נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

נפלאות הבריאה והטבע (עפ"י חז"ל)

שליחה דורך שמואל הלוי »

חתול (קעצל)
די גרעסטע שונא פונעם חתול איז דער עכבר (מייז).

כאטשיג די חתול בעצם איז א שטיל באשעפעניש און טשעפעט נישט קיינעם, איז זי אבער א געפערליכע אכזר צום מייזל.

אנדערש ווי אנדערע פארצוקענדע בעלי חיים וואס עסן אויף זייער קרבן נאכן פארצוקן, וועט זי אבער נאכן הרג'ענען דאס מייזל רוב מאל עס נישט אויפעסן, און אפילו ווען זי עסט שוין יא פונעם מייזל וועט זי קוים עסן א משהו פון איר פלייש.

די קעצל וועט נישט גלייך הרג'נען די מייזל, נאר וועט א לענגערע צייט זיך ארום שפילן דורך איר באפרייען און צוריק נאכלויפן און כאפן, ביז צום סוף וועט זי איר הרג'נען.

די טבע פון א קעצל איז אז בייטאג זעהט זי נישט אזוי גוט, אבער ביינאכט זעהט זי גאר גוט.

בייטאג בחצות היום זענען אירע אויגן גאר קליין, און ווערן מיט יעדע שעה גרעסער און גרעסער ביז חצות הלילה ווען אירע אויגן זענען גרויס ביז צום קלימאקס, און ווערן דערנאך קלענער און קלענער ביז חצות היום, וכן חוזרת חלילה.

די חתול פארמאגט אין זיך די מדה פון צניעות, און וועט קיינמאל נישט מטיל רעי זיין קעגן מענטשן, און נישט איבערלאזן איר צואה אויף א עפענטליך פלאץ (עירובין ק:)

עכבר (מייז)
ס'איז דא א געוויסע מין מייז וואס איז האלב פלייש און האלב ערד (חולין קכו.)

א מייז טוט געבוירן 6 קינדער אויפאמאל, און זיי זענען בשעת'ן געבורט גאר קליין אזוי ווי פליגן, אבער זיי ווערן שנעל גרויס, און נאך עטליכע טעג זענען זיי שוין פונקט ווי די מאמע (כנף רננים)

די טבע פון מייז איז אז זייערע פאדערשטע ציינער וואקסן שטענדיג אזוי ווי די נעגל פון א מענטש, און דעריבער פרובירן זיי שטענדיג צו קייען און צורייסן אלעס וואס עס קומט זיי אונטער די האנט כדי אפצושוואכן די כח פון די ציינער.

באשעפענישן אין די לופט
אין די לופט וואס א מענטש אטעמט איז דא בערך 800 ערליי באשעפענישן (דעת שלום-שאץ)

המשך יבא אי"ה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמואל הלוי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר