תשובה און בעל תשובה - ווער און וואס
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
תשובה און בעל תשובה - ווער און וואס
"תשובה" טוט מען אויב איז מען באגאנגען אן עבירה. עמיצער וואס האט געטאן א חטא און האט דערויף תשובה געטאן, איז א "בעל תשובה".
אזוי איז דאס פשוט'ע משמעות פון די צוויי ווערטער. למעשה אבער קוקן מיר די זאכן אן אנדערש. "תשובה" דארף יעדער טאן; א "בעל תשובה" איז אבער שוין עפעס א מין אייגנארטיגע באשעפעניש -- עפעס א מענטש וואס איז געווען "דארט" און האט באשלאסן צו קומען "אהער". "ר' איד: איר האט געזינדיגט! טוט תשובה." אונזער שכל פילט זיך באקוועם מיט דעם סטעיטמענט. עס פאסט זיך. "קום נאר אהער, דו בעל תשובה" -- קלינגט שוין אומהיימליך: וואס בין איך, עפעס א בעל תשובה?
דעם אמת געזאגט איז די סיבה פארוואס מיר קוקן אן דעם "בעל תשובה" ווי עפעס נישט היימיש האט צוטאן מער מיט קולטור ווי אידישקייט. "בעל תשובה" רופט מען געווענליך אן עמיצן וואס איז געווען "פריי" און איז געווארן "פרום". א "פרייער איד" וואס האט באשלאסן צו ווערן א שומר תורה ומצוות. אבער לאמיר פארשטיין: וואס איז דאס א "שומר תורה ומצוות"?
לאמיר זיך נישט נארן. קיינער איז נישט קיין פולשטענדיגער שותמ"צ, ווייל יעדער מענטש מאכט פעלערס און טוט נישט תמיד וואס פאדערט זיך. פון דער אנדערער זייט, כ'ווייס נישט צי ס'איז פאראן א מענטש וואס האט קיינמאל אין לעבן נישט געטאן א גוטע זאך. איז דער חילוק צווישן עמיצן וואס "טוט תשובה" און א "בעל תשובה" נאר די צאל וויפיל און וועלכע עבירות ער האט עובר געווען?
מען קען נישט זאגן אז דער חילוק שטעקט אין דער כוונה -- אז א "בעל תשובה" איז עמיצער וואס האט בשיטה נישט איינגעהאלטן תורה ומצוות, בשעת א תשובה-טוער איז א מענטש וואס איז בעצם יא א תורה-פאלגער. ווייל אויב זאל דאס זיין די קריטעריע, דעמאלט דארפן מיר ארויסלאזן פון דעם "בעל-תשובה" טערמין אלע וואס האבן פריער, פאר'ן ווערן א בעל תשובה, באלאנגט צו סיי וועלכער "יהדות" גרופע. א רעפארמער, קאנסערוואטיווער, טראדיציאנאלאר אא"וו וואס האט באשלאסן צו ווערן אן ארטאדאקס, באלאנגט לפי חשבון זה נישט אין דער בעל-תשובה קאטעגאריע. ווייל ער האט דאך קיינמאל נישט אפגעווארפן אידישקייט; ער איז נאר אנדערש נתחנך געווארן. און אויף וויפיל ער האט נישט געהיט תורה-מצוות אלס רעפארמער, איז ער נישט אנדערש ווי עמיצן וואס האט נישט געהיט תורה-מצוות אלס ארטאדאקס.
מען קען אפשר טענה'ן אז ס'איז פארט נישט די זעלבע זאך -- ארטאדאקסיע איז די "אמת'ע" אידישקייט, בעת די אנדערע צווייגן זענען בעצם פאלש. ובמילא, איך, דער ארטאדאקס, בין כאטש "בשיטה" אן אמת'ער איד, בעת יענער, דער פרומער-געווארענער רעפארמער האט געמאכט א יסודות'דיגן טויש אין לעבן. ובכן, פאסט זיך דער טיטל בעל תשובה בעסער אויף יענעמס טויש ווי אויף מיין "פשוט'ן" תשובה-טאן.
איך מיין אבער אז דאס איז נישט אינגאנצן אמת. מיר מוזן געדענקען אז "ארטאדאקסיע" און "רעפארם" זענען קינסטליך-געשאפענע קאטעגאריעס, וואס זענען געמאכט געווארן אין א תקופה ווען מענטשן האבן געוואלט בייטן און איבעראנדערשן אידישקייט. דער קאמף אין יענער תקופה האט געהאט ממשות'דיגע תוצאות, און כדי זיך צו פארטיידיגן קעגן די פלענער פון יענע אנדערש-מאכערס, האט מען געמוזט זיך קלאר דעפינירן ווי א באזונדערע גרופע, וואס איז אנדערש, אן עקסטערע קערפערשאפט מיט אנדערע רעגולאציעס און שיטות ווי יענע "אנדערע" -- וועמען מ'האט א נעמען געגעבן "רעפארמער".
די טערמינען ובכן זענען קינסטליכע, "ארויפגעצווינגענע" געצייג-נעמען, וואס זענען געקומען דינען א באשטימטן צוועק. למעשה, יעדער איד איז א איד וואס פאלט אונטער איין-און-די-זעלבע התחייבות'ער. דער רעפארמער פון היינט פאלגט שוין נאך א מסורה, גענוי ווי ארטאדאקסן -- און מיטגלידער פון אינדיווידואלע קרייזן, חסידות'ער און קהילות אינערהאלב ארטאדאקסיע.
איך ווייס אז נאך אלעם זעט מיין הנחה אויס נישט מער ווי שיינער פלפול, אויפ'ן נוסח פון יענע חלוקים וואס בויען בנינים אין דער לופטן דורך צוזאמברענגען ווענט און שפאלטן האר-דינע סברות. איז, לאמיך אריינווארפן נאך א ווארט, וואס וועט אפשר קלארער מאכן מיין נקודה. אין ארטאדאקסיע אליין זענען היינט בנמצא מערערע סוב-קאטעגאריעס. עס איז פאראן אן אפצווייג וואס מען רופט "מאדערנע ארטאדאקסיע". אין דער מאדערנער ארטאדאקסיע גופא זענען אויך פאראן מערערע באוועגונגען, פון רעכטס ביז לינקס, און עטליכע גרויען פּאסן אינדערמיט. דאס זעלבע איז אמת מיט דער קאנסערוואטיווער באוועגונג. פאראן קאנסערוואטיווע קהילות און יחידים וואס זענען גאר צו רעכטס פון דער הויפטשטראם רעפארם באוועגונג, בעת אנדערע זענען כמעט ווי רעפארמער. אין אייראפע און ארץ ישראל זענען פאראן די וואס מען רופט "מסורתיים", וואס זענען אפט פונקט אזוי פרום ווי ארטאדאקסן -- און נישט זעלטן גאר פרומער, נאענטער צו הלכה און מסורה, ווי פארשידענע מאדערן-ארטאדאקסישע קרייזן. ביי די מאדערנע ארטאדאקסן, ווידער, זענען פאראן אזעלכע קרייזלעך וואס זענען גענוג לינק, וואס ווען נישט דעם אפיציעלן "ארטאדאקס" טיטל מיט וואס דער קרייז באצייכנט זיך, וואלטן זיי באקוועם אריינגעפאסט אין פארשידענע קאנסערוואטיווע קרייזן.
ווען א מאדערנער ארטאדאקס באשליסט צו ווערן אולטרא-ארטאדאקס -- ער זאל, למשל, אנטאן א געבויגן היטל איבער'ן קאפל -- וועט ער נישט באצייכנט ווערן ווי א "בעל תשובה", נאר ווי עמיצן וואס איז "געווארן פרומער". אבער פארוואס? ער האט דאך, פאקטיש, געלעבט פריער מיט א שיטה וואס נעמט לכתחילה אן די טעזע פון פשרות אין אידישקייט, פון בייטן די מסורה, ווייל "היינט איז עס אנדערש."
לכאורה קען מען באקוועם זאגן אז דאס איינטיילן כלל ישראל לויט קאטעגאריעס פון ארטאדאקס און נישט-ארטאדאקס איז אין אונזערע צייטן אויבערפלעכליך אין בעסטן פאל, אויב נישט פשוט פאלש.
"בעל תשובה" קען אויך נישט מיינען עמיצן וואס האט איבערגעלאזט דעם עול תורה ומצוות און איז דערנאך "צוריקגעקומען", ווייל מיר וועלן דאך יענעם באצייכענען ווי א בעל תשובה אפילו אויב ער זאל "צוריקקומען" צו אן אנדער סארט אידישקייט ווי די וואס ער האט איבערגעלאזט. אויב עמיצער האט אויפגעהערט האלטן אידישקייט בכלל, און האט דערנאך אנגעהויבן היטן שבת און כשרות, אבער לייגט נישט קיין תפילין: איז יענער פאררעכנט ווי א בעל תשובה? און אויב היט ער אלעס, נאר אויפ'ן מאדערן-ארטאדאקסישן שטייגער: איז ער יא א בעל תשובה? און פארוואס דעמאלט יא? מיט וואס איז ער דעמאלט אנדערש ווי דעם דורכשניטליכן חסידישן איד, וואס מאכט פשרות אין אידישקייט אין זיין פריוואטן לעבן? (וויפיל מאל האסטו שוין פארשלאפן זמן קריאת שמע? ווען איז געווען דער לעצטער טאג וואס דו האסט נישט גערעדט קיין לשון הרע?) און אויב האט יענער נישט "איבערגעלאזט" אידישקייט, נאר איז געווארן א "באם" ווייל ער האט געוואלט "מאכן א לעבן": אין וועלכער קאטעגאריע וועט יענער אריינפאלן?
"תשובה טאן" און "בעל תשובה" ווי די צוויי ווערן היינט בדרך כלל פארשטאנען, זענען לכאורה מער קולטורעלע "לעיבלס" ווי אידישלעכע מושגים. אין אידישקייט דארף יעדער פרואווען זיין יעצט בעסער ווי פריער, און דער ענין איז חל אויף יעדן אייביג. "אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא." ביי צדיקים, זאגן אונז חז"ל, איז דער אויבערשטער מדקדק כחוט השערה, און ער דארף תשובה טאן אפילו דארט וואו איך, בינוני, דארף נישט. ווער רעדט נאך ווען מיר נעמען אין באטראכט אזא זאג פון קאצקער רבי'ן, אז "אויב עמיצער דאוונט היינט נאר ווייל ער האט געדאוונט נעכטן איז ערגער ווי א רשע."
פון א "תשובה" פערספעקטיוו זענען נישט פאראן קיין "מיר" און "זיי", קיין "אונזעריגע" און "זייעריגע", קיין אונטערשיידן און קרייזן, קיין "גוט" און "שלעכט". יעדער דארף תשובה טאן און יעדער וואס טוט תשובה איז א -- בעל תשובה.

כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
בא לחזור בשאלה ונמצא חזר בתשובה
העי לולקע, איך האב נאכנישט דורכגעליינט די גאנצע מעשה, אבער איך זע אין דיין תגובה מער 'תשובה' ווי 'שאלה'. איך טראכט שוין פון לאנג אז אזעלכע געדאנקען ווי דיינע שטעלן ערנסטע טשאלענזשעס פאר רעליגיע בכלל און ארטאדאקסיע בפרט. אבער לאמיר דאס לאזן פאר א צווייטן מאל. לעת עתה וועל איך זיך באגנוגן מיט א זיסע מעשה: א איד איז אמאל געקומען צום גערער רבי'ן (יו נעים הים) אין באגלייטונג פון א מאדערנער איד מיט א טשופ. "רבי," זאגט ער אים, "דער איד איז א בעל תשובה". "און פארוואס ביסטו נישט?" רעגט אים דער רבי צוריק...
האדם לא נברא אלא להתענג
- boxcover
- ידיד ותיק
- הודעות: 741
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
- האט שוין געלייקט: 1983 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל
ווי שמעקעדיג האט שוין ערוועינט, האסטו א טיפע מוח, און האסט זייער שיין ארויסגעברענגט דיינע קלאסטערס אויפן פאפיר (דידזשיטעל כתיב). עס איז שווער צו ענטפערן קלאר (ווייל איך בין נישט), אבער לפטור ב'לייק בלבד אי אפשר.
אין די גמרא (יומא פו:) שטייט היכי דמי בעל תשובה אמר רב יהודה כגון שבאת לידו דבר עבירה פעם ראשונה ושניה וניצל הימנה מחוי רב יהודה באותה אשה באותו פרק באותו מקום . ועי"ש ברש"י שנכשל בה כבר ויצרו תוקפו. ועי' בגליוני הש"ס.
אין די רמב"ם (מדע, תשובה, פ"ב ה"א) שטייט איזו היא תשובה גמורה--זה שבא לידו דבר שעבר בו, ואפשר בידו לעשות, ופירש ולא עשה מפני התשובה, לא מיראה ולא מכשלון כוח. כיצד: הרי שבא על אישה בעבירה, ולאחר זמן נתייחד עימה והוא עומד באהבתו בה ובכוח גופו, ובמדינה שעבר בה, ופירש ולא עבר--זה הוא בעל תשובה גמורה. זעהט מען אז די רמב"ם זצ"ל האט קלאר געזעהן תשובה און בעל תשובה אלץ איין זאך.
אין אן אנדערע גמרא (יומא לח:) שטייט דבי ר' שילא אמרי כיון שבאה לידו דבר עבירה פעם ראשונה ושניה ואינו חוטא שוב אינו חוטא. קען זיין אז דאס איז א בעל תשובה? געוויסע אחרונים (כ'געדענק נישט ווער) זאגען אז יא. דאס הייסט אז א בעל תשובה איז סימפלי א אויספראבירטער. דאס מאכט גראדע היפש אוועק די גדולה פון בעלי תשובה וואס חז"ל זאגען אייביג אז במקומם, אין צדיקים גמירים יכולים לעמוד, ווייל פון ר' שילא קומט ענדערש אויס אז די גאנצע גדולה איז אז זיי זענען מבטיח נישט צו אדורכפאלען נאכאמאל. ואילו י"ל אז ר' שילא גיבט אן עקסטערע באונוס פון די שוב-אינו-חוטא גארענטי אויסער די אין צדיקים גמירים יכולים לעמוד.
כהאב אמאל ערגעץ געזעהן (כ'מיין אין די הקדמה פון ספר דרך פקודך) מדייק זיין אז די ערשטע גמ' פרעגט נישט היכי דמי תשובה נאר היכי דמי בעל תשובה. און ער קומט עפעס צו צי די מסקנה אז א בעל תשובה קומט נאך אויב מען האט נאך א געלעגענהייט צו טוען די חטא, ווידעראום תשובה קען קומען אפילו אן די מעגליכקייט נאכאמאל צו טוען די חטא. און אויב די זכרון דינט גוט, זאגט ער אויך אז תשובה איז די דערהויבענע מדריגה וואס עס שטייט במקום שבעלי תשובה עומדים, אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד, און איינער וואס שבאת לידו, האט די עקסטערע באונוס פון די שוב-אינו-חוטא גארענטי.
אין די שפת אמת (אויפן פלאץ ביי יומא פו:) זאגט עפעס א דערהער אז איינעם וואס פון הימעל גלייבט מען אז ער איז א בעל תשובה, שיקט מען אים די געלעגענהייט צו נאכאמאל טוען די חטא, און ער ווערט ניצל. די סיבה גיבט ער אן אז דאס איז כדי אים צו לאזן וויסען אז זיין תשובה איז נתקבל געווארן. איך האב די שפת אמת אלץ געזעהן אלס א פאראדאקס, מען ווערט אנגערופען א בעל תשובה נאר נאך וואס מען איז זיך גובר איבער א פרישע אפערטוניטי, און איינמאל מען איז שוין א בעל תשובה שיקט מען די אפערטוניטי.
ואחרי ככלות הכל, האט מען נאר אויסגעשמועסט א אינדיווידיאלע עבירה. והנה מרן ה'לולקע-ציבעך האט בעיקר געדריקט וויאזוי מען ארבעט דאס אויס אויף א בעל חטא, דהיינו אן אפגעפארענע וכדומה וואס איז צוריקגעקומען (כך הבנתי). ולפיענ"ד איז דאס נאר אן אנרעדעניש וואס מיר האבען מקובל פון חדר אז א בעל עבירה האט נישט קיין בארד (אדער - אין סאטמאר - גייט ער צו די בחירות) און א בעל תשובה גייט איינגעבויגען מיט א שמיציגע רעקל, קראך-היטל און רעדט נישט קיין סאך. אבער לפימש"כ איז עס ענדערשט א ענין פון איין חטא אויפאמאל נישט אויף א מענטש.
קומט אויס אז א מענטש קען זיין א בעל תשובה לדבר אחד און א בעל עבירה לדבר אחר? אוי! כ'האב געמיינט אז איך קום שוין ערגעץ אן. איך ברענג שוין מען שאדן ווי ניצן דא...
נאך איין זאך צום געזעגענען. אין די גמרא (ברכות יט.) שטייט תנא דבי ר' ישמעאל אם ראית תלמיד חכם שעבר עבירה בלילה אל תהרהר אחריו ביום שמא עשה תשובה. און ווי לולקע האט שוין פריער ארויסגעברענגט אז יעדער מענטש מאכט פעלערס און טוט נישט תמיד וואס פאדערט זיך. טא קומט אויס אז יעדער ת"ח איז אדער א בעל תשובה אדער - אויב האט ער נאכנישט געהאט א געלעגענהייט צו נאכאמאל טוען די חטא - סתם א עשה תשובה.
אוי, מיין פינגער טוען מיר שוין וויי.

-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

בעל תשובה איז איינער וואס איז בעל בית אויף די תשובה. דאס הייסט ער האט תשובה געטאן און פארטיג מער גייט ער שוין נישט תשובה אויף דעם מדריגה. למשל ער הייבט אן הוטען שבת און ביי דעם בלייבט ער.
סתם תשובה איז א גלגל החוזר. מפארשלאפט זמן קר''ש און מטוט תשובה, און מארגן אודך. מאיז נישט א 'בעל' תשובה.
שיינע דרוש?
סתם תשובה איז א גלגל החוזר. מפארשלאפט זמן קר''ש און מטוט תשובה, און מארגן אודך. מאיז נישט א 'בעל' תשובה.
שיינע דרוש?
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יאיר האט געשריבן:העי לולקע, איך האב נאכנישט דורכגעליינט די גאנצע מעשה, אבער איך זע אין דיין תגובה מער 'תשובה' ווי 'שאלה'. איך טראכט שוין פון לאנג אז אזעלכע געדאנקען ווי דיינע שטעלן ערנסטע טשאלענזשעס פאר רעליגיע בכלל און ארטאדאקסיע בפרט. אבער לאמיר דאס לאזן פאר א צווייטן מאל. לעת עתה וועל איך זיך באגנוגן מיט א זיסע מעשה: א איד איז אמאל געקומען צום גערער רבי'ן (יו נעים הים) אין באגלייטונג פון א מאדערנער איד מיט א טשופ. "רבי," זאגט ער אים, "דער איד איז א בעל תשובה". "און פארוואס ביסטו נישט?" רעגט אים דער רבי צוריק...
איך האב די מעשה געהערט אביסל אין אנדערן נוסח און כ'האב עס שוין געברענגט אין א צווייטן אשכול (שכחתי, איפה( בשייכות מיט א שידוך וואס מ'האט איימצן אנגעטראגן. איז דער איד געקומען פרעגן דעם גערער רבי "מ'טראגט מיר אן א שידוך מיט א ...בעל תשובה" האט ער ארויסגעמעקעט. ענטפערט איהם דער רבי זצ"ל תיכף צוריק "און וואס וועט זיין מיט דיר"?