לענס ארמסטראנג - דער סימבאל פון ליגנט און אפנארעריי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

לענס ארמסטראנג - דער סימבאל פון ליגנט און אפנארעריי

שליחה דורך יאיר »

לענס ארמסטראנג איז א וועלט בארימטער סייקליסט, ער איז שוין צוגעשמידט צום בייק פון אלס קינד, און שטענדיג האט ער זיך אויסגעצייכנט. זייענדיג א שטארקער מענטש מיט אן אייזערנער רצון, פלעגט ער פארן מיט'ן בייק שעות ארוכות יעדן טאג, אין די קעלט און אין די היצן, און שניי און אין רעגן, אויף בערג און אויף טאלן צו עקסערסייזן און צו פארבעסערן זיינע כוחות, ביז ער איז געווארן א וועלט בארימטער טשעמפיאן. ווען ער איז געווען אין די יונגע צוואנציגער יארן, איז אים באפאלן א טראגעדיגע, ער האט באקומען קענסער אויף גאר א האקעלע פלאץ, אויף די טעסטיקלס. די דאקטוירים האבן שיעור אויפגעגעבן האפענונג אויף אים, און ער האט זיך געמוטשעט א לאנגע צייט, ווען אינצווישן האט מען אים געדארפט אראפשניידן איין טעסטיקל, און אזוי אויך האט ער צוליב די טריעטמענטס פארלוירן דעם כוח צו קענען האבן קינדער.

טראץ זיינע שוועריקייטן, האט ער זיך נישט מייאש געווען, און מיט אן אייזערנער רצון האט ער זיך געשלאגן מיט די שווערע מחלה, ביז ער האט עס באקעמפט, און ער איז ארויס א לעבעדיגער. זייענדיג זייער אן אמביציעזער מענטש, האט ער זיך אנגעליינט מיט אלע סארטן ביכער אויף קענסער ביז ער איז געווארן ממש א מומחה אין די סוגיא. ער האט קאנטאקטירט די גרעסטע דאקטוירים, זייענדיג א וועלט בארימטער ספארטלער, און מיט זייער הילף איז ער געווארן אויסגעהיילט. ווען ער איז געקומען צו זיך האט ער געעפנט אן ארגיניזאציע מיט'ן נאמען ליווסטראנג, ספעציעל צו ארויסהעלפן קענסער ליידנדע. די ארגאניזאציע האט זיך שטארק פארגרעסערט, און איז היינט זייער גרויס.

נאך זיין מחלה, האט ער פארלוירן די מוט צו סייקלען, און ער איז אריינגעפאלן אין א יאוש. אינצווישן האט ער געטראפן א מיידל מיט וועמען ער האט זיך פארשטאנען, און זיי זענען געווארן פריינט. פאר איר איז נישט אנגעגאנגען אז ער איז א קענסער איבערלעבער, און זי האט אים כסדר מחזק געווען און געשטיצט אז ער זאל נאכאמאל אנהייבן סייקלען. אפילו ווען דאס האט געמיינט וואוינען זיך צו אריבערציען צו א פרעמדע לאנד פון איין טאג אויפ'ן צווייטן און דארט פראקטיצירן מיט זיינע חבירים און מיטהאלטן מיט די רעיסעס (אויף וואס ער איז געווארן גוט באצאלט דורך די אדווערטייזערס).

נאך עטליכע יאר האט ער באשלאסן צו אנטיילנעמען אין די טור דע פראנס, דאס איז די גרעסטע בייק רעיס, וואו עס נעמען זיך צוזאם צוויי הונדערט בעסטע סייקליסטס פון די גאנצע וועלט, און מען פארט ארום גאנץ פראנקרייך. לענס ארמסטראנג האט זיך אזוי פארבעסערט אין די קורצע צייט, און דאס איז שוין נאכדעם וואס ער איז א קענסער סורווייוואר, אז ער האט געפילט גענוג זיכער ביי זיך צו אנטיילנעמען אין דעם שווערן רעיס. ער האט געפרעקטיסד חדשים לאנג צוזאמען מיט זיינע חבירים, און ענדגילטיג איז אים געלונגען צו קענען אנטיילנעמען.

צו אלעמענ'ס איבערראשונג איז לענס ארמסטראנג אנגעקומען איינע פון די ערשטע אין די רייע!

דעם נעקסטן יאר האט ער נאכאמאל אנטיילגענומען, און ער איז אנגעקומען נאך פריער, און דעם פאלגנדן יאר האט ער געווינען די טור דע פראנס. דאס איז געווען אן אומגלויבליכע דערגרייכונג, וויבאלד די טור דע פראנס ווערט מיטגעהאלטן איבער די גאנצע וועלט, אמעריקע האט גע'יובל'ט מיט איר געלונגענעם סייקליסט, לענס ארמסטראנג און זיין רביצין זענען געווען אין הימל. יעצט איז ער שוין געווען חתונה געהאט מיט איר, און זיי זענען דורך שווערע טריעטמענטס צו קענען האבן א קינד. למעשה האבן זיי געהאט א צווילינג, און צו זייער פרייד איז נישט געווען קיין גרעניץ, א יאר שפעטער האבן זיי געהאט נאך א קינד. און זייער פאמיליע איז געווען ערגענצט. א ליבליכע ווייב, א געלונגענער טאטע, און דריי זיסע קינדער - וואס קען זיין בעסער ווי דעם?

דעם נעקסטן יאר האט ער נאכאמאל אנטיילגענומען, און ער האט נאכאמאל געווינען! אזוי איז אויך געווען דעם פאלגנדן יאר, בשעת די גאנצע וועלט קוקט זיך צו מיט ערשטוינונג, און אזוי איז געווען נאכאמאל און נאכאמאל. זיבן מאל אין א ציה האט ארמסטראנג געווינען די טור דע פראנס, און ער איז אריין אין די גינעס ווארלד בוק אוו רעקארדס. די גאנצע וועלט האט גע'רעש'ט מיט אים, און עס האט אויסגעזען ווי ער האט דערגרייכט דעם שפיץ פון גליק, נאכדעם וואס דאקטוירים האבן שוין אמאל געקלערט צו אויפגעבן אויף זיין לעבן. וואס מען קען אלס דערגרייכן מיט רצון!

א אינספיירינג לעבנס געשיכטע, נישט אזוי?

איך האב אויך אזוי געטראכט ווען איך האב געליינט דעם בוך it's not about the bike, די אויטאביאגראפיע פון לענס ארמסטראנג. זיין געשיכטע אינאיינעם מיט די בילדער פון בשעת די קראנקהייט און נאכדעם ווען ער איז אויפ'ן סטעידזש ביים געווינען די טור דע פראנס פרייז, צוזאמען מיט זיין געטרייע פאמילע האט מיר באנומען ביז טרערן.

שטעלט זיך ארויס, אז נישט אייביג איז דער בילד פון אינעווייניג אזוי גלאנציג ווי עס זעט אויס פון אינדרויסן.

עס איז אדורך א שטיק צייט, און לענס ארמסטראנג האט זיך צושיידט פון זיין ווייב. דאס איז געווען גאר א גרויסע חידוש אפילו פאר זייערע נאנטע מענטשן, ווייל די קאפל האט אייביג אויסגעזען זייער צופרידן. אלס א סיבה האט זי אנגעגעבן אז די פרעשור איז געווען צופיל פאר איר, זי האט דאס מער נישט געקענט דערהייבן. לענס איז זייער א דימענדינג מענטש, ער מאכט עפעס אפ און אלעס מוז גיין לויט דעם, און ביז יעצט האט זי אים אלעס נאכגעגעבן און נאכגעלאפן מיט אים וואו ער האט געוואלט גיין, צוליב די ראמאנטישע ליבשאפט וואס זי האט געפילט צו אים, און יעצט האט דאס אלעס אויסגעפלאצט. ארמסטראנג האט דערנאך חתונה געהאט נאכאמאל, אבער ער האט זיך נאכאמאל גע'גט א קורצע צייט שפעטער.

אין די לעצטע צייט האט אנגעהויןב ארויפשווימען קלאגעס אז ארמסטראנג איז נישט געווען ערליך, ער האט געדאופט. ער האט גענומען געוויסע איינשפריצונגען וואס האבן גורם געווען אז ער זאל קענען פארן אן פארנוצן אסאך כוח. דאס איז זייער א קאממאן זאך ביי סייקליסט, און פאקטיש האט מען שוין געכאפט אסאך געווינער פון די טור די פראנס ביי די עולה. (מען טעסט זיי כסדר אויב זיי האבן נישט געדאופט, אבער עס זענען דא פארשידענע קונצן צו אויסשפילן דעם סיסטעם.) אבער ארמסטראנג האט דאס שטענדיג קאטעגאריש אפגעלייקנט, און ער האט געבוליד די וואס האבן עס פרובירט ארויפצוברענגען דעם חשד. ווען מען האט געכאפט איינער פון זיינע נאנטע חברים אז יענער האט געדאופט, האט ער אים געפערליך פארדאמט.

אין די לעצטע צייט זענען ארויפגעקומען אזויפיל עדות'שאפטן אז ער האט געדאופט, אז מען האט אונטערגענומען א שטרענגע אויספארשונג, און די קאמיסיע איז געקומען צו די מסקנא דעם פארגאנגענעם זומער אז ער האט ווארשיינליך געדאופט. צו אלעמענ'ס שאק האט ארמסטראנג געמאלדן אז ער וועט נישט פייטן די באשלוס. דאס איז געווען זייער מאדנע, ווייל ארמסטראנג איז נישט קיין גרינגער בחור וואס גיבט אויף אזוי שנעל.

ביז עטליכע טעג האט די טור די פראנס געמאלדן אז זיי טוען אים אויס נאקעט פון זיינע זיבן געווינער טיטלען. דאס איז געווען, ווי פארשטענדליך, א שרעקליכער פאטש פאר אים, זיין גאנצע ארבעט וואס ער האט אזוי שווער אנגעהארעוועט איז געגאנגען לטמיון. אבער ארמסטראנג האט גארנישט געקענט טון, און אין די וועלט איז ער שוין געווען א פארגאנגענער.

מיט צוויי וואכן צוריק האט ער ענדליך איינגעזען אז ער האט שוין נישט וואס צו דערלייגן, און ער האט עפנטליך ערקלערט אויף די אופרע וויינפרי שאו אז זיין גאנצע קאריערע איז געווען נישט מער ווי א בלויזע שווינדל און בלאף. ער האט געדאופט אין גרויסן, און נאך פאר מען האט אנגעהויבן די בייק רעיס האט ער שוין געוואוסט אז ער גייט געווינען.

פון דעם גאנצן לענס ארמסטראנג חלום איז נישט געבליבן קיין זייפן בלאז.

נ. ב. איך האב נישט געהאט קיין צייט צו צוברענגען לינקס, אבער ווער עס וויל קען גוגלען lance armstrong און טרעפן נייעס ארטיקלען אין גרויסן.
בילד
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

א ריזען ישר כוח ר' יאיר! איך זעה מ'טומלט שוין א תקופה מיט איהם כ'האב נישט געכאפט וועם שטערט אז א איינער האט גענומען דאופ, ביז כ'האב געליינט דיין ארטיקל, גוט אראפגעלייגט און אלעס גאר גוט ארויסגעברענגט און אויף דעם זאגען מיר יישר כוח.
כ'זעה יעצט אז אין וויקפידיע האט מען אויסגעמעקט אלע זיינע געווינסען http://en.wikipedia.org/wiki/Lance_Armstrong
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך וויל צולייגן אז דער באריכט וואס איך האב געשריבן איז לויט דעת הקהל, ווי אזוי מענטשן קוקן אים אן. למעשה, איך האב נאכאלס א סאופט ספאט פאר אים אין מיין הארץ. מעגליך אז איך האב נגיעות ווייל זיין לעבנס געשיכטע האט מיר שטארק איבערגענומען. אבער אז מען טראכט אריין, אין די סייקלינג וועלט איז א נארמאלע זאך צו דאופן, און רוב פון די געווינערס פון די טור דע פראנס האט מען צום סוף געכאפט ביי דאופן. ארמסטראנג זאגט אז עס וואלט נישט געווען מעגליך פאר אים צו קאמפיעטן אויב וואלט ער נישט געדאופט, נו אויב אזוי, וואס א חילוק אויב יעדער דאופט אדער קיינער דאופט נישט, למעשה פון אלע וואס דאופן איז ער אויך געווען דער געווינער?
איך לייקן נישט אז ער האט געטון א געפערליכע עולה, בפרט אז ביי אים איז עס געווען זיבן מאל אין א ציה, און אויך אז ער האט פשוט טעראריזירט אלע וואס האבן אים חושד געווען מיט'ן דאופן, אבער איך ווייס נישט צו איך אויף זיין פלאץ וואלט געווען בעסער.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז אבער אויך א לימוד און א מוסר השכל אז די זעלבע מידיא וואס בויען איינעם אויף קענען איהם אויך אינגאנצן חרוב מאכן.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

כ'צי צוריק

שליחה דורך יאיר »

רבותי, כ'צי צוריק. מיין הערצה צו ארמסטראנג האט גענצליך געטראסקעט עד לעפר. און אנשטאט דעם איז אריינגעקומען געפילן פון אויפברויז. עס האלטן אין איין ארויסקומען באריכטן אז ארמסטראנג האט אנגעפירט ממש א מאפיאנערישע גרופע פון זיין גאנצע טיעם (די יו עס פאסטעל סערוויס), וואס ער איז געשטאנען בראש פון זיי. ער האט געהאט גוטע קאנעקשאנס, און ער האט געארבעט מיט א דאקטאר וועלכער האט אים ארויסגעגעבן סודות פון חדר ווי אזוי צו באשווינדלען די וואס נעמען די טעסטס. ולא עוד, ער האט טעראריזירט יעדן איינעם פון זיין טיעם וואס האט זיך אנטזאגט צו טון די פארברעכערישע שטיקלעך.

פרענק אנדראו האט נישט מסכים געווען צו דאופן, און ער האט אים געסטראשעט אז ער וועט מאכן זיכער אז ער פאלט ארויס פון דעם טיעם, און מיט זיין פילע קאנעקשאנס און זיין מאכט האט ער עס געקענט באווייזן, צום סוף האט זיך אנדראו געבראכן, אבער נאך א קורצע צייט האט ער אויפגעהערט צו מיטארבעטן, און ארמסטראנג האט מקיים פסק געווען און אים ארויסגעווארפן. דערנאך, ווען ער האט זיך מודה געווען אז ער האט געדאופט פאר א שטיק צייט, האט געהאלטן אין איין אנקומען סטראשונקעס צו אים און צו זיין ווייב אז זיי זאלן אויפהערן צו מיטארבעטן מיט די אויספארשער, אויס מורא אז זיי וועלן ארויסגעבן ארמסטראנג, און ווען ער האט צום סוף טאקע גע'מסר'ט אז ארמסטראנג נוצט דאופ צוזאמען מיט די איבריגע סייקליסטס פון די גרופע, האט ער געשיקט איינעם מיט א מעסעדזש פאר זיין ווייב אז זי וועט אייננעמען א קויל אין קאפ.

די, און נאך אזעלכע פאקטן בין איך געוואויר געווארן אין א 60 מינוט סעגמענט.

בילד
פרענקי אנדראו
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט