א ס"ה פון די שניי שטורעם, שב"ק משפטים

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

א ס"ה פון די שניי שטורעם, שב"ק משפטים

שליחה דורך עוד מישהו »

ואת עמלנו אלו הילדים, ואת הלחץ זו הדחק, אנדערע ווערטער צו באשרייבן די שבת האב איך נישט.
ציצוזען וואו מענער, פרויען און קינדער, מוטשענען זיך נעבעך אפ מיט קינדער וועגעלעך, בלע"ז קעריזשעס. בין איך אויפגעקומען מיט א געדאנק וואס וועט האפענטליך ארויס נעמען פון פלאנטער די וואס מוטשענען זיך (אי"ה מיך אויך).

געקומען בין איך צו די החלטה אז מ'דארף מאכן סנאו טייערס פאר קינדער וועגעלעך, ס'הייסט! נאר באסעס, קארס און טראקס האבן, בעיבי קעריזשעס וועלן אויך האבן, און זיך גליטשן אויף די שניי א מחי'.

פאר ענק קומען מיט אלע מאדנע המצאות, איך האב שוין אריינגעגעבן א פאטענט און יעצט איז דאס א קאפירייט. וועלן ענק מיר פרעגן וואו אזוי איז דאס מעגליך?! שטימט דאך עפעס נישט, איז אזוי: ס'דארף נישט זיין עפעס ספעציעלע רעדלעך, ס'איז די זעלבע רעדלעך וואו געהעריג וואס קומט עקסטער, וואס פארן שניי לייגט מען ארויף אויפן קערידזש, און ויסעו. דער עיקר איך בין דער וואס פארקויפט שניי רעדלעך ספעציעל פאר קינדער וועגעלעך, פון אלע מינים און סארטן.

א גוטע וואך און א פרייליכן חודש.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר