פאעזיע פארמעסט!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אוהב דעת האט געשריבן:חברה! הערטס, איך האב נאך אין מיין לעבען נישט געשריבען קיין פאעזיע, עטץ האטץ מיר ארויס גענומען פון די כלים מיט ענקערע טאלאנטען, מיין בעט האט מיר היינט ארויס געווארפען 4:30 am און איך האב יעצט גענדיגט שרייבען, איך זאג ענק סאיז א מייסטער ארבעט, איך ווייס נישט אויב איך גיי געווינען נומבער 1 אבער עטץ גייטץ וויינען בכיות אין נישט קענען שלאפען נעכט

Wait and see

איך בין אויך נישט קיין פאעט, אויך נישט קיין פייטן, חוץ פון שרייבן אפאר פאעמעס פארן ווייב בשנים קדמוניות (זי זאגט אז איך בין גוט, אבער יו נאו...) האב איך קיינמאל נישט געטוהן דערין. חוץ אויב שייקספעיר אליינס קומט מיר אין חלום וועל איך ווארשיינליך זיין פון די עלעקטארעט.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

כ'וויל נישט קאלט מאכן קיינעם, אבער איך צי מיך ארויס פונעם פארמעסט (צום צווייטן מאל..) איך טויג נישט פאר קיין פאעזיע, כ'האב פרובירט נעכטן נאכט עס גייט נישט. איך זעה עפעס א סתירה צווישן השראה און חרוזים, צווישן שעפערשקייט און גראמען. אויב איז עס א גוטע מליצה'לע גראמט עס נישט, אויב עס גראמט איז עס נישט צו דער זאך. איך שפיר ווי דער גראם צווינגט מיך זיך באקענען מיט ווערטער וואס איך וויל נישט קענען, אריינשטופען שורות וואס זענען מיר נישט צום הארצן, גאנצעטע פאראגראפן וואס זענען ווי אומגעריפענע געסט, דער פאעם פירט מיר דעם גאנצע געשרייבאכטס אויף א צווייטע טרעק נגד רצוני, ס'איז נישט קיין סוף מעשה במחשבה תחלה. ער איז ווי ילד שקם באביו, אדער אן עבד שמשתלט על ברבו אדער גאר ווי א חפץ שקם על בעליו.
אז איך שרייב האב ליב צו שרייבן ריין פון מיין הארץ ארויס ווי מען זאגט ביי אונז בדם לבבי הטהורה, אן קיין שום מחיצה המבדלת ביני לבין עטי. אזוי איך זאל מיך קענען אויסגיסן אלעס וואס ליגט מיר אויפן הארצן, פאעזיע וועל איך לאזן פאר גרעסערע בעלי כשרונות פון מיר.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פאעזיע מוז נישט גראמען, עס מוז האבן א סדר, א סטרוקטור. אבער ווער זאגט אז עס מוז גראמען
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

@בנימין

ממש א שאד, דיין לעצטע קאמענטאר איבער דיין נישט קענען שרייבן, איז א שטארקע חומר פאר א פאעזיע-שטיק! אמת יאנקל.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

@לעמאן עני אפדעיטס? מיר ווארטן מיט שפאנונג!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מיט אזויפיל @@@@@@@@ פיל איך זיך ווי אויף טוויטער
Under influence
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

טרוקענע אפדעיט

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

היינט איז אריינגעקומען א גאר הערליכע שטיקל, שיין געשריבן און געזעצט,

מיר האבן ערהאלטן אוהב דעת פארטאגס בשורה, און נאך א ניק איז כמעט גרייט!

@קופערניקוס

די האט-ליין איז כמעט פארטיג, דארט וועט מען הערן אפדעיטס און נאכן פארמעסט וועט מען מעלדן די געווינער. אויך וועלן די טייערע חבירים באטייליגטע קענען דארט אויסליינען זייערע שטיקלעך און דערנאך קומט די פעסטיוואל!

אנדערע טענה׳ן אז די פארמעסט דארף מען רופן ׳פאעזיע מאראטטאן׳
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:@בנימין

ממש א שאד, דיין לעצטע קאמענטאר איבער דיין נישט קענען שרייבן פאעזיע, איז א שטארקע חומר פאר א פאעזיע-שטיק! אמת יאנקל.

האסט געכאפט דעם עסק לעמען,ממש דאס איז געווען דעם תוכן פון מיין פאעם, כ'האב געהאלטן אז עס וועט זיין א חידוש אין עולם הפאעזיע א פאעם אויף פאעזיע, אבער דער פראבלעם איז געווען אז דאס גופא איז אויך פארקירעוועט צו אנדערע נושאים מחמת די פארשאלטענע כללים פון דאס געמיינהייט ווואס רופט זיך פאעזיע.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

בענדזשאמין, האסטו געוואוסט אז פאעזיע דארף נישט גראמען? (איך אויך נישט, ביז מ'האט מיר אנטפלעקט דעם סוד)

--
די אויבערשטע האב איך געשריבן בעפאר כ'האב געליינט די תגובות פון יאנקל און קופערניקוס אויבן, והוא רחום יכפר עווני פארן זיין כהדיוט קופץ.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיין ווייב זאגט מיר היינט צופרי "א גאנצע נאכט האסטו גערעדט, דערשראקענערהייט, באגאסן מיט קאלטע שווייס און לעמאן דזשוס, און דיינע לעפצן האבן געשעפשעט "פאעזיע... פאעזיע.. פאעזיע" וואס איז דאס די דיבוק?
איך האב איר געפרעגט "דאס איז די ערשטע מאל איך רעד אין שלאף,? זאגט זי מיר " ניין, די פלעגסטו זאגן א גאנצע נאכט "סומאטאכע, סומאטאכע," שוין, צו דעם האב איך זיך שוין צוגעוואוינט, אבער יעצט א פרישע דיבוק "פאעזיע." ?
איך בין ענק נישט מוחל טייערע ידידים!
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

T
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך קאמפיאטער »

מעג עס זיין אין ענגליש?
actually; i'm using my blackberry more than my computer
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

די פאעזיע מוז זיין אויף יידיש?, וואס זאל איך טוהן אז מיין נשמה באקומט א טעלעגראם דווקא אויף ענגליש, לשון הקודש, העברייאיש, אראמיש, אדער פראנצויזיש?
--
קאמפיאטאר האקט און פרעגט די זעלבע שאלה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

וואו! טעלעפאטיע?
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

נישט סתם טעלעפאטיע נאר עפעס א סארט ווייערלעס טעלעפאטיע פון מענטשן וואס קענען זיך נישט (לכאורה) אפילו! גיימיר ארויס געבן די פרישע אויסטרעף?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

יאנקל האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:פאעזיע מוז נישט גראמען, עס מוז האבן א סדר, א סטרוקטור. אבער ווער זאגט אז עס מוז גראמען

אט אזוי. בנימין, זע דעם אשכול: וואס איז פאעזיע?

איך בין פון דארט ארויס נאכמער צומישט, וואס איז יא פאעזיע און וואס נישט? :? אפשר קען איך יא??!
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

טייערע ברודער, איך העט ווען געוואלט שרייבען אפאר שיינע זאצען ארויסצוברענגען מיין שטארקע הערצה פאר אלעם וואס גייט דא פאר. ובפרט זה האחרון, דער פאעזיע פארמעסט. אבער תבן אתה מכניס לאפרים? קען איך דען עפעס צולייגען ווען מיר האבען אזעלכע גיבורי רוח ווי לעמאן דזויס, קופערניקעס, ועוד רבות שא"א לפרטם כי רבים הם? וועל איך נאר אויב אזוי זאגען דעם אמת אין א פאר טרוקענע נארישע ווערטער.
די רעיון פון א פאעזיע פארמעסט, פון פרובירן אביסעלע אנקוקען די וועלט מיט אנדער גלעזער, ארויסגיין אפאר געבענטשטע מינוט פין די פחדים פינעם אייגענעם שאטן, לאזען די הארץ געוועלטיגען אויף דעם עבד כי ישלוט, קען טראגען גאר ווייט. איך קען קוים ווארטען מיטצולאכען, מיטוויינען, און איבער אלעם, באמת מיטשפירען, די השראה ענקערע/אונזערע. א הארציגען ישר כח פאר די ממציאים פון דעם רעיון, פאר די ארגאנאזירערס, און פאר די משתתפים.
מיין ברכה פין טיפען הארץ אז דאס זאל זיין בהצלחה מרובה, עס זאל זיך שרייבען און שרייבען עד שיבלו קולמוסיכם מלהוסיף דיו. א דאנק.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

משה געציל האט געשריבן:נישט סתם טעלעפאטיע נאר עפעס א סארט ווייערלעס טעלעפאטיע פון מענטשן וואס קענען זיך נישט (לכאורה) אפילו! גיימיר ארויס געבן די פרישע אויסטרעף?

וואס מיינט "זיך קענען"? מ'מוז וויסען ווי אזוי יענער זעט אויס? עיוור יוכיח, אלא מאי? מ'מוז וויסען וואסערע ווערטער זיינע עלטערן האבן אריינגעלייגט אינעם געבורט צערטיפיקאט?
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

טרוקענע אפדעיט

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

חברה, עס איז מיר נארוואס אריינגעקומען א גאר רירנדע שטיקל! איך מיין איך גיי מיר ארויסציען פונעם מאראטטאן, איך ציטער צו זיין די ענדגילטיגע נומער לעצט

דרך אגב, איך מוטשע מיך זייער צו טרעפן א פאסיגע נושא, אפשר מיט׳ן אנקומענדן שניי גאסט דעם שבת וועט מיר עפעס געלונגען. ולה׳ הישועה
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

לעיקוואד, קאמפיאטער, די איצטיגע מאראטטאן איז פאר אידישע שטיקלעך, ביטע פרובירט אין אידיש מיר ווילן אייך האבן.

אויב ממש אוממעגליך, דאן וועט איר מוזן ווארטן אויפן קומענדיגן ביי-לינגואל פארמעסט, וה״ה די לשון קודש׳ע און העברעאישע

נאך א עצה האב איך, קענסט אריינשיקן און ביי אונז אין ביורא וועלן חבירים עס פרובירן איבערזעצן, אויב ס׳ממש פארשטאפט דאס אידיש פונק.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פארוואס זאל מען נישט לאזן אין אנדערע שפראכן אויך? ביטע, כ'זע נישט פארוואס מ'זאל פארבאטן לשה"ק אדער העברעאיש. ווער איז מיט מיר?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

לעמאן דזשוס
א טריקענע אופדעיט ביטע
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האלט אז מען זאל לאזן לשון קודש-העברעאיש אויך פאר דריי סיבות:
איינס ווייל פארוואס זאל נישט יעדער האבן א געלעגנהייט, אויך די וואס זענען באקוועמער מיט לשון קודש?
צווייטנס לשון קודש איז א הערליכע פאעטישע שפראך.
דריטנס, יידל האלט אזוי, ומי יבוא אחר המלך?
פארשפארט