DotCom האט געשריבן:למען תדע - פרשת בא
sweet stuff
איך אויך האט געשריבן:ר' קופי איך ווינש דיר זאלס נאר איינמאל אריינפאלן צו דעם ש-ד בצורת אדם אין די הענט און נאכדעם עמער זעהן וואס פארא טוכעס-קראצער דו ביסט. גרויסע צולייגר אויף יענעם'ס חשבון.
קופערניקוס האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:ר' קופי איך ווינש דיר זאלס נאר איינמאל אריינפאלן צו דעם ש-ד בצורת אדם אין די הענט און נאכדעם עמער זעהן וואס פארא טוכעס-קראצער דו ביסט. גרויסע צולייגר אויף יענעם'ס חשבון.
ווער רעדט וועגן דעם ש-ד, מען רעדט דא וועגן קליינע קינדערלעך וואס האבן ליב צו שלאפן מיט א דאלי אין בעט, א צומי אין מויל, אביסל רוהיגקייט און זיסע חלומות. זיי ווייסן נישט פון זייער טאטעס פינסטערע אגענדעס און דא זעען זיי ריזיגע גראבע טאטעס באזינגען זייער קאר און האקן אויף זייער פענסטער, מאך מיר א גענאדע, זיי מיר נישט יעצט דן לכף זכות. דאס זענען פינסטערע עלעמענטן וואס האבן קיין רחמנות נישט אויף א קינד!
און רחמנות אין א זייט געלייגט, זענען זיי משוגע? מיינען זיי אז זיי וואוינען אין שאראשפאטאק און מוסרים לייגט מען אריין אין מצה אויווון? ווייסן זיי נישט אז די מחולות ווערט רעקארדירט? ווייסן זיי נישט אז יש שמערל ראזנבערג בבירה? און אז די מידיא וועט זיך כאפן ווי צו א געבראטנס צו אזא ווידיא?
טוה מיר א טובה ר' איך-אויך, זיי דן לכף זכות בעסערע אידן