א יאר אין קאווע שטיבל! ויקרא שמו/פאעזיע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

א יאר אין קאווע שטיבל! ויקרא שמו/פאעזיע

שליחה דורך משה געציל »

ויקרא שמו בישראל ביים ברית, משהל"ע,
די מומע, א צוצוקעל מיטן נאמען געבראכט,
געוויינט א גאנצע נאכט,
משהל'ע זיסקייט, הער אויף מיט די טרערל'ע,

זעקס חדשים, דאס נאמען געטוהן כאפן,
משהל'ע, דאס איך בין,
אנגעפאנגען רעאגירן,
דאס דאך מיך אינדענטעפצירן,

שיינע לאקעלעך ביי די דריי,
א קאפל נאמען משהל'ע, באדעקט דאס קעפלע,
וואקסן אין אונזער וועגן געטריי,
זיין א גלאנץ מיין שעפעלע,

קינדערגארטן, מיין נאמען אויף קאטשקעריין,
משהל'ע א שיינע תיבה מיט געצעלט,
דעם מאמען געפעלט,
פאר אונז נאר נחת תמיד און פיין,

ביי די עברי משה צוויי פעטש,
קמץ אלף העכער שריי,
מושי, קום שפילן קעטש,
קינדער לוסטיג לעבעדיג פאר זיי,

יארן געציילט ביז דרייצן,
א תפילין בייטל דער נאמען אריין קראצן,
געדענק די תפילין הייליג דאס נעמען,
טראכטן מחשבות נאר ווי די עלטערן,

נייע פאנטזיעס נישט ערלויבט,
ווי די חינוך באקומען אזוי גענויגט,
דורי דורות מיר לייגן די תפילין,
נישט קליגער פון די פריעדיגע דאס סימבאלזירן,

אין ישיבה שאלות פארשטאפט,
קווענקעלנישן אין מח נישט געלאזט,
תמיד נאר צוגעשטימט,
אפילו ווען זאכן פארקרימט,

דער מאדערענע פעך,
יענער שלעכט,
איך מושי פערפעקט,
דאס שטענדיג געהערט,

אלעס פונקט ווי געלערנט פאפעגארטירט,
תמיהות טרייף, שטאלצירט,
חדש מן התורה אסור, מסיני ערהאלטן,
א נייע סארט רעקל דאס טוט באדייטן,

יארן געפלויגן,
די וואונדערנישן פארהוילן,
טראץ אין הארץ געקווענקעלט,
אין ביהמ"ד, ארבייט, מיטן שטרוים מיט-געשאקלט,

בויך וויי נאר אין בעט שפעט,
אליינטס געטראכט ח"ו געפרעגט,
אלעס אנגענומען אינדרויסן וויכטיג,
אפילו ווען נישט ריכטיג,

אויפן וועב, א היימיש פלאץ פארברענגן,
א פריינד איבערגעבן,
איצטירט קאווע שטיבל געגרינדעט,
אריין געקלאפט אין גוגעל אהער געבראכט,

א חודש אומגעפער געדרייט אין געקלערט,
ביז משה געציל א ניק ערוועלט,
הארץ קווענקלישן, שרייבן אנגעפאנגען,
נישט ווי דער נאמען משה טוט רעפעזענטירן,

משה געציל דאס די נאמען ריכטיגע,
נישט ווי משה בלויז א געבלאפטע,
משה בלויז די ניק, מן השפה ולחוץ ער רעדט,
משה געציל שמו בישראל יקרא מיט רעכט!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר