מיין 8 יעריגע קינד דארף א מעשה

הילף, עצות און טיפס
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

מיין 8 יעריגע קינד דארף א מעשה

שליחה דורך נולד מאוחר »

מיין 8עריגע'ס דארף א מעשה פאר סקול/חדר. די מעשה דארף זיין איבער 'שבת'
ווער קען ארויס העלפן ביטע.
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

א מעשה פאר שבת

שליחה דורך נייגעריגער »

געטראפן אויף איי-וועלט, קרעדיט דער ניק "יקותיאל"! אויב ס'איז צו לאנג זיי מודיע כ'וועל זוכן קלענער!

[center]אין זכות פון היטן שבת קודש[/center]
אין איינע פון די פוילישע דערפער האט געוואוינט א ערליכע איד. זיין נאמען איז געווען רבי מאיר. ער האט געהאט א מיהל צו מאלן תבואה נעבן דעם טייך, און פון דעם האט ער געהאט פרנסה בריווח. דער מיהל האט ער געדינגען פון דעם פריץ וואס איז געווען דער האר פון די אלע דערפער אין דער געגנט. דער מיהל איז איבער געגאנגען בחזקה צו רבי מאיר נאך פון זיין טאטען וואס האט אויך געדינגן דעם מיהל פון דעם פריץ. דער פריץ וואס האט אנערקענט די ערנסקייט און תמימות פון דעם טאטען און זוהן, אפילו וואס אנדערע מענשטן האבן געוואלט צאלן מער געלט פאר דעם מיהל, האט דער פריץ מוותר געווען אויף די געלט, און איז געווען צופרידן אז דער מיהל געפונט זיך ביי רבי מאיר.

רבי מאיר אליין, וויפיל ער איז געווען פארנומען מיט דעם מיהל א גאנצע טאג, האט ער יעדע נאכט אוועק געגעבן עטליכע שעות פאר דעם באשעפער און געלערנט. דער באשעפער האט איהם געבענטשט מיט א אשה כשרה און פיינע גוטע קינדער. רבי מאיר האט געלערנט מיט זיינע קינדער יעדן טאג וויפיל ער האט נאר געקענט. אויב עס פלעגט אריבער גיין אין דעם דארף א גאסט און האט גענעכטיגט ביי רבי מאיר, האט יענער באקומען זייער א ווארעמע הכנסת אורחים מיט עסן און טרונקען צוזאמען מיט א ווארעמע געלעגער. אויב דער גאסט האט געוואלט צאלן געלט פאר די אכסניא, האט רבי מאיר איהם געזאגט "א מצוה וואס איך האב בירושה פון מיינע זיידעס ביז אברהם אבינו, ווילסטו דאס אוועק נעמען פון מיר!".

ווען ער פלעגט פארן אין שטאט אריין פאר די ימים טובים צוזאמען מיט זיין משפחה צו קענען דאווענן בציבור דעמאלט, פלעגט ער מיט נעמען מיט זיך פון אלעס וואס דער באשעפער האט איהם געבענטשט, און געטיילט מיט א ברייט האנט, קודם פאר דעם רב און שוחט, שפעטער פאר אלע ארעמעלייט אין שטאט. די ארעמלייט אין שטאט האבן געוואוסט אז ווען רבי מאיר קומט אין שטאט "איז יו"ט..." זיין האנט איז געווען אפען פאר יעדן און מ'האט קיינמאל נישט געזעהן ביי איהם קיין קמצנות. צו דעם אלעמען איז ער געווען זייער א קלוגע מענטש, און אידן און להבדיל גויים פלעגן אפילו קומען צו איהם זיך שואל עצה זיין אין פארשידענע געשעפטן, און יעדן איינעם האט ער געגעבן די ריכטיגע עצה.

זיינע אייגענע געשעפטן האט ער געפירט מיט גאר א ערנסקייט, יעדע זאך געמאסטן צו די האר, ח"ו נישט אוועק נעמען יענעמס וואס געהער נישט צו איהם, דעריבער פלעגן אפילו גויים קומען צו זיין מיהל און מאלן זייערע תבואה ביי איהם. מ'האט געוואוסט אז בייר בי מאיר'ן קען מען זיך פארלאזן.

יעדן ראש חודש פלעגט ער זיך אנטאן אין זיינע שיינע שבת'דיגע קליידער און גיין צום פריץ ברענגען די געלט פאר דעם מיהל. ווען ער פלעגט קומען צום פריץ, האט דער פריץ שוין געוואוסט אז רבי מאיר קען מען נישט מכבד זיין מיט משקה, אבער מ'קען הערן פון איהם גוטע עצות. דעריבער ווען רבי מאיר פלעגט קומען צום פריץ פלעגט דער פריץ איהם ארייננעמען אין זיין פריוואטע צימער און שמועסן מיט איהם פאר א לענגערע צייט. דער פריץ האט זייער הנאה געהאט כסדר צו הערן די גוטע עצות פון רבי מאיר. דער פריץ האט איינגעזעהן אז עס איז נישט דא נאך אזא באגלייבטע מענטש אין זיינע דערפער ווי רבי מאיר אליין.

איינמאל האט זיך געמאכט וואס ראש חודש איז אויסגעקומען ערב שבת. רבי מאיר האט גענומען די שכירות געלט און האט זיך ארויס געלאזט צום פריץ'ס פאלאץ. ווי ער קומט אן דארט, האט דער פריץ איהם זיער שיין אויפגענומען, און איהם אריינגעפירט אין זיין פריוואטע צימער. דער פריץ איז געווען זייער גוט אויפגעלענט יענעם טאג. דער פריץ נעמט די געלט פון רבי מאיר און עפענט אויף זיין לעדל און לייגט אריין די געלט דארט. דערנאך נעמט ער ארויס פון דארט א גאלדענע רינגעל וואס אויף דעם איז געווען זייער א טייערע שטיין וואס האט געבליטשקעט זייער שטארק. דער פריץ ווייזט דאס רבי מאיר און זאגט איהם, דעם רינגעל האב איך געקויפט פאר צוויי טעג צוריק אין דער הויפט שטאט, וויפיל מיינסטו האט דאס מיר געקאסט? רבי מאיר נעמט דעם רינגעל אין האנט און באטראכט דאס, און רופט זיך אן און זאגט דעם אמת וועל איך זאגן, אז אין מיין לעבן האב איך נישט געקויפט אזעלכע זאכן אן נישט געזעהן אזעלכע טייערע צירונגען דעריבער ווייס איך נישט קיין פרייזן. זאגט דער פריץ, אבער דאך איך וויל דו זאלסט זאגן בערך וויפיל מיינסטו האט געקאסט דער רינגעל? רבי מאיר ענטפערט און זאגט לפי מיין השערה האט דאס געקאסט זיכער הונדערט גילדן. א גרויס געלעכטער האט אויס געפלאצט פון דעם פריץ. און ער רופט זיך אן, איך זעה אז דו ביסט טאקע נישט קיין מבין אין צירונגען, וויסן זאלסטו אז דער שטיין אויף דעם רינגעל הייסט "ברקת" אוןא יך האב געצאלט פאר דעם רינגעל גאנצע 5,000 גילדן. און מענטשן זאגן גאר אז איך האב אריינגעכאפט א מציאה ווייל דאס איז ווערט פיהל מער פון דעם. רבי מאיר דרייט ארום דעם רינגעל אין זיין האנט און מאכט זיך ווי דאס אינטרעסירט איהם זייער שטארק און גוט דאס צוריק פאר דעם פריץ. זאגט דער פריץ נו! וואס זאגסטו יעצט? וואס זאל איך זאגן איך בין נישט באקאנט אין די זאכן, אבער אויב דער פריץ האט געצאלט פאר דעם אזא טייערע פרייז בין איך זיכער אז דאס איז ווערט דער פרייז.

ווי זיי רעדן אזוי, קומט אריין א משרת מיט זיינע שיינע באדינונגס קליידער און בוקט זיך צום פריץ און זאגט אז דער שכן דער פריץ גאטלדכאווסקי איז געקומען באזוכן דעם פריץ און ווארט אין דעם פאדערשטן צימער. דער פריץ שטעלט זיך אויף פון זיין ארט, ער נעמט דעם רינגעל און לייגט דאס צוריק אריין אין דעם לעדל, אבער ער האט פארגעסן צו פארשפארן דעם לעדל. ער גייט ארויס פון דעם צימער, און זאגט פאר רבי מאיר, איך האב נאך עטליכע זאכן צו רעדן מיט דיר, ווארט דא אין דעם צימער ביז איך וועל ענדיגן מיט דעם פריץ מיין גאסט. דער פריץ איז ארויס און פארשפארט דעם טיר נאך זיך.

רבי מאיר איז יעצט געבליבן אליין אין דעם פריוואטן צימער פון דעם פריץ. ס'איז איהם זייער נישט געשמאק געווען צו זיין דארט אליין. אויף די ווענט האבן געהאנגן פארשידענע געיעג כלים, שווערדן און שפיזן, קעפ הערנער פון פארשידענע חיות וואס דער פריץ האט גע'הרג'ט און אזוי ווייטער. רבי מאיר ווארט אזוי איין שעה נאך א שעה, דערווייל הערט ער ווי אין דרויסן גייט פאר א באל. דער רפיץ מיט זיין גאסט האבן זיך געלאזט וואויל גיין מיט א געשמאקע סעודה, געגעסן און געטרונקען און אזוי ווייטער ביז זיי האבן געשיכור'ט, דער פריץ האט אינגאנצן פארגעסן פון רבי מאיר. ער פראבירט ארויס צו גיין אבער דער טיר איז פארשלאסן, אפשר האט דער פריץ נישט געוואלט אז זיין גאסט זאל זעהן דעם איד דארט, טראכט רבי מאיר. רבי מאיר זיצט אויף שפילקעס און ווייסט נישט וואס צו טאן. ער קוקט ארויס פון פענצטער זעהט ער ווי דער זון האלט שוין ביים אונטערגיין, און אט קומט שוין דער הייליגער שבת צו גיין, און ער וויל ח"ו נישט מחלל שבת זיין זייענדיג דא ביים פריץ. וואס טוט מען? ביז זיין שטוב איז אויך א וועג פון א האלבע שעה צו גיין, ווי אזוי וועט ער קענען אנקומען ביז דארט? ער רופט זיך צום רבש"ע אן זאגט "רבש"ע פארוואס האסטו מיר געברענגט אין אזא נסיון?" עס גייט אריבער נאך עטלכיע מינוט, יעדע מינוט איז ביי רבי מאיר ווי א יאר. ער קען שוין נישט איינזיצן אויף זיין ארט.

ער שטעלט זיך אויף און איז מחליט צו גיין פון דארט. אבער דער טיר איז דאך פארשלאסן. אבער ווי ער קוקט זיך ארום זעהט ער ווי פון דעם פריוואטן צימער איז דא פון אינטען אויך א טיר. ער גייט צו דעם טיר, און עפענט דאס אויף, דער טיר האט זיך גלייך געעפענט צו א שיינעם גארטן וואס איז געווען פון די אנדערע זייט פון דעם פריץ פאלאץ. ער גייט אריין אין דעם גארטן, אין דעם גארטן קריכט ער ארויף אויף דעם צוים און שפריגנט דאס אריבער, און נעמט זיך לויפן אהיים, ער איז אזוי שנעל געלאפן דאס ביז 15 מינוט איז ער שוין געווען אינדערהיים. ער איז נאך קיינמאל נישט אזוי שנעל געלאפן. דער טיש איז שוין געווען געדעקט, אלע האבן שוין געואורט פאר איהם אנגעטאן אין זייערע שבת'דיגע קליידער. ער האט זיך שנעל ארום געוואשן און זיך אנגעטאן בגדי שבת, און זיך גענומען דאוונען צוזאמען מיט זיינע קינדער אין דעם באזונדערן צימער וואו ער פלעגט כסדר דאוונען און לערנען. נאכ'ן דאוונען האט ער זיך געזעצט צום טיש און געפראוועט די שבת'דיגע סעודה מט גרויס שמחה וואס דער באשעפער האט איהם געהיטן ער זאל נישט דארפון מחלל שבת זיין און פון א נסיון. מ'האט געזינגען זמירות, רבי מאיר האט דערציילט פאר די קינדער וועגן פרשת השבוע, מ'האט געבענטשט און אלע קינדער זענען געגאנגען שלאפן, דעמאלט האט רבי מאיר דערציילט זיין ווייב פאר וואס ער איז אזוי שפעט אהיים געקומען פון דעם פריץ. ער האט אויך צוגעלייגט אז ער האט מורא אז דער פריץ וועט זיין ברוגז אויף איהם פאר וואס ער איז אנטלאפן פון דעם אינטערשטן טיר און נישט געווארט פאר דעם פריץ, אבער ער האפט אז ער וועט מסביר זיין דעם פריץ וועגן דעם הייליגן שבת, וועט דער פריץ איהם דאס מוחל זיין.

דער פריץ האט פארוויילט מיט דעם אנדערן פריץ ביז גאר שפעט אין נאכט. עס איז שוין געווארן חצות. און ער האט אינגאנצן פארגעסן אז ער האט איבער געלאזט רבי מאיר אין זיין פריוואטן צימער. אבער דער משרת וואס איז אריינגעקומען לאזן וויסן דעם פריץ פון דעם גאסט, האט יא געדענקט וועגן רבי מאיר. איז ער שפעט ביינאכט אריין אין דעם פריוואטן צימער זעהן אויב דער איד איז נאך דא דארט. ער זעהט אז דער איד איז מער נישט דא, אבער ער זעהט ווי דער לעדל פון דעם פריץ איז אפן און נישט פארשפארט. ער צינדט אן די ליכט, און קוקט אריין אין דעם לעדל, זעהט דער משרת דארט דעם טייערן רינגל. ער טראכט נישט קיין סאך און נעמט דאס, לייגט דאס אריין אין זיין קעשענע, און גייט ארויס פון דארט.

דעם קומענדיגן טאג ווי דער פריץ איז וואכעדיג געווארן פון זיין שכרות און טרונקען, האט ער זיך דערמאנט וועגן דעם רינגל אז ער האט נישט פארשפארט זיין לעדל. ער לויפט שנעל צו זיין פריוואטן צימער, און זעהט ווי דער לעדל איז אפן און דער רינגעל איז נישט דא. דער פריץ האט שנעל צוזאם גערופן אלע זיינע משרתים און משרתות, אלע האבן געציטערט און נישט געוואוסט פארוואס דער פריץ האט זיי אלע צוזאם גערופן אזוי שנעל. דער פריץ דערציילט זיי וועגן די גניבה, און יעדער איינער טענה'ט אז זיי ווייסן גארנישט צו זאגן וועגן דעם. אבער דער משרת מיט די שיינע קליידער [דער גנב] דערנענטערט זיך צום פריץ און רופט זיך אן: אדוני הפריץ! זאל דער האר געדענקן אז נעכטן ווען ער איז ארויס פון דעם צימער האט ער איבער געלאזט דעם איד רבי מאיר אין דעם צימער, און קיינער האט איהם נישט געזעהן ארויס גיין פון דארט, איז דאך זיכער ווער ס'איז דער גנב! דער פריץ שטייט זייער באוואונדערט, און זאגט, ניין! עס קען נישט זיין, איך קען מאיר און זיין פאטער זיי זענען גלייכע און ערנסטע מענטשן זיי וועלן נישט טאן אזא זאך און גנב'נען. אבער דער משרת האט נישט אויף געהערט צו רעדן און איינרעדן דעם פריץ אז עס מוז נאר זיין דער איד רבי מאיר וואס האט גע'גנב'ט דעם רינגל. ער האט אזוי פיהל גערעדט ביז דער פריץ האט זיך גענומען גלייבן אין זיינע ווערטער.

דער פריץ לאזט רופן רבי מאיר, רבי מאיר קומט און דער פריץ זאגט איהם אז ער זאל שויון מודה זיין וועגן די גניבה און צוריק געבן דעם רינגעל. אבער רבי מאיר האט געשוואוירן אז ער האט דאס נישט גענומען, און ער מיט זיין טאטען זענען באוואוסט געווען איבעראל פאר אמת'דיגע און פיינע מענטשן וואס וועלן נישט טאן אזא זאך. אזוי אויך נישט זאגן ליגענד. און זייערע הענט וועט נישט אנרירן צו א זאך וואס געהער נישט צו זיי. אבער דער פריץ האלט זיך מיט זיינס, און שרייט אויף רבי מאיר און זאגט צו איהם, קיינער איז נישט געווען אין דעם צימער נאר דו, איך געב דיר דריי טעג צייט זאלסט זיך איבעררעכענען און צוריק ברענגען די גניבה, און אויב נישט וועט דיין סוף זיין זייער נישט א גוטע און אזוי אויך דער סוף פון דיין גאנצע משפחה.

מיט א צובראכן הארץ איז רבי מאיר אהיים געגאנגען און דערציילט זיין ווייב וועגן די גניבה וואס דער פריץ איז איהם חושד. און ער ווייסט נישט וואס צו טאן. זיין ווייב זאגט צו איהם אז ס'איז דא א באשעפער אין הימל וואס ווייסט דעם אמת, און אין איהם דארף מען זיך פארלאזן. יעצט איז די בעסטע אז מיר ביידע זאלן זיך נעמען דאוונען צום באשעפער אין הימל אז ער זאל אונז ארויס נעמען פון די צרה וואס מיר זענען אריינגעפאלן.

רבי מאיר מיט זיין ווייב האבן זיך גענומען פאסטן די דריי טעג און דאוונען א גאנצן טאג. נאר ביינאכט האבן זיי עפעס געגעסן צו דערהאלטן זייערע זעל אין זיך. די גאנצע צייט האבן זיי געדאוונט צום באשעפער ער זאל זיי ארויס נעמען פון די צרה.

אין דעם דריטן טאג נאכמיטאג, רופט דער פריץ זיין משרת און זאגט איהם: "גיי צו דער מיהל, און פאר נאכטס, זאלסט דו ברענגען מאיר צו מיר געבינדן אין קייטן". דער משרת איז געגאנגען איינשפאנען זיין פערד אין שטאל. האט זיך דער פערד צעווילדעוועט און גענומען שטויסן פון אלע זייטן. מ'האט דעם פערד נישט געקענט איינשטילן. דער משרת האט נישט געהאט קיין ברירה האט ער זיך ארויס געלאזט צופיס צו רבי מאיר'ס הויז נעבן דעם מיהל. אבער ווי נאר ער גייט ארויס פון דעם פריץ פאלאץ, האט זיך דעם פריץ הונט איהם באפאלען און גענומען רייסן פון זיינע קליידער שטיקער, און אריינגעשטאכן אירע ציין אין זיין פיס. ביז עס האט גערינען בלוט. ער פארשטייט נישט וואס דא איז געשעהן, דער הונט איז דאך אייביג אזוי געטריי צו איהם...

ער איז שוין ארויס געגאנגען פון דעם פריץ פאלאץ און נעמט זיך לויפן צו רבי מאיר'ס הויז, אינמיטן וועג האבן א באנדע פון רויב-פויגל איהם באפאלן, און גענומען שרייען מיט הויכע קולות קרו! קרו! קרו! ער פראבירט זיי צו פארטרייבן מיט זיין שטעקן אבער עס גייט נישט, זיי באפאלן איהם, און שרייען מיט הויכע קולות קרו! קרו! קרו! אבער ער לויפט ווייטער מיט אלע זיינע כוחות צו רבי מאיר. און טראכט באזיך זיכער ווייסט מען שוין ווער ס'איז דער אמת'ע גנב. און אומזוסט טוט מען באשולדיגן רבי מאיר. און פון הימל וויל מען מיר באצאלן דאס וואס איך וויל מ'זאל טאן פאר רבי מאיר.

ער איז אזוי געלאפן אן קיין כוחות ביז ער איז אנגעוקמען צו דעם מיהל וואו רבי מאיר האט געוואוינט. ער עפענט אויף די טיר, און ציטערט ווי א קדחת האט איהם אנגעכאפט, ער פאלט שנעל צו די פיס פון רבי מאיר און בעט שטארק מיט תחנונים צו רבי מאיר, אוי! רבי מאיר זיי מיר מוחל, איך בין דער גנב און נישט דו, האב רחמנות אויף מיר, און קום צוזאמען מיט מיר צום פריץ, און בעט ביים פריץ רחמנות אויף מיר ער זאל מיר נישט הרג'נען וועגן די גניבה.

ס'איז געווארן לעכטיג אין שטוב, אלע האבן געזעהן דאס זייערע תפילות איז אנגענומען געווארן, און דער באשעפער האט זיי ארויס גענומן פון די צרה. רבי מאיר איז טאקע תיכף געגאנגען מיט דעם משרת צום פריץ. דער משרת האט געציטערט ווי א פיש און ארויס גענומען דעם רינגעל פון זיין קעשענע און דאס געגעבן דעם פריץ, און רבי מאיר האט געבעטן דעם פריץ ער זאל רחמנות האבן אויף דעם משרת, ווייל יעדער מענטש קען אמאל אריינפאלן און טאן אן עבירה און מאכן א פעלער. פארשטייט זיך אז דער פריץ האט נישט גע'הרג'ט דעם משרת, נאר געהייסן מ'זאל איהם געבן 50 שמיץ. דער פריץ איז זייער פריילעך געווען וואס דער רינגעל איז צוריק צו איהם געקומען. און כדי איבער צו בעטן רבי מאיר פאר וואס ער האט איהם חושד געווען אומזוסט, האט דער פריץ גע'חתמ'ט א קאנטראקט פאר רבי מאיר, אז דער מיהל געהער צו רבי מאיר פאר איהם און זיינע קידנער און קינדס קינדער עד סוף כל הדורות.

מ'קען זיך אליין פארשטעלן די גרויסע שמחה וואס האט געהערשט אין די שטוב פון רבי מאיר ווען רבי מאיר איז אהיים געקומען און אלעס דערציילט פאר זיין בני בית. און ווי עס איז איבער געקערט געווארן זייער טרויער צו א אמת'ע שמחה, ווי דער באשעפער האט זיי געראטעוועט פון שלעכטע מענטשן. זיי האבן נישט אויף געהערט צו דאנקן און לויבן פאר דעם באשעפער אויף די אלע גוטע זאכן און ניסים וואס ער האט האט געטאן פאר זיי.[/quote]
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

שכוח לאמיך עס ליינען סקוקט אויס לאנג.
כהאב יעצט א פראבלעם, וואס זאל מיין קינד זאגן סקומט פון קאווע אדער אייוועלט?
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך נייגעריגער »

נולד מאוחר האט געשריבן:א קלענער פליז .
כקען אליין קוקען דארט . זאג יר נאר ווי? סדא א מעשיות אשכול?

דא האסטו דעם איי וועלט לינק צום אשכול פון וואו די מעשה קומט, אבער כ'מיין נישט וועסט טרעפן עפעס קלענער'ס, עניוועי זענען די מעשיות נישט וועגן שבת.

אויב כ'וועל טרעפן קלענער'ס העל איך עס דא ארויפלייגן.
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

א דאנק . ווען איך בין ווען אביסעל קריעטיוו מאך איך ווען אליינס א מעשה.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דערפאר האבן זיך צדיקים געזארגט, כדי שלא לבייש את מי שאינו קריעטיוו, זאל אויך האבן מעשיות לרוב..
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט