אוהב דעת האט געשריבן:חברה! הערטס, איך האב נאך אין מיין לעבען נישט געשריבען קיין פאעזיע, עטץ האטץ מיר ארויס גענומען פון די כלים מיט ענקערע טאלאנטען, מיין בעט האט מיר היינט ארויס געווארפען 4:30 am און איך האב יעצט גענדיגט שרייבען, איך זאג ענק סאיז א מייסטער ארבעט, איך ווייס נישט אויב איך גיי געווינען נומבער 1 אבער עטץ גייטץ וויינען בכיות אין נישט קענען שלאפען נעכט
Wait and see
איך בין אויך נישט קיין פאעט, אויך נישט קיין פייטן, חוץ פון שרייבן אפאר פאעמעס פארן ווייב בשנים קדמוניות (זי זאגט אז איך בין גוט, אבער יו נאו...) האב איך קיינמאל נישט געטוהן דערין. חוץ אויב שייקספעיר אליינס קומט מיר אין חלום וועל איך ווארשיינליך זיין פון די עלעקטארעט.