קופערניקוס האט געשריבן:אויב פעלט דיר בהירות בעט ביי יידל, כמיין, ביים רבונו של עולם, וואס איז די אומקלארע רייד?
פאר די וואס כאפן נישט קופערניקוס רמזים עי׳ כאן
קופערניקוס האט געשריבן:אויב פעלט דיר בהירות בעט ביי יידל, כמיין, ביים רבונו של עולם, וואס איז די אומקלארע רייד?
ה. מארש, דער שטערן שבט תשע"ג האט געשריבן:מענטשן-געמאכטע וואלקנעס אינעווייניג
גוט, איר האט מיר געכאפט, די דאזיגע דערפינדונג איז לכאורה נישט קיין ספעציעלע טובה פאר דער מענטשהייט, חוץ אויב איר זענט אן ארטיסט אדער עמיצער וואס דירעקט פורים-פארשטעלונגען, אבער דאך איז עס צו אן אינטערעסאנטער דערפינדונג אז מיר זאלן עס אזוי מיר-נישט-דיר-נישט איגנארירן.
...
סמילדע האט אויסגעטראפן א פאטענט וויאזוי צו ערצייגן וואלקנעס , כאטש ס'פארלאנגט זיך אסאך ארבעט דאס צו צושטאנד ברענגן. סמילדע מוז צוערשט פארזיכטיג קאנטראלירן די פייכקייט און אטמאספערע אינעם צימער, כדי צו פארזיכערען אז דער געמאכטער-רויך, וואס ווערט ארויסגעלאזט דורך א ספעציעלער מאשין, בלייבט הענגן אזוי עלעגאנט אינמיטן צימער אויסקוקענדיג זייער עכט, און ווערט נישט פארשוואונדן. ספעציעלע לעמפ פראדוצירן אזא סארט שאטן, וואס געבט דעם געפיל כאילו ס'איז פארוואלקנט פאר א שווערן רעגן.
ה. מארש, דער שטערן שבט, תשע"ג האט געשריבן:סמילדע האט פרעזענטירט זיין וואלקן פאר די מאסן אין א צימער וואס פארמאגט בלויע (וואלקנעס) [צ"ל: ווענט] מיט א רויטן פלאר, די בלויע ווענט האבן געזאלט געבן די איינדרוק כאילו די וואלקענעס זענען געשטראנדעט אין א פארמאכטן הימל, און דער שארפן קאנטראסט פון דעם רויטן פלאר פארזיכערט אז זייער הימלישע ספערע איז פרעזערווירט. (כ'פארשטיי נישט עכט וואס כ'האב דא געשריבן. כ'האב פשוט איבערגעזאגט הוידל-בוידל וואס סמילדע האט ערקלערט פאר זשורנאליסטן בשעת מעשה און רוב רעפארטערס האבן פארשטייט זיך צוגעשאקלט מיט'ן קאפ כאילו זיי פארשטייען גענוי וואס ער רעדט, ווען באמת האט סמילדע אליינס נישט געוואוסט וואס ער רעדט נאר אזויווי רוב ארטיסטן ארויסגעלאזט א זאפאס מיט ווערטער, מיט דער האפענונג אז עפעס א זאץ וועט זיך פארמירן דערפון.)
ברייען נעלסאן האט געשריבן:The blue walls produce the surreal impression that the clouds are trapped within an enclosed sky. Their ethereal space is preserved, however, by the sharp contrast with the red floor.
איך אויך האט געשריבן:נעוואדע איז ר' חיים שנעעבאלג ע"ע געווען א היימיש חסידיש איד במלא מובן המילה, אז מרעדט שוין דערמאן איך מיר א זיס מעשה'לה פונעם אמרי חיים, ר' חיים פלעגט שטיין אינטער דעם אמרי חיים'ס בענקל, בשעת די זינגן האט ער כמנהג הזינגערס געלייגט די האנט אויף זיין לינקע אויער והנה ר' חיים האט געהאט א קראצעדיגע קול ומפורסם דעם אמרי חיים'ס סענסיטיוויקייט צו א פאלשע תנועה, איינמאל דרייט זיך דער רבי אויס און זאגט עם (מיט די ווישניצע קנעיטש) חיים אפשר לייגסטו די האנט אויף מיין אויער?
קרעקער האט געשריבן:ווייסט איינער וואס גייט לעצטענס פאר מיטען שטערן?
ענדליך ארויסגעקומען אנדערדהאלבען וואכ שפעהט און סאיז עפעס נישט ווי אמאהל
פארוואס דאפען זיי איבערדרוקען א ארטיקעל פין דע רוסישע מיליטערישע רב וואס דער בליץ האט שוין געהאט א לאנגס און ברייטס אינטעוויו מיט דע רב פאר 3 חדשים ציריק. דעס פאסט פאר דע בליץ און נישט פאר דע שטערען
ס איז דא רומערס אז ש, ר, האט פארקויפט דער שטערן שפאקטיוו (נאר די יודישע) פאר אשר לעווין
קען עס איינער קאנפירמען?
דער שטערן האט געשריבן:דאן האט ער געכאפט א פרישן קלאפ אויף זיינע וואונדן ווען זיין מוטער האט געהייראט א צווייטע מאל-זיין פאטער איז געשטארבן דריי יאר פאר ער איז געבוירן געווארן- און דער שטיף-טאטע האט אים נישט באזונדער געגליכן. אין פאקט איז אייזיק פארשיקט געווארן פון שטוב און אויפגעהאדעוועט געווארן דורך זיין באבע.
ר.ש. כהן האט געשריבן:פאר א צייט האט אריסטו (לינקס) געדינט ווי דער לערער פון אלכסנדר, דער זון פונעם מלך מוקדון - פיליפוס דער צווייטער(רעכטס), און א דאנק דער דאזיגער שטעלע האט ער גענאסן פון דיפלאמאטישע פריווילעגיעס און זיינע שונאים האבן אים נישט געקענט קיין שלעכטס טאן.
לעמיל האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:הוי יידל יידל, מי יצדק לפניך בדין...
נע, מאך עס נישט ערגער ווי עס איז. ... די קריטיק מיינע איז נישט אזוי ווייט קריטיק ווי א וועג וויאזוי ארויסצוגעבן פון בויך די אלע אינטערעסאנטע אינפארמאציע וועלכע כ'האב געליינט און די אינטערעסאנטע לינקס און וועלכע כ'האב זיך אנגעשטויסן. נאך א סיבה פאר מיין קריטיק איז ווייל כ'קען באשטיין אז מענטשן זאלן וויסן נישט אפצוקויפן דעם געדרוקטן ווארט כאילו ס'איז תורה מסיני. מענטשן דארפן וויסן אז שרייבער זענען נישט מלאכי אלוקים און זיי מאכן צומאל טועתים און אמאל קענען זיי אפילו שרייבן הוילע שטותים פשוט פון פארנאכלעסיגקייט.
צייטשריפט האט געשריבן:מיר ווייסן דאך אז אלעס פירט דער אויבערשטער, קיין שום ריר אויף דער וועלט ווערט נישט אויסגעפירט אן דעם וואס השי"ת זאל געבן דעם רשות אז דאס זאל געטאן ווערן. אפילו די וואוקס פון א גראזל, זאגן חז"ל, איז אויך תלוי אין דעם ג-טליכן מלאך וואס באפעלט: "וואַקס!"
...
אזוי האבן מיר אויך מקובל פון די פריערדיגע צדיקים, הויפּטזעכליך פון מרן הבעש"ט ז"ל, אז אפילו א שטרויעלע וועלכע פאלט אראפ פון א גאלאפּירנדן וואגן, האט אויך אנגעשריבן וואו זי זאל פאלן און אקוראט אויף וועלכן שטיינדל זי זאל אנטרעפן, ווי אויך וויפיל מאל זי זאל זיך דרייען פליענדיג אין דער לופט!
צייטשריפט האט געשריבן:בשעת די אליאירטע האבן פּלאנירט די אינוואזיע אין נאָרמאַנדי פון יוני 6, 1944, האבן זיי צו פארמיידן אז די שונאים זאלן אויפכאפּן די פּלענער זיך באניצט מיט די פאלגנדע קאודס: יוטאַ, אָמאַהאַ, מולבערי, נעפּטון און אָווערלאָרד. די קאודס זענען געווען פון די גרעסטע סודות פון דער מלחמה. אום מאי 3 – איבער א חודש פאר דער אינוואזיע – איז דער ערשטער קאוד ווארט, יוטאַ, ערשינען אין דעם "לאָנדאָן דעילי טעלעגראַף" אלס אן ענטפער צו א "קראָסוואָרד-פּאָזל". אום מאי 23 איז דאס ווארט "אָמאַהאַ" ערשינען אויך אלס אן ענטפער צום זעלבן פּאָזל; מאי 31 איז מולבערי ערשינען; יוני 2, פיר טאג פאר דער אינוואזיע זענען נעפּטון און אָווערלאָרד ערשינען.
דער בריטישער אינטעליגענץ איז שאקירט געווארן אז די סודות פון דער אינוואזיע זענען ארויסגערינען, און זענען ברמז אריינגעלייגט געווארן אינעם פּאָזל פונעם "דעילי טעלעגראַף". זיי האבן תיכף דורכגעפירט א גאר ברייטע און אינטענסיווע אויספארשונג אויף דעם מחבר פון די פּאָזלס. נאך די ברייטפארצווייגטע אויספארשונגען איז זייער מסקנא געווען אז ער האט נישט געהאט קיין שום מיליטערישע ידיעות און קיין מושג איבער דער געפּלאנטער אינוואזיע. די ווערטער האט ער געקליבן אן קיין שום חשבון!
אין תשל"ג האט אַרטור סי קלאַרק געשריבן אין א פיקציע-בוך: "אום 9:40, אין דעם אומגעווענליך-שיינעם זומערטאג פון סעפּטעמבער 11, 2077, האבן מערסטנס איינוואוינער פון אייראפּע געזען א שרעקליכע פייער-טאַבע... די שטעט פּאַדואַ און וועראָנע זענען אפּגעווישט געווארן פון דער מאפּע, און דער כבוד פון ווענעציע איז איינגעזינקען אויף אייביג.
אין תשס"א, אין דעם שיינעם זומערדיגן פרימארגן פון סעפּטעמבער 11, איז אום 9:40 אזייגער דערזען געווארן פאר אלע מענטשן פון ניו יארק א שרעקליכע פייער-טאַבע ביי דעם "וואָרלד טרעיד צענטער". דער כבוד פון די פאראייניגטע שטאטן איז אפּגעווישט געווארן.
...
די באאמטע פון דער שטאטישער לאטערי אין אָרעגאָן זענען שאקירט געווארן זעענדיג אז דער "אָרעגאָן קאָלאָמביען" צייטונג האט פון פאראויס געמאלדן די לאטערי נומערן וועלכע זענען געקליבן געווארן יוני 28, 2000 ביינאכט.
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די קאמפּיוטערס פון דער צייטונג האבן געקראכט, און זיי האבן בטעות ארויפגעשטעלט ווירדזשיניע'ס נעכטיגע לאטערי ציפערן אלס דער היינטיגער ארעגאן געווינס. ווי עס האט זיך אויסגעשטעלט זענען זיי געווען גערעכט!
...
איר דערקענט אוודאי דאס בילד. דאס איז דאך די אלעמען-באקאנטע "מיקי מאַוס".
"מיקי מאַוס", די קליינע מויזל וואס די אמעריקאנער קולטור האט פארגעטערט שוין קנאפּע אכציג יאר זינט די וואָרנער ברידער האבן איר אויסגעמאלן, איז שוין היבש עלטער ווי מען האט געמיינט!
אין אן אינטערעסאנטן קא-אינצידענט האט א מעלער פאר איבער זיבן הונדערט יאר צוריק אויסגעמאלן א פּינקטליכן בילד פון דאס וואס וועט 600 יאר שפּעטער פאר'שיכור'ן די אמעריקאנער יוגנט – "מיקי מאַוס"!
דאס בילד איז אנטדעקט געווארן אין ארכעאלאגישע גראבונגען אין עסטרייך, און ווערט געשאצט צו זיין איבער 700 יאר אלט.