גבולות הר הבית

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

גבולות הר הבית

שליחה דורך חד גדיא »

אפגעטיילט פון דא.

וויליאמסבורגער האט געשריבן:אזוי שפאצירנדיג אין די אראבישע געסלאך האב איך מיך פלוצלונג געזעהן פאר א גרויסן טויער, ווי איך האב קלאר געזעהן די גאנצע אראבישע מעטשעט אויפ'ן הר הבית מיט די פולסטע פראכט. איך בין געשטאנען נישט מער ווי 250 פיס אוועק פון די מעטשעט. ביים טויער זענען געשטאנען איזרעילי פאליציי וואס האבן געהיטן אז קיין שום איד זאל נישט דורכגיין דעם טויער אנצוקומען צו דעם מעטשעט.


וויליאמסבורגער, דו ברענגסט מיר אויף קנאה שפייעכץ מיט דיין געשמאקע שילדערונג. אבער במחילת כבודך, איך האב מורא אז דו האט נישט נאר עובר געווען אויף התפעלות פון מדינת הציונים, נאר אויך אויף די איסור פון ארויפגיין אויפן הר הבית. אויב דו ביסט געווען נאר 250 פיס אוועק פון כיפת הסלע מיין איך אז דו ביסט עפ"י הלכה געווען אויפ'ן בארג ר"ל.
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

וואס איז מיט אוניברסטיה העברית, מקור החכמה והמדע, כי הוא חכמתם לעיני כל העמים. ביסטו געווען דארט?
Under influence
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

געטראכט די זעלבע, איך מיין איך ווייס פון ווי ער רעדט און גאנץ מעגליך ער האט עובר געווען אויף א הארבע איסור רח"ל.

את הנעשה אין להשיב אבער זאל דער נעקסטער וויזיטאר וויסן אז מען טאר זיך נישט דארט ארומדרייען אן הדרכה צמודה, עס איז דא עטליכע געסלעך וואס קוקן אויס אומשעדליך אבער מיט א פאר טריט אריין איז מען שוין הלכה'דיג אויפן שטח הר הבית.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

איך אויך האט געשריבן:געטראכט די זעלבע, איך מיין איך ווייס פון ווי ער רעדט און גאנץ מעגליך ער האט עובר געווען אויף א הארבע איסור רח"ל.

ווי מיינסטו רעדט ער? די פלאץ האט א נאמען?
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

קודם כל איז ער שוין געווען אין מקוה זינט זיין צוריק-קער, סאו אלץ איז מכופר. אינעם ערגסטען פאל.
לגוף הענין, ס'איז נישט מסתבר אז ער איז ארויף אויפן הר הבית, ווייל אויב יא וואלט ער געזעהן א גרויסע "אזהרה" טאוועל.
Under influence
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

זעה דא די פארשידענע שערים וואס דער הר הבית האט, לכאורה פון זיין באשרייבונג קוקט אויס ער איז געווען היבש נאנט און גאנץ מעגליך אויפן שטח הר הבית. ר' קאווע עס איז גארנישט אזא דשאוק, די אזהרה (מיסודו פונעם אלטן סקעווער רבי אוף אול פיפל) איז דאכט זיך נאר דא ביי די רמפה רעכטס פונעם כותל און זיכער נישט ביי די אראבישע געסאלעך. לכאורה רעדט ער פון שער הרחמים אדער שער האריות.

'הר הבית' הוא המתחם אותו הרחיב המלך הורדוס על מנת להגדיל את שטחו של הר המוריה. פסגת ההר מכונה 'אבן השתייה' - ''שממנה הושתת העולם''. המדרשים מייחסים למקום זה אירועים מכוננים נוספים בתולדות עם ישראל, ביניהם עקדת יצחק.
מסיפורי התנ''ך עולה כי דוד המלך רכש את המקום מיד ארונה היבוסי מיד לאחר כיבושו את העיר ''יבוס'', היא ירושלים בשנת 1000 לפנה''ס (לערך). לאחר איחוד העם וקידוש העיר על ידי העלאת ארון הברית, הקים שלמה המלך על הר זה את בית המקדש הראשון.
בית המקדש הראשון עמד על תילו רק כ- 400 שנה, ונחרב על ידי נבוכדנצר מלך בבל וצבאו, אשר הגלה את היהודים למשך 70 שנה. לאחר חזרת היהודים לארצם החלו בבניית בית מקדש שני באותו המקום, כאשר עם השנים שופץ הבית ואף הורחב.

ההרחבה הראשונה של מתחם הר הבית היתה, ככל הנראה, לאחר שחרור הר הבית מיד היוונים (בשנת 164 לפנה''ס) אז הרחיבו החשמונאים את הרחבה לגודל של ת''ק על ת''ק אמה (250 מטר על 250 מטר לערך).
ההרחבה הנראית לעינינו היום היא ממפעליו העצומים של ה'בנאי הגדול', המלך הורדוס. על מנת להרחיב את רחבת הר הבית, הורדוס הרחיב ובנה ארבעה קירות תמך עצומים (המכונים כתלים), מילא את החלל שביניהם בקשתות ובעפר ועליהם ריצף את הרחבה.
בסך הכל, שטח רחבת הר הבית הינו כ- 140 דונם כאשר הגדול מבין קירות התמיכה הוא הכותל המערבי שאורכו המלא הוא 488 מ'. בזמנו של הורדוס המתחם כלל שלושה מבנים עצומים כאשר החשוב שבהם הוא המקדש עצמו בגובה של כ- 50 מ'. המבנים הנוספים הם הסטיו המלכותי - מבנה בן שתי קומות על גבי 162 עמודי ענק - ומצודת האנטוניה.
שלושת המבנים, יחד עם החלקים העליונים של הכתלים התומכים, נהרסו בט' באב בקיץ של שנת 70 לסה''נ על ידי הרומאים בפיקודו של טיטוס וכך נשאר הבית שומם, עד לכיבוש המוסלמי בשנת 638 על ידי הח'ליף עֹמר אבן אלחט'אב, אשר החל בניקוי ושיפוץ הרחבה ובניית מבנים כאשר הגדולים מביניהם היו כיפת הסלע ומסגד אלאקצא (בתחילת המאה ה-9 לסה''נ).

היום, המתחם כולל למעלה מ-100 מבנים מתקופות שונות, חלקם מבני תפילה, חלקם מבני לימוד, חלקם מיועדים לטקסים דתיים וחלקם רק לקישוט. המתחם מכונה בערבית אלחַרַם א-שַרִיף (''האתר הקדוש והאציל'').

הכניסה למתחם מתאפשרת דרך השערים הרבים המפוזרים לאורך החומות:
בכותל הצפוני: שער השבטים, שער המחילה והשער האפל, בכותל מערבי: שער אלעַ'וַאנְמֶה, שער המשגיח, שער הברזל, שער מוכרי הכותנה, שער מרחץ ההטהרות, שער השלשלת ושער המערביים (רק האחרון פתוח למבקרים שאינם מוסלמים). שרידי שערים נוספים שאינם פתוחים: שער הרחמים בכותל המזרחי, השער היחיד, הכפול והמשולש בכותל הדרומי, וחלקו של שער ברקלי החשוף בכותל המערבי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

א שווייס גייט מיר דורך אלע גלידער הערענדיג אז איך האב מעגליך עובר געוועהן (בשוגג) אויף אזא שרעקליכן איסור. וויל איך כאטש וויסן ווי איך האלט אויף די וועלט, און צו איך האב טאקע עובר געוועהן.
דא איז א בילד פון די פלאץ פון ווי איך רעד. איך רעד פון די טויער וואס מ'זעהט ווי מ'גייט טרעפ ארויף. ווען מ'שטייט דארטן ביים טויער איז מען זייער נאנט צו די מעטשעט. די מענטשן וואס שטייען דארט אויף די טרעפ זענען איזרעילי פאליציי וואס לאזן נישט קיין אידן ארויפגיין.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

איך האב שטארק מורא מען רעדט דא פון א איסור כרת רח"ל. ביסט געווען אויף די טרעפ?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

ניין, די פאליציי האבן נישט ארויפגעלאזט די טרעפ.,

האסט א מושג ווי דאס איז??
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

א נאנטע בילד פון דעם טויער
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

לכאורה רעדט זיך פון שער הפרחים און דאן זענט איר לכאורה אין די קליר אבער אויב מען רעדט פון שער האריות קען זיין טראבל. ובכלל איז דא שיטות על גבי שיטות ווי די פונקטליכע גבולות פון די הר הבית זענען. עצתי איר זאלט ארויפשטעלן די בילדער אויף אוצר החכמה אדער בחדרי און אנפרעגן אויב איינער ווייסט וואו עס איז פונטקליך.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

די רבנות הרשע'ות, זיי שטעלן צו א שומר קבוע צו מונע זיין אידן עובר צו זיין איסור כרת. כידוע.
ראה השקדן (אלישיב) באריכות הסיפור.
Under influence
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

קודם כל ווארפט זיך נישט מיט קיין כריתות אזוי, ס'דא שיטות על גבי שיטות, און די דאורייתא'דיגע גבולים זענען ווארשיינליך שוין אינעם רחבה.
לויטן בילד זעט אויס אז דאס איז שער מוכרי הכותנה, דא האסטו א גוגל סטריט ויוא לינק, זאג מיר אויב ס'איז דארט.
די שער איז פון די שענסטע שערים פונעם הר הבית (פון אינווייניג) און איז אויך די נענסטע צום כיפת הסלע, א קנאפע דריי הונדערט פוס.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

עס איז גארנישט ידוע, איך האב זיך גענוג געדרייט און אלטשטאט און עס איז אין ערגעץ נישטא קיין שומר נאר פאליציי וואס לאזן נישט ארויף קיין אידן צו פארמיידען מהומות.

דער שומר וואס פלעגט פאר יארן זיצן (אולי עד היום?) ביי די רעמפ לעבן כותל האט סקעווערער רבי זצ"ל מייסד געווען תיכף נאך די מלחמת ששת הימים און פלעגט שיקן דאס געלט דערפאר, כ'מיין זיי האבן עס אנגעהאלטן לאחר פטירתו.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

געפילטע פיש האט געשריבן:קודם כל ווארפט זיך נישט מיט קיין כריתות אזוי, ס'דא שיטות על גבי שיטות, און די דאורייתא'דיגע גבולים זענען ווארשיינליך שוין אינעם רחבה.
לויטן בילד זעט אויס אז דאס איז שער מוכרי הכותנה, דא האסטו א גוגל סטריט ויוא לינק, זאג מיר אויב ס'איז דארט.
די שער איז פון די שענסטע שערים פונעם הר הבית (פון אינווייניג) און איז אויך די נענסטע צום כיפת הסלע, א קנאפע דריי הונדערט פוס.

יאפ! דאס איז עס.
נו, איז דאס שוין אויף די הר הבית?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

דער שומר וואס פלעגט פאר יארן זיצן (אולי עד היום?) ביי די רעמפ לעבן כותל האט סקעווערער רבי זצ"ל מייסד געווען תיכף נאך די מלחמת ששת הימים און פלעגט שיקן דאס געלט דערפאר, כ'מיין זיי האבן עס אנגעהאלטן לאחר פטירתו.

אפשר האט ער געמיינט אזוי.
ווען כ'וועל זיין אין מיין ספריה וועל איך נאכקוקען.
Under influence
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

די שוק אליינס נישט אבער ביי די טרעפ (עס איז די נענסטע שער צום כיפת הסלע מקום האבן שתיה לפי הדעה המקובלת) כמעט הונדערט פראצענט זיכער אז יא.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך אויך האט געשריבן:די שוק אליינס נישט אבער ביי די טרעפ (עס איז די נענסטע שער צום כיפת הסלע מקום האבן שתיה לפי הדעה המקובלת) כמעט הונדערט פראצענט זיכער אז יא.

מקור? ס'דא אסאך דעות אז אויף מערב זייט איז די ארגינעלע כותל געווען היפש אריינגערוקט פון ווי די חומת הר הבית איז היינט, יעדער וואס גייט צום כותל הקטן וואס איז א גאס אוועק פון דארט גייט דארט דורך.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

א גאס אוועק און צומאל א טריט אוועק קען זיין א געוואלד דארט אין די שמאלע געסאלעך. איך געדענק שבועות ביינאכט ווען די גאנצע געגענט ווירבלט מיט צענדליגע טויזענטער אידן זעמיר געגאנגען אין א געסל וואס די גאס אליין איז בסדר אבער עס איז געווען ביים עק גאס אייניגע טרעפלעך און דארט האט מען שוין נישט געמעגט גיין.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:קודם כל ווארפט זיך נישט מיט קיין כריתות אזוי, ס'דא שיטות על גבי שיטות, און די דאורייתא'דיגע גבולים זענען ווארשיינליך שוין אינעם רחבה.
לויטן בילד זעט אויס אז דאס איז שער מוכרי הכותנה, דא האסטו א גוגל סטריט ויוא לינק, זאג מיר אויב ס'איז דארט.
די שער איז פון די שענסטע שערים פונעם הר הבית (פון אינווייניג) און איז אויך די נענסטע צום כיפת הסלע, א קנאפע דריי הונדערט פוס.

יאפ! דאס איז עס.
נו, איז דאס שוין אויף די הר הבית?


ניין כמעט זיכער אז נישט.

ובפרט ווי זיי זאגען אז עס דא איז דא עטליכע הונדערט פיס פון דעם שער ביזן כיפת הסלע. וטעם הדבר: ווייל און די משנה מדות ב-ב ווערט מבואר אז אויף מערב זייט פון הר הבית איז געווען די ווייניגסטע ליידיג, און וויפיל ליידיג איז געווען? שרייבט דער שלטי גיבורים 87 אמה צווישען כותל קדשי קדשים ביז כותל הר הבית, און תוי"ט שטייט נישט אזא פונקטליכען חשבון, און ער זאגט 100 אמה, ונמצא אפילו לויטען תוי"ט ענדיגט זיך די הר הבית לכל היותר 164 פיס (להגרא"ח נאה) אדער 196 פיס (להחזו"א) פון כותל קדשי קדשים, און לפי המקובל איז די כיפת הסלע אויפן מקום קדשי קדשים, ממילא אז עס איז דא מער פון 196 פיס פון דארטען ביז די שער מוכרי הכותנה איז עס נישט און מתחם הר הבית.

ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.

בד"וו עליך העיד ר' יחזקאל ט"ב אז מקען ח"ו ווערען איבערגענומען פין "דעי ספלענדאר אוף איזרעיל" זעה דא: theantitzemach.blogspot.com/2013/01/judge-rules-7-year-old-may-not-travel.html
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

זייט ווען איז דא א חיוב כרת אויף אריינגיין אין הר הבית? נאר אויפן מקום המקדש איז דא כרת.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

'ונבנתה', ביזט גערעכט אויף הר הבית איז טאקע נישט קיין איסור כרת, אבער עס איז דאך א איסור ל"ת מה"ת פאר א זב ובעל קרי און נישט פאר א טמא מת אדער א טמא שרץ.
אבער טבילה כדינה איז מתיר דעם איסור פון זב וקרי, אבער ער פארבלייבט א 'טמא מת', און א טמא מת איז אסור דארט (פון מקום "החיל" און אריינציר) מדרבנן, און פארדעם העלפט נישט קיין טבילה, וויבאלד מיר האבען נישט קיין אפר הפרה.

אבער במקום המקדש ממש - וואס איז פון עזרת ישראל ביז נאך קדשי קדשים איז אסור סיי פאר א זב וחבריו און סיי פאר א טמא מת באיסור כרת.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך זע נישט וואס איז די שאלה בכלל. דער פלאץ וואו ער האט זיך געפינען איז דאך נאך פאר דעם גבול פונ'ם כותל המערבי, און ביז מען גייט אריין אינ'ם תחום פונ'ם כותל איז דאך אודאי נישט דער הר הבית. אפילו אויב מען גייט יא אדורך דעם תחום, איז נאכאלס לויט רוב שיטות געפינט זיך דער תחום פונ'ם אריגינעלער הר הבית אסאך ווייטער, ווייל די חשמונאים און הורדוס האבן צוגעבויט צום הר הבית און עס איז נישט נתקדש געווארן.
תנוח דעתך, וויליאמסבורגער. מיר זענען בטוח אז קדושת ארץ ישראל וואלט אפגעהאלטן פון אזא הארבע איסור. און אפילו אויב נישט, איז דאך עוסק במצות ישוב ארץ ישראל פטור מן המצוה.
בילד
דאס איז דער הר הבית לויט די חומרא'דיגע חזון איש שיעור. די דרויסנדיגסטע קעסטל איז וואס איז דער היינטיגער הר הבית, פון הורדוס. אביסל אריינציר איז דער אריגינעלער הר הבית וואס איז אסור ארויפצוגיין, און נאך מער אריין איז דער מקום המקדש וואס איז א חיוב כרת.

בילד
דאס איז דער הר הבית לויט די אנגענומענע שיעור במשך אלע דורות כדעת רא"ח נאה. דער דרויסנדיגער איז דער היינטיגער הבית, פונקט ווי פריער, דער אינעווייניגסטער, וואס איז א שיינע פאר פיס אפגערוקט פונ'ם כותל, איז דער אריגינעלער הר הבית, און ממש אינעווייניג איז דער מקום המקדש.
מקור.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט