אזוי ווי ידידנו היקר הרב לעמאן דזשוס האט אין א צוויייטע אשכול ערווענט אז עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו מאכן א פאעזיע קאנטעסט, עפן איך די אשכול מיוחד פאר חברים וואס זענען אינטערעסירט דערין זאלן זיך קענען אנשליסען אינעם פארמעסט, ווי אויך פארשלאגן זייער עצות און הצעת ווי אזוי דער קאנטעסט זאל ארבעטן.
מיין הצעה איז אז מען זאל זיך פאראייניגן אויף איין ספעציפישע נושא, און יעדער וואס איז אינטערעסירט זאל שרייבן א שטיקל פאעזיע דערויף, און עס אריינשיקן צו איינער פון די געטרייע גבאים וואס וועט עס פאוסטן אין א באזונדער אשכול - אן די נאמען פארשטייט זיך - און אין יענעם אשכול וועט געגעבן ווערן די געלעגענהייט פאר אלע חברים צו שטימען וועלכע פאעזיע עס איז די געלונגעסטע.
אלס א נושא וואלט איך מציע געווען צוויי פסוקים פון שיר השירים; (אוי וויי עס איז מיר גוט, דער בן תמליון קוקט מיר אן שטרענג )
שימני כחותם על לבך כחותם על זרועך, כי עזה כמות אהבה, קשה כשאול קנאה, רשפיה רשפי אש שלהבתי-ה, מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה, ונהרות לא ישטפוה, אם יתן איש את כל הון ביתו באהבה בוז יבוזו לו.
וואס זאגט דער עולם צו דעם? אדרבה לאמיר הערן אייער הצעה!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
צוויי אידן, דריי דעות... איך בין מצדד אין משה געציל'ס אריגינעלע פארשלאג, אין ווי ידען שרייבט, אהבה איז א ברייט פעלד. אן די אדער הענד, אדר איז דאך תלויה בזמן, עבר זמנה בטל פאעזינה. מ'דארף אפשר מאכן צוויי באזונדערע פארמעסטן.
מען דערעפענט נאכדעם אן עקסטער אשכול ווי דערוילעם קען ארויסשרייבן טעמם ונימוקם פארוואס זיי האבן אזוי צו אזוי געשטימט
עס איז דא עלעקשאן טעג, לאמיר זאגן דריי טעג וואס לכאורה האבן אלע אקטיווע און נישט אקטיווע ניקים באזוכט און געהאט די מעגליכקייט צו שטימען
דערנאך, מאכט מען צו די שטום בודקעס.....און דער אנקעטע נעמער שטעלט ארויס די נעמען פון די שרייבער, למשל נומער איינס, יענקל, נומער צוויי יאיר, נומער דריי געצל, אאו״ו
און אזוי ארום שטעלט זיך ארויס די ענדגילטיגע געווינער...
איך שלאג פאר אז די געווינער זאל באלוינט ווערן און באקרוינט ווערן אלס אחראי אינעם קונסט פארום, אדער גאר א מנהל!!! סתם צו מאכן די וואלן אינטערעסאנט!
איך בין מוחה אויף דעם גאנצן ענין. קודם כל, דער גאנצער ענין פון גראמען, ווער רעדט נאך פון פאעמס, אדער חלילה, זאל נישט אויסגערעדט זיין, פאעזיעס, איז א נייע זאך, גלייך ווי די היינטיגע, וויזוי הייסט עס נאר? יא, די פיצע, מען האט דאס ביין אונזערע עלטערן אין אויבאשוואראש קיינמאל נישט געזען. נאכדעם, דער ענין פון אהבה, איך שעם איך אפילו צו רעדן דערפוןפאר היימישע יונגעלייט, ס'קומט מיר טאקע אויס צו רעדן ביי אזעלכע שוואכערע עולם, נא, פארשטיי איך נאך, אבער דא ביין אינז, אין די ירושליים ד'אמעריקא, זאל איך דארפן דאס אפילו מסיבר זיין, אבער ההכרח לא יגונה, איך מוז זאגן אז דער גאנצער ענין פון אהבה איז לא יזכר ולא יפקד, מ'האט עס אפילו נישט געדארפט מסביר זיין, דאס טאר זיך נישט געפינען, נישט צווישן עלטערן און קינדער, נישט צווישן מלמד און תלמיד, נישט צווישן מגיד שיערו און דעם בחור, נישט צווישן באשעפער און זיין אויסדערוועלט פאלק, און אודאי נישט, נאכאמאל, איך שעם מיך צו זאגן, צווישן מאן און ווייב. ווען מיר זענען אויפגעוואקסן האט מען דאס געוואוסט פאר א דבר פשוט, אז אהבה באלאנגט נישט אויף די ליפן פון אן אידיש קינד, ס'קען חלילה צוברענגען דאס ארגסטע! ס'קומען צו מיר אן קעיסעס יעדן טאג, איך זיץ אין בית דין ביי די גיטין וקידושין, ביי די סעפערעישאנס, און ביי דאס יונגע קאפל אין שלאף צימער, און איך זע מיט די אייגענע אויגן וואס קומט פאר, דארט וואו מ'האט אנגעהויבן רעדן פון אהבה, רחמנא ליצלן, ווי אזוי ס'האט זיך געענדיגט. איך קען זאגן מיט זיכערקייט, אז זיבן און ניינציג מיט א פערטל פראצענט פון די גיטין קומט נאר פאר צוליב די פארדארבענע אמעריקאנער אהבה וואס האט זיך לא עלינו אריינגעכאפט! געדענקט, איך האב אייך געווארנט!
@לעמאן דזשוס, יישר כח פארן אויסכאפן מיינע ווערטער אזוי קלאר און צום זאך, איך עגרי צו אלע דיינע ווערטער חוץ צום לעצטען שורה, איך האלט נישט אז דער באלוין קומט דא אריין, בפרט אין קאווע שטיבל ווי צו זיין א אחראי איז נישט דער טרוים פון די שרייבער. חוץ מזה איז דער עצם געווינס דער גרעסטער באלוין. אז מען רעדט שוין מיז איך דיר זאגן אז דיין @ איידיע איז א גלענצענדע איינפאל. מען קען באמערקן אז די רעאגירסט צו איינעם אן דארפן צוטירן יענעם.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
דער באלוין, האב איך חרטה געהאט א רגע נאכן שרייבן כמו נימוקך..גערעכט. פונדעסטוועגן פטור בלא כלום, אפשר זאל די לוין זיין אז אלע חברי ק״ש מוזן אפגעבן יענעם שרייבער א הילכיגן לייק!
האמת אגיד די @@ איז נישט מיין בייפאל, עס איז דזשעק דארסי פון טוויטער׳ס אויפטוה...
משה געציל האט געשריבן:@יאיר אין אנדערע ווערטער שלאגסטו פאר מען זאל מאכן א פארביסענע פארמעסט, ווער עס קען ארויס ווייזן מער שנאה איז דער געווינער... איך האב א טראק מיט אייער אנטקעגען איבער, רעדי?!
איך שלאג פאר מען זאל מאכן אן עפנטליכע דעבאטע צווישן יאנקל און בדחן, זיי זאלן זיך פארמעסטן בפני כל העם ועדה. אדער צווישן וואסער טרעגער און איחוד פעלד. אוי וועט זיין צו הערן.
@לעמאן ושמעקי, וועגען דעם האלט איך אז מען זאל נעמען איין ספעציפישן נושא -בעסער וואלט געווען ווען מען טוט עס געבויט אויף א פסוק וכדומה- וואס אין אזא פאל איז זייער שווער צו גנבנ׳ן סחורה.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
בן תמליון האט געשריבן:ג"א מצטרף א פאעזיע אויף אהבה וועט ארבעטן מען האט דאך אונז נישט פארגינען קיין אהבה למעשה אויף די וועלט לאמיר חאטש פאעזירן און פאנטאזירן.
ב״ה איך האב די הסכמה פונעם קאווע שטיבל פאנסיענער פאזעיע שרייבער. וואס האלט דער עולם מען זאל עס שרייבן געבויט אויף א פסוק צוויי אין שיר השירים, אדער בכללות אויף אהבה?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)