ארויף צווינגען מיין מיינונג אויף א צווייטן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

ארויף צווינגען מיין מיינונג אויף א צווייטן

שליחה דורך ברוין »

איך וואלט געוואלט איינער זאל מיר מסביר זיין מיט פשוט אידיש די מענטאליטעט פון ארויף צווינעגען מיין מיינונג אויף א צווייטן.

איך קוק מיך אזוי צי יעצט מיט די מערכה קעגן די שטערן, און די מערכה מיט עירוב און איך זע איין פלאץ וואו די צוויי לויפן סינאנים. ביי ביידע איז דא א דעת תורה וואס איז דערקעגן און א דעת תורה וואס איז דערפאר. קומט יעצט די דעת תורה וואס איז דערקעגן און פארלאנגט פון יעדעם אן אויסנאם אנצונעמען זיין מיינונג. וואס איז פשט דעראין?

נניח אז די שטערן איז גיפטיג און דער שרייבער איז א משכיל פון פעמפער ארויס, וואס זיין ציל אין לעבן איז נאר צו זעען וויליאמסבורג'ע אידן גיין מיט כיפה סרוגת'ס און תכלת אויף די ציצת, זיין שאיפה איז צו זיצן מיט א סיגאר אין א לאקאלע באר און קלאפן זיין כף מיטן בעל 'שלום עליכם' אז ענדליך איז אים געלונגען אראפצופירן די אידנטום. 'נידער מיט סאטמערע רב' שרייען ביידע אויס. נניח אז דאס איז וואר איז אבער דא א פראבלעם, ס'איז געלונגען פאר דעם משכיל צו האבן אפאר רבנים אין טאש און די רבנים זאגן אז ער איז נישט קיין משכיל.

ווען וועלט איז וועלט און נישט קלאר-יארע, וואלט מען זיך צוזאמגעקומען אין קאנטינענטל און באוויינט די מצב הדור, פון דארט וועלט מען געגאנגען צו די שטערן ארויסגעבער און אים מסביר געווען אז ס'איז דא אידן וואס האבן א פראבלעם מיט דער שטערן און אפשר אויב קען ער באשטיין זאל ער ביטע אריין לייגן די אויסגאבע אין א פלאסטישע זעקל אזוי אז בחורים וואס זייער פאטער האט נישט קיין קאנטראל אויף זיי, און אנשטאט זיי זאלן גיין צו מתמידים וואנדערן זיי אריין אין א געשעפט און זיצן דארט אפ ליינען דעם משכיל'ס שטאף אונטער די בייגל באקסעס. די שטערן פארוואלטונג וואלטן לפנים משורת הדין געפאלגט און פארטיג. מ'קען שוין גיין צו די נעקסט מערכה און שרייען פוי אויף יאפו רב וואס טראגט א שייטל.

אבער יעצט, שטייט מען וואו מען שטייט אין די גראסערי'ס שרייען בלא טייל מיך נישט איין וואס יא צו האבן אין מיין גראסערי און וואס נישט. און די מערכה העגנט אונטער, ס'רייסט ביים הארץ אז דער משכיל האט געזיגט. אלעס ווייל אנשטאט גיין די נארמאלע וועג האט מען אפגעמאכט צו גיין אויף די וועג פון 'ארויף צווינגען מיין מיינונג אויף יענעם'. און די גראסערי'ס זענען זייער גערעכט, שטעלט אייך פאר אז קומעדנע יאר גייט 'שיקס פסחדיגע קעקס' אראפ נעמען זיין התאחדות הכשר, קענט איר זיך פארשטעלן וואספארא גיהנום מ'גייט אויסטיילן פאר די גראסערי סטארס? איי פאריאר איז אלעס גוט געווען? יא, די הכשר פאריאר איז נאר געווען פאר די פוילישע גוים נישט פאר יודן.

די ליצנות איז ציפעדיג אבער דאס איז וואס דא גייט פאר. זאגט א רב עירוב כשר קומט א צווייטער און זאגט נישט כשר. אבער נישט סתם נישט כשר, נאר יעדער גייט מוזן פאלגן וואס איך הייס אויב נישט וועל איך אים באשייגעצן און באוואשן. איך וועל האלטן א דרשה יעדע חול המעוד דארט וועל איך אנדרייען די 'שרייער באנדע' וואס מ'ניצט ביי יעדע געלעגענהייט וואס מען דארף, פון נטורי קרתא ביזן סאלאן אויף לי עווע. און די גרופע וועלן ארום גיין שטורעמען די שטאט און נאכלויפן די שיינע מילך קעסטלעך.

וואו האלט מען ביי די מערכה? ביי נול. פארוואסזשע? ווייל מ'קען נישט ארויף צווינגען יענעמס מיינונג.

אז דו ווילסט נישט טראג נישט! אז דו ווילסט נישט ליין נישט! אז דו ווילסט נישט שנייד דיך נישט די נעגל! אבער באצווינג מיך נישט צו טון וואס דו האלטסט פאר ריכטיג.
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: ארויף צווינגען מיין מיינונג אויף א צווייטן

שליחה דורך גדעון »

שטרוי-קיי בתפארתה
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

Re: ארויף צווינגען מיין מיינונג אויף א צווייטן

שליחה דורך chasid »

הרב ברוין, דו זאגסט דברים של טעם, אבער וואס זאל מען טון אז אין סאטמאר האט מען אויסגעלערנט אז ווער ס'זאגט אנדערש ווי וואס איך האלט איז דאך שוין א אפיק..
נישט קיין חילוק צו יענער איז א בעה''ב צו א רב...
ברוין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:22 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

Re: ארויף צווינגען מיין מיינונג אויף א צווייטן

שליחה דורך ברוין »

גדעון איך האב נישט ערווארטעט קיין בעסערע תירוץ פון דיר. א טיפישע וועג פון ענטפערן לופט ווען מ'שפירט אז מ'איז געדרוקט צו אן עק.

יענקל, דאס מיינט אז ס'ארבעט? די רגע די בחורים לויפן אין קעמפ און די טעראר שטילט איין וואס געשעהט? אין ניי וויליאמסבורג וואס טוט זיך? און איך וויל ווידער-שטעלן. איך טראג נישט מיט די עירוב, אבער איך וויל פארשטיין וואס איז די דערהער פון ארויפצווינגען אויף יענעם מיין דעת תורה?
פארשפארט