געאגראפיע דעמאגראפיע און אלעס אינדערמיט

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

געאגראפיע דעמאגראפיע און אלעס אינדערמיט

שליחה דורך עוד מישהו »

איך בין שוין לאנג נישט געווען אין קאווע שטיבל, איך דארף דאנקען דעם באשעפער, אז איך האב געקענט טרעפן צייט זיך אוועקזעצן שרייבן.

ביי די היינטיגע פראפעסארן און געלערנטע הערשט די מיינונג, אז אויב וועט די וועלט ממשיך זיין וואו עס האלט יעצט, וועט מען ליידן פון הונגער אין מערערע טיילן פון די וועלט. ביי אונז אידן לאכט מען זיך אויס פון די סארט נביאות'ער און שטערן זעער, און דאס לעבן זעצט פאר מיט א שטורעם.

כלפי מה דברים אמורים, די באפעלקערונג פון די וועלט האלט היינט ביי זיבן מיליארד (ביליאן וואו מ'זאגט אין אמעריקע) מענטשן, די נאטורליכע וואוקס פון די מענטשן וואקסט גאר שנעל אין די לעצטע פופציג יאר, די לעבנס ראטע האלט אין איין ארויף גיין, מענטשן לעבן היינט אין די מערב וועלט אין דורכשניט בערך אכציג יאר, אין די דריטע וועלט לענדער האט זיך די רפואה אויך פארבעסערט, פארשטייט זיך יעדע לאנד אויף א צווייטע שטאפל. די געבורט ראטע ביי דריטע וועלט לענדער האט זיך געהעכערט א דאנק די רפואה, אבער רוב פון די מענטשן וואקסן אויף אומוויסנד און אין שטארקע ארעמקייט, אזאך וואס האט צוגעברענגט אז עטליכע לענדער אין אפריקע ליידן שוין פון הונגער.

ביי די מערב וועלט זענען זאכן גאר אנדערש, אין אייראפע איז די לעבנס ראטע גאנץ הויעך, די געבורט ראטע איז שטארק נידריג, און די נאטורליכע וואוקס שטייט אין אפאר לענדער ביי א מינוס, אונגארן לדוגמא פארלירט מענטשן יעדע יאר. אנדערע לענדער וואו ביי די פראנצויזן זענען דא זייער נידריגע געבורטן אבער ביי די מולמענער אימיגראנטן זענען די געבורט ראטעס גאר הויעך, אויב וועט עס גיין ווייטער ווי ביז יעצט, וועלן די פראנצויזן ווערן א מינאריטעט גרופע אין זייער אייגן לאנד, א זאך וואס קען שוין געשען אין 2030. די דורכשניטליכע פראנצויזישע משפחה האט נאר איין קינד.

אין די פאראייניגטע שטאטן איז אביסל בעסער, די דורכשניט אין אמעריקע איז צוויי קינדער פאר א משפחה.

א שטיקל הקדמה, די נאטורליכע וואוקס באשטייט פון עטליכע איינצלהייטן וואס מוזן גענומען ווערן אין באטראכט. געבורט ראטע, וויפיל קינדער עס ווערן געבוירן יעדעס יאר. טויטפעלער, וויפיל מענטשן עס זענען געשטארבן אין די יאר. עמיגראנטן, וויפיל מענטשן פון די לאנד, שטאט אדער געגנט, זענען אריבער וואוינען אין א צווייטע לאנד, שטאט אדער געגנט. אימיגראנטן, וויפיל מענטשן זענען געקומען וואוינען אין די לאנד שטאט אדער געגנט. נאכן צאמשטעלן די אינפארמאציע קען זיך ארויסשטעלן א בילד, וויפיל איז די נאטורליכע וואוקס געווען אין יענע יאר.

יעצט די שאלה וואס אסאך פארשער אין פראפעסארן מוטשענען זיך מיט דעם, איז צו קען די וועלט ווייטער אנגיין אזוי, צו וועט די מענטשהייט אנהייבן צו ליידן פון די אומקאנטראלירטע און ווילדע וואוקס אין געוויסע לענדער אין די וועלט.

יעצט מיין דוגמא וועט מסתמא זיין א שלעכטע, אבער דאס איז א לאנד וואס איז נאנט יעדן צום הארצן, יעדער איינער אויף א צווייטע אופן.
מדינת ישראל איז א קליינע לאנד, די שטח איז גרויס בערך 22,000 סקווער קילאמעטער, 8,019 סקווער מייל. די נאטורליכע וואוקס איז פון די העכסטע אין די מערב וועלט לענדער, די דורכשניט איז דריי קינדער פער משפחה, די נאטורליכע וואוקס איז 2 פראצענט יערליך שוין די לעצטע פאר יאר.

פאר איינער וואס וויל פארשטיין אין נומערן פון וואס מ'רעדט דא, וועל איך שרייבן מיט יארן. אין תש"ח ביי די גרינדונג פון די מדינה, האבן געוואוינט אין 650 טויזענט אידן אין די שטח פון מדינת ישראל, אין נישט מער ווי 8 יאר שפעטער האבן שוין געוואוינט אין ארץ ישראל מער פון דאפעלט פון דעם, 1,203 מיליאן. אין תשל"ב האבן שוין געוואוינט אין מדינת ישראל נאך איין און א האלב מיליאן איינוואוינער, אלעס צוזאמען 2,752 מיליאן. ס'קומט אויס א אז די אידן זענען געוואקסן אין קארגע 25 יאר מיט 450 פראצענט, אדער די באפעלקערונג איז געדאפעלט פיר און א האלב מאל אין קוים 25 יאר.

ביז תש"נ ווען קאמוניזם איז צעפאלן, איז די באפעלקערונג נישט אזוי שטארק געוואקסן, אבער דעמאלס האבן אנגעהויבן קומען מאסן עולים, בערך א מיליאן, וואס האט נאכגעלאזט אין די צווייטע האלב פון די נ' יארן.

וואס איז געשען אבער איז אזוי, 90 פראצענט פון די איינוואוינער לעבן אין שטעט, א חלק פון די שטעט זענען שוין כמעט אויסגעוואקסן פון זייער שטח, א דוגמא איז תל אביב אדער חיפה, תל אביב נאכן כמעט אויסנוצן די גאנצע שטח, האט אנגעהויבן בויען אין די הייעך. חיפה האט אנגעהויבן פארלירן איר גלאנץ און ווייניג מענטשן קומען אהין וואוינען, צוליב עטליכע סיבות.

פון די 6 מיליאן אידן אין מדינת ישראל, קאנצעטרירן זיך צווישן 2 און האלב צו 3 מיליאן, און די צענטער געגנט פון גדרה ביז חדרה, נאך כמעט א מיליאן אין ירושלים, נאך א מיליאן אין חיפה אומגעגגנט, די רעשט איבער די לאנד.

איינע פון די שטערקסטע אינדוסטריעס אין מדינת ישראל, איז אגריקולטור און פארגעשריטענע טעכנאלאגיע וואס האט מיט ערד ארבעט צו טון. אמאל זענען די היינטיגע שטעט געווען דערפער מיט פעלדער פון פרוכט, גרינצייג, תבואה, בהמות און עופות, א זאך וואס האט געראטעוועט מדינת ישראל אין אירע ערשטע יארן. די מציאות אז פון די דערפער זענען געווארן שטעט, האט געצווינגען די מענטשן וואס האבן געוואלט בלייבן פעלד ארבעטער, צו זוכן אנדערע שטחים פאר ביליג. די איינציגסטע פלאץ וואס די מדינה האט פארגעשלאגן פאר די מענטשן, איז אין די נגב וואס איז שוואך באוואוינט.

אויף די אלטע פעלדער האט מען געבויט הייזער, גאסן אדער שאסייען, און געבויט גאנצע שטעט. די פראבלעם דערפון איז עטליכע: איינס אין צענטער רעגנט פיל מער ווי אין נגב, וואס מיינט אז גרינצייג צו אנדערע זאכן וואס דארפן האבן וואסער צו קענען וואקסן, דארף מען יעצט באוואסערן וויבאלד אין דרום רעגנט ווייניגער, ווען אמאל האט מען נישט געדארפט, א זאך וואס נוצט אויס א טייער ארטיקל אין ארץ ישראל. צוויי, די פארבויטע שטחים האלט אפ רעגן וואסער פון אריין דרינגן אונטער די ערד, א זאך וואס פעלט זיך אויס אז די קוועלער זאלן זיך נישט אויסטרוקענען, וויבאלד עס איז פארבויט טרוקענען זיך די קוועלער צוביסלעך אויס.

די באפעלקערונג וואקסט, און די פארלאנג פאר נייע הייזער און געביידעס פאר די פובליק ענדיגט זיך נישט, אסאך פלעצער זענען זייער ענג אין דירות, און נישט אייביג מעג מען בויען, און נישט אויף יעדע פלאץ קען מען בויען, א זאך וואס ברענגט צו צו בויען אין די נגב, אויף די חשבון פון פארמער און די אגריקולטור.

פארהאן אזעלכע וואס טענה'ן, אז עס איז בעסער אפצולאזן די עסן אינדוסטריע, און זיך פארלייגן אויף צוויי אנדערע שטארקע פעלדער, אין וואס מדינת ישראל צייכענט זיך אויס: איינס איז היי טעק, די צווייטע איז רפואה, כעמיקאלן און ענליכס. רויע עסן מאטריאל קען מען קויפן פון אנדערע לענדער, אויסארבעטן אין מדינת ישראל און פארקויפן ווייטער. די חסרון דערפון איז, אז אימפארטירטע עסן קאסט גאר טייער, און דער חוב פאר דרויסענדיגע לענדער וועט וואקסן, אויסער דעם וואו ווייניגער מ'איז אנגעוואנדן אויף פרעמדע לענדער איז אלס בעסער, וואו נאכן גרינדונג פון די מדינה, איז מען געווען כמעט איזאלירט פון די וועלט, די אראבישע לענדער האבן מחרים געווען מדינת ישראל, אייראפעאישע לענדער האבן מורא געהאט אז די אראבערס וועלן זיי באיקאטירן, פארן טוען ביזנעס מיט מדינת ישראל, אבער א דאנק די אייגענע עסן אינדוסטריע האט מען עס דורכגעשוויצט.

נו וואס זאגן ענק? די פראפעסארן און געלערנטע האלטן, מ'זאל האבן ווייניגער קינדער כדי די וועלט זאל נישט אויסוואקסן, די אידן האלטן אז מדארף און מ'טאר נישט טראכטן אזוי. איך וואין אין ארץ ישראל און איך זע די מצב דא, איך האלט נישט ס'וועט ווערן הונגער, אבער דאס אז ס'איז ענג פאר די מענטשן און ס'איז דא א מאנגל אין פלאץ איז א מציאות.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

די נאטורליכע וואוקס אין מדינת ישראל, איז פון די העכסטע אין די מערב וועלט לענדער, בערך 2 פראצענט א יאר, דאס מיינט נאכן צאמרעכענען געבוירענע געשטארבענע און ניי געקומענע, און מענטשן וואס האבן אויסגעוואנדערט. די פראצענט איז זייער הויעך אין קעגנזאץ צו די אייראפעאישע לענדער.

קיינער צווינגט קיינעם נישט וויפיל קינדער צו האבן, די מערב וועלט איז ברובו א דעמאקראטישע וועלט, און יעדע בירגער האט א רעכט צו טוען וואו ער פארשטייט. די שאלה איז דא נאר, צו זאל א לאנד אונטערנעמען שריט אויפצוקלערן מענטשן, אז ס'איז בעסער צו האבן קלענערע משפחות, אדער לאזן לויפן.

די גאנצע זאך וואס איך האב געשריבן וועגן די עתיד איז א טעאריע, וואס וועט געשען ווייסן אונז נישט, און די זעלבע איז מיט די דעמאגראפער וואס האלטן אז די באפעלקערונג וועט ווערן קלענער, קען זיין זיי האלטן אויך אז מ'גייט אמאל הונגערן. ס'איז אלס טעאריעס
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וואס וועט זיין אז מען זאל נישט קאנצעטרירן אויף די אלט-געזעסענע איינוואוינער, נאר אויפהערן מיט די עליה פראפעגאנדע פון ארויפשלעפן אזויפיל רוסים דארטן, און איבערטייטשן אלע טאוולען אויף רוסיש (ממש ווי ביי אונז אין אמעריקע אויף ספאניש), און נישט אריינלאזן די מאסן שווארצע שקצים פון אינדיע און ארום וועלכע מאכן דארטן א חורבן, און פאקוסירן מער אויף דעם חלק?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

א דאנק עוד מישהוא פאר די ברייטע ידיעות מיט וואס דו האסט אונז באשאנקען. ספעציעל איז דאס וויכטיג פאר אונזערע היימישע אידן מען זאל וויסן צו האבן ווייניגער ווי צוועלף קינדער ווייל אויב נישט קען די וועלט קען חלילה אונטערגיין.
למעשה, צו דארפן מיר זיך טאקע זארגן? ווי יאנקל האט שוין אנגעמערקט, קען מען נישט ארויסלערנען פון מדינת ישראל אויף אנדערע ערטער, עס קען אבער יא זיין א גוטער משל וואס קען פאסירן אויב מיר וועלן אנהייבן ליידן פון overpopulation. פון די אנדערע זייט לייג איך גרויסע האפנונגען אויף די מענטשליכע ראסע אז זיי וועלן שוין אויפקומען מיט עפעס א טעכניק ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן, מיט זייערע מוחות זענען זיי שטערקער ווי די מעכטיגע דיינעסארס וואס זענען געגאנגען עקסטינקט מיליאנען יארן צוריק. מען דארף נישט מער ווי געבן א בליק אויף היסטאריע. ווען מען האט זיך געזארגט אז ס'וועט נישט זיין מער גענוג עסן, זענען די צוויי אידישע גאונים האבער און באש אויפגעקומען מיט א טעכניק ווי אזוי צו באשאפן פערטילייזערס און נישט דארפן צוקומען צו נאטורליכע מיטלען צו באמיסטיגן די פעלדער. היינט לעבן ביליאנען מענטשן אויף די המצאה. אמאל האבן שווארצע נביאות זאגער געמאכט א חשבון אז ביז פופציג יאר וועט נישט זיין מער גענוג גראז פאר די בהמות וואס וועלן אויספעלן צו פירן די מענטשן, איז מען אויפגעקומען מיט אזא טעכניק וואס רופט זיך א 'קאר'. יא, יא, רבות מחשבות בלב איש, ועצת ה' היא תקום.
אבער וואס יאנקל זאגט פארשטיי איך נישט, פארוואס וועט די פאפולאציע פלוצלינג אנהייבן אראפגיין אין די מיד טווענטי פירסט סענטורי?
נאך א נקודה, היינט האבן מערב וועלט מענטשן אזוי ווייניג קינדער, אז איך ווייס נישט וויפיל מען קען נאך איינציען. א ריזיגע חלק פון די קינדער ווערן געבוירן נישט לעגיטים, וואס מען קען סייווי געווענליך נישט באווארענען.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

די שאלה איז, וואס מיינט פרו ורבו *ומלאו את הארץ*? איז דא א פונקט ווי דארט איז די ארץ מלא?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

יישר כח יאיר. האסט שטארקע נקודות, איך האב טאקע געשריבן אז די דוגמא וועט זיין א שלעכטע, און דאס האב איך טאקע געמיינט, מדינת ישראל איז די איינציגסטע מערב וועלט לאנד, וואס האט אזא הויכע געבורט ראטע, וואו אויך איז עס די איינציגסטע לאנד אין די וועלט וואס האט אריינגענומען אזויפיל אימיגראנטן, מער וואו אירע איינוואינער דורכאויס די קורצע היסטאריע פון 64 יאר.

וואס יאנקל האט געשריבן קוקט אויס צו זיין א סיטואציע פון הונגער וכדו', איך ווייס נישט פונקטליך וואס ער מיינט, אבער אין די וועלט איז אנגענומען אז ווען מ'גייט אריבער א שווערע צייט האט מען ווייניגער קינדער, איינמאל די שווערע צייט איז אריבער, דעמאלסט ווערן געבוירן אסאך, למשל בעיבי בומערס אין אמעריקע און אייראפע.

לגבי דיין זאך פון די קאר ערפינדונג, היינט זארגט מען זיך צו ס'איז דא גענוג גאז, פונקט וואו שטרוי פאר די בהמות דעמאלסט.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

שמעקעדיג האט געשריבן:וואס וועט זיין אז מען זאל נישט קאנצעטרירן אויף די אלט-געזעסענע איינוואוינער, נאר אויפהערן מיט די עליה פראפעגאנדע פון ארויפשלעפן אזויפיל רוסים דארטן, און איבערטייטשן אלע טאוולען אויף רוסיש (ממש ווי ביי אונז אין אמעריקע אויף ספאניש), און נישט אריינלאזן די מאסן שווארצע שקצים פון אינדיע און ארום וועלכע מאכן דארטן א חורבן, און פאקוסירן מער אויף דעם חלק?


מיסטער שמעקעדיג, אלס הלכה'דיגע פראבלעם מיט די רוסישע עולים, פארשטיי איך דיין טענה, אבער אלס עקאנאמיש נישט, רוב פון זיי זענען שטודירטע, אסאך פראפעסארן, דאקטוירים. די מדינה האט נאר בענעפיטירט פון זיי, סיי טעכנאלאגיש היי טעק און סיי סייענטיפיש און רפואה, כעמיקאלן, און מיליטערישע סייענטיפישע ערפינדונגען, איז א דאנק די רוסישע עלי'.

דיין טענה מיט די שווארצע איז אזוי, אינדיאנער זענען כמעט נישטא, די שווארצע פון סודאן און עריטרעא, זענען אומלעגאל דא וואס מ'דארף צוריקשיקן וואו אמשנעלסטן. דא זענען דא ארבעטער פון די פיליפינען און טיילאנד, זיי זענען מענטשן וואס זענען גרייט צו טוען געוויסע ארבעט וואס קיינער וויל נישט טוען, וואו קלויבן פרוכט פון ציטראס ביימער, אדער קלויבן קיווי, און נאך פארשידענע ארבעט.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

יידל האט געשריבן:די שאלה איז, וואס מיינט פרו ורבו *ומלאו את הארץ*? איז דא א פונקט ווי דארט איז די ארץ מלא?


ס'ווענט זיך וואו אזוי דו קוקסט אן די גלאז פיל אדער ליידיג.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

עוד מישהו האט געשריבן:לגבי דיין זאך פון די קאר ערפינדונג, היינט זארגט מען זיך צו ס'איז דא גענוג גאז, פונקט וואו שטרוי פאר די בהמות דעמאלסט.

אט דאס איז א גוטע עקזעמפל, נאך פאר די גאז גייט אויס איז מען שוין אויפגעקומען מיט הייבריד און עלעקטערישע אויטאס. פארפאלן, ס'וועט זיי גארנישט העלפן. אזוי לאנג ווי גאט וויל האלטן זיין וועלטל אפן קענען די שווארץ זעערס זאגן וואס זיי ווילן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יידל האט געשריבן:די שאלה איז, וואס מיינט פרו ורבו *ומלאו את הארץ*? איז דא א פונקט ווי דארט איז די ארץ מלא?

די אלע פוטעריסטן, גרויסע חכמים וואס זיי זענען, ס'איז אלעס תלוי אין דעם פשט פון א פסוק חומש! וויפיל מאל דארף איך ענק מסביר זיין אז אלעס ליגט אין די תורה???
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שמעקעדיג, די פיליפינער זענען גענוי ווי די ספאנישע ביי אונז - זיי טוען די נידריגסטע-קלאס ארבעט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

המשך

שליחה דורך עוד מישהו »

ס'איז דא זייער א וויכטיגע נקודה צוצילייגן, איך האב נעכטן נישט געהאט קיין כח צו שרייבן וועגן דעם, ווייל עס איז וואו א צווייטע פרק אין די געאגראפיע דעמאגראפיע פראבלעם.

כינע איז וואו באקאנט א לאנד מיט די גרעסטע באפעלקערונג אין די וועלט, (אויסער אויב אינדיע האט זיי שוין אויסגעכאפט, איך ווייס נישט). מיט מער פון א מיליארד איינוואינער אין לאנד. די רעגירונג האט ארויסגעגעבן א געזעץ שוין יארן צוריק, וואס באגרעניצט דאס האבן קינדער צו בלויז איין קינד.

די תוצאה זעט מען שוין היינט, און עס איז גאר א שרעקליכע, צוויי הויפט סיבות: איינס מענטשן ווילן ענדערש האבן זון וואו טעכטער, און דעריבער זענען היינט דא דארט 118 אינגלעך קעגן יעדע 100 מיידלעך.

די צווייטע סיבה, וואס וועט קענען שאדן מאכן אין א שפעטער פאזע, וואס דערקענט זיך דערווייל נישט אן, איז אן עקאנאמישע פינאנציעלע פראבלעם,
די לעבנס ראטע אין כינע גייט ארויף, און די מענטשן וואס דערגרייכן פענסיע ווערט העכער און העכער, פאר יעדע פארפאלק איז נאר דא איין קינד וואס קען אויסהאלטן אדער העלפן די עלטערן אין די תקופה. יעצט איז דא 70 פראצענט מענטשן בערך וואס זענען אין די ארבעטספעאיגע יארן, אבער צוביסלעך וועט די באפעלקערונג זיך עלטערן, און קינדער איבערצונעמען איז נישטא צופיל. דאס מיינט, אז אין נישט צו לאנג ארום, וועט יעדע מענטש וואס ארבעט אין כינע, מוזן ארבעטן צו דעקן צוויי אדער מער מענטשן וואס ארבעטן נישט. וואו עס האלט שוין האלט עס אין איין וואקסן.

די רעגירונג דארט האט איינגעזען די פראבלעם אין די געזעץ, האבן זיי אנגעהויבן געבן ערלויבעניש פאר די דארפישע מענטשן, וואס האבן בלויז א טאכטער, צו מעגן האבן נאך א קינד א זון. א זאך וואס איז נישט גענוג צו קענען מאכן זיכער, אז אין דרייסיג יאר ארום, וועלן זיין גענוג ארבעטער צו קענען פארדינען גענוג צו אויסהאלטן דריי אדער פיר מענטשן וואס ארבעטן נישט.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

עוד מישהו האט געשריבן:פאר יעדע פארפאלק איז נאר דא איין קינד וואס קען אויסהאלטן אדער העלפן די עלטערן אין די תקופה.

הה"ד: לתת שכר למביאיהם.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

געאגראפיע-דעמאגראפיע אראבישע אדער מוסלמענישע לענדער

שליחה דורך עוד מישהו »

איראן איז באקאנט אלס עקסטרעם שיאטיש מוסלמענער לאנד, הגם די שיאטן זענען נישט קיין גרויסע רוב אין די לאנד. איראן האט אויסער פערסן, וואס מאכן אויס ארום 51 פראצענט, אראבער, קורדן, ארמענער און נאך אנדערע מינאריטעטן.

די באפעלקערונג פלעגט וואקסן כמעט ווי אויף הייוון, די נאטורליכע וואוקס איז געשטיגן אין די לעצטע יארן גאר הויעך. די אפציעלע שטעלונג פון די לאנד שטיצט דאס האבן מערערע קינדער, זייענדיג א שטארק רעליגיעזע מוסלמענישע לאנד. אין די לעצטע יארן אבער באמערקן עטליכע אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס, א רעדוקציע אין די געבורטן אין איראן. אין צוגאב צו דעם ליידט די באפעלקערונג פון די גרויסע שטעט, ווי טעהראן, איספאהאן און אנדערע, פון א שרעקליכע לופט פארפעסטיגונג, וואס ברענגט צו שווערע קרענק צווישן די איינוואוינער, דאס האט גורם געווען אראפצושלעפן די לעבנס ראטע אין די גרויסע שטעט.

טעהראן איז א שטאט אין א טאל צופיסנס פון הויכע בערג גערופן אלבורז. אין די שטאט געפונט זיך א גאנצע רייע פון שווערע אינדוסטריע, וואס רעכנט אריין נעפט רעפיינעריס, אויטא פאבריצירער, און שווערע מאשינעריע, וואו אויבן דערמאנט איז די לופט שטארק פארפעסטעט דארט, די פראפעסארן שאצן אז די סיבה דערצו איז, וויבאלד די בערג האלטן אפ די ווינט צו פארטרייבן די פאלושען, וואס די פעקטאריס שפייען ארויס פון די קוימענס.

עס געשעט אפט, וואס די איינוואוינער ווערן פארארדענט, צו גיין מיט מאסקעס אויפן געזיכט, כדי נישט אריינצואטעמען די שעדליכע לופט.


יעצט צו אן אנדערע לאנד אין מיטעלן מזרח, וואס האט א גאר אינטרעסאנטע צונויפשטעל אין זייער באפעלקערונג, דאס איז די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, א קליינע לאנד אין פארגלייך מיט אנדערע אראבישע לענדער, עס וואוינען דארט בערך 5 און א האלב מיליאן מענטשן בערך.

אין די עמיראטן, זענען דא 3 מענער קעגן איין פרוי, די העכסטע אזא ראטע אין די וועלט. די סיבה דערצו איז גאר א פשוטע, רוב מענטשן וואס וואינען אין די לאנד זענען אימיגרירער פון אנדערע לענדער, וואס זענען געקומען ארבעטן אין די נעפט אינדוסטריע, אסאך פון זיי פון אראבישע לענדער אדער פון איראן, אבער נישט נאר פון דארט פון ווייטן מזרח זענען אויך געקומען ארבעטער, ווי פון אינדיע און פאקיסטאן.

אין די עמיראטן, זענען ווייניגער פון 20 פראצענט געבוירענע אין די עמיראטן, און קארגע 20 פראצענט האבן בירגערשאפט פון דאס לאנד, 80 פראצענט זענען אויסלענדער, און רוב פון די ארבעטער זענען מענער, דעריבער איז דער דיפערענץ אזוי הויעך צווישן מענער און פרויען.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

די קליפ איז מסביר דעם ענין פון אווערפאפולאציע און צו דאס איז אזא געפאר פאר די וועלט.

אין די April/May אישו פון Popular Science איז געווען א (קליינע) אפהאנדלונג איבער דעם פון עלענאר קומינס. זי דערמאנט יאיר'ס טענה: אז מ'האט זיך אלס געזארגט דערויף און למעשה ביזדערווייל האט די עדווענס פון טעכנאלאגיע דאס באוואוזען צו פארמיטן ב"ה. (דער שטארק קאנסערוואטיווע אוסטין רוס ברענגט אויך ארויף די טענה (אין די קאנטעקסט פון קעגן ליבעראלן...) אין זיין בוך.)

אגב, ס'איז נישט לאנג צוריק ארויסגעקומען א דאקומענטערי, One Child Nation, וואס ווייזט די (הומאנישע) קאסטן פון די "איין קינד" פאליסי אין כינע.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

די יעצטיגע שטודיע/מאדעל זאגט פאר אז ביי 2100 וועט די וועלט פאפולאציע שטיין ביי בערך 8.79 ביליאן מענטשן נאכ׳ן האבן ארויפגעגאנגען צו בערך 9.73 ביליאן מענטשן אין 2064. עס איז אפילו מעגליך א מאדעל פון נאר 6.29-6.88 ביליאן דעמאלטס. דאס גייט בניגוד צו די פּראדזשעקשאן/מאדעל פון די UNPD (פון די UN) וואס זאגט פאר א מספר פון 10.88 ביליאן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך זעה נישט וויאזוי overpopulation זאל זיין א געפאר פאר דאס מענטשליכע מין, די מינוט וואס ס'וועט ווערן א מאנגל אין פלאץ צו וואוינען, איינזייען, אדער פאשען בהמות, די פרייזן וועלן זיך הייבן ביז'ן הימל ארויף, און מענטשן וועלן אנערקענען די מציאות און אויפהערן האבן אזויפיל קינדער.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אין 1710 האט דזשאן אַרבּוטנאָט געזעהן אז פאר די פריערדיגע 82 יאר איז אין לאנדאן אלס געבוירן מער זכרים ווי נקיבות. ער האט גע׳טענה׳ט אז דאס איז געוואלדיג אימפּראַבּעבּל, 1/2 צו די עקספּאָנענט פון 82, וממילא איז דאס א הוכחה אויף השגחת ויד ה׳ וואס שטעלט דאס אויס דייקא אזוי. ניקאלאס בּערנאָלי האט אבער (צווישן אנדערע) גע׳טענה׳ט אז דאס איז נאר אויב נעמט מען אָן דעם **** רעישׁיִאוֺ פון זכרים/נקיבות צו טאקע זיין 1:1 [1/2]. אויב אבער נעמט מען אָן דעם רעישׁיִאוֺ צו זיין 18/35 פאר זכרים קעגן 17/35 פאר נקיבות דאן קען דאס יא זיין מסתבר דורך מקרה גרידא (עפ״י סטאטיסטיקס).

היינט-צו-טאגס איז די **** רעישׁיִאוֺ בערך 103 צו 106 זכרים פאר 100 נקיבות.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

עוד מישהו האט געשריבן:
די תוצאה זעט מען שוין היינט, און עס איז גאר א שרעקליכע, צוויי הויפט סיבות: איינס מענטשן ווילן ענדערש האבן זון וואו טעכטער, און דעריבער זענען היינט דא דארט 118 אינגלעך קעגן יעדע 100 מיידלעך.


וויאזוי מאכן די כינעזער מער אינגלעך ווי מיידלעך? זיי אבארטן אין א שפעטע פאזע, אדער מאכן זיי אלע איי ווי עף?
באניצער אוואטאר
עגלה ערופה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 1:53 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך עגלה ערופה »

איך האב אמאל געהערט פון איינעם אז געווענלעך דער וואס זארגן זיך מיט קליימעט און overpopulation זענען געווענלעך די מענטשן וואס האבן ווייניגער קינדער. ווי קלוגער און מער פארגעשריטען און עדיוקעיטעד מענטשן זענענן, די ווייניגער קינדער האבן זיי. זאגט ער אז ער האלט אז ס'וואלט געדארפט זיין פארקערט, די קלוגע מענטשן זאלן האבן מער קינדער. מ'דארף דאך קלוגע מענטשן אין די קומענדיגע דור. מ'דארף פראפעסארן און סייענטיסטן און ענדזשענירס זאלן סאלוון די פראבלעמען פון קליימעט און איבער-פאפיולאציע (איז בכלל דא אזא ווארט אין אידיש?). שטעל דיך פאר א וועלט ווי רוב מענטשן זענען חרדישע אידן און עקסטרעימע מוסלימענער און קריסטן, אדער אויב ארץ ישראל וועט ווערן רוב חרדים.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

תרמב האט געשריבן:
עוד מישהו האט געשריבן:
די תוצאה זעט מען שוין היינט, און עס איז גאר א שרעקליכע, צוויי הויפט סיבות: איינס מענטשן ווילן ענדערש האבן זון וואו טעכטער, און דעריבער זענען היינט דא דארט 118 אינגלעך קעגן יעדע 100 מיידלעך.


וויאזוי מאכן די כינעזער מער אינגלעך ווי מיידלעך? זיי אבארטן אין א שפעטע פאזע, אדער מאכן זיי אלע איי ווי עף?

אויב געדענק איך גוט איז דא אין כינע א פארקערטע פראבלעם ווייל די געזעץ פלעגט זיין אז אויב מ׳האט געהאט א מיידל האט מען געגעבן נאך איין שאנס צו האבן א אינגל, אויטאמאטיש איז געווארן מער מיידלעך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
עגלה ערופה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 1:53 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך עגלה ערופה »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:
עוד מישהו האט געשריבן:
די תוצאה זעט מען שוין היינט, און עס איז גאר א שרעקליכע, צוויי הויפט סיבות: איינס מענטשן ווילן ענדערש האבן זון וואו טעכטער, און דעריבער זענען היינט דא דארט 118 אינגלעך קעגן יעדע 100 מיידלעך.


וויאזוי מאכן די כינעזער מער אינגלעך ווי מיידלעך? זיי אבארטן אין א שפעטע פאזע, אדער מאכן זיי אלע איי ווי עף?

אויב געדענק איך גוט איז דא אין כינע א פארקערטע פראבלעם ווייל די געזעץ פלעגט זיין אז אויב מ׳האט געהאט א מיידל האט מען געגעבן נאך איין שאנס צו האבן א אינגל, אויטאמאטיש איז געווארן מער מיידלעך.

די חשבון שטימט נישט. נישט קיין חילוק אויב דו האסט געהאט א אינגל אדער א מיידל איז נאכאלץ דא פיפציג פראצענט טשאנס צו האבן א מיידל אדער א אינגל נאכדעם. קומט אויס אזוי: האלב פון די פאפיולאציע וועט האבן נאר איין אינגל, איין פערטל וועט האבן איין מיידל און איין אינגל,און איין פערטל וועט האבן צוויי מיידלעך. אויב מ'רעכנט עס צעזאם, קומט עס אויס האלב אינגלעך און האלב מיידלעך.
באניצער אוואטאר
עגלה ערופה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 1:53 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך עגלה ערופה »

דאס איז גראדע א פראבלעם וואס מ'פלעגט אמאל פרעגן ביי גוגל אינערוויוס.
פארשפארט