חיוב קידוש השם-מציצה בפה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

חיוב קידוש השם-מציצה בפה

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

דורך לעמאן דזשוס » דאנערשטאג ינואר 31, 2013 1:47 pm
@פאטאקי@יהיה כן@שאינו יודע

להוי ידוע; אפילו עס זאל חלילה וחס ארויסקומען א גזירה אפצושאפן מצות מילה אבסאלוט. היל"ת איז בשום אופן נישטא קיין שום חיוב זיך לאזן הרג'ענען און יא מל'ן

אויב איינער וויל דוקא זיך יא הרג'ענען איז א מחלוקת ראשונים, דער הייליגער ר"ן איז מתיר און דער נימוקי יוסף לאזט נישט.

די סיבה איז מחמת מצות מילה איז א מצות עשה, און די גאנצע דין פון ונקדשתי און ממילא יהרג ואל יעבור איז נאר ביי לא תעשה כגון ג"ע ע"ז שפ"ד און בשעת השמד אפילו אויף ערקתא דמסאני

דרך אגב דער הייליגער גרויסער רי"ף און דער הייליגער גרויסער רמב"ם בספרו יד החזקה הלכות יסודי התורה פ"ה הלכה ג' לערנען און פסק'נען אז אויף א מנהג קל איז מען זיך נישט מוסר נפש. ווייל זיי לערנען אז עראקסא דמסאני מיינט א חוקות הגוי דין וואס איז א מפורש'ע לאו

יעצט, פאר איר שרייט, בעט איך אייך קוקט נאך די סוגיא אין סנהדרין עד ע"ב

נאכער קוקט אין רמב"ם ונו"כ הל' יסודי התורה פ"ה ה"ג

נאכער קוקט אריין אין שו"ע יו"ד סימן קנ"ז ונו"כ

תודה


דא אויף אייוועלט האב איך דאס געשריבן
און ס'איז פארגאנגען א שמועס איבער דעם
איך קלער אז חברי הפארום דא קענען צוגעבן צום שמועס
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

לעמאן, הייבסט אן אינמיטן א שמועס. דארט איז פארקאכט געווארן א גאנצע דיון.
ס'איז קלאר אז אויב מ'נעמט אן אז מציצה בפה איז הלכה למשה מסיני, און נישט נאר מציצה בפה זעלבסט נאר אויך די חלק אז מציצה בפה קען בשום אופן נישט זיין שעדליך היל"ת וויבאלד מיר האבן מקובל ממשה מסיני אז עס איז א רפואה, און מ'נעמט אן אז אין די צעטל שטייט דברי פלסתר נגד חז"ל, און מ'נעמט אן אז בלומבערג מיינט דא גזירה נגד הדת כמבואר איש מפי איש מפי מקור נאמן מפי שלעדאן סילווער, און אז מ'נעמט אן אז בלא"ה שאפט דער קאנסענט פארום געזעץ א שעת השמד אין ניו יארק, און אזוי אויך ווערט דאך ברייט מבואר אין די מדרשים אז אויף מילה דארף מען זיך הרג'ענען (ופשוט אז דאס נעמט אריין אויך אונטערשרייבן אויף א קאנסענט פארום), און מ'נעמט אן אז ארטאדאקסישע רבנים שאינם חרדיים זענען צדוקים, נאכדערצו אז מ'נעמט אן די הנחה אז אונטערשרייבן די קאנסענט איז דומה צו גזירת לימודי חול באותו מדינה, דאן דארף מען זיך לאזן הרג'ענען בלי שום פקפוק.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

יידל, תודה רבה פאר דיין ארבעט, א מחי' צוזעהן

נאך די אלע לעכערליכקייטן וואס זיי האבן מיר געענפערט האב איך געשריבן מיין דאזיגע תגובה איבער עצם מצות מילה

אויוויי, זענען טייל געווארן ווילד, איך ווייס נישט פארוואס
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

לעמאן ווי אזוי קען זיין זיי פארשפארן נישט דיין ניק דארט?
כזע דארט זיי האבן פארשפארט דיין אשכול ווי די פרעגסט וואס מזאל טון און א מאלעסטעשן קעיס, אויב נישט גיין צי פאליציי.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דאס (פארשפארטע אשכול) איז געווען פון אנעים זמירות, נישט פון לעמאן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

די מענטשן זענען אינגאנצן משוגע געווארן? זיי האלטן אמת'דיג אז מען דארף שעכטן דאס קינד אלס א קרבן און מאכן קמיצה-מציצה???
מען וועט מוזן איינזעצן אז נתקטנו עולם הביצים. היינו מה שאומרים אצל ברית מילה, זה הקטן גדול יהיה, ווייל אויב ער בלייבט א קטן העט ער ווען למפרע געדארפט שטארבן און נישט מוותר זיין אויף אונטערשרייבן דעם קאנסענט.
האדם לא נברא אלא להתענג
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

שמעקעדיג האט געשריבן:דאס (פארשפארטע אשכול) איז געווען פון אנעים זמירות, נישט פון לעמאן.

ריכטיג. מיי מיסטעק סארי. כמיין אז לעמען איז אויפן זעלבען פעדזש מיט אניעם דארט.
שומרים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 29, 2013 6:23 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך שומרים »

די שאלה איז נאר צו סוועט טאקע פארבלייבן ביי די גזירה אויף מציצה אדער במשך די יארן פארברייטערט ווערן
אויף די עצם מצוה, וואס דאס מיינט עוקר זיין אינגאנצן א מצוה.
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

שומרים האט געשריבן:די שאלה איז נאר צו סוועט טאקע פארבלייבן ביי די גזירה אויף מציצה אדער במשך די יארן פארברייטערט ווערן
אויף די עצם מצוה, וואס דאס מיינט עוקר זיין אינגאנצן א מצוה.

אן עסקן וואס איז געווען ביי די הערינגס וועגן מצב"פ האט מיר געזאגט אז די רעגירונג לויער האט קלאר געזאגט אז זייער ענדגילטיגע ציל איז אינגאצן מבטל צו זיין מציצה בפה.
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

חד גדיא האט געשריבן:
שומרים האט געשריבן:די שאלה איז נאר צו סוועט טאקע פארבלייבן ביי די גזירה אויף מציצה אדער במשך די יארן פארברייטערט ווערן
אויף די עצם מצוה, וואס דאס מיינט עוקר זיין אינגאנצן א מצוה.

אן עסקן וואס איז געווען ביי די הערינגס וועגן מצב"פ האט מיר געזאגט אז די רעגירונג לויער האט קלאר געזאגט אז זייער ענדגילטיגע ציל איז אינגאצן מבטל צו זיין מציצה בפה.

און דו גלייבסט?
פארשפארט