גיהנם און גן עדן - וואס זענען זיי?
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
גיהנם און גן עדן - וואס זענען זיי?
איך וויל נישט זיין קיין גונב דעת. דערפאר בין איך אייך מחוייב צו זאגן באלד ביים אנהייב, אז איך האב נישט דעם ענטפער. איך האב נישט קיין השגה וואס די צוויי זאכן מיינען.
ס'איז אמת אז אין אונזערע ספרים איז פאראן א באלעבאטישע ליטעראטור געווידמעט דער טעמע. אבער איך מיין אז נאכ'ן לערנען און לייענען וויפיל איך האב שוין באוויזן צו לערנען און לייענען, בין איך אין דעם ענין נישט קלאר געווארן.
מיר האבן עטליכע קלאסישע ספרי מוסר וואס שילדערן א גיהנם פון פייער און אייז, הייסן אייזן און שטאל, קאכיגן קאלך, פארכטיגע אייז. מיר לייענען וועגן נורא'דיג-ריזיגע פוסטע שטחים אין וועלכע די נשמה דרייט זיך ארום א פארלוירענע און דיסטאריענטירטע; וועגן שרעקליכע, פייערדיגע רוטן וואס ווערן גענוצט צו שלאגן דעם מענטש אין קבר, בשעת יענער מוטשעט זיך צו דערמאנען דעם אייגענעם נאמען. מיר ווייסן וועגן דעם "עולם התוהו", וואו נשמות בלאנזשען במשך אייביגקייטן, אן אפילו וויסן אז זיי געפינען זיך מער נישט ביים לעבן. דערנאך האבן מיר "כף הקלע" און צימערן און אפטיילונגען, מלאכי חבלה, רוחות, און נאך אזעלכע שרעקליכע און שרעקעוודיגע וועזנס און דערשיינונגען.
אין חז"ל געפינען מיר דעם משל מיט די צוויי גארטן-וועכטערס, איינער א בלינדער און דער אנדערער א הינקענדיגער -- וואס רבינו הקדוש האט גענוצט צו מסביר זיין פאר אנטונינוס דעם יושר פון באשטראפן דעם מענטש אויף יענער וועלט. יענע צוויי וועכטערס זענען אויפגעקומען מיט א קלוגן פאטענט וויאזוי צו גנב'ענען פרוכט פון גארטן, און ווען דער קעניג האט זיי אפירגענומען, האט יעדער פון די צוויי גע'טענה'ט אז ער האט דעם פארברעכן נישט געקענט באגיין. "איך זע דאך נישט וואו צו גיין," האט דער בלינדער גע'טענה'ט. "און איך קען דען שטעלן אפילו איין טראט?" האט דער הינקענדער געזאגט. דער מלך האט זיי דאן צוזאמגעפארט אויפ'ן זעלבן אופן ווי זיי האבן די גניבה דורכגעפירט -- ארויפגעזעצט דעם הינקענדן אויף די אקסלען פונעם בלינדן, און זיי אינאיינעם באשטראפט. דאס זעלבע, האט רבי יהודה הנשיא מסביר געווען אנטונינוס, געשעט מיט'ן מענטש נאך זיין טויט. דער גוף ווייזט אן ווי אן דער נשמה קען ער זיך נישט רירן פון פלאץ; די נשמה טענה'ט אז אן דעם גוף איז זי ריין און וואויל. נעמט דאס הימלישע געריכט זיי צוזאמען, אויף דעם אופן ווי דער חטא איז באגאנגען געווארן, און גיט זיי/אים/איר די שטראף אזוי.
א שיינער משל. א הערליכער נמשל. (באמת אזוי.) אבער, פארט: דער גוף צעגייט און שימלט אפ אין דער ערד. ער ווערט באהאלטן און באדעקט, און ביז א קורצער צייט בלייבט פון אים נישט קיין זכר. וויאזוי, אויב אזוי, ווערט דער דין-ודברים פון הימלישן געריכט אויסגעפירט למעשה?
זאלן מיר זאגן אז דער גאנצער מאמר חז"ל, משל און נמשל, זענען למעשה נאר א משל צו עפעס וואס מיר קענען נישט פארשטיין? אבער, וואס איז די חכמה פון דערציילן א מעשה, פרעגן א קשיא, געבן א תירוץ -- אויב די הבנה צו פארשטיין דעם תירוץ געפינט זיך ערגעץ-וואו איך האב נישט קיין צוטריט? (איי מין, קאָמ'אַן!)
דאס זעלבע מיט'ן פייער, אייז, כף הקלע, עולם התוהו. פייער און אייז בריטן און פרירן פלייש. פייערדיגע ריטן שמייסט מען אויף א קערפער. דארט וואו די אלע משפטים ווערן אפגעראכטן, זענען קיין גופים גאר נישטא. "חיבוט הקבר" לאזט זיך נאך פארשטיין. דער טייל פון יענער-וועלטיגן משפט ווערט דורכגעפירט נאך דעם וואס די מקברים און מלווים פארלאזן דעם בית החיים. דער גוף איז נאך גאנץ און מען קען אין אים גאנץ ניש'קשה'דיג אריינשמייסן. אבער פארט, א טויטער פילט גארנישט. פראקטיש קען עס נאך שטימען; אבער רעאליסטיש גערעדט: וועמען סטראשעט מען מיט'ן פּראַקן אויף א קאלט-טויטער ישיבה של מטה? (עס דערמאנט אין דעם "מלך" וואס ווערט נאך היינט געניצט אלס משל פאר יעדער זאך וואס האט מיט פחד און יראה. "מען דארף שטיין ביים דאווענען פאר'ן רבונו של עולם אזוי ווי פאר א מלך," דערקלערט דער מלמד מיט אן דראמאטישער שטימע. "מיר פארשטייען שוין היינט נישט וואס דאס מיינט -- דעם פחד און יראה וואס א מענטש האט געפילט שטייענדיג פאר א קעניג. אבער אט אזוי, פונקט גענוי דארף מען שטיין ביים דאווענען..." וויאזוי, "אזוי": אפשר נעמסטו זיך די טירחה מיר מסביר צו זיין דאס עסק מיט'ן מלך מיט א משל-למה-הדבר-דומה?)
איך קען שפעקולירן, דאס הייסט, אויסלופטערן רויע געדאנקען וואס וואלגערן זיך ציללאז ביי מיר אין מיין פריוואטן עולם התוהו אשר בתוך מיין קאפ, סמוך ונראה צו מיינע אויגן און אויערן.
לאמיר קודם זיך אומקערן צו דער וועלט, דעם עולם השפל, וואו מיר לויפן און רודערן ארום אין גוף/נשמה פּארלעך. דא, אויף דער וועלט, עקזיסטירן די באגריפן פון פרירן און בריען. יעדער פון אונז ווייסט וויאזוי א ברי פילט. מיר אלע קענען די איבערלעבעניש פון כאפן א ברי. דאס זעלבע, די "איבערלעבעניש" פון שטיין און ציטערן אין דער קעלט איז קיינעם נישט פרעמד. די צוויי זאכן זענען פיזישע איבערלעבענישן. די יסורים און פאלגן וואס זיי ברענגען זענען פיזיש.
ווען מען רעדט פון "יענער וועלט", רעדט מען פון א מין מציאות אין וועלכן מיר האבן נישט קיין השגה. דאס איז אן "אוניווערס" וועמענס געזעצן און כללים האבן קיין שום שייכות און ענליכקייט צו די חוקי הטבע פון אונזער וועלט. וויפיל משלים און לסבר-את-האוזנס מיר זאלן נאר נישט געבן, וועלן זיי אויף קיין האר נישט נאענטער ברענגען דאס מציאות פון יענער אנדערער "וועלט". גארנישט דא איז ביכולת צוצוגרייטן די מענטשליכע (גוף-נשמה'דיגע וועזנס) השגה צו וואס טוט זיך דארט אפ. א מענטש קען זיין אזוי ברייט און טיף ווי נאר מעגליך -- ווען ער וועט "ארויפקומען אויבן", וועט ער זיך טרעפן אין א "רעאליטעט" צו וועלכער ער וועט בכלל נישט זיין צוגעגרייט.
גן-עדן און גיהנם זענען טייל פון יענעם אנדערן מציאות. אלעס שפילט זיך אויס "דארט", וואס איז לא נגע ולא פגע אויף קיין שום אופן מיט אונזער "דא". במילא, איז אוממעגליך איבערצוגעבן אן אמת'ע, רעאליסטישע "בילד" אדער מושג וואס די זאכן זענען. פארגעסט נישט: אפילו "באצאלן" און "באשטראפן" זענען ערדישע באגריפן.
אלא וואס יא?
מען דערציילט אויפ'ן בעל התניא, אז ער איז אמאל (צי מערערע מאל -- כ'קען נישט דעם פונקטליכן נוסח המעשה) אריינגעפאלן אין א מורא'דיגן דביקות-התפעלות; ער האט זיך געקוילערט אויף דער ערד און דערביי געזאגט: "איך דארף נישט דיין גיהנום, כ'דארף נישט דיין גן עדן. איך וויל נאר דיך אליין."
איך בין א פשוט'ער מענטש -- נאך פשוט'ער אפילו פון פארשטיין וואס דער בעל התניא האט געזאגט; שוין אפגערעדט פון דארט האלטן. איך האלט נאך יא ביים גיהנום און גן עדן. און אויב איך זאל אמאל באווייזן זיך אויפהייבן פון מיין פראסטן, טאגטעגליכן סדר החיים, און צוקומען צו עפעס א מין מעין-דביקות, וואלט איך אויסגערופן: "איך וויל זייער שטארק נישט באקומען דיין גיהנום, אין דארף זייער דיין גן עדן. איך וויל אויך זוכה זיין צו כאטש פארשטיין וויאזוי דער בעל התניא האט אזעלכע ווערטער געזאגט. גיב מיר כאטש א שמעק פון א השגה אויף זיינע השגות."
גן עדן איז "גוט". גיהנום איז "שלעכט". דאס איז דער ראם אין וועלכן מיר קענען די מושגים אריינפאסן דא אויף דער וועלט. ס'איז אבער בכלל נישט דאס. די צוויי "פלעצער" געפינען זיך א שיינע פאר מייל אינדרויסן פון דעם ראנד פון אונזער השגה. אבער אונזערע מעשים גייען פאקטיש, באיזה אופן שהוא, מיט מיט אונז צום נעקסטן שטאפל. אויף דער וועלט ווייסן מיר פון "תוצאות" און קאנסעקווענצן, פאזיטיווע און נעגאטיווע. במילא זענען זיי -- תוצאות, שכר, עונש -- די נאענסטע ווערטער וואס מיר פארמאגן צו ממחיש זיין וואס "פאסירט" באמת. מיר קענען דא שילדערן שרעקליכע, שלעכטע, פיינליכע, נעגאטיווע זאכן. מיר קענען טראגן אונזערע שילדערן אזוי ווייט ווי די פאנטאזיע דערלויבט אונז נאר. אבער נאך דעם וואס אונזער שעפערישקייט לאזט זיך אויס, דארף מען זיך אפשטעלן און זאגן, צו זיך אליין: ס'איז פארט נישט דאס... די "אמת'ע זאך" איז מחוץ אלעם ערדיש און קערפערליך.
גיהנום און גן עדן זענען פאר יעדן דור געשילדערט געווארן לויט זיינע השגות פון זיס און ביטער, גוט און שלעכט. פאר 400, 500, און 800 יאר צוריק איז דאס באשטאנען אין שרעקליכע קערפערליכע פייניגונגען, קעגן מורא'דיגע הנאות און תענוגים. רבי מאיר אין זיין "אקדמות" שילדערט דאס בעסטע לעבן פון וואס די השגות אין יענעם דור האבן זיך געקענט פארשטעלן. דער "ראשית חכמה" מאלט די גרעסטע, שרעקליכסטע יסורים וואס מען האט אין זיין תקופה געקענט אריינלייגן אין ווערטער. אין די ספרי חסידות, אין איינקלאנג מיט דעם רעוואלוציאנערישן גייסט וואס חסידות האט געברענגט, רעדט מען שוין אבער וועגן גן עדן און גיהנום מיט גאר אנדערע ווערטער.
אין אונזערע צייטן, מיט דער שפע, באקוועמליכקייט, און הויכן לעבנס סטאנדארט, איז שווער ממחיש צו זיין "שרעקליך" און "גוטסקייט" מיט די בילדער און אילוסטראציעס פונעם מיטל-אלטער. זייער ווייניג מענטשן קענען דעם טעם פון איבערמענטשליכע פיזישע יסורים -- אזעלכע וואס פירן דעם מענטש אראפ פון זינען און צום ראנד פון זעלבסמארד. פון דער אנדערער זייט, איז אונזער דור שטארק געשלאגן מיט אן אנדער סארט יסורים: גייסטיגע ווייטאגן, עמאציאנאלע יסורים, נשמה-פיין. די פסיכאלאגיע און פארשטאנד פון דעם מענטשליכן מוח און פסיכיק זענען אויך שטארק אנטוויקלט, און דער פענאמען פון יסורי נפש ווערן פארשטאנען סך בעסער און קלארער ווי סיי ווען פריער.
לויט מיין באגרעניצטן שכל קומט אויס, אז דאס, גייסטיגע יסורים -- נשמה-פיין, נפשיותדיגע אנגסט, יסורי נפש -- איז דער פאסיגער מיטל אויף צו רעדן וועגן די מופשט'דיגע זאכן וואס שפילן זיך אפ אויף "יענער וועלט". ווייל דאס זענען זאכן וואס אונזער השגה קען באנעמען. ס'איז נישט אז אונזערע השגות פון גוט און שלעכט זענען נאענטער צום אמת ווי די משלים און דוגמאות וואס זענען אמאל גענוצט געווארן; נאר דאס זענען די געצייג וואס מיר האבן אין אונזער באזיץ.
יסורי נפש זענען נישט אזוי פשוט ווי פיזישע יסורים. אנדערש ווי פיזישע יסורים, זענען געפילן סך מער קאמפליצירט און אפגעטיילט פון אונזער פיזישן חלק. גייסטיגע יסורים זענען שווערער צו היילן; די כללים איבער די גורמים און תרופות וויאזוי זיי צו היילן זענען אויך גאר אנדערש, שווערער, און אומקלארער. גייסטיגע יסורים זענען שווערער צו מסביר זיין. מען קען זיי נישט אנטאפן. מען קען נישט אנווייזן מיט די פינגער: דא טוט מיר וויי. דאס הייסט, יסורי נפש זענען איידעלער, "העכער", דקות'דיגער ווי יסורי הגוף.
דערפאר טראכט איך אז גן עדן איז עפעס א מין אומנאטירליכע שלווה, אינערליכע רואיגקייט, זארגלאז, זיס. נישטא דאס מינדסטע ווינטל אין דער נשמה. דאס הארץ איז גאנץ ווי השלמה אליין. גיהנום, פון דער אנדערער זייט, איז עפעס א מורא'דיגע פארלוירנקייט, א טיף-שניידנדע ווייטאג אין הארץ, א נשמה בלי מעגליכקייט צו געפינען מנוחה, אן אומבאשרייבליכע מעלאנכאליע. דערצו איז מען דארט ברוטאל-רעאליסטיש: מען קען זיך נישט פאפן מיט קיין חשבונות. מען ווייסט אז ס'איז צרות בלי האפענונג.
נאך אלע דרשות, אבער, פארשטיי איך אז דאס אלעס ווערט געשריבן מיט פיזישע פינגערס וואס קלאפן אויף א פיזישן קיבאורד געדאנקען וואס ווערן געטראכט אין א פיזישן מוח, וואס זיצט באקוועם אין א פיזישן גוף. איך ווייס נאר דאס וואס מיינע זכרונות, געפילן און פארגאנגענע איבערלעבענישן דערציילן מיר. "יענע וועלט" איז נישט אריינגערעכנט אין דעם כלל.
איז, וואס און וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין, האף איך אז אין 75, 95, 50, 40 יאר ארום וועלן מיר אלע זיך געפינען "דארט" גליקליך און צופרידן. איך וועל זיך דארט רופן מיט'ן נאמען וויאזוי א "לולקע ציבעך" ווערט דארט פארשטאנען, אבער מיר וועלן לאכן א גוטס פון אונזערע פרוכטלאזע באמיאונגען "דארט" צו פארשטיין עפעס וואס קען קיינמאל נישט פארשטאנען ווערן.

כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
זייער גוט ארויסגעברענגט, לולקע ציבעך. אויב איך האב ריכטיג פארשטאנען, זאגסטו אז אויב גן עדן און גיהנם זענען נישט קיין פיזישע מושגים, דעמאלט האט דער פייער און דער פריזער נישט קיין שייכות מיט גיהנם. גייסטיגע יסורים, אבער, קענסטו יא פארשטיין אז דאס איז עפעס נענטער צו א גיהנם וואס איז אויך נישט פיזיש. לאמיר אבער אנמערקן אז די גייסטיגע יסורים זענען אויך א תוצאה פון פיזישע געשעענישן, למשל ווען איינער ווערט פארשעמט, שיקן אים די נערוון א מעסעדזש צום מוח אז ער ווערט יעצט פארשעמט, און דער מוח ריספאנדט, דער חלק וואס איז אחראי פאר בושה ווערט אקטיוויזירט, און ער פילט די ברענענדיגע בושה, באגלייט מיט א רייע פיזישע תוצאות, שנעלע אטעמען, שוויצן, הארץ קלאפענישן וכדו'. גוגל האט מיר אפילו צוגעפירט צו א שטודיע אז מענטשן וואס דער חלק מוח וואס איז אחראי אויף בושה איז אפגעשוואכט עקספיריענסען א פיל קלענערע מאס בושה. דאס מיינט אז ווען מען נעמט אינגאנצן אוועק דעם חלק וועט בושה מער נישט עקזיסטירן, והדרא קושיא לדוכתיה, וואספארא שייכות האט יסורים וואס זענען תלוי אין פיזישע און כעמישע באשטאנדטיילן מיט א רוחניות'דיגע נשמה. איך בין אבער מודה אז גייסטיגע יסורים הערן זיך פיל נענטער צו א שרעקעדיגער גיהנם ווי די קינדערישע משלים וואס דער ראשית חכמה נוצט.
האדם לא נברא אלא להתענג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
מהאט גערעדט אמאל אביסעל ארום דעם אין אן אשכול בשם "דער גיהנום און אירע היכלות".
מכל מקום, אויב רעדט מען שוין וועגן גייסטישע ייסורים און תענוגים, מוז מען שוין נישט רעדן בכלל פון א afterlife, ווארום די אלע סארט גייסטישע ייסורים זענען פאראן אויך (אדער אפשר אפילו נאר, עכ"פ די וועג וויאזוי מיר זענען דאס תופס זיכער, וכעין טענת יאיר) אויף די וועלט. ובאמת שבספר הבהיר פירש/דרש "עולם הבא- שכבר בא", און אזוי אין אסאך חסידישע ספרים רעדן דאס ארום אז גייסטישע תענוגים בעולם הזה איז אליינס דער גן עדן, וכן לאידך גיסא.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
לעיקוואוד, איך כאפ נישט וואס איז דיר יעצט נתחדש געווארן. מצד די תורה שבכתב זעט מען סייווי נאר פיזישע שכר ועונש אויף די וועלט, זענען די חכמים געקומען און מחדש געווען אז ס'איז אויך דא אן עולם הבא וואס דארט ווערט מען פריש נידון, ווייל אויב נישט שטימט דאס נישט מיט וואס מיר זעען אז צדיק ורע לו. די שאלה איז ווי אזוי מען קען ווערן נידון אין עולם הבא וואו ס'איז נישטא קיין גוף (אויסער אויב תחיית המתים און עולם הבא איז איין זאך). יעצט אויב ווילסטו אינגאנצן אוועקנעמען דעם עולם הבא, קענסטו דאך שוין בלייבן ביים פיזישן שכר ועונש פון די תורה. אגב, די חסידיש'ע ספרים מיינען מסתמא צו זאגן אז מען קען עקספיריענסען א מעין עולם הבא אויף די וועלט, בבחינת ועולמך תראה בחייך.
האדם לא נברא אלא להתענג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ווער זאגט סיעצט נתחדש געווארען?
צוריקגיין צו שכר ועונש גופני בעולם הזה איז דאך דא דער קשיא פון צור"ל. משא"כ שכר ועונש במובן רוחני קען מען טענה'ן אז א צדיק איז אלעמאל גוט ברוחניות און עס פארענטפערט פונקט אזוי די קשיא (עכ"פ ס'נאך אזא גוטע תירוץ ווי עולם הבא כפשוטו) ועי' מו"נ ועוד ספרים שניסו ללכת במהלך דומה לזה באמת.
די חסידישע ספרים מיינען פונקט וואס זיי זאגען, און אפשר אפילו מער פון וואס זיי זאגען אפען. דאס איז א באזונדערע שמועס אבער זיי (לפחות עטליכע פון זיי, ואין כעת המ"מ לפני) גייען בפירוש וייטער פון דער נוסח פון "מעין".
ועוד, למעשה היינט איז דא אין דער נושא פון עוה"ב וכו' מער ווי נאר אלץ תירוץ צו דער שאלה פון חוסר צדק בעולם. אפשר טאקע וייל מיר פארשטייען אז עס פארענטפערט נישט בכלל באמת די שאלה פון צור"ל, וממילא מוז מען זאגען אז מיר פארשטייען דאס נישט, דינט בפועל דער נושא פון ג"ע גיהנום ועוה"ב פיל מער ווי א תירוץ אויף דער שאלה.

- boxcover
- ידיד ותיק
- הודעות: 741
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
- האט שוין געלייקט: 1983 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל
די נושא איז ניטאמאל א ליידיגע כלי; עס איז קיין כלי, ווייל עס האט נישט קיין בית קיבול.
וויאזוי וואלסטו געוואלט מען זאל דיר מסביר זיין (אפילו נאר בדרך משל) וואס הייסט גוט בעולם הבא, ווען דו ווייסט נישט און פארשטייסט נישט דיין אייגענע מציאות אויף יענעם וועלט? לאמיר נעמען א משל מיט א רואיג און רעלעקס'ד אינווייראמענט, למשל א באקוועמע פאטעל, איז דאס גוט? גליסטו פאר א מינוט? יעצט זאג מיר וואספארא ניצן וואלט די באקוועמע פאטעל געדינט אז דו האסט נישט קיין קערפער? קיין זיץ-פלייש? הילמ"ז, עס איז בכלל נישט שייך צו פארשטיין די פרטים אז מען האט נישט קיין השגה איבער די כלל.

- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
לולקע-ציבעך האט געשריבן:מען דערציילט אויפ'ן בעל התניא, אז ער איז אמאל (צי מערערע מאל -- כ'קען נישט דעם פינקטליכן נוסח המעשה) אריינגעפאלן אין א מורא'דיגן דביקות-התפעלות; ער האט זיך געקוילערט אויף דער ערד און דערביי געזאגט: "איך דארף נישט דיין גיהנום, כ'דארף נישט דיין גן עדן. איך וויל נאר דיך אליין."
איך בין א פשוט'ער מענטש -- נאך פשוט'ער אפילו פון פארשטיין וואס דער בעל התניא האט געזאגט; שוין אפגערעדט פון דארט האלטן. איך האלט נאך יא ביים גיהנום און גן עדן. און אויב איך זאל אמאל באווייזן זיך אויפהייבן פון מיין פראסטן, טאגטעגליכן סדר החיים, און צוקומען צו עפעס א מין מעין-דביקות, וואלט איך אויסגערופן: "איך וויל זייער שטארק נישט באקומען דיין גיהנום, אין דארף זייער דיין גן עדן. איך וויל אויך זוכה זיין צו כאטש פארשטיין וויאזוי דער בעל התניא האט אזעלכע ווערטער געזאגט. גיב מיר כאטש א שמעק פון א השגה אויף זיינע השגות."
איי העיט זיך צו שטעלן פונקט אויף דעם, באט יו קנאו...
דער צמח צדק אין דרך מצותיך שרייבט:
וכך הי' נשמע הלשון ממורינו ורבינו נ"ע בדביקותו שהי' אומר בזה"ל איך וויל זע גאר ניסט איך וויל ניט דאיין ג"ע איך וויל ניט דאיין עוה"ב כו' איך וויל מער ניט אז דיך אליין.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
לולקע-ציבעך האט געשריבן:
...................................
א שיינער משל. א הערליכער נמשל. (באמת אזוי.) אבער, פארט: דער גוף צעגייט און שימלט אפ אין דער ערד. ער ווערט באהאלטן און באדעקט, און ביז א קורצער צייט בלייבט פון אים נישט קיין זכר. וויאזוי, אויב אזוי, ווערט דער דין-ודברים פון הימלישן געריכט אויסגעפירט למעשה?
..................................
ווען מען רעדט פון "יענער וועלט", רעדט מען פון א מין מציאות אין וועלכן מיר האבן נישט קיין השגה. דאס איז אן "אוניווערס" וועמענס געזעצן און כללים האבן קיין שום שייכות און ענליכקייט צו די חוקי הטבע פון אונזער וועלט. וויפיל משלים און לסבר-את-האוזנס מיר זאלן נאר נישט געבן, וועלן זיי אויף קיין האר נישט נאענטער ברענגען דאס מציאות פון יענער אנדערער "וועלט". גארנישט דא איז ביכולת צוצוגרייטן די מענטשליכע (גוף-נשמה'דיגע וועזנס) השגה צו וואס טוט זיך דארט אפ. א מענטש קען זיין אזוי ברייט און טיף ווי נאר מעגליך -- ווען ער וועט "ארויפקומען אויבן", וועט ער זיך טרעפן אין א "רעאליטעט" צו וועלכער ער וועט בכלל נישט זיין צוגעגרייט.
אלא וואס יא?
......................................
גיהנום און גן עדן זענען פאר יעדן דור געשילדערט געווארן לויט זיינע השגות פון זיס און ביטער, גוט און שלעכט. פאר 400, 500, און 800 יאר צוריק איז דאס באשטאנען אין שרעקליכע קערפערליכע פייניגונגען, קעגן מורא'דיגע הנאות און תענוגים. רבי מאיר אין זיין "אקדמות" שילדערט דאס בעסטע לעבן פון וואס די השגות אין יענעם דור האבן זיך געקענט פארשטעלן. דער "ראשית חכמה" מאלט די גרעסטע, שרעקליכסטע יסורים וואס מען האט אין זיין תקופה געקענט אריינלייגן אין ווערטער. אין די ספרי חסידות, אין איינקלאנג מיט דעם רעוואלוציאנערישן גייסט וואס חסידות האט געברענגט, רעדט מען שוין אבער וועגן גן עדן און גיהנום מיט גאר אנדערע ווערטער.
..........................................
לויט מיין באגרעניצטן שכל קומט אויס, אז דאס, גייסטיגע יסורים -- נשמה-פיין, נפשיותדיגע אנגסט, יסורי נפש -- איז דער פאסיגער מיטל אויף צו רעדן וועגן די מופשט'דיגע זאכן וואס שפילן זיך אפ אויף "יענער וועלט". ווייל דאס זענען זאכן וואס אונזער השגה קען באנעמען. ס'איז נישט אז אונזערע השגות פון גוט און שלעכט זענען נאענטער צום אמת ווי די משלים און דוגמאות וואס זענען אמאל גענוצט געווארן; נאר דאס זענען די געצייג וואס מיר האבן אין אונזער באזיץ.
.....................
אנטשולדיגט פארען מקצר זיין ווען איך ציטיר דיינע ווערטער.
אבער ביסט דאך לכאורה זיך סותר מיניה וביה.
די ברענגסט ארויס אז מען קען נישט אויסטייטשען די שכר ועונש אין עולם הבא מיט גשמיות.
ברענגסט אז עס איז געוועהן דור דור ודורשיו, און יעדער פאר זיין דור האט געטייטשט שכר ועונש לויט די צרות פין יענעם דור,
הייסט עס אז די האלסט אז באמת איז דער שכר ועונש אויף יענער וועלט בכלל נישט וואס עס שטייט אין די ספרים, עס איז גאר עפעס אנדרעש, נאר פאר "המון עם" האבען די ספרים עפעס געוואלט ממחיש זיין שכר ועונש, האבען זיי געשריבען גוטע און שלעכטע זאכען לפי די הבנה פין יענעם דור.
נו וואלט איך עקספעקטעד זאלסט צום סוף קומען צום פוינט, און שרייבען וואס איז דער אמת, דער אמת'ר שכר ועונש!!!
דערווייל גייסטו ווייטער און די גיבסט אונז "המון עם" א נייע דרשה פין שכר ועונש, אז מען רעדט פין מנוחת הנפש וכו', שוין, דאס זאלסטו זאגען אין די שבת שובה דרשה אין דיין ס'מעדרעש, פאר דיין המון עם אידען, און אינטעלקטאלע זשידעס דא אויף ק"ש, וואס האבען בקבלה פין "לולקע ציביך" אז שכר ועונש איז בכלל נישט וואס די קדמונים און אחרונים האבען געזאגט, זאלסטו זאגען דער "אמת", נישט קיין דרשות!!!!!
צום עיקר ענין איז באקאנט אז דער רמב"ם האלט אז שכר ועונש איז אויף דער וועלט ווען איינער טוט אן עבירה ווערט ער א נידריגערע מענטש, און דאס אליין איז זיין עונש, ולאידך גיסא פארקערט, דאס גייט אין איינקלאנג מיט וואס ווערט געברענגט דא פין חסידישע ספרים אז עולמך תראה בחייך וכו'.
די פיליזאפען גייען מיט א מהלך אז נאכען טויט בלייבט פינעם מענטש נאר שכל, און אויף וויפיל מען האט זיך קונה געוועהן און משלים געוועהן דער שכל ביים לעבען, אזוי פיל וועט מען האבען נאכען שטארבען. דער רמב"ם מיין איך האלט עפעס נישט אזוי, קען זיין אז עפעס יא, איך געדענק נישט. עס איז דא אנדערע פיליזאפען פין די פרומע אידען וואס האלטען יא אזוי. ממילא איז לשיטתם גן עדן אין גיהנם דאס גופא, אז ווען איינער איז משלים זיין שכל, האט ער לאחר מותו א שכל וואס ארבעט, אבער איינער וואס איז עוסק אין עבירות וכו', האט נישט קיין שכל און האט גארנישט.,
מען דארף אויך אפיר זוכען די שטיקלעך אין זוהר וואס רעדען וועגען דעם, דארט איז דא דראמאטישע שטיקלעך, הן דער גאנצע שער גיהנם פין ראשית חכמה קומט פין זוהר מיין איך, און אויך אנדערע שטיקלעך פין זוהר וואס פין דארט קומט די געוועהנליכע אמונה פין היינטיגע אידען, אין די תפיסה פין שכר ועונש. ווי אויך פין די גמרא איז משמע ווי די געווענהליכע פולקלורע גן עדן וגיהנם אין די מעשה פין ריב"ל וואס איז ארויף לעבעדיג אין גן עדן.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
יאיר האט געשריבן:לאמיר אבער אנמערקן אז די גייסטיגע יסורים זענען אויך א תוצאה פון פיזישע געשעענישן, למשל ווען איינער ווערט פארשעמט, שיקן אים די נערוון א מעסעדזש צום מוח אז ער ווערט יעצט פארשעמט, און דער מוח ריספאנדט, דער חלק וואס איז אחראי פאר בושה ווערט אקטיוויזירט, און ער פילט די ברענענדיגע בושה, באגלייט מיט א רייע פיזישע תוצאות, שנעלע אטעמען, שוויצן, הארץ קלאפענישן וכדו'.
ביזט זייער גערעכט. איך האב בעיקר געמיינט דאס עצם געפיל. הרגשים ווערן טאקע אינסטיגירט דורך און האבן א שייכות מיט פשוט-פיזישע געשעענישן. אבער די איבערלעבעניש זעלבסט, דאס איז שוין עפעס וואס איז כפי ערכ'דיג מופשט, עכ"פ, רעלאטיוו צו רוב אנדערע אונזערע לעבנס ערפארונגען.
boxcover האט געשריבן:וויאזוי וואלסטו געוואלט מען זאל דיר מסביר זיין (אפילו נאר בדרך משל) וואס הייסט גוט בעולם הבא, ווען דו ווייסט נישט און פארשטייסט נישט דיין אייגענע מציאות אויף יענעם וועלט? לאמיר נעמען א משל מיט א רואיג און רעלעקס'ד אינווייראמענט, למשל א באקוועמע פאטעל, איז דאס גוט? גליסטו פאר א מינוט? יעצט זאג מיר וואספארא ניצן וואלט די באקוועמע פאטעל געדינט אז דו האסט נישט קיין קערפער? קיין זיץ-פלייש? הילמ"ז, עס איז בכלל נישט שייך צו פארשטיין די פרטים אז מען האט נישט קיין השגה איבער די כלל.
יאיר האט געשריבן:איך בין אבער מודה אז גייסטיגע יסורים הערן זיך פיל נענטער צו א שרעקעדיגער גיהנם ווי די קינדערישע משלים וואס דער ראשית חכמה נוצט.
עקזעקטלי מיי פאינט. נישט אז דאס אילוסטרירט יא גן עדן און גיהנום, נאר אז ס'איז עס מער ממחיש פאר מיר.
נולד מאוחר האט געשריבן:לולקע, גוט און שלעכט איז אויך א דאהיזגע קאנסעפט, נישט אזוי? יתכן אז און יענעם ספער עקזעסטירט נישט די מושגים גוט שלעכט.
קלאר אזוי. אין די ספרי חסידות, וואו דער יסוד אז די בריאה איז באזירט אויף חסד, רעדט מען טאקע פון יענער וועלט בכלל נישט מיט די ווערטער פון "גוט" און "שלעכט". גוט און שלעכט זענען דאך טאקע ערדישע באגריפן, וואס פונקציאנירן נאר דורך און אין גופים מיט ערדישע חשבונות.
איחוד פעלד האט געשריבן:די ברענגסט ארויס אז מען קען נישט אויסטייטשען די שכר ועונש אין עולם הבא מיט גשמיות.
ברענגסט אז עס איז געוועהן דור דור ודורשיו, און יעדער פאר זיין דור האט געטייטשט שכר ועונש לויט די צרות פין יענעם דור,
הייסט עס אז די האלסט אז באמת איז דער שכר ועונש אויף יענער וועלט בכלל נישט וואס עס שטייט אין די ספרים, עס איז גאר עפעס אנדרעש, נאר פאר "המון עם" האבען די ספרים עפעס געוואלט ממחיש זיין שכר ועונש, האבען זיי געשריבען גוטע און שלעכטע זאכען לפי די הבנה פין יענעם דור.
נו וואלט איך עקספעקטעד זאלסט צום סוף קומען צום פוינט, און שרייבען וואס איז דער אמת, דער אמת'ר שכר ועונש!!!
דערווייל גייסטו ווייטער און די גיבסט אונז "המון עם" א נייע דרשה פין שכר ועונש, אז מען רעדט פין מנוחת הנפש וכו', שוין, דאס זאלסטו זאגען אין די שבת שובה דרשה אין דיין ס'מעדרעש, פאר דיין המון עם אידען, און אינטעלקטאלע זשידעס דא אויף ק"ש, וואס האבען בקבלה פין "לולקע ציביך" אז שכר ועונש איז בכלל נישט וואס די קדמונים און אחרונים האבען געזאגט, זאלסטו זאגען דער "אמת", נישט קיין דרשות!!!!!
איך זאג אזויפיל, אז די זאכן קענען בשום אופן נישט פארשטאנען ווערן דא, וויבאלד "דארט" (אויך בסך הכל א "דא"-ווארט!) הערשט גאר אן אנדערע פארעם פון עקזיסטענץ.
די ספרים האבן געוואלט מיטטיילן דעם המון עם אז עס איז פאראן אזא באגריף ווי תוצאות און קאנסעקווענצן. אלעס וואס מיר טוען דא, האט באיזה אופן שהוא א המשך "דארט". די ספרים האבן דעם געדאנק איבערגעגעבן פאר'ן עולם אויף דעם אופן ווי דער עולם האט עס געדענק באנעמען, אין יעדער תקופה כפי השגתה.
דעם "אמת" ווייס איך נישט. און איך שרייב עס קלאר. (וויאזוי זאל איך דען וויסן? איך געדענק גארנישט פון די צייטן איידער איך בין אריינגעגאנגען אין א גוף.)
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
האב איך דעם שבת געשען אין ספר "בעל שם טוב" (על התורה) אז גיהנום און גן עדן באשטייען באמת פון איין און דער זעלבער זאך. אין גן עדן, ווערט דארט געברענגט אין נאמען פון בעש"ט, הערשט איין מין מציאות פון רוחניות. מענטשן וואס האבן ביי זייער לעבן געפירט א גשמיות'דיגע ווירטשאפט, געפינען זיך פשוט נישט דאס פלאץ דארט, און דאס, אין תוך, איז זייער גיהנום. דאס הייסט, ווי איך פארשטיי עס, אזוי: נאך דעם וואס די נשמה פארלאזט די ערדישע מציאות, קומט זי אריין אין א נייער סארט וועלט, וועמענס חוקים זענען אזעלכע, אז בכדי צו קענען געהעריג פונקציאנירן דארף די נשמה "פארשטיין" צו -- קענען "פילן" און נהנה זיין פון -- א רוחניות'דיגער איבערלעבעניש. א מענטש וואס האט זיך נישט איינגעטינקען, זיך אויסגעארבעט, צו לעבן אין אזא מציאות, טרעפט זיך דארט אין א מצב ענליך ווי איך דא אן קיין לולקע. ער האט נישט וואס צו זוכן דארט; ער ווייסט נישט, כלומר, וויאזוי מען עסט דאס וואס מען שטעלט דארט צו. דאס איז א טיפער צער, א ווייטאג און אן קיין וועג ארויס. דארט שטייט דער מענטש נאקעט פון אלע ערדישע צוגעהערן און חשבונות. די נשמה זיצט דארט פולשטענדיג אנטבלויזט צו יענעם מציאות. און זי קען גארנישט בייטן. זי איז דארט אין גענוי דעם מצב וויאזוי זי האט געלעבט דא.
גן-עדן/גיהנום לויט דעם זענען נישט קיין צוויי באזונדערע מציאות'ן, נאר אותו דבר, די איין-איינציגע ריינע מציאות וואס הערשט דארט. דער חילוק איז נאר וויאזוי יענער מצב רופט זיך אפ ביים מענטש.
גן-עדן/גיהנום לויט דעם זענען נישט קיין צוויי באזונדערע מציאות'ן, נאר אותו דבר, די איין-איינציגע ריינע מציאות וואס הערשט דארט. דער חילוק איז נאר וויאזוי יענער מצב רופט זיך אפ ביים מענטש.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 71
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 11:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
לולקע-ציבעך האט געשריבן:איך וויל נישט זיין קיין גונב דעת. דערפאר בין איך אייך מחוייב צו זאגן באלד ביים אנהייב, אז איך האב נישט דעם ענטפער. איך האב נישט קיין השגה וואס די צוויי זאכן מיינען.
ס'איז אמת אז אין אונזערע ספרים איז פאראן א בעלאבאטישע ליטעראטור געווידמעט דער טעמע. אבער איך מיין אז נאכ'ן לערנען און לייענען וויפיל איך האב שוין באוויזן צו לערנען און לייענען, בין איך אין דעם ענין נישט קלאר געווארן.
מיר האבן עטליכע קלאסישע ספרי מוסר וואס שילדערן א גהנום פון פייער און אייז, הייסן אייזן און שטאל, קאכיגן קאלך, פארכטיגע אייז. מיר לייענען וועגן נורא'דיג-ריזיגע פוסטע שטחים אין וועלכע די נשמה דרייט זיך ארום א פארלוירענע און דיסטאריענטירטע; וועגן שרעקליכע, פייערדיגע ריטן וואס ווערן געניצט צו שלאגן דעם מענטש אין קבר, בשעת יענער מוטשעט זיך צו דערמאנען דעם אייגענעם נאמען. מיר ווייסן וועגן דעם "עולם התוהו", וואו נשמות בלאנזשען במשך אייביגקייטן, אן אפילו וויסן אז זיי געפינען זיך מער נישט ביים לעבן. דערנאך האבן מיר "כף הקלע" און צימערן און אפטיילונגען, מלאכי חבלה, רוחות, און נאך אזעלכע שרעקליכע און שרעקעוודיגע וועזנס און דערשיינונגען.
אין חז"ל געפינען מיר דעם משל מיט די צוויי גארטן-וועכטערס, איינער א בלינדער און דער אנדערער א הינקענדיגער -- וואס רבינו הקדוש האט גענוצט צו מסביר זיין פאר אנטונינוס דעם יושר פון באשטראפן דעם מענטש אויף יענער וועלט. יענע צוויי וועכטערס זענען אויפגעקומען מיט א קלוגן פאטענט וויאזוי צו גנב'ענען פרוכט פון גארטן, און ווען דער קעניג האט זיי אפירגענומען, האט יעדער פון די צוויי גע'טענה'ט אז ער האט דעם פארברעכן נישט געקענט באגיין. "איך זע דאך נישט וואו צו גיין," האט דער בלינדער גע'טענה'ט. "און איך קען דען שטעלן אפילו איין טראט?" האט דער הינקענדער געזאגט. דער מלך האט זיי דאן צוזאמגעפארט אויפ'ן זעלבן אופן ווי זיי האבן די גניבה דורכגעפירט -- ארויפגעזעצט דעם הינקענדן אויף די אקסלען פונעם בלינדן, און זיי אינאיינעם באשטראפט. דאס זעלבע, האט רבי יהודה הנשיא מסביר געווען אנטונינוס, געשעט מיט'ן מענטש נאך זיין טויט. דער גוף ווייזט אן ווי אן דער נשמה קען ער זיך נישט רירן פון פלאץ; די נשמה טענה'ט אז אן דעם גוף איז זי ריין און וואויל. נעמט דאס הימלישע געריכט זיי צוזאמען, אויף דעם אופן ווי דער חטא איז באגאנגען געווארן, און גיט זיי/אים/איר די שטראף אזוי.
א שיינער משל. א הערליכער נמשל. (באמת אזוי.) אבער, פארט: דער גוף צעגייט און שימלט אפ אין דער ערד. ער ווערט באהאלטן און באדעקט, און ביז א קורצער צייט בלייבט פון אים נישט קיין זכר. וויאזוי, אויב אזוי, ווערט דער דין-ודברים פון הימלישן געריכט אויסגעפירט למעשה?
זאלן מיר זאגן אז דער גאנצער מאמר חז"ל, משל און נמשל, זענען למעשה נאר א משל צו עפעס וואס מיר קענען נישט פארשטיין? אבער, וואס איז די חכמה פון דערציילן א מעשה, פרעגן א קשיא, געבן א תירוץ -- אויב די הבנה צו פארשטיין דעם תירוץ געפינט זיך ערגעץ-וואו איך האב נישט קיין צוטריט? (איי מין, קאָמ'אַן!)
דאס זעלבע מיט'ן פייער, אייז, כף הקלע, עולם התוהו. פייער און אייז בריטן און פרירן פלייש. פייערדיגע ריטן שמייסט מען אויף א קערפער. דארט וואו די אלע משפטים ווערן אפגעראכטן, זענען קיין גופים גאר נישטא. "חיבוט הקבר" לאזט זיך נאך פארשטיין. דער טייל פון יענער-וועלטיגן משפט ווערט דורכגעפירט נאך דעם וואס די מקברים און מלווים פארלאזן דעם בית החיים. דער גוף איז נאך גאנץ און מען קען אין אים גאנץ ניש'קשה'דיג אריינשמייסן. אבער פארט, א טויטער פילט גארנישט. פראקטיש קען עס נאך שטימען; אבער רעאליסטיש גערעדט: וועמען סטראשעט מען מיט'ן פּראַקן אויף א קאלט-טויטער ישיבה של מטה? (עס דערמאנט אין דעם "מלך" וואס ווערט נאך היינט געניצט אלס משל פאר יעדער זאך וואס האט מיט פחד און יראה. "מען דארף שטיין ביים דאווענען פאר'ן רבונו של עולם אזוי ווי פאר א מלך," דערקלערט דער מלמד מיט אן דראמאטישער שטימע. "מיר פארשטייען שוין היינט נישט וואס דאס מיינט -- דעם פחד און יראה וואס א מענטש האט געפילט שטייענדיג פאר א קעניג. אבער אט אזוי, פונקט גענוי דארף מען שטיין ביים דאווענען..." וויאזוי, "אזוי": אפשר נעמסטו זיך די טירחה מיר מסביר צו זיין דאס עסק מיט'ן מלך מיט א משל-למה-הדבר-דומה?)
איך קען שפעקולירן, דאס הייסט, אויסלופטערן רויע געדאנקען וואס וואלגערן זיך ציללאז ביי מיר אין מיין פריוואטן עולם התוהו אשר בתוך מיין קאפ, סמוך ונראה צו מיינע אויגן און אויערן.
לאמיר קודם זיך אומקערן צו דער וועלט, דעם עולם השפל, וואו מיר לויפן און רודערן ארום אין גוף/נשמה פּארלעך. דא, אויף דער וועלט, עקזיסטירן די באגריפן פון פרירן און בריען. יעדער פון אונז ווייסט וויאזוי א ברי פילט. מיר אלע קענען די איבערלעבעניש פון כאפן א ברי. דאס זעלבע, די "איבערלעבעניש" פון שטיין און ציטערן אין דער קעלט איז קיינעם נישט פרעמד. די צוויי זאכן זענען פיזישע איבערלעבענישן. די יסורים און פאלגן וואס זיי ברענגען זענען פיזיש.
ווען מען רעדט פון "יענער וועלט", רעדט מען פון א מין מציאות אין וועלכן מיר האבן נישט קיין השגה. דאס איז אן "אוניווערס" וועמענס געזעצן און כללים האבן קיין שום שייכות און ענליכקייט צו די חוקי הטבע פון אונזער וועלט. וויפיל משלים און לסבר-את-האוזנס מיר זאלן נאר נישט געבן, וועלן זיי אויף קיין האר נישט נאענטער ברענגען דאס מציאות פון יענער אנדערער "וועלט". גארנישט דא איז ביכולת צוצוגרייטן די מענטשליכע (גוף-נשמה'דיגע וועזנס) השגה צו וואס טוט זיך דארט אפ. א מענטש קען זיין אזוי ברייט און טיף ווי נאר מעגליך -- ווען ער וועט "ארויפקומען אויבן", וועט ער זיך טרעפן אין א "רעאליטעט" צו וועלכער ער וועט בכלל נישט זיין צוגעגרייט.
גן-עדן און גהנום זענען טייל פון יענעם אנדערן מציאות. אלעס שפילט זיך אויס "דארט", וואס איז לא נגע ולא פגע אויף קיין שום אופן מיט אונזער "דא". במילא, איז אוממעגליך איבערצוגעבן אן אמת'ע, רעאליסטישע "בילד" אדער מושג וואס די זאכן זענען. פארגעסט נישט: אפילו "באצאלן" און "באשטראפן" זענען ערדישע באגריפן.
אלא וואס יא?
מען דערציילט אויפ'ן בעל התניא, אז ער איז אמאל (צי מערערע מאל -- כ'קען נישט דעם פינקטליכן נוסח המעשה) אריינגעפאלן אין א מורא'דיגן דביקות-התפעלות; ער האט זיך געקוילערט אויף דער ערד און דערביי געזאגט: "איך דארף נישט דיין גיהנום, כ'דארף נישט דיין גן עדן. איך וויל נאר דיך אליין."
איך בין א פשוט'ער מענטש -- נאך פשוט'ער אפילו פון פארשטיין וואס דער בעל התניא האט געזאגט; שוין אפגערעדט פון דארט האלטן. איך האלט נאך יא ביים גיהנום און גן עדן. און אויב איך זאל אמאל באווייזן זיך אויפהייבן פון מיין פראסטן, טאגטעגליכן סדר החיים, און צוקומען צו עפעס א מין מעין-דביקות, וואלט איך אויסגערופן: "איך וויל זייער שטארק נישט באקומען דיין גיהנום, אין דארף זייער דיין גן עדן. איך וויל אויך זוכה זיין צו כאטש פארשטיין וויאזוי דער בעל התניא האט אזעלכע ווערטער געזאגט. גיב מיר כאטש א שמעק פון א השגה אויף זיינע השגות."
גן עדן איז "גוט". גיהנום איז "שלעכט". דאס איז דער ראם אין וועלכן מיר קענען די מושגים אריינפאסן דא אויף דער וועלט. ס'איז אבער בכלל נישט דאס. די צוויי "פלעצער" געפינען זיך א שיינע פאר מייל אינדרויסן פון דעם ראנד פון אונזער השגה. אבער אונזערע מעשים גייען פאקטיש, באיזה אופן שהוא, מיט מיט אונז צום נעקסטן שטאפל. אויף דער וועלט ווייסן מיר פון "תוצאות" און קאנסעקווענצן, פאזיטיווע און נעגאטיווע. במילא זענען זיי -- תוצאות, שכר, עונש -- די נאענסטע ווערטער וואס מיר פארמאגן צו ממחיש זיין וואס "פאסירט" באמת. מיר קענען דא שילדערן שרעקליכע, שלעכטע, פיינליכע, נעגאטיווע זאכן. מיר קענען טראגן אונזערע שילדערן אזוי ווייט ווי די פאנטאזיע דערלויבט אונז נאר. אבער נאך דעם וואס אונזער שעפערישקייט לאזט זיך אויס, דארף מען זיך אפשטעלן און זאגן, צו זיך אליין: ס'איז פארט נישט דאס... די "אמת'ע זאך" איז מחוץ אלעם ערדיש און קערפערליך.
גיהנום און גן עדן זענען פאר יעדן דור געשילדערט געווארן לויט זיינע השגות פון זיס און ביטער, גוט און שלעכט. פאר 400, 500, און 800 יאר צוריק איז דאס באשטאנען אין שרעקליכע קערפערליכע פייניגונגען, קעגן מורא'דיגע הנאות און תענוגים. רבי מאיר אין זיין "אקדמות" שילדערט דאס בעסטע לעבן פון וואס די השגות אין יענעם דור האבן זיך געקענט פארשטעלן. דער "ראשית חכמה" מאלט די גרעסטע, שרעקליכסטע יסורים וואס מען האט אין זיין תקופה געקענט אריינלייגן אין ווערטער. אין די ספרי חסידות, אין איינקלאנג מיט דעם רעוואלוציאנערישן גייסט וואס חסידות האט געברענגט, רעדט מען שוין אבער וועגן גן עדן און גיהנום מיט גאר אנדערע ווערטער.
אין אונזערע צייטן, מיט דער שפע, באקוועמליכקייט, און הויכן לעבנס סטאנדארט, איז שווער ממחיש צו זיין "שרעקליך" און "גוטסקייט" מיט די בילדער און אילוסטראציעס פונעם מיטל-אלטער. זייער ווייניג מענטשן קענען דעם טעם פון איבערמענטשליכע פיזישע יסורים -- אזעלכע וואס פירן דעם מענטש אראפ פון זינען און צום ראנד פון זעלבסמארד. פון דער אנדערער זייט, איז אונזער דור שטארק געשלאגן מיט אן אנדער סארט יסורים: גייסטיגע ווייטאגן, עמאציאנאלע יסורים, נשמה-פיין. די פסיכאלאגיע און פארשטאנד פון דעם מענטשליכן מוח און פסיכיק זענען אויך שטארק אנטוויקלט, און דער פענאמען פון יסורי נפש ווערן פארשטאנען סך בעסער און קלארער ווי סיי ווען פריער.
לויט מיין באגרעניצטן שכל קומט אויס, אז דאס, גייסטיגע יסורים -- נשמה-פיין, נפשיותדיגע אנגסט, יסורי נפש -- איז דער פאסיגער מיטל אויף צו רעדן וועגן די מופשט'דיגע זאכן וואס שפילן זיך אפ אויף "יענער וועלט". ווייל דאס זענען זאכן וואס אונזער השגה קען באנעמען. ס'איז נישט אז אונזערע השגות פון גוט און שלעכט זענען נאענטער צום אמת ווי די משלים און דוגמאות וואס זענען אמאל גענוצט געווארן; נאר דאס זענען די געצייג וואס מיר האבן אין אונזער באזיץ.
יסורי נפש זענען נישט אזוי פשוט ווי פיזישע יסורים. אנדערש ווי פיזישע יסורים, זענען געפילן סך מער קאמפליצירט און אפגעטיילט פון אונזער פיזישן חלק. גייסטיגע יסורים זענען שווערער צו היילן; די כללים איבער די גורמים און תרופות וויאזוי זיי צו היילן זענען אויך גאר אנדערש, שווערער, און אומקלארער. גייסטיגע יסורים זענען שווערער צו מסביר זיין. מען קען זיי נישט אנטאפן. מען קען נישט אנווייזן מיט די פינגער: דא טוט מיר וויי. דאס הייסט, יסורי נפש זענען איידעלער, "העכער", דקות'דיגער ווי יסורי הגוף.
דערפאר טראכט איך אז גן עדן איז עפעס א מין אומנאטירליכע שלווה, אינערליכע רואיגקייט, זארגלאז, זיס. נישטא דאס מינדסטע ווינטל אין דער נשמה. דאס הארץ איז גאנץ ווי השלמה אליין. גיהנום, פון דער אנדערער זייט, איז עפעס א מורא'דיגע פארלוירנקייט, א טיף-שניידנדע ווייטאג אין הארץ, א נשמה בלי מעגליכקייט צו געפינען מנוחה, אן אומבאשרייבליכע מעלאנכאליע. דערצו איז מען דארט ברוטאל-רעאליסטיש: מען קען זיך נישט פאפן מיט קיין חשבונות. מען ווייסט אז ס'איז צרות בלי האפענונג.
נאך אלע דרשות, אבער, פארשטיי איך אז דאס אלעס ווערט געשריבן מיט פיזישע פינגערס וואס קלאפן אויף א פיזישן קיבאורד געדאנקען וואס ווערן געטראכט אין א פיזישן מוח, וואס זיצט באקוועם אין א פיזישן גוף. איך ווייס נאר דאס וואס מיינע זכרונות, געפילן און פארגאנגענע איבערלעבענישן דערציילן מיר. "יענע וועלט" איז נישט אריינגערעכנט אין דעם כלל.
איז, וואס און וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין, האף איך אז אין 75, 95, 50, 40 יאר ארום וועלן מיר אלע זיך געפינען "דארט" גליקליך און צופרידן. איך וועל זיך דארט רופן מיט'ן נאמען וויאזוי א "לולקע ציבעך" ווערט דארט פארשטאנען, אבער מיר וועלן לאכן א גוטס פון אונזערע פרוכטלאזע באמיאונגען "דארט" צו פארשטיין עפעס וואס קען קיינמאל נישט פארשטאנען ווערן.
עס איז ידוע די שיטת הרמבם אז די עונש כרת מיינט דווקא אז מען וועט נישט האבען קיין עולם הבא און נישט מער פין דעם, און דאס דארף צי זיין די גרעסטע עונש אז די לעבען וועט נישט האבען קיין המשך(פרעג מיך נישט אויב איך האב שוין איינמאל עובר געווען פארוואס זאל איך נישט נאכאמאל עובר זיין איך האב שוין ממילא פארלוירען) די רמבן אין שער הגמול איז שטארק בייז אויפן רמבם און טענהט אז עס איז דווקא יא א פייער און איז מסביר וויאזוי א גשמיותדיגע פייער קען שולט זיין אויפן נפש שטייצעך אז איך פארשטיי עס נאך אלץ נישט
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 71
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 11:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 1:34 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
תכלית הידיעה שלא נדע
מיין תורת אמך איז, גיהנם איז א פלאץ וואו מענטשן וואס רעדן ניבול פה, רעדן אויף צדיקים, היטן זיך נישט די אויגן, און היטן נישט די תרי"ג מצות קומען אן אהין. און גן עדן איז א פלאץ וואו מענטן וואס היטן אפ תורה ומצות, טוען רצון השם, היטן זיך די אויגן, היטן זיך די מויל קומען אן אהין.
תכלית הידיעה שלא נדע, קיין שום בריאה אויף די וועלט קען נישט ממחיש זיין וואס שכר ועונש איז, אפילו מען נוצט די מערסט מאדערנע אויסדריקן וועט נאך אלס נישט זיין מעגליך דאס צו אנטשיידן. איין זאך איז זיכער, שכר איז גאר א גוטע זאך וואס עין לא ראתה זאת, וואס דאס מיינט אז מען קען דאס נישט משיג זיין. און גיהנם איז גאר א שלעכטע זאך, עפעס מער וואס דער מענטשליכע פארשטאנד קען באגרייפן. אלזא איך זע נישט וואס מען דערין דעבאטירן, עס איז גאר א דעליקאטע נושא, וצר מאוד, און מען קען שנעל צו קומען צו כפירה רייד.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קעניגרייך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 1:34 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
לולקע-ציבעך האט געשריבן:האב איך דעם שבת געשען אין ספר "בעל שם טוב" (על התורה) אז גיהנום און גן עדן באשטייען באמת פון איין און דער זעלבער זאך. אין גן עדן, ווערט דארט געברענגט אין נאמען פון בעש"ט, הערשט איין מין מציאות פון רוחניות. מענטשן וואס האבן ביי זייער לעבן געפירט א גשמיות'דיגע ווירטשאפט, געפינען זיך פשוט נישט דאס פלאץ דארט, און דאס, אין תוך, איז זייער גיהנום. דאס הייסט, ווי איך פארשטיי עס, אזוי: נאך דעם וואס די נשמה פארלאזט די ערדישע מציאות, קומט זי אריין אין א נייער סארט וועלט, וועמענס חוקים זענען אזעלכע, אז בכדי צו קענען געהעריג פונקציאנירן דארף די נשמה "פארשטיין" צו -- קענען "פילן" און נהנה זיין פון -- א רוחניות'דיגער איבערלעבעניש. א מענטש וואס האט זיך נישט איינגעטינקען, זיך אויסגעארבעט, צו לעבן אין אזא מציאות, טרעפט זיך דארט אין א מצב ענליך ווי איך דא אן קיין לולקע. ער האט נישט וואס צו זוכן דארט; ער ווייסט נישט, כלומר, וויאזוי מען עסט דאס וואס מען שטעלט דארט צו. דאס איז א טיפער צער, א ווייטאג און אן קיין וועג ארויס. דארט שטייט דער מענטש נאקעט פון אלע ערדישע צוגעהערן און חשבונות. די נשמה זיצט דארט פולשטענדיג אנטבלויזט צו יענעם מציאות. און זי קען גארנישט בייטן. זי איז דארט אין גענוי דעם מצב וויאזוי זי האט געלעבט דא.
גן-עדן/גיהנום לויט דעם זענען נישט קיין צוויי באזונדערע מציאות'ן, נאר אותו דבר, די איין-איינציגע ריינע מציאות וואס הערשט דארט. דער חילוק איז נאר וויאזוי יענער מצב רופט זיך אפ ביים מענטש.
די רייד פון בעל שם טוב איז אן קיין צווייפל דברי אלקים חיים, ווערטער וואס האבן א אומצוויידייטיגע משמעות פאר איינער וואס לעבט ווי דער בעל שם הקדוש זכיתו יגן עלינו ועל כל ישראל. אבער פאר אונז פשוטי העם וואס לעבן נישט ווי דער בעל שם טוב, און מיר קענען קוים משיג זיין זיינע שיחות חולין, איז בעסער זיך צו פילעווען וואס זיינע נאכפאלגער פריערדיגע צדיקים פלעגן אונז חזר'ן מיט מער א פשוטע צוגאנג צו גן עדן און גיהנם, און דאס איז, גיהנם איז א מאסיווער שרעקעוודיגע פלאץ וואס לויט א טייל ראשונים איז עס א שלהבת אש העולים ומלהיבים עד צית שמיא, הייסער פון דער הייסטער מציאות אויף די וועלט, שוידערליך, און ביטערליך, און מען רייסט שטיקער פאר איינער וואס טוט נישט רצון השם.
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
קעניגרייך האט געשריבן:די רייד פון בעל שם טוב איז אן קיין צווייפל דברי אלקים חיים, ווערטער וואס האבן א אומצוויידייטיגע משמעות פאר איינער וואס לעבט ווי דער בעל שם הקדוש זכיתו יגן עלינו ועל כל ישראל. אבער פאר אונז פשוטי העם וואס לעבן נישט ווי דער בעל שם טוב, און מיר קענען קוים משיג זיין זיינע שיחות חולין, איז בעסער זיך צו פילעווען וואס זיינע נאכפאלגער פריערדיגע צדיקים פלעגן אונז חזר'ן מיט מער א פשוטע צוגאנג צו גן עדן און גיהנם, און דאס איז, גיהנם איז א מאסיווער שרעקעוודיגע פלאץ וואס לויט א טייל ראשונים איז עס א שלהבת אש העולים ומלהיבים עד צית שמיא, הייסער פון דער הייסטער מציאות אויף די וועלט, שוידערליך, און ביטערליך, און מען רייסט שטיקער פאר איינער וואס טוט נישט רצון השם.
100 פראצענט גערעכט. צער, אריינגערעכנט פיזישער ווייטאג, איז בעצם ביסודו א פונקציע פון עפעס טיפערס און נישט ממשות'דיג.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 1:34 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
לולקע-ציבעך האט געשריבן:קעניגרייך האט געשריבן:די רייד פון בעל שם טוב איז אן קיין צווייפל דברי אלקים חיים, ווערטער וואס האבן א אומצוויידייטיגע משמעות פאר איינער וואס לעבט ווי דער בעל שם הקדוש זכיתו יגן עלינו ועל כל ישראל. אבער פאר אונז פשוטי העם וואס לעבן נישט ווי דער בעל שם טוב, און מיר קענען קוים משיג זיין זיינע שיחות חולין, איז בעסער זיך צו פילעווען וואס זיינע נאכפאלגער פריערדיגע צדיקים פלעגן אונז חזר'ן מיט מער א פשוטע צוגאנג צו גן עדן און גיהנם, און דאס איז, גיהנם איז א מאסיווער שרעקעוודיגע פלאץ וואס לויט א טייל ראשונים איז עס א שלהבת אש העולים ומלהיבים עד צית שמיא, הייסער פון דער הייסטער מציאות אויף די וועלט, שוידערליך, און ביטערליך, און מען רייסט שטיקער פאר איינער וואס טוט נישט רצון השם.
100 פראצענט גערעכט. צער, אריינגערעכנט פיזישער ווייטאג, איז בעצם ביסודו א פונקציע פון עפעס טיפערס און נישט ממשות'דיג[/.
דו זאגסט אז איך בין הונדערט פראצענט גערעכט, אבער דו לייגסט נאכדעם צו א זאץ וואס זענען די אפיזיציע פון מיינע ווערטער.
דער מענטש רעדט זיך איין אז ווען מען זאגט אז עס איז עפס א מין צער, א מין יסורים, א מין ווייטאג, איז עס נישט די זעלבע מיט וואס אונז זענען צוגעוואוינט..
אלזא אהובי ידידי, יענער וועלט איז טאקע אנדערש פון אונזער וועלט, אבער פארן זינדיגען איז דא א גינהם, וואס דאס טוט שרעקליך וויי, עס איז יסורים נוראים, שרעקליך, נורא נוראות, עס איז דא א כף הכלע, וואס דאס מיינט פשוטו כמשמעו מען ווארפט נשמות פון איין עק וועלט צו די אנדערע, די יסורים דערפין איז עד אין סוף, עס לוינט זיך נישט צו זינדיגען ווייל מען באצאלט א שרעקליכע ביטערע פרייז, פון יסורים ומכאובים נוראים מען זאל אפגעהיטן ווערן.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
קעניגרייך האט געשריבן:לולקע-ציבעך האט געשריבן:האב איך דעם שבת געשען אין ספר "בעל שם טוב" (על התורה) אז גיהנום און גן עדן באשטייען באמת פון איין און דער זעלבער זאך. אין גן עדן, ווערט דארט געברענגט אין נאמען פון בעש"ט, הערשט איין מין מציאות פון רוחניות. מענטשן וואס האבן ביי זייער לעבן געפירט א גשמיות'דיגע ווירטשאפט, געפינען זיך פשוט נישט דאס פלאץ דארט, און דאס, אין תוך, איז זייער גיהנום. דאס הייסט, ווי איך פארשטיי עס, אזוי: נאך דעם וואס די נשמה פארלאזט די ערדישע מציאות, קומט זי אריין אין א נייער סארט וועלט, וועמענס חוקים זענען אזעלכע, אז בכדי צו קענען געהעריג פונקציאנירן דארף די נשמה "פארשטיין" צו -- קענען "פילן" און נהנה זיין פון -- א רוחניות'דיגער איבערלעבעניש. א מענטש וואס האט זיך נישט איינגעטינקען, זיך אויסגעארבעט, צו לעבן אין אזא מציאות, טרעפט זיך דארט אין א מצב ענליך ווי איך דא אן קיין לולקע. ער האט נישט וואס צו זוכן דארט; ער ווייסט נישט, כלומר, וויאזוי מען עסט דאס וואס מען שטעלט דארט צו. דאס איז א טיפער צער, א ווייטאג און אן קיין וועג ארויס. דארט שטייט דער מענטש נאקעט פון אלע ערדישע צוגעהערן און חשבונות. די נשמה זיצט דארט פולשטענדיג אנטבלויזט צו יענעם מציאות. און זי קען גארנישט בייטן. זי איז דארט אין גענוי דעם מצב וויאזוי זי האט געלעבט דא.
גן-עדן/גיהנום לויט דעם זענען נישט קיין צוויי באזונדערע מציאות'ן, נאר אותו דבר, די איין-איינציגע ריינע מציאות וואס הערשט דארט. דער חילוק איז נאר וויאזוי יענער מצב רופט זיך אפ ביים מענטש.
די רייד פון בעל שם טוב איז אן קיין צווייפל דברי אלקים חיים, ווערטער וואס האבן א אומצוויידייטיגע משמעות פאר איינער וואס לעבט ווי דער בעל שם הקדוש זכיתו יגן עלינו ועל כל ישראל. אבער פאר אונז פשוטי העם וואס לעבן נישט ווי דער בעל שם טוב, און מיר קענען קוים משיג זיין זיינע שיחות חולין, איז בעסער זיך צו פילעווען וואס זיינע נאכפאלגער פריערדיגע צדיקים פלעגן אונז חזר'ן מיט מער א פשוטע צוגאנג צו גן עדן און גיהנם, און דאס איז, גיהנם איז א מאסיווער שרעקעוודיגע פלאץ וואס לויט א טייל ראשונים איז עס א שלהבת אש העולים ומלהיבים עד צית שמיא, הייסער פון דער הייסטער מציאות אויף די וועלט, שוידערליך, און ביטערליך, און מען רייסט שטיקער פאר איינער וואס טוט נישט רצון השם.
הייסט עס אז קעניגרייך איז מחליט וועלכע דרגא מיר זענען, און ער מאכט דערנאך א החלטה וואס איז בעסער פאר אונז. מיט וועלכע סמכות ווילט איר אונז מחייב זיין אנצונעמען אייער רעקאמאנדאציע?
אונז (פשוטי עם אדער נישט) אע"פ מיר לעבן נישט ווי דער בעל שם טוב, און על אף מיר קענען קוין משיג זיין זיינע שיחות חולין, איז נאך אלץ גוט צו פילעווען אין זיינע אייגענע ווערטער פונקט ווי אין די ווערטער פון זיינע נאכפאלגער. דאס איז מיין רעקאמאנדאציע. והבוחר יבחר.
אגב, אויב קענט איר זיין אזוי גוט און מיר צוצייכענען מראי מקומות צו די פריערדיגע צדיקים וועלכע פלעגן חזר'ן מיט אונז די מער פשוט'ערע מציאות'ן וועלכע איך אייך מכיר טובה זיין. (חוץ ראשית חכמה.)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
יידל, איך וויל פארשטיין עפעס אנדערש. אויב איז קעניגרייך מודה אז דער מהלך פון בעל שם טוב איז די ריכטיגע, וואסארא מהלך איז דאס צו מחנך זיין קינדער און ערוואקסענע מיט ליגנט? ער קען זאגן אז ער איז מחולק מיט'ן בעל שם טוב. אבער צו זאגן אז דאס איז דער אמת אבער איך וויל אויסלערנען מיינע קינדער א פרעכער ליגנט, הזאת נעמי, דאס איז די תורה אין וואס עס שטייט מדבר שקר תרחק און דרכיה דרכי נועם?
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל
יאיר האט געשריבן:יידל, איך וויל פארשטיין עפעס אנדערש. אויב איז קעניגרייך מודה אז דער מהלך פון בעל שם טוב איז די ריכטיגע, וואסארא מהלך איז דאס צו מחנך זיין קינדער און ערוואקסענע מיט ליגנט? ער קען זאגן אז ער איז מחולק מיט'ן בעל שם טוב. אבער צו זאגן אז דאס איז דער אמת אבער איך וויל אויסלערנען מיינע קינדער א פרעכער ליגנט, הזאת נעמי, דאס איז די תורה אין וואס עס שטייט מדבר שקר תרחק און דרכיה דרכי נועם?
זאען זאכען פאר פשוטי עם וואס זיי קענען נישט דערהייבען, איז דרכי נועם?