בעלגישע מידיא איבער משה אריה פריעדמאן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
מיילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

בעלגישע מידיא איבער משה אריה פריעדמאן

שליחה דורך מיילעך »

ס׳איז געווען די וואך א אינטערעסאנטע ארטיקל אין איינע פון די גרויסע צייטונגען אין בעלגיע מיטן נאמען ׳די מארגען׳ וועלכע האט די הויפט קווארטיר אין בריססעל איבער די פרשה פון פרידמאן. די צייטונג רעדט אויך פון די פרשה פון וועבערמאן און לייבי קלעצקי. דא האט איר אן איבערזעצונג פונ׳ם ארטיקל - גאר אינטערעסאנט:

הרב משה פריעדמאן די מייסט באשלאסענע יוד


מיטוואך וועט הרב משה פריעדמאן וויסן אויב זיינע יונגלעך וועלן קענען בלייבן גיין אין א שטרענג יודיש ארטאדאקסע מיידלעך סקול. ער האט זייער פלאטץ געקענט ארויפצווינגען און גייט ווייטער אן: ׳איך באשיטץ מיינע יונגלעך פון סוטים׳.


א פיקטשער גייט אייביג משה פריעדמאן (39) פאראויס. זיין פרידליכע קוש מיט די איראנער פרעזידענט מחמוד אחמדינעדשאד, בשעת ער איז אין טעהראן סוף 2006 מיט נעגאציוניסטען פון די גאנצע וועלט אריינגעגאנגען אין א דעבאט. לויט ויקיפדיה האט ער דארט געטענה׳ט אז די נאצי׳ס האבן נישט זעקס נאר ״ענדעשער איין מיליאן״ יודן געהרג׳ט. ער בלייבט רוהיג, און זאגט געלאססען: ״פשוט א ליגנט״.

ער קוקט אויס קליין אונטער די שווערע חסידישע הוט. די רב איז געוואוינט אריינצוטראכטן פאר ער זאגט עפעס. ״יעדן טאג קומט ארויף אויפן אינטערנעט אן ארטיקל איבער מיך וואס איז פון א׳ ביז ת׳ אויסגעטראכט. איך קען ווען אן אימייל שיקן אבער ס׳ברענגט נישט גארנישט. איך האב די צאל טויטע אין די שואה קיינמאל נישט פארקלענערט. מיין איינציגע פונקט איז אז מען אביוזד די גענאסיד אקעגן די יודן כדי א נייע גענאסיד צו בארעכטיגען אקעגן די פאלעסטינענזער. איך האב אליין א חלק פון מיין משפחה פארלוירן אין די גאז קאמערן. איך האלט נישט ביים אננעמען אז זייערע בלוט זאלן מוזן א נייע גענאסיד בארעכטיגן. די שואה ווערט כסדר אביוזד.״

נישט וועלקאם

נאכן זיין אין ניו יארק און וויען וואוינט משה פריעדמאן היינט צוטאגס מיט זיין פרוי און זעקס קינדער אין אנטווערפן. זייט דעמאלס ספענדט ער דורכשניטליך איין טאג פער וואך אין געריכט. ער וויל זיינע זון יעקב (12) און יוסף (8) אריינלייגען אין די שטרענג יודיש-ארטאדאקסע מיידלעך סקול בנות ירושלים. די סקול וויל זיי נישט, פונקט אזויווי זיי ווילן נישט זיינע טעכטער רייזי (18) אסתר (15) און גיטי (14). די משפט דרייט זיך אויף וויכוחים לגבי סעפערעישאן אוף טשורטש ענד סטעיט. די סקול האט ארגומענטירט דאס נישט ארייננעמען די קינדער מיט דעי סענטענס: ״ס׳איז דא א רבנישע פסק דין קעגן מר. פריעדמאן וואס דורכדעים דארפן מענטשן פון די יודישע קאמיוניטי יעדע קאנטאקט מיט אים פארמיידן״. אזוי איז אויך לעצטנס געשטאנען אין Joods Actueel: ״פריעדמאן איז ביי די יודישע קאמיוניטי נישט וועלקאם אין ניו יארק, וויען און יעצט אויך אין אנטווערפן.״

אן אנטווערפענע שנעל-געריכט האט ארויפגעלייגט אויף בנות ירושלים א קנס פון 1000 אירו פער טאג און פער קינד, ממילא איז נישט געווען קיין אנדערע ברירה פאר די סקול ווי יעקב און יוסף אריינצונעמען. די ריכטער האט נישט געהאט קיין ברירה ווייל בנות ירושלים - ווי שטרענג אין די חסידישע לערע - איז א פאבליק, דורך פלאנדערען סובסידירטע סקול. ״ממילא דארפן זיי זיך האלטן צום געזעטץ וואס לאזט נישט צו אן עקסטערע חינוך נאר אין א פריוואטע סקול״. באמערקט פריעדמאן. ״וויאזוי ס׳גייט יעצט? די שווים לעססאנס איז בטל געווארן. חוץ פון דעים גייט אלעס פרימא. קינדער זענען קינדער. ס׳איז נישט שלעכט אז א יונגל פון 8 אין א שווימבאד זיצט מיט א מיידל פון 8״.

אויך אין וויען האט ער נישט געקענט אריינלייגן זיינע קינדער. דארט האט ער אויך מצליח געווען אין די פראצעסען, באקומען גערעכט און די יודישע סקולס זענען געווארן פאראורטיילט אויף צו באצאלן קנסות אין טאטאל 8 מיליאן אירו. צום סוף האט ער באקומען 3 מיליאן אירו אין אויפטויש פאר זיין צוזאג זיינע רענצלעך צו פאקקען. ניין, זאגט ער קלאר, אנטווערפן איז נישט קיין צווישן סטאפ: ״איך בין קעגן בלוט נקמה. קעגן זיפפענהאפטונג. לויט די דייטשע נאצישע טראדיציע ביזטו אלס קינד ריספונסיבעל פאר די מעשים פון דיין טאטן.״

פארוואס שיקט ער נישט די קינדער אין א גויישע סקול? ״איך האב געזוכט א סקול מיט א יודישע חינוך פראיעקט. מען זאל נישט קומען מיט די טענה ׳וואס האסטו אין אנטווערפן פארלוירן?׳ אונז האבן אייביג געפלאנט זיך קיין אנטווערפן זיך אריבער צו ציהען און צו בלייבען. איך בין נישט די איינציגסטע אין די יודישע קאמיוניטי וואס שטעלט די געשיידענע חינוך אין דיסקאשען, אבער יא די ערשטע וואס ברענגט דעי פראגע אין געריכט״.

נאך אונזער באגעגעניש האט ער אונז אנגעלאדענט מיט לינקס צו אמעריקאנע נייעס סייטס וואס באריכטן איבער קארט קעיסעס קעגן גייסטליכע פירער פון אונטער אנדערע די יודיש ארטאדאקסע סאטמאר אין ברוקלין, ניו יארק. אין די מיידלעך סקאלס פון דעי קאמיוניטי (סאטמאר) איז אפילו א מענליכע קאץ א טאבו. סוף פאריגעס יאר איז רב נחמיה וועבערמאן געשטאנען אויף פאראורטיילט צו ווערן פאר א 59 פאכיגע קלאגע פון קינדער אביוז. ״איך בין אין דעים זיכער״, ערקלערט ער. די געשלאכטן איינער פון אנדערן צו איזאלירן פארהעכערט די טשאנס אויף סוטים און אביוז. מיין אייגענע זון איז אין ניו יארק געגאנגען אין סקאל צוזאמען מיט לייבי קלעצקי. אים קענט איר דאך זיכער? איך באשיטץ מיינע זונען אקעגן סוטים.״

גאגל ברענגט ראט. לייבי קלעצקי איז געווען א 9-יעריג יונגעל וואס איז אין בראקלין געווארן אוועק געפירט דורך זיין רבי. די איז געווארן אביוזד אין אין שטיקלעך געווארן געשניטן.

איינקויפן אין די Zara

דאנערשטיג דארף די אנטווערפענע אפיעל געריכט פסק׳נען אויב יעקב און יוסףקענען בלייבן אין די מיידלעך סקאל. אינדערצווישן זענען אויך די מיידלעך געווען אין געריכט. נישט קיין חסידישע באקליידונג אדער קאפ טיכלעך. געווענליכע דריי מיידלעך, וואס אזוי צו זען גייען זיי איינקויפן אין Zara (א טייערע פרויען געשעפט). ״איך האב נישט קיין שום אגענדא מיט די קינדער״ זאגט פריעדמאן. ״זיי זענען פאר מיר אינגאנצן פריי״

איין סקאל האט מאטיווירט דאס אפזאגן די קינדער מיט די ארגומענט אז משה פריעדמאן איז א ׳פראצעס ווייגערער׳. ״דאס בין איך אויך״, זאגט ער. ״איך האב אין ניו יארק געהאט א יורידישע סכסוך מיט אן אנדערע יוד. איך האב אים אנגעקלאגט און באקומען דעים רב אויף באזוך. איך האב געמוזט דעים סכסוך פארטרויען פאר א רעליגיעזע געריכט. איך האב עס אפגעזאגט און ממילא בין איך יעצט א ׳פראצעס ווייגערער׳. איר זעיט שוין א מוזלימע אין אנטווערפן טענה׳ן אין געריכט אז די קעגנער האלט נישט איין די שאריא געזעטצן?״

ס׳זעהט אויס א נישט אנגהויבענע ארבעט צו רעדן מיט משה פריעדמאן איבער אימעדז׳, איבער די אפעקט פון א פיקטשער. ״איך האב טייל גענומען אין פארשידענע אינטער- רעליגיעזע קאנפערענסעס, אויך אין די UN. איבעראל פארדער איך פאר צוזאמען צו לעבן אין דייאלאג. איך האלט טאקע נישט פון צו פארפאלגן איינער וואס גייט אריין אין דיסקאשען איבער די שואה. איך האלט אז די רעכט אויף צו גיין אין דייאלוג מיט אזעלכע וואס טראכטן אנדערש אבסאלוט מוז זיין. דעריבער בין איך געפארן קיין איראן.״

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר