עדה החרדית: בואו חשבון!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1087 מאל

עדה החרדית: בואו חשבון!

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

גוטזאגער; כל העולם כולו, היידפארק.

עדה החרדית: בואו חשבון!



נאך א שווערע נאכט וואס ערליכע אידן האבן מיטגעמאכט דינסטאג פ' בשלח תשע"ג, הערענדיג די קלינגענדיגע נייעס אז די אגודה-דגל פארטייען האבן געהויבן זייער כח מיט 2 מאנדאטן, אויף דעם אומבאשרייבליבן געווינס זייערע פון אנקומען צו 7 (זיבן) קאנדידאטן, א זאך וואס קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז דאס קען פאסירן - שרייב איך מיינע שורות מיט ווייטאג על שבר בת עמי, און איך רוף אויס מיט א געשריי: בואו חשבון!


געוואלד און געשריגן! וויאזוי קען מען דאס פארטייטשן! וויאזוי האט דאס פאסירט? פארוואס האט דאס פאסירט?

היינט איז א וועלט פון חשבון און סטראטעגיעס. נאך א פארלוסט דארף מען מאכן חשבונות אויף צוריק (לשעבר), און ציען מסקנות אויף להבא. אז דאס זאל זיך נישט איבער'חזר'ן. מיר דארפן שרייען געוואלד און געשריגן וואס האט דא פאסירט אז דער כח פון די עדה החרדית שרינקט און איז פוחת והולך, געוואלד! פארוואס?


פארוואס איז דאס אזוי אז דער ווארט פון קנאי'ישן לאגער, וואס נישט נאר וואס עס מאכט נישט אויס, נאר גאר עס טרייבט ארויף די נומערן פון די פארטייען צו די טמא'נע בחירות - טאקע פון די הייליגע אפגעהיטענע קנאי'שע ירושלימ'ער מאה שערים געסלאך?

יא, מיר ווייסן אז אויך ווען דער צדיק הדורות דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע האט געלעבט האבן אויך די אגדואים געהייסן שטימען אין די בחירות, און זיי האבן דעמאלט זיך אויך קיין סאך נישט גערעכנט מיט דעם פסק הלכה פון הייליגן ספר ויואל משה – אמת. אבער עס איז קיינמאל נישט געווען אויף אזא פארנעם, אז זיי זאלן שטייגן מיט אזעלכע הויכן פראצענטן אזש פון ירושלים אליינס האט "יהדות התורה" צובאקומען אכטצן טויזענט (18,000) שטימען ביי די איצטיגע בחירות פון די מאה שערים געסלאך!


בואו חשבון!

ביי די פארלאפענע וואלן אין אמעריקע, ווען די רעפובליקאנער האבן מיאוס פארלוירן, האבן זיך צונויפגעזעצט די פירער פון די פארטיי, און געמאכט א חשבון הנפש, פארוואס פארלירן מיר?

די רעפובליקאנער כאפן שוין אצינד אז זיי האבן געמאכט מיסטעיקס – די רעפובליקאנער האבן אנערקענט אז זיי האבן געמאכט גרויסע שרעקליכע טעותים מיט אימיגראציע, מיט די ספאנישע און לאטינאס וכו'. און זיי האבן אנגעהויבן טוישן פאליסיס כדי צו ראטעווען די פארטיי פון אינגאנצן אינטערגיין אויב זיי וועלן לאזן די "היץ קעפ" אין די רעפובליקאנער פארטיי פירן.


לענינינו: אויב די עדה החרדית וועט נישט מאכן קיין חשבון הנפש "בשל מי באה אלינו הצרה הזאת" איז די עדה החרדית קאפוט. זיי וועלן פארלירן מער און מער ירושלימ'ער אידן, וועלכע וועלן איינציגווייז אן קיין פראטעסט, אריבערגייען צו אן ארגאניזאציע פון "נארמאלע מענטשן".

דער ביטערער מציאות איז: די עדה החרדית איז געווארן א געצייג פון צעיושטע סיקיריקים, פראים, צעווילדעוועטע יונגען אן קיין ריח פון תורה, האט מען איבערגעגעבן די מאכט צו פירן, אנגעהויבן פון אתרא קדישא מאפיא, ביז די סיקריקים אקציעס פון פארברענען מיסט-קאסטענעס אין אלע היימישע גאסן פאר חדשים לאנג און דערמיט צעשטערט דאס לעבן פון טויזענטער און צענדליגער טויזענטער היימישע אידן אין מאה שערים! אט דאס איז צו פארדאנקען פאר דעם זיג פון "יהדות התורה צו זיבן", און אויב די "עדה החרדית" וועט נישט מאכן קיין חשבון הנפש און נעמען די זאך אונטער קאנטראל בעוד מועד, וועט די "עדה החרדית" דעליווערן נאך און נאך שטימעס פאר די אגודה!


ווייל באמת איז דאך שווער צו פארשטיין, עס איז דאך זונטאג נאכט פארגעקומען א מעמד אדיר קעגן די בחירות הטמאות, אין וועלכן טויזענטער זענען זיך צונויפגעקומען און מ'האט אויפגעקלערט אז די בחירות איז יהרוג ואל יעבור וכו'. עס איז נאך געקומען צו פארן א גאסט פון ניו יארק, מיט ריזיגע הויך-הילכערס און מעכטיגע פלאקאטן וואס ירושלים האט זעלטן אזוינס געזען און מיט דעם אלעם האט די אגודה דערלאנגט אזא מין שאס צוריק. געוואלד? וויאזוי איז דאס אז זיי האבן נאך צובאקומען 18 טויזענט נייע שטימעס בלויז פון די מאה שערים געסלאך, אויב נישט די צעלאזניקייט און הפקירות פון די עדה החרדית סיקריקים פירערשאפט, וואס ווערט געפירט פון כוליגאנעס און שאבאווניקעס!

די עדה החרדית זאל גוט גוט אפלערנען די איצטיגע וואלן. און אויב זיי ווילן נישט אז די אגדוה זאל שפרונגען ביז 10 און 12 בענקלעך, זאלן זיי בעוד מועד איינשטעלן קאנטראל, ווייל די עדה החרדית - מיט זייערע צעדרייטע פירערשאפט - שטופט מענטשן צו שטימען פאר די אגודה!

הק' י.ר.


[נ.ב. וזאת למודעי: דאס זענען נישט מיינע אייגענע סברות, דאס האב איך ספעציעל געהערט פונעם חכימי דיהודאי הרה"ח ר' שלמה פאפענהיים שליט"א, מחברי וועדת הפועל שע"י העדה החרדית, וועלכער בלוטיגט און עס גיסט אים דאס בלוט אויף די חורבנות פון די טונקעלע פירערשאפט אין די עדה החרדית]
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר