אלא הסיפור ממבט הצד שכנגדו. ואולם אגדת חסידי חב"ד אודותו אין לה סימוכין משום מקום אחר, וגם אינו מסתבר שחתנו יתהלל בחותנו שבסוף ימיו נעשה שיכור ידוע...
ראה כאן
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=30931&st=%u05d7%u05d9%u05d9%u05dd+%u05d5%u05d5%u05d0%u05dc%u05e4%u05e2%u05e8&pgnum=70
גם כאן הוא מוזכר בדרך כבוד ובהערצה - אע"פ שזה היה כבר מאוחר יותר
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... A4&pgnum=2

ר' דוד קמנצקי כתב עליו מאמר בקובץ ישורון, במאמרו "רבנים שנקרא שמם 'חיים' ". בו הוא דן על זהותו ונלחם על כבודו. [התגלע ריב בין רד"ק ובין רא"א שור, שלדברי רא"א שור, גנב רד"ק ממנו את התגלית של שמו של הוואלפער, רבי חיים, שלא נודע עד הנה. ורד"ק טוען היפוך הדברים.]
מכריז רב ינאי "חבל על דלית ליה דרתא, ותרעא לדרתא עביד". (שבת לא:)
פאר הדור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:50 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך פאר הדור »

ב"ה

לגבי חסידים גדולים בחב"ד והמסתעף, אחד מהגדולים ביותר הוא מרן הגאון הרוגצ'ובר זצוק"ל שהיה כידוע מגדולי הדור וחסיד קאפוסט שהיא חסידות מגזע חב"ד.
וכן המקובל הגאון הרב פנחס הכהן לינטופ זצוק"ל, זכור לי שהיה חסיד חב"ד.
דָּוִד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך דָּוִד »

Munkatcher rebber, reb Baruch
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

יידל האט געשריבן:אודאי אזוי. כ'האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט בשם דער ערשטער סאטמארער רבי ז"ל אויף דעם מערכה מיטן רמב"ם איבער זיין חיבור מורה נבוכים, אז דער רמב"ם האט דאך געשריבן אין די הקדמה צום ספר אז כאטשיג 1000 טפשים קענען אויסטייטשן שלעכט לוינט זיך עס פאר דעם איין חכם. זאגט דער רבי אז מ'האט געמאכט א מערכה און א חרם קומט דאך אויס געוואלדיג - די 1000 טפשים פאלגן דעם חרם און זיי קוקן טאקע נישט אריין דערין, אבער דער איין חכם פייפט זיך אן און ליינט עס יא...

דער ווארט שטייט געדרוקט אין זיין ספר דברי יואל על המועדים לסוכות בדרושים על קהלת עיי"ש.

(בעוונות בעל הזכויות לספר, איז דער ספר נישטא אין אוצר החכמה, און בעוונתי האב איך נישט דער ספר איןשטוב, קען איך נישט צוצייכענען קיין פונקטליכע מראה מקום, עכ"פ עס איז דארט, סנישט אזוי לאנג מקען עס גרינג טרעפן)
I have a dream
Martin Luther King ~
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

לעיקוואד האט געשריבן:

דאס איז א מוראדיג ווארט, ועל הכלל כולו יצא. א חידוש פין וועם די זאגסט עס נאך. אנא לא שמיעא לי הא מהדברי יואל, וקיימתיה מסברא.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ייש"כ לעיקוואוד פאר'ן מראה מקום, ס'איז אויף דף שמ"ח. ס'איז מיר א חידוש אז ער באצייכנט דעם מורה נבוכים אלס אמת נאר מען קען זיך טועה זיין אין פשט. דער סאטמארער רב איז איינער פון די פיגורן וועמען איך האב נישט ארויס. פון איין זייט אן עקסטרעמיסט, פון די אנדערע זייט אן אויפגעקלערטער (לויט די מהלך וואס ער האט אוועקגעשטעלט).
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

דער שאלה אויף'ן דברי יואל איז שוין אן אלטער ספק ומחלוקת המפרשים בדעתו. וצ"ע.

לגבי דער מו"נ, מסתמא האט ער נישט פארשטאנען דער מורה נבוכים אזויווי מפארשטייט עם היינט אין אקאדעמיא, נאר ענדערש אזויוי דער אברבנאל למשל. הגם איך וייס נישט אויב ער האט עס בכלל געלערנט אמאל ערנסט אדער ארויסגעהאט די נושאים וואס שטייען דארט. (גענוצט האט ער עס און האט אפילו געברענגט א ראיה דערפון צו דער פשט אין די ווערטער "צור ישראל" וואס שטייט אין מגילת עצמאות בס' ויוא"מ...) (קען זיין אפילו ער האט געהאלטן פשט אין מורה אזויווי דער ראדזינער בהקדמה לבית יעקב עיי"ש)

מצד שני, אויב ווילען מיר נעמן דער שטיקל דברי יואל און זאגען אז על הכלל כולו יצא, קענען מיר שוין זאגען אויפן גאנצער עקסטרעמער סאטמער רב אז עס איז בבחינת החרם לאלף השוטים.... וד"ל.

ויש מה להאריך עוד בזה, נחכה עד כ"ו אב אולי נדבר אז בזה..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

די אקעדעמיקער זענען דאך פון די אלף סכלים וועלכע האבן ליידער נישט אויסגעפאלגט דעם פסק פון רשב"א.
איך בין נישט קיין בקי אין מורה ומפרשיו, אבער אפילו אויב ער האט פארשטאנען אזוי ווי דעם אברבנאל, איז דאס אויך זייער ראדיקאל, נישט אזוי? שווער צו זאגן אז ער האט עס אינגאנצן נישט פארשטאנען, קיין נאר איז ער נישט געווען, כאטש ער האט זיך טייל מאל געמאכט ווי איינס.
לעיקוואד האט געשריבן:דער שאלה אויף'ן דברי יואל איז שוין אן אלטער ספק ומחלוקת המפרשים בדעתו. וצ"ע.
ויש מה להאריך עוד בזה, נחכה עד כ"ו אב אולי נדבר אז בזה..

וואס דארפן מיר ווארטן, קדשים ווערט פסול בלינה. דו האסט וואס צו פארקויפן, עפן אן אשכול איבער דעם בעל שווארצע בענדער. פתח פיך ויאירו דבריך.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

נקטתי דער אברבנאל אלס דוגמא פון א מפרש וואס פראבירט זייער שווער "גראד צו מאכען" די ראדיקלישע שטיקלאך מורה, לא התכוונתי אז דער סאטמער רב האט גלערנט פשט ווי עם, נאר אלץ דוגמא. דער אמת פאסט מער דער דוגמא פון ראדזינער, וואס טענ'הט אז דער רמב"ם האט אין אלץ באמת געמיינט חסידות מיט קבלה וכו' .

עכ"פ דער בעל שווארצע בענדער איז נישט דער נושא האשכול (חוץ אויב דו ווילסט טענה'ן אז ער איז אויך פון די וואס האבען אפגעלאזט חסידות...ע"ע נשתכחה)
קוים האב איך געמיינט איך האב געטראפן א גוטער תירוץ נישט צו דארפן שרייבען וועגן דעם לאזטו זיך נישט... בקיצור כבין פויל, און אויב עפעס איז דא וויכטיגערע און וייניגער קאנטרעווארסלע נושאים. אז איך עפן א אשכול וועגן גאט למשל דארף איך זיך סך הכל שלאגען מיט די געציילטע חסידים ומעריצים וואס ער האט דא... אז איך וועל רעדן וועגן סאטמער וועל איך דיך דאך דארפו שלאגען מיט די פילע חסידים זיינע, לאז עפעס איבער פאר כ"א כסלו אדער כ"ו אב..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

שוין, למען כבוד חברי היקר יאיר, וועל איך לאזען פאלען איין הגדרה אויף הרב בעל חידושי תורה תשט"ז ושא"ס. עס איז נאר איין מהלך. ויש עוד מהלכים שונים.
במילה אחת, ער איז נישט געווען אויפגעקלערט בכלל , נאר אן אמתער פונדאמענטעליסט.
נעם א משל, מרתין לותר, דער גרויסער ראדיקאלישע רעפארמער, איז ער געווען א אויפגעקלערטער? בכלל נישט, אדרבה, עס האט עם אזוי געברענט די אמונה פשוטה פון יסודות דת הנצרות, אז ער האט נישט געקנעט פארליידען ווי די קירכע האט דאס פארדרייט און ער האט דורש געווען צוריקגיין צו די אריגענעלע דת כנתינתה ישו ממרים. דאס וואס ער האט כופר געווען אין פארשידענע זאכען, וואס ווייזט לכאורה אויף טראכטען אליינס און אויפקלערנוג, איז בעצם געווען שפיץ פונדמנטליזם און עקסטרעמיזם, עד כדי כך איז ער געוועם באגלייבט אין דער פונזמנטליזם אז אפילו דער פויבסט אליינס האט עם נישט געקענט וייזען אז מקען אפשר זאגען אנדערש.

דער משל, דער משל, איז ממש דומה צום נמשל..

אמת, שיש בזה איזה מידה של חשיבה עצמאית, ולכן גם לותר וגם סאטמער שייכים בעצם לעת החדשה ולתקופת הביקורתיות. ובעצם הפונדמנטליזם על כל גווניו היא אחת החידושים של העת החדשה.

ודו"ק היטב. ועוד חזון לחול המועד (קרעדיט: קופערניקוס)
I have a dream
Martin Luther King ~
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

אפשר קען איינער ארויפלייגען דא דעם גאנצען בלאט ווי עס שטייט אינעם ספר, פשוט צו זעהן זיינע ווערטער מיט'ן קאנטעקסט ארום. א שיינעם דאנק
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

וויי וויי צו וואס מען האט זיך דערלעבט, סאטמארע אידן דארפן צוקומען צו א לעיקוואודער בן תעירע זאל זיי דערציילן אביסל וועגן זייער רבי'ן און זאגן להגיד שבחו של יואל שלא שינה, ומה ששינה היה בבחינת בלתי משנה...
שוין, וועגן דיין משל, מיין איך אז ס'איז נישט דומה, אין קורצן, ביי מארטין לוטער האט מען קיינמאל נישט געזען קיין ווייאלעישאן פון זיינע אייגענע פונדאמענטאליסטישע שיטות למען הצורך, בעת ביים סאטמאר רב איז דאס געווען א טאג טעגליכע זאך. אבער לגבי דיין עצם הגדרה פון פונדאמענטאליזם ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט, פונדעמאנטאליזם האדעוועט זיך אויף מאדערניזם, איר גרעסטע שונא. וכבר האריכה בזה מורתי ורבתי קעירען ארמסטראנג בספרה the battle for god.
האדם לא נברא אלא להתענג
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

לעיקוואד האט געשריבן:שוין, למען כבוד חברי היקר יאיר, וועל איך לאזען פאלען איין הגדרה אויף הרב בעל חידושי תורה תשט"ז ושא"ס. עס איז נאר איין מהלך. ויש עוד מהלכים שונים.
במילה אחת, ער איז נישט געווען אויפגעקלערט בכלל , נאר אן אמתער פונדאמענטעליסט.
נעם א משל, מרתין לותר, דער גרויסער ראדיקאלישע רעפארמער, איז ער געווען א אויפגעקלערטער? בכלל נישט, אדרבה, עס האט עם אזוי געברענט די אמונה פשוטה פון יסודות דת הנצרות, אז ער האט נישט געקנעט פארליידען ווי די קירכע האט דאס פארדרייט און ער האט דורש געווען צוריקגיין צו די אריגענעלע דת כנתינתה ישו ממרים. דאס וואס ער האט כופר געווען אין פארשידענע זאכען, וואס ווייזט לכאורה אויף טראכטען אליינס און אויפקלערנוג, איז בעצם געווען שפיץ פונדמנטליזם און עקסטרעמיזם, עד כדי כך איז ער געוועם באגלייבט אין דער פונזמנטליזם אז אפילו דער פויבסט אליינס האט עם נישט געקענט וייזען אז מקען אפשר זאגען אנדערש.

דער משל, דער משל, איז ממש דומה צום נמשל..

אמת, שיש בזה איזה מידה של חשיבה עצמאית, ולכן גם לותר וגם סאטמער שייכים בעצם לעת החדשה ולתקופת הביקורתיות. ובעצם הפונדמנטליזם על כל גווניו היא אחת החידושים של העת החדשה.

ודו"ק היטב. ועוד חזון לחול המועד (קרעדיט: קופערניקוס)

כעין וואס ער שרייט קעגן גלייבען אין מעשיות, און ער רעגט זיך אז יעדער מאכט אויף מעשיות ווי עס קומט אים גיט אויס. עס איז פארשטייט זיך קלאר אז די פראבלעם וואס ער האט מיט מעשיות איז סילוף שיטתו ושיטת התורה הקדושה. נמצא אז ער זאגט זייער א רעוואלוצונערישער זאך כדי אנצוהאלטען די מסורה.
כאטש באמת דאס האט ער מקובל פינעם צאנזער רב. וואס האט שוין אויך געזאגט אז נשתכחה דרך הבע"ש, און מען האט אויך דארט אסאך אוועקגעמאכט מעשיות פין צדיקים. קען דאך אויב אזוי זיין אז ער איז פשוט געווען אדוק אין איינעם וואס יענער האט געמאכט די חידושים.
בייגעלייגטע פיילס
ויואל משה.PDF
(207.44 KiB) אראפגעלאדנט 275 מאל
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

יאיר,

מברויך זיכען אויב לוטר ודומיו האבען טאקע זיך אלעמאל גענומען ערנסט עד הסוף.

דער נקודה ביסטו לכאורה גערעכט, אז ביי סאטמער איז דא א געוויסע נקודה אז ערגעצווי נעמט ער נישט די אייגענע גאנצע שיטה זיינע אזוי ערנסט. איך מיין אז דאס איז עפעס וואס איז אריינגעבויט אין יידושקייט לעומת אנדערע רעליגיעס, עס געהערט אלץ ביי יודען (רובם עכ"פ, ואכמ"ל למי זה חסר) אזא הבנה אז אמת העולם הזה איז גארנישט און שטותים.. דאך לוינט זיך צו זעהן מזאל האבען עפעס דערפון אויך.. עס איז דא עפעס אזא מין ציניזם און נישט נעמן אלץ וואס מזאגט ביי שלשידעס ערנסט אלעמאל... וכמסופר על הזידיטשובער שאמר יעצט איז נישט שלשידעס.. וכאן צריך באמת לעיין באיזה מדה היה זה אצל בעל ויוא"מ ובמה זה התבטא. וזהו חומר לאיזה דוקטור שיכתוב פעם את "סודו של הויואל משה" ויבנה לנו בנין שלם שבעצם הוא היה ציוני או מי יודע מה אלא שאחז שבשביל המון הפתאים המאמינים צריך לספר סיפורים כאלה..
I have a dream
Martin Luther King ~
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

לעיקוואד האט געשריבן:וזהו חומר לאיזה דוקטור שיכתוב פעם את "סודו של הויואל משה"
אפשר איז מען מגייס עליאט וואלפסאן דער מחבר פין "דער אפענער סוד" אויף דעם לעצטען רבי'ן פין ליובאוויטש? אדער גאר בעני בראון, וואס כפי השמועה האט ער געוויילט שבת שחל בו כא' כסליו דהאי שעתא, בעיר הקודש וויליאמסבורג. כדי מיטצוהאלטען מיט די גאנצע מצב פין די סאטמערע חגיגה. איז דאך עפעס משמע אז ער האט פלענער....
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

פארוואס פארגינסטו נישט פאר ד"ר לעיקוואד? :lol:
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

לעיקוואד האט געשריבן:יאיר,

מברויך זיכען אויב לוטר ודומיו האבען טאקע זיך אלעמאל גענומען ערנסט עד הסוף.

דער נקודה ביסטו לכאורה גערעכט, אז ביי סאטמער איז דא א געוויסע נקודה אז ערגעצווי נעמט ער נישט די אייגענע גאנצע שיטה זיינע אזוי ערנסט. איך מיין אז דאס איז עפעס וואס איז אריינגעבויט אין יידושקייט לעומת אנדערע רעליגיעס, עס געהערט אלץ ביי יודען (רובם עכ"פ, ואכמ"ל למי זה חסר) אזא הבנה אז אמת העולם הזה איז גארנישט און שטותים.. דאך לוינט זיך צו זעהן מזאל האבען עפעס דערפון אויך.. עס איז דא עפעס אזא מין ציניזם און נישט נעמן אלץ וואס מזאגט ביי שלשידעס ערנסט אלעמאל... וכמסופר על הזידיטשובער שאמר יעצט איז נישט שלשידעס.. וכאן צריך באמת לעיין באיזה מדה היה זה אצל בעל ויוא"מ ובמה זה התבטא. וזהו חומר לאיזה דוקטור שיכתוב פעם את "סודו של הויואל משה" ויבנה לנו בנין שלם שבעצם הוא היה ציוני או מי יודע מה אלא שאחז שבשביל המון הפתאים המאמינים צריך לספר סיפורים כאלה..

אויב מיר וואלט געהאט אזעלכע דאקטארס פאר אונזערע פריערדיגע רבי'ס וואלט אונזער אידישקייט געווען פיל גרינגער...
אין אונגארן איז טאקע געווען אביסל אזא מהלך, למשל דער מונקאטשער רב פלעגט צוזאמשעלטן קללות נמרצות אויפ'ן גערער רבי צוזאמען מיט אגודיסטן מזרחיסטן ציוניסטן. האב איך געהערט פון א מקור נאמן אז ער פלעגט זאגן שטילערהייט פארדעם, גערער רבי זאל זיין געזונט און שטארק, דערנאך האט ער זיך גענומען שעלטן... סאטמארער רב האט געהאט מער שכל ווי מונקאטשער רב, אבער קען זיין אז ער האט אנגענומען אן ענליכע מהלך.
וועגן מארטין לוטער איז אבער גאנץ אן אנדער געשיכטע, ער איז דאך געווען א קריסט, וואס א טאג אריבער איז ער געווארן אלס מער פאנאטיש און צודרייט, פון דארט איז געקומען זיין בלינדע אנטיסעמיטיזם מיט אזעלכע סטעיטמענטס וואס וואלטן פארשעמט די קקק היינט צוטאגס, ווייל ער האט זיך איינגערעדט אז אלע אידן וועלן קומען צולויפן צו אים אננעמען די "אמת'ע" קריסטנטום און ער איז געווארן ביטער אנטוישט האט ער אויסגעגאסן זיין כעס אויף זיי.
האדם לא נברא אלא להתענג
עסן עסט'זיך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך עסן עסט'זיך »

לעיקוואד האט געשריבן: אז איך עפן א אשכול וועגן גאט למשל דארף איך זיך סך הכל שלאגען מיט די געציילטע חסידים ומעריצים וואס ער האט דא... אז איך וועל רעדן וועגן סאטמער וועל איך דיך דאך דארפו שלאגען מיט די פילע חסידים זיינע..

:like :D :) :lol: :roll: :ugeek:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לעיקוואד און יאיר, איר זענט גאונים, איר ווייסט אלעס, גרונטליכע ראציאנאליסטן מיט א געשמאקע פעדער און חוש פאר הומאר, אשריכם! מי יתנני עפר תחת כפות רגליכם!
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

קופערניקוס האט געשריבן:לעיקוואד און יאיר, איר זענט גאונים, איר ווייסט אלעס, גרונטליכע ראציאנאליסטן מיט א געשמאקע פעדער און חוש פאר הומאר, אשריכם! מי יתנני עפר תחת כפות רגליכם!

ג"א מצטרף להנ"ל.
הק' לעיקוואד
חופק"ק קאווע שטיבל יצ"ו.
I have a dream
Martin Luther King ~
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

און אז מען רעדט שוין קען מען צולייגען דער רבי זי"ע.

בטלה תורת הבעל שם, איינשטאט פארלאזען, האט ער געזאגט אז גאנץ חסידות איז פערטיג.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

עסן עסט'זיך האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן: אז איך עפן א אשכול וועגן גאט למשל דארף איך זיך סך הכל שלאגען מיט די געציילטע חסידים ומעריצים וואס ער האט דא... אז איך וועל רעדן וועגן סאטמער וועל איך דיך דאך דארפו שלאגען מיט די פילע חסידים זיינע..

:like :D :) :lol: :roll: :ugeek:

א ווערטל וואס כ'האב געהערט פון אן אלטן איד: דער באשעפער מאכט אויך מופתים, נאר ער האט נישט קיין חסידים וואס זאלן עס דערציילן...
האדם לא נברא אלא להתענג
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

לעיקוואד האט געשריבן:
.......................
מצד שני, אויב ווילען מיר נעמן דער שטיקל דברי יואל און זאגען אז על הכלל כולו יצא, קענען מיר שוין זאגען אויפן גאנצער עקסטרעמער סאטמער רב אז עס איז בבחינת החכם לאלף השוטים.... וד"ל.

ויש מה להאריך עוד בזה, נחכה עד כ"ו אב אולי נדבר אז בזה..

פין ווי האט ער אבער געוויסט אז ער איז דער חכם??

דער שוטה וואס האט אים מסביר געוועהן אז ער איז דער חכם, אים ברויך מען איבערלייגען (און אראפציען דער הויזען כדעת הרבי זי"ע).