וואס קען מען טוהן אין ארץ ישראל?

הילף, עצות און טיפס
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

בית התפוצות האב איך טאקע פארגעסן צו רעקאמאנדירן. אין די אנדערע בין איך נאכנישט געווען, אי"ה עוד חזון למועדים. נאך איינס וואס כ'האב מיך דערמאנט, נישט עפעס מורא'דיג אבער גאנץ זיס (גוט אפשר פאר א קורצע פרייטאג וואס מ'וויל אנפילן) איז מוזיאון גוש קטיף.

אויך האב איך פארגעסן צו רעקאמאנדירן פלעצער ווי שוק מחנה יהודה אין ירושלים, שוק העיר העתיקה וכו', אבער די אמת איז אז די זאכן איז נישט אזוי אינטערעסאנט נאר אז מ'לעבט דאס דורך, נישט אז מ'קומט ווי א טוריסט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
מיין מיינונג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 5:12 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך מיין מיינונג »

אויב זענט איר א וויין ליב-האבער איז דא א שיינע פאר וויין פירמעס, בעיקר ביי די גולן בערג, וואס זענען אפן צום פובליק און מ'קען באקומען א טור אינעם פאבריק, און דערנאך פארזוכן א פיינעם וויין...

אלט שטאט צפת האט מען שוין דא ערווענט. בלויז א שפאציר אינעם רובע היהודי צו אדורכגיין די אלע היסטארישע בתי מדרשים און בנינים איז א תענוג פאר זיך.
'ישראל שחטא ישראל הוא', אבל יש כאלה ששוכחים שגם 'ישראל שלא חטא ישראל הוא'...
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

א ריזיגען דאנק פאר אלע וואס האבן זיך אנגערופן אזוי ווארים!!
דעתי הענייה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:11 pm
געפינט זיך: אין הארץ פון דעת
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך דעתי הענייה »

משה געציל האט געשריבן:אויב דו ביסט נישט קיין סאטמערער זאלסטו זען צו גיין צום כותל.
אויב דו ביסט א סאטמערער זאלסטו נישט גיין צום כותל.
אויב דו ביסט א אויפגעקלערטע סאטמערער זאלסטו גיין צום כותל און זאגן אז דו האסט גארנישט געשפירט עפעס העכערס דארט.

איך מיין האסט פארגעסן איין פרט:
גיין צום פארטש און זאגן אז דארטען פילט מען מער ווי ביים כותל....
ואליבא דאמת, די אלע הרגשים האבען מיט וואס מען וויל פילען, וד"ל.
אין עני אלא מדעת, אבער דאס
צו וויסן דארף מען אסאך דעת!!!
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

signout האט געשריבן:
לאליפאפ האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי פארט איר צום סאטמארער חתונה, ממילא א סאטמארער יונגערמאן וואס פארט אויף אלע גוטע מקומות איז בעיסיקלי קאווערד ווייל אין די אלע מוזעומס און בכלל אין תל אביב וועט איר זיך שפירן ווי א גוי אין ברטנורא, לענ״ד השפל.

איך גלייב ער איז נישט קיין סאטמערער, ווען יא וואלט ער נישט געזיכט ארומצופארען אין געפאלט די רבי

עפעס נאר סאטמארע אידן פארן צו די חתונה אפשר איז ער א זידיטשובער? דער מחותן איז דאך לאבין מזידיטשוב.

איי וועסטו וועלן זאגן אז אויך לאבין-זידיטשוב איז נכלל בעדת חסידי סאטמאר, והא ראי' ער איז געליסטעט אינעם אנשי שלומינו ליסטע, נו עמיר מוזן צוקומען צו דעם אז ער איז א מאקאווער (מהרח"צ ט"ב איז א מאקעווער איידעם).
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

וויליאמסבורגער לאז אונז וויסען וואס דו האסט געקאווערט און ווי די האסט הנאה געהאט

געוואלד געשריגן האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין קאפ א שטאט מיט דער נאמען אילת, ערגעץ איז עס נעבען עציון גבר.

אילת איז נישט א טייל פון ארץ ישראל

נאר ווי דען איז עס??? זיכער איז און ארץ ישראל טאקע ביים גרעניץ אבער עס און הייליג לאנד, עס איז א הערליכע פלאץ
באניצער אוואטאר
געוואלד געשריגן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך געוואלד געשריגן »

לעמיל האט געשריבן:וויליאמסבורגער לאז אונז וויסען וואס דו האסט געקאווערט און ווי די האסט הנאה געהאט

א הערליכע פלאץ. אבער רוב רבנים האלטן אז אילת איז נישט ארץ ישראל בהלכה. עס איז חוץ לארץ לגבי חיוב תרומות ומעשרות

Rav Shmuel HaLevi Vosner in the Shevet HaLevi (5:173) says that almost certainly without a doubt, Eilat is not part of Eretz Yisroel.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

געוואלד געשריגן האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:וויליאמסבורגער לאז אונז וויסען וואס דו האסט געקאווערט און ווי די האסט הנאה געהאט

געוואלד געשריגן האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין קאפ א שטאט מיט דער נאמען אילת, ערגעץ איז עס נעבען עציון גבר.

אילת איז נישט א טייל פון ארץ ישראל

נאר ווי דען איז עס??? זיכער איז און ארץ ישראל טאקע ביים גרעניץ אבער עס און הייליג לאנד, עס איז א הערליכע פלאץ

א הערליכע פלאץ. אבער רוב רבנים האלטן אז אילת איז נישט ארץ ישראל בהלכה. עס איז חוץ לארץ לגבי חיוב תרומות ומעשרות

Rav Shmuel HaLevi Vosner in the Shevet HaLevi (5:173) says that almost certainly without a doubt, Eilat is not part of Eretz Yisroel.

הלכהדיג ווייס איך נישט אבער יעצט במציאות איז עס און א"י היינט צו טאגס
באניצער אוואטאר
געוואלד געשריגן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך געוואלד געשריגן »

ס'איז אין מדינת ישראל. אבער נישט הייליג לאנד

היינט צו טאגס ביסט גערעכט

און יא, הערליך

:)
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

מר' געוואלד געשריגן וואס איז פשט פון דיין בילד? ווי קומט געוואלד געשריג צו עפעלעך???
באניצער אוואטאר
געוואלד געשריגן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך געוואלד געשריגן »

Good point. I never really thought about it
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

מה תפוח זה פריו קודם לעליו וכו' אף ישראל הקדימו נעשה לנשמע. שבת פ"ח ע"א
באניצער אוואטאר
געוואלד געשריגן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:03 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך געוואלד געשריגן »

מה תפוח זה אתרוג
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:א ריזיגען דאנק פאר אלע וואס האבן זיך אנגערופן אזוי ווארים!!

ביזט שוין צוריק געקומען?
לאמיר הערן ווי דו ביזט אלץ געווען.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

אקעעעעעי......
ב"ה מ'זעמער צוריק. איך כ'זעה כ'האב אסאך פארפאסט דא אין שטיבעל. אבער לאמיך דא באריכטען פאר כבוד ידידיי היקרים מפק"ק ק"ש יצ"ו וואס האבן מיר געהאלפען מיט גוטע איידיעס, ווי אזוי די נסיעה איז זיך פארלאפן.

קודם כל, "ארץ ישראל"!!! אהההה, דאס איז דאך א הערליכע לאנד. איך ווייס נישט פארוואס אבער איך האב נישט גע'חלום'ט אז מ'רעדט פון אזא פארגעשריטענע לאנד ממש פונקט ווי אמעריקע. איך האב געמיינט אז ס'איז מער ענדליך צו די אנדערע מיטל מזרח לענדער. און איך בין געוועהן שאקד צו זעהן די פארגעשריטענקייט פון אלעם וכו'.

לאמיך דורכגיין וואס יעדער האט געשריבן אין די אשכול, און איך וועל רעאגירן.

משה געציל האט געשריבן וועגן די כותל - אקעי, איך בין טאקע נישט געגאנגען צום כותל. נאך אלעם האט דער רבי געזאגט אז מ'טאר נישט ביז משיח וועט קומען. אבער איך בין געוועהן אויף א פארטש ווי מ'קען זעהן דעם כותל און ס'האט מיר ממש געכאפט א צוטער זעענדיג שריד בית מקדשינו. די מקום ווי השכינה לא זזה ממקומה מעולם.

איך האב אויך יעצט צום ערשטן מאל פארשטאנען פארוואס דער רבי ז"ל האט פארבאטן צו גיין צום כותל, איך האב געזעהן דארטן פלאטערן מיט שטאלץ די פענער פון די מלכות המינות, אפשר צעהן אזעלכע פענער אין פראנט פון דעם כותל. ליבי ליבי על חלליהם, וויפיל אידישע קינדער האבן נעבעך פארלוירן זייערע לעבענ'ס פאר די מלחמות פון די ציונים, און וויפיל טייכן בלוט זענען פארגאסן געווארן כדי צו האבן די כותל. אבער פון די אנדערע זייט זעהט מען דאך ווי הערליך די מקום איז. די ריזיגע ליידיגע שטח אין פראנט פון די כותל. ס'איז שווער, זייער שווער, נישט איבערגענומען צו ווערן צו דאנקען די ציונים.

איך קען מיך פארשטעלן אז אויב וואלט איך געוועהן ממש ביים כותל וואלט איך דאך פיל מער נתרגש געווארן , וואלט איך מער איבערגעווארן פון די "נצחונות" פון די ציונים.

משה געציל האט אויך געשריבן וועגן די ים המלח. אוי איז עס פיין געוועהן. ס'איז געווען 70 די-גריס יענע טאג, די וואסער איז געוועהן אביסלע קאלט, אבער זייער געשמאק. די נפלאות הבורא פון ליגן אויסגעשטרעקט אויפ'ן וואסער און ליינען א צייטונג (יא, איך האב געליינט א צייטונג פאר די שטיק דערפון......), איז פלאי פלאים!! מה רבו מעשיך ה'.

אבער לאמיך מיך נישט מאכן ווי א גאנצע צולייגער, מיין ציל איז נישט געוועהן צו זעהן נפלאות הבורא... נאר זיך צו ענדזשויען. סאו, חברה, ס'געוועהן א מחיה!!

חרמון בין איך נישט אנגעקומען, אבער ראש הנקרה איז הערליך! די טשעירליפט ("רכבל" רופן זיי עס) איז געוועהן זייער געשמאק. טענק יא גלות יוד. איחוד פעלד האט געשריבן וועגן אילת, כ'האב געוואלט אהינגיין אבער ס'איז צו ארויס פון געגענט און ס'וואלט פארנומען צופיל צייט. אויך וואלט איך נישט געקענט זיין צוריק אין צייט פאר די חתונה. (אפילו אזוי בין איך אנגעקומען קוים אין צרות אינמיטן די סעודה..... ששש...)

געפילטע האט רעקאמענדירט תל אביב, און כ'בין דארטען ארומגעגאנגען צו פארשידענע מקומות. אויך אביסל געטרינקען יי"ש אין א טרינק-מקום, און ס'איז געוועהן ליהודים....

אין ירושלים בין איך געוועהן אין מוזיאון ישראל. ס'איז פלאי פלאים, די אלע זאכן וואס מ'קען דארטען זעהן פון אידישע היסטאריע. די טריפ האט זיך געלוינט נאר פאר דעם.

לאמיך נישט פארגעסן פון מצדה, די הויכע בארג לעבן ים המלח וואס איז געוועהן די לעצטע מלחמה פלאץ פון די אידן קעגן די רוימיים. ס'איז באמת נישט דא קיין ווערטער אראפצומאלן די געפיל פון טאפן אין די לופט די היסטאריע. וואס מ'ליינט אין ביכער קען מען זעהן, יא זעהן מיט די אייגענע אויגן. די בנינים וואס די אידן האבן געבויט, די רעמפ וואס די רוימיים האבן געבויט איינצונעמען מצדה, די קעמפ'ס פון די רוימיים ארום די בארג. אלעס איז קאי וקיים. אפילו די בילדינג ווי מ'האט געמאכט די גורל וועם מ'זאל ערשט הרג'ענען שטייט אויך. (איך הער אז די ציוניסטישע ארמיי שווערט איין זייערע סאלדאטן אין מצדה, זיי אויסצולערנען אידישע מסירת נפש)

משכיל האט געוואלט אז איך זאל גיין באזיכן כוללים און די גדולים ווי ר"ח קניבסקי און הרב שטיינמאן. איך בין נישט אנגעקומען צו דעם. טישו באקס האט געשריבן אז איך זאל שפאצירן אין אלט שטאט ירושלים. אוי האב איך שפאצירט!! שפאצירט און שפאצירט, און איך שפאציר נאך יעצט..... איך בין געוועהן אין אלע פיר קווארטלען פון ירושלים, געשמועסט מיט אידן, אראבער'ס, קריסטן, ארמעיניער. יעדע פאר זיך איז געוועהן מורא'דיג אינטערסאנט. איך האב גערעדט מיט די מתנחלישע אידן וואס וואוינען צווישען די ארבער ביי שער יפו, זייער מהלך איז טאקע נישט אויסגעהאלטן עפ"י תורה, אבער ס'איז דאך אינטערסאנט זייער מסירת נפש און אמונה.

בדחן האט געשריבן וועגן צפת - יא, געוועהן אין אר"י הק'ס מקווה, אבער איך בין נישט אנגעקומען צו באזיכן די צפת'ע געסלעך.

המשך יבוא.....
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

ב"ה העפי פאר דיר אז דו האסט הנאה געהאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:"ארץ ישראל"!!! אהההה, דאס איז דאך א הערליכע לאנד. איך ווייס נישט פארוואס אבער איך האב נישט גע'חלום'ט אז מ'רעדט פון אזא פארגעשריטענע לאנד ממש פונקט ווי אמעריקע. איך האב געמיינט אז ס'איז מער ענדליך צו די אנדערע מיטל מזרח לענדער. און איך בין געוועהן שאקד צו זעהן די פארגעשריטענקייט פון אלעם וכו'.

אוי, ממש אויף די ווערטער האט דאך דער רבי פארגאסן אזויפיל זודיגע טרערן, ועל זה ידוו כל הדווים, דאס איז דאך ריכטיג נתפעל געווארן פון די טמא'נע מדינה! געוואלד, לאן הגענו.
עס איז דא חלקים וואס דארטן איז גאר בעסער ווי אמעריקע. די ראודס זענען פיל בעסער (עס שנייט נישט כמעט און עס ווערט נישט חרוב), די באסעס זענען מער פארגעשריטן, בכלל די גאנצע טראנספארטאציע, וכו'.

====

יישר כחכם פאר די הערליכע באריכט. ווייניג מענטשן נעמען עצות פון אנדערע און קומען דערנאך באריכטן זייער ערפאלג. א שיינע מדה פון הכרת הטוב!

דו רייצט מיר געפערליך אן מיט דיין טריפ, הלואי ווען איך קען אויך דארט זיין, ס'איז דאך אזא געשמאק פלאץ וואס מען טרעפט נישט ערגעץ אנדערש!! מי יתן לי אבר כיונה אעופה...........

איך בין שוין אויך געווען ביי רוב פלעצער וואס דו שרייבסט (נישט אין תל אביב), ים המלח, אויפן רכבל אין ראש הנקרה ביים ים, מצדה (האט אויך פול מיט דגלים פון די מדינה..), אר"י הק' מקוה א.א.וו.
מיינע געפילן זענען גאר הויך, איך דערמאן זיך די גוטע צייטן ווען איך בין געווען דארט, איי איי...
איך האף אז דו האסט טאקע הנאה געהאט, און צוריקגעקומען אויפגעפרישט.

(אגב, איך גלייך אויך צו פארן מיט א פליגער, און דאס איז א חלק פון מיין ענדזשוימענט, משא"כ אסאך חברים מיינע האבן דאס פיינט, דאס איז די ערגסטע חלק פאר זיי.)
וירח ה' את ריח הניחוח
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שלום עליכם. ווי שמעקעדיג זאגט, אז ליידער ביסטו פארדארבען געווארן. זעהט אויס אז (עכ"פ דאס מאל) האבן די צוויי קאפיטלען תהילים נישט געהאלפן.
אז דו רעדסט פון דיין ערשטע ריאקציע זעהנדיג דעם כותל. אוי... דו דערמאנסט מיך זכרונות פון מיינע ריינע יארן, ווען טרערן האבן זיך געגאסען מיט יעדע טריט, כ'האב ממש געפילט ווי די שכינה רעדט צו מיר - כ'גלייב נישט אז כ'וועל נאך אמאל מרגיש זיין אזא דביקות.
איך מוז זיך אבער מחולק זיין מיט דיינע קריטיק ווערטער אויף די דגלים (א זאך וואס אידען האבען געהאט אין די מדבר). - איך האב געטראכט פונקט פארקערט: וויפיל אידישע קינדער וואלטן נישט פאר'גאז'ט געווארן ווען אזא מדינה שטייט בעת ההיא?
Under influence
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

קאווע טרינקער האט געשריבן:שלום עליכם. ווי שמעקעדיג זאגט, אז ליידער ביסטו פארדארבען געווארן. זעהט אויס אז (עכ"פ דאס מאל) האבן די צוויי קאפיטלען תהילים נישט געהאלפן.
אז דו רעדסט פון דיין ערשטע ריאקציע זעהנדיג דעם כותל. אוי... דו דערמאנסט מיך זכרונות פון מיינע ריינע יארן, ווען טרערן האבן זיך געגאסען מיט יעדע טריט, כ'האב ממש געפילט ווי די שכינה רעדט צו מיר - כ'גלייב נישט אז כ'וועל נאך אמאל מרגיש זיין אזא דביקות.
איך מוז זיך אבער מחולק זיין מיט דיינע קריטיק ווערטער אויף די דגלים (א זאך וואס אידען האבען געהאט אין די מדבר). - איך האב געטראכט פונקט פארקערט: וויפיל אידישע קינדער וואלטן נישט פאר'גאז'ט געווארן ווען אזא מדינה שטייט בעת ההיא?

וואס? די טריפענעה מעדינה???? :( :( :( :( :(
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

פוווויייי ציוווווונננננייייי
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

שמעקעדיג האט געשריבן:
וויליאמסבורגער האט געשריבן:"ארץ ישראל"!!! אהההה, דאס איז דאך א הערליכע לאנד. איך ווייס נישט פארוואס אבער איך האב נישט גע'חלום'ט אז מ'רעדט פון אזא פארגעשריטענע לאנד ממש פונקט ווי אמעריקע. איך האב געמיינט אז ס'איז מער ענדליך צו די אנדערע מיטל מזרח לענדער. און איך בין געוועהן שאקד צו זעהן די פארגעשריטענקייט פון אלעם וכו'.

אוי, ממש אויף די ווערטער האט דאך דער רבי פארגאסן אזויפיל זודיגע טרערן, ועל זה ידוו כל הדווים, דאס איז דאך ריכטיג נתפעל געווארן פון די טמא'נע מדינה! געוואלד, לאן הגענו.
עס איז דא חלקים וואס דארטן איז גאר בעסער ווי אמעריקע. די ראודס זענען פיל בעסער (עס שנייט נישט כמעט און עס ווערט נישט חרוב), די באסעס זענען מער פארגעשריטן, בכלל די גאנצע טראנספארטאציע, וכו'.

====

יישר כחכם פאר די הערליכע באריכט. ווייניג מענטשן נעמען עצות פון אנדערע און קומען דערנאך באריכטן זייער ערפאלג. א שיינע מדה פון הכרת הטוב!

דו רייצט מיר געפערליך אן מיט דיין טריפ, הלואי ווען איך קען אויך דארט זיין, ס'איז דאך אזא געשמאק פלאץ וואס מען טרעפט נישט ערגעץ אנדערש!! מי יתן לי אבר כיונה אעופה...........

איך בין שוין אויך געווען ביי רוב פלעצער וואס דו שרייבסט (נישט אין תל אביב), ים המלח, אויפן רכבל אין ראש הנקרה ביים ים, מצדה (האט אויך פול מיט דגלים פון די מדינה..), אר"י הק' מקוה א.א.וו.
מיינע געפילן זענען גאר הויך, איך דערמאן זיך די גוטע צייטן ווען איך בין געווען דארט, איי איי...
איך האף אז דו האסט טאקע הנאה געהאט, און צוריקגעקומען אויפגעפרישט.

(אגב, איך גלייך אויך צו פארן מיט א פליגער, און דאס איז א חלק פון מיין ענדזשוימענט, משא"כ אסאך חברים מיינע האבן דאס פיינט, דאס איז די ערגסטע חלק פאר זיי.)

איך ווייס נישט אויף וואס דער רבי האט געוויינט, בעותה"ר בין איך נאך נישט געוועהן געבוירן אין די געזונטע יארן. איך גלייב נישט אז ער האט געהאלטן אז מ'דארף זיין בלינד ווען מ'גייט צו א"י און אז מ'טאר נישט זעהן די מציאות. אויב האט ער אזוי געהאלטן טאר מען דאך בכלל נישט פארן צו א"י.
וועגן די פליגער רייד. יא, איך האב עס אויך ליב, נאר צו זיצן פינקט אינמיטן פון די מיטעלסטע רייע איז נישט זייער געשמאק. נאך דערצו אז די רייזע איז אזוי ל-א-א-נ-ג....

אקעי, יעצט לאמיר ממשיך זיין צו רעאגירן צום עולם.
יאיר האט געשריבן שפאצירן אין שער יפו. אוי האמיר דארטן שפאצירט צווישן די שרעקעדיגע אראבער. איך האב גראדע באמערקט אז בעיקר די יונגע אראבער קוקן מיט בייזע בליקן, די עלטערע מאכן זיך נישט צוטוהן. דארטן ביי די אראבער האבן מיר געהאט גאר געשמאקע פרישע פאמעגראנאדן זאפט, ממש פאר א שיבוש. די חברה קוועטשן דיר אויס פיר-פינף רימונים אין א כוס אריין און עס קאסט בלויז 12 שקל. טראכט וויפיל אזוינס וואלט געקאסט אין וויליאמסבורג... (דאס איז גראדע די איינציגסטע זאך וואס איך האב געטראפן ביליג אין א"י. אלעס דארטן איז פונקט אזוי טייער ווי ניו יארק.)
אזוי שפאצירנדיג אין די אראבישע געסלאך האב איך מיך פלוצלונג געזעהן פאר א גרויסן טויער, ווי איך האב קלאר געזעהן די גאנצע אראבישע מעטשעט אויפ'ן הר הבית מיט די פולסטע פראכט. איך בין געשטאנען נישט מער ווי 250 פיס אוועק פון די מעטשעט. ביים טויער זענען געשטאנען איזרעילי פאליציי וואס האבן געהיטן אז קיין שום איד זאל נישט דורכגיין דעם טויער אנצוקומען צו דעם מעטשעט.
קרעקערט האט רעקאמענדירט יד ושם. יא, מ'זעמיר אהין געגאנגען. איך האב דארטן פארברענגט כמעט אגאנצן טאג. ס'איז געוועהן זייער זייער רירענד. ס'איז נישט צו גלייבן ווי אונז, קינדער און אייניקלעך פון מלחמה איבערלעבערס, ווייסן אזוי ווייניג וועגן וואס אונזערע עלטערן און זיידעס האבן מיטגעמאכט. פארשטייט זיך אז די הונדערטער חפצים פון אידן וואס האבן דורכגעמאכט די קריג, תפילין , בילדער אלבאם, וכו', די אלע זאכן געבן זייער א פערזענליכע געפיל צו די גאנצע זאך. כ'האב אוודאי נישט אויסגעלאזט די צענדליגער ווידיאוס ווי מלחמה איבערלעבער דערציילן זייער געשיכטעס. נישט ווייניג טרערן האב איך געדארפט צוריקהאלטן.
יידל האט רעקאמענדירט שוק מחנה יהודה. איי איי איי, זייער פאני, און זייער הנאה געהאט. ס'איז געוועהן אין די טעג פון ט"ו בשבט, איז פארגעגאנגען קולות וברקים איבער פירות, פארטריקענטע און געצייטיגטע, און געבראטענע און געפרעגלטע. צענדליגער קליינע בעקערייען, יעדער מיט זייערע ספעשעלטיעס. א מחזה הוד.
signout האט געשריבן: "איך גלייב ער איז נישט קיין סאטמערער, ווען יא וואלט ער נישט געזיכט ארומצופארען אין געפאלט די רבי". איך האב נישט געזאגט וואסערע חסיד איך בין, און איך האב אפילו נישט דערציילט צו וועלכע חתונה איך בין געגאנגען. אבער אפילו אויב ס'זאל זיין קלאר ווי סיינאוט, וואונדער איך מיר פון וועלכע "רבי" ער רעדט, און פארוואס עס פאלט אים ביי אז איך דארף דא איינעם "פאלגן"....
דאס איז אלעס וואס איך געדענק יעצט, אז איך וועל מיך דערמאנען נאך וועל איך צוריקקומען און מיטטיילן!
באניצער אוואטאר
טישו באקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך טישו באקס »

נאכ׳ן ארומפארן און ארומשפאצירן איבעראל אין אזא קורצע צייט, ביסטו כאטש אנגעקומען צו די חתונה צו וואס דו ביסט געפארן אויכעט?
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

איך בין אנגעקומען אינמיטן די סעודה, און אוועקגעגאנגען פאר די מצווה טאנץ ווייל איך האב געהאט גע'סקעדזשעלט א טריפ פאר די נעקסטע טאג פרי אינדערפרי
פארשפארט