וועד הצניעות אין נ"י טיימס
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
וועד הצניעות אין נ"י טיימס
זיי זענען אבסעסירד מיט אונז. יעדן טאג מיירעט מען איין פרישע ווארע פון אלטע אויסגעדראשענע זאכן צו פארקויפן פארן הינגעריקן ציבור איבער די שעדליכע מאפיאנערישע חסידים.
גראדע רעדן די משלנו, נידערמאן, איצא גליק און דער חסידישער זשורנאליסט ראפאפארט (?) זייער צום זאך, וועד הצניעות איז א נישט אויטאריזירטע באנדע זעלבסט דערקלערטע גאטעס פאליציי וואס דער עולם האלט פאר משוגעים אבער מען האט מורא פון זיי. איך לערן מיר פון דעם ארטיקל אז ווען מער רעדט צו די פרעסע מיט דעת קומט מען אן. דער טיימס איז מעגליך בעסער ווי אנדערע מיט באריכטן אביעקטיוו.
http://www.nytimes.com/2013/01/30/nyreg ... ted=1&_r=1

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בן תמליון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
יש"כ יאנקל פארן ברענגען די טעקסט.
דער תירוץ אז קיינער האט זיי נישט געשיקט איז גאנץ א קנאפע תירוץ. דער זעלבער תירוץ האט יעדער מאפיא באס, ער טוט קיינמאלנישט די שמוציגע ארבעט, אלעמאל לאזט מען דאס פאר די נידעריגערערע חברה, און ממאכט זיכער אז עס זענען נישטא קיין באווייזען אז זיי זענען געשיקט. וואס האט איר געמיינט? עס גייט שטיין א יוד מיט א בעדזש פון התאחדות הרבנים און צוברעכן א פענסטער?
קען זיין זיי זענען טאקע נישט געשיקט, אבער דאס וואס א סאסייעטי ערלויבט די סארט זאכען אנצוגיין וייזט אז די הנהגה איז גאנץ צופרידען מיט דעם.
הגע בעצמך, א התאחדות הרבנים ואוס זעהט פאר זיך א חובה מוחה צו זיין אויף יעדער פירצה פון צניעות אין קליידער ביז ווערם אין סטראבעריס, האט פלוצלינג אינגאנצן פארגעסן פון חובת מחאה ווען עס קומט צו אזעלכע וואס טעראריזירן מענטשען פאר גארנישט און עקסטארשין? פונקט אויף דעם האלטן זיי אז מדארף גארנישט מוחה זיין? אפילו מיכאל שניצלער פארשטייט אז מדארף מוחה זיין, נאר זיי פארשטייען נישט?

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
יאנקל האט געשריבן:און מיר געפעלט מ"ד נידערמאנ'ס פרעכער ליגנט אז די צעטלעך זענען נישט אויטאריזירט, ווען א גרויס טייל פון זיי פארמאגן דעם לעדערהעד פון "התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדא".
למען האמת: די צעטליך טראגן דעם טיטול "וועד חיזוק הדת שע"י התאחדות הרבנים" וואס געפינט זיך אין קלאר מיט זיינע סיקריקים'ס בוזעם איצא וועט זאגן עס האט מיר מיר קיין שייכות איך קען מיר נישט שלאגן מיט זיי.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 201
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
- האט שוין געלייקט: 177 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
בן תמליון האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:און מיר געפעלט מ"ד נידערמאנ'ס פרעכער ליגנט אז די צעטלעך זענען נישט אויטאריזירט, ווען א גרויס טייל פון זיי פארמאגן דעם לעדערהעד פון "התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדא".
למען האמת: די צעטליך טראגן דעם טיטול "וועד חיזוק הדת שע"י התאחדות הרבנים" וואס געפינט זיך אין קלאר מיט זיינע סיקריקים'ס בוזעם איצא וועט זאגן עס האט מיר מיר קיין שייכות איך קען מיר נישט שלאגן מיט זיי.
איך זאג נישט אז איצא איז אחראי אויף דעם ווייל ער האט ממילא נישט קיין שום מאכט און קיינער רעכנט זיך נישט מיט איהם אבער עס איז קלאר ווי דער טאג אז אהן די שטילע שטיצע פון די פיהרער פון שטאט וואלטן די חברה נישט געהאט קיין שום כוח און מאכט און זיי זאלן נישט קומען פארקויפן אז דאס איז דתם אפאר ליידיגייער
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
די טיימס מאכט זייער קלאר וואס אלע זאגן דא, יעדער פארשטייט אז דער תירוץ איז א גרויסע געלעכטער. איך העט ווען געזאגט אז ווען מען קען ווען אראפנעמען דעם גרויסן קיטרוג וואלט מען געדארפט גיין צו די אומות העולם און זאגן אז מיר האבן נישט קיין שייכות מיט זיי. אפשר זאל נטרונא אנהייבן שטעלן אדווערטייזמענטס אין די ניו יארק טיימס אין גרויסע קידוש לבנה אותיות: אידן זענען נישט קיין צניעות אינפארסירער!!!!
האדם לא נברא אלא להתענג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
למעשה, אמת מיר דא גלייכען נישט קיין סאך די משמרת הצניעות. האבען מיר אבער נישט מברר געווען פארוואס , פון א ריין יודישע תורה'דיגע בליק, איז דאס נישט קיין ריכטיגע זאך. אז דער טיימס איז ברויגז איז פארשטענדליך, און מקען דן זיין וואס מברויך טון וועגן דעם, אבער צווישען אונז און איצא גליק גערעדט, וואס איז באמת שלעכט מיט דעם אז עס זאלען זיין אפאר יודען שומרי משמרת הקודש וואס זאלן היטען אויף גדרי הצניעות והקדושה?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:אבער צווישן אונז און איצא גליק גערעדט, וואס איז באמת שלעכט מיט דעם אז עס זאלען זיין אפאר יודען שומרי משמרת הקודש וואס זאלן היטען אויף גדרי הצניעות והקדושה?
אויב זאלן זיי נאר טון וואס זיי דארפן, החרשנו.
איך ווייס פון פעלער ווי זיי מישן זיך צופיל אריין די נאז ווען מען האט זיי נישט געפרעגט.
מיר דארפן זיכער א וועד הצניעות, אבער נישט קיין טעראר ארגאניזאציע.
און איך ווייס וואס איך רעד.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:למעשה, אמת מיר דא גלייכען נישט קיין סאך די משמרת הצניעות. האבען מיר אבער נישט מברר געווען פארוואס , פון א ריין יודישע תורה'דיגע בליק, איז דאס נישט קיין ריכטיגע זאך. אז דער טיימס איז ברויגז איז פארשטענדליך, און מקען דן זיין וואס מברויך טון וועגן דעם, אבער צווישען אונז און איצא גליק גערעדט, וואס איז באמת שלעכט מיט דעם אז עס זאלען זיין אפאר יודען שומרי משמרת הקודש וואס זאלן היטען אויף גדרי הצניעות והקדושה?
ווער זאגט מ'דארף האבן שומרים אויף קדושה?
ס'דא צווי חלקים וואס איז שייך שמירה. איינס - די וואס ווילן זיין "פרום", די וואס ווילן נישט קיין גלפז, גריל אן ליע, פרעס טראק, שמאלע געפאסטע, אורה אינגעל מיטן אפענעם קנעפל רח"ל. צוויי - שמירה אויף די וואס ווילן נישט זיין פרום, די וועד קאנטראלירט אז זיי זאלן נישט קענען טאן די אלע דברים אסורים.
יעצט פאר די ערשטע גרופע, וואס איז שלעכט מיט די חב"ד שליחים, זייערע קינדער וואקסן אויף זייער פיין אין א סביבה וואס איז פוסט פון אידישקייט. אויב ווילסטו זאגן אז אונזער עולם האט באקומען א שוואכע חינוך און קען נישט פארנעמען צו זען איינער טוט אנדערש ווי איך, נאכדערצו א איד. ממילא זאגסטו אז מ'דארף האבן שומרים, געזונטערהייט, ווער ס'וויל זיין פרום זאל זיך איינשרייבן ביי די וועד אז זיי זאלן קער נעמען פון אים אז ער זאל ח"ו נישט קויפן ביים פרעס טראק אדער זיין ווייב זאל זיך נישט שיין מאכן ביי פנים יפות.
אויף די צווייטע חלק מענטשן וואס ווילן דוקא יא שיינע אויגן ברעמען אויפ'ן אשת חיל, האט די וועד נישט קיין רעכט אריינצורעדן אין יענעמס לעבן, ביז ווילאנג מ'רעדט נישט פון דברים האסורים ע"פ הלכה.
אדער עט ליעסט מ'מאכט וואלן אין שטאט און רוב עולם וויל יא א וועד, און מ'מאכט וואלן ווער ס'זאל זיין פון די וועד, נישט יעדער משוגענער וואס האט נישט קיין דזשאב קען ווערן א וועד מעמבער.
לעיקוואד, איך וועל דיר לאזן פארענטפערן אויב ס'שטימט נישט מיטן רמב"ם וואס זאגט אז בי"ד האט געשטעלט שומרים כ'מיין יו"ט אפהיטן אויף די אינגלעך און מיידלעך.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
דע וואס טוען אין קדושה ענינים זענען געמיינע און הייסע בעלי תאוה וואס געבן זיך אויס זייער תאוה אויף דעם וועג פון פארשן קדושה ענינים פון אנדערע, ס'איז נישט קיין חילוק, אין ביידע פעלער ווערט זייער תאוה סעטיספפייד וד"ל.
עס האט א נאמען Voyeurism, און טערעפיסטן גייען דורך קורסען זיך צו לערנען וויפיל זיי מעגן רעדן און ווען ס'הייסט שוין וואויריזים.
ווי מען זעהט, וויל זיך קיין שום רב אדער עסקן נישט אידענטיפיצירן מיט זיי, געווענליך האבען די מענטשען געלט און ווילן הייסן שיינע יודן, און אויכעט נאכגעבען זייער נידריגע תאוות, געבן זיי זיך א דערקלער אז זיי טוען אין קדושה ענינים, הייבן אן אויסצופארשן מענער און פרויען, יונגלעך און מיידלעך, שעות על גבי שעות אין די נאכט אריין, זיי מוזן וויסן פונקטליך וואס און וויאזוי מ'האט געטוהן מיט אלע דיטעילס פין בחדרי חדרים, אויסצוגעבן זייער תאוה, און דאס וואס זיי טוען דאס מיטן לייגן א טעראר איז אויכעט פלעין איינס פון די תאוות, כידוע ליודעים.
ווער געדענקט נאך ליבי פאלאקס ארטיקל ווי זי שרייבט
Activists, including such members of the KJ “modesty committee” as Yaakov Kelner, got involved, ostensibly to help her. Mr. Kelner chatted with her hours upon hours over the phone, spilling all the dirty secrets of intra-communal disreputable escapades in the process, seemingly in a bid to get close to her.
געדענקט דעם כלל, "איינער וואס קערט שמוץ איז שמוציג".

"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בן תמליון האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:און מיר געפעלט מ"ד נידערמאנ'ס פרעכער ליגנט אז די צעטלעך זענען נישט אויטאריזירט, ווען א גרויס טייל פון זיי פארמאגן דעם לעדערהעד פון "התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדא".
למען האמת: די צעטליך טראגן דעם טיטול "וועד חיזוק הדת שע"י התאחדות הרבנים" וואס געפינט זיך אין קלאר מיט זיינע סיקריקים'ס בוזעם איצא וועט זאגן עס האט מיר מיר קיין שייכות איך קען מיר נישט שלאגן מיט זיי.
און ס'איז דא נאך איינער וואס האט געסטראשעט (בכתב) אז מ'זאל בעסער זיך צושטעללן צו זיינע פארלאנגען "פאר מ'וועט אננעמען שטרענגערע מיטלען".דאס אויבנדערמאנטע האט יענער געשריבן אין א נייעס פובליקאציע איבער דעם נושא וואס א פאר ליידיגע מוחות האבן א פראבלעם מיט די "דיספלעי ווינדאוס" פון געשעפטן וואס בלייבן ברענען איבער שבת.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
מעיל און רבי'שע פעלצן אין ניו יארק טיימס http://cityroom.blogs.nytimes.com/2013/ ... /?src=recg
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
אפשר ווערן מיר שרייבערס אינעם נ.י.ט? איך זעה עס פעלט נישט אויס מער ווי אפאר נפיחות איבער סיי וואס אינעם לעבן פון די האסידיק קאמיוניטי און מען איז אין ביזנעס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יאיר האט געשריבן:די טיימס מאכט זייער קלאר וואס אלע זאגן דא, יעדער פארשטייט אז דער תירוץ איז א גרויסע געלעכטער. איך העט ווען געזאגט אז ווען מען קען ווען אראפנעמען דעם גרויסן קיטרוג וואלט מען געדארפט גיין צו די אומות העולם און זאגן אז מיר האבן נישט קיין שייכות מיט זיי. אפשר זאל נטרונא אנהייבן שטעלן אדווערטייזמענטס אין די ניו יארק טיימס אין גרויסע קידוש לבנה אותיות: אידן זענען נישט קיין צניעות אינפארסירער!!!!
באקעמפן ציונות איז וויכטיגער. וואס א חבר הכנסת אין מדינת ישראל זאגט פאר ענגע פאליטישע אדער פינאנציעלע אינטערעסן שטערט זיי מער ווי די חורבנות און חילול השם וואס הערשל קלאר און די איבעריגע ליידיגגיער מאכן אן אין די היימישע געגנטן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יידל האט געשריבן:מעיל און רבי'שע פעלצן אין ניו יארק טיימס http://cityroom.blogs.nytimes.com/2013/ ... /?src=recg
יישר כח פאר צוברענגען דעם לינק פון נ.י. טיימס. נישט אז דער טיימס צייכנט זיך אויס מיט אהבת ישראל אדער אביעקטיוויטעט לגבי חסידים, נאר זייערע רעפארטס איבער יודן בכלל און חסידים בפרט זענען מער גרונטליך און צום ענין. זייער ציל איז די זעלבע וואס די איבעריגע מידיא, פיטערן דעם ליינער מיט סענזאציאנאלע געשיכטעס איבער די מיסטעריעזע און מאדנע חסידים. אבער לעומת די אנדערע צייטונגען און טאבלאידס וועלכע באווייזן זייער גרויס אמעראצעס (עמי הארצות) ווען ס'קומט צו באשרייבן יודישע מנהגים און היסטאריע זענען זיי (טיימס) גאונים.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 230
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
- האט שוין געלייקט: 173 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
Re: וועד הצניעות אין נ"י טיימס
וועד הצניעות אין וויליאמסבורג (ציטאט פון אן עד אינעם סאטמאר (מהר"א) 'גוט מארגן' אויסגאבע)
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: וועד הצניעות אין נ"י טיימס
קאמוניזם אלערטאפטימיסטיש האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 22, 2024 4:42 pm וועד הצניעות אין וויליאמסבורג (ציטאט פון אן עד אינעם סאטמאר (מהר"א) 'גוט מארגן' אויסגאבע)
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 606
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל
Re: וועד הצניעות אין נ"י טיימס
אזא אנאנס פעלט אויס. אין די לעצטע יארן האבן פאסירט אומאיידעלע געשיכטעס אין די פורימ'דיגע גאסן, בפרט צווישן די בחורים וועלכע האלטן זיך נישט אפ פון טרינקען און פליען מיט זייערע מאבילס. מען האט געהערט קאמפלעינס און עפעס האט געדארפט געטון צו ווערן.
נ.ב. איך בין נישט זיכער, אבער איך מיין אז אין ארץ-ישראל גיבט מען ספעציעל אכטונג אויף די גאסן אום פורים ביינאכט, אז עס זאלן נישט ארויסקומען קיין מכשולות דארט. מטעם הרבנים זענען אוועקגעשטעלט ספעציעלע שומרים אז אלעס זאל זיך פירן כשורה.