א יאר אין קאווע שטיבל! ויקרא שמו/פאעזיע
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
א יאר אין קאווע שטיבל! ויקרא שמו/פאעזיע
ויקרא שמו בישראל ביים ברית, משהל"ע,
די מומע, א צוצוקעל מיטן נאמען געבראכט,
געוויינט א גאנצע נאכט,
משהל'ע זיסקייט, הער אויף מיט די טרערל'ע,
זעקס חדשים, דאס נאמען געטוהן כאפן,
משהל'ע, דאס איך בין,
אנגעפאנגען רעאגירן,
דאס דאך מיך אינדענטעפצירן,
שיינע לאקעלעך ביי די דריי,
א קאפל נאמען משהל'ע, באדעקט דאס קעפלע,
וואקסן אין אונזער וועגן געטריי,
זיין א גלאנץ מיין שעפעלע,
קינדערגארטן, מיין נאמען אויף קאטשקעריין,
משהל'ע א שיינע תיבה מיט געצעלט,
דעם מאמען געפעלט,
פאר אונז נאר נחת תמיד און פיין,
ביי די עברי משה צוויי פעטש,
קמץ אלף העכער שריי,
מושי, קום שפילן קעטש,
קינדער לוסטיג לעבעדיג פאר זיי,
יארן געציילט ביז דרייצן,
א תפילין בייטל דער נאמען אריין קראצן,
געדענק די תפילין הייליג דאס נעמען,
טראכטן מחשבות נאר ווי די עלטערן,
נייע פאנטזיעס נישט ערלויבט,
ווי די חינוך באקומען אזוי גענויגט,
דורי דורות מיר לייגן די תפילין,
נישט קליגער פון די פריעדיגע דאס סימבאלזירן,
אין ישיבה שאלות פארשטאפט,
קווענקעלנישן אין מח נישט געלאזט,
תמיד נאר צוגעשטימט,
אפילו ווען זאכן פארקרימט,
דער מאדערענע פעך,
יענער שלעכט,
איך מושי פערפעקט,
דאס שטענדיג געהערט,
אלעס פונקט ווי געלערנט פאפעגארטירט,
תמיהות טרייף, שטאלצירט,
חדש מן התורה אסור, מסיני ערהאלטן,
א נייע סארט רעקל דאס טוט באדייטן,
יארן געפלויגן,
די וואונדערנישן פארהוילן,
טראץ אין הארץ געקווענקעלט,
אין ביהמ"ד, ארבייט, מיטן שטרוים מיט-געשאקלט,
בויך וויי נאר אין בעט שפעט,
אליינטס געטראכט ח"ו געפרעגט,
אלעס אנגענומען אינדרויסן וויכטיג,
אפילו ווען נישט ריכטיג,
אויפן וועב, א היימיש פלאץ פארברענגן,
א פריינד איבערגעבן,
איצטירט קאווע שטיבל געגרינדעט,
אריין געקלאפט אין גוגעל אהער געבראכט,
א חודש אומגעפער געדרייט אין געקלערט,
ביז משה געציל א ניק ערוועלט,
הארץ קווענקלישן, שרייבן אנגעפאנגען,
נישט ווי דער נאמען משה טוט רעפעזענטירן,
משה געציל דאס די נאמען ריכטיגע,
נישט ווי משה בלויז א געבלאפטע,
משה בלויז די ניק, מן השפה ולחוץ ער רעדט,
משה געציל שמו בישראל יקרא מיט רעכט!
די מומע, א צוצוקעל מיטן נאמען געבראכט,
געוויינט א גאנצע נאכט,
משהל'ע זיסקייט, הער אויף מיט די טרערל'ע,
זעקס חדשים, דאס נאמען געטוהן כאפן,
משהל'ע, דאס איך בין,
אנגעפאנגען רעאגירן,
דאס דאך מיך אינדענטעפצירן,
שיינע לאקעלעך ביי די דריי,
א קאפל נאמען משהל'ע, באדעקט דאס קעפלע,
וואקסן אין אונזער וועגן געטריי,
זיין א גלאנץ מיין שעפעלע,
קינדערגארטן, מיין נאמען אויף קאטשקעריין,
משהל'ע א שיינע תיבה מיט געצעלט,
דעם מאמען געפעלט,
פאר אונז נאר נחת תמיד און פיין,
ביי די עברי משה צוויי פעטש,
קמץ אלף העכער שריי,
מושי, קום שפילן קעטש,
קינדער לוסטיג לעבעדיג פאר זיי,
יארן געציילט ביז דרייצן,
א תפילין בייטל דער נאמען אריין קראצן,
געדענק די תפילין הייליג דאס נעמען,
טראכטן מחשבות נאר ווי די עלטערן,
נייע פאנטזיעס נישט ערלויבט,
ווי די חינוך באקומען אזוי גענויגט,
דורי דורות מיר לייגן די תפילין,
נישט קליגער פון די פריעדיגע דאס סימבאלזירן,
אין ישיבה שאלות פארשטאפט,
קווענקעלנישן אין מח נישט געלאזט,
תמיד נאר צוגעשטימט,
אפילו ווען זאכן פארקרימט,
דער מאדערענע פעך,
יענער שלעכט,
איך מושי פערפעקט,
דאס שטענדיג געהערט,
אלעס פונקט ווי געלערנט פאפעגארטירט,
תמיהות טרייף, שטאלצירט,
חדש מן התורה אסור, מסיני ערהאלטן,
א נייע סארט רעקל דאס טוט באדייטן,
יארן געפלויגן,
די וואונדערנישן פארהוילן,
טראץ אין הארץ געקווענקעלט,
אין ביהמ"ד, ארבייט, מיטן שטרוים מיט-געשאקלט,
בויך וויי נאר אין בעט שפעט,
אליינטס געטראכט ח"ו געפרעגט,
אלעס אנגענומען אינדרויסן וויכטיג,
אפילו ווען נישט ריכטיג,
אויפן וועב, א היימיש פלאץ פארברענגן,
א פריינד איבערגעבן,
איצטירט קאווע שטיבל געגרינדעט,
אריין געקלאפט אין גוגעל אהער געבראכט,
א חודש אומגעפער געדרייט אין געקלערט,
ביז משה געציל א ניק ערוועלט,
הארץ קווענקלישן, שרייבן אנגעפאנגען,
נישט ווי דער נאמען משה טוט רעפעזענטירן,
משה געציל דאס די נאמען ריכטיגע,
נישט ווי משה בלויז א געבלאפטע,
משה בלויז די ניק, מן השפה ולחוץ ער רעדט,
משה געציל שמו בישראל יקרא מיט רעכט!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
יאנקל האט געשריבן:ערשט האט מען מיר אנגעטראגן א חשוב'ן בחור מיט'ן נאמען יעקב ש. פאר מיין טאכטער תחי', און יעצט פאלט מיר ביי אז ס'איז אן ערנסטע שאלה פון שמו כשם חמיו. אבער בהשקפה שניה איז יעקב מסתמא נאר זיין ניק וואס ער נוצט אין ביהמ"ד; זיין אמת'ער נאמען אויף קאווע שטיבל איז דאך שוין מסתמא נישט ענליך צו מיינס.
טאקע דערפאר איז נישט ערלויבט מערערע ניקס מיט די זעלבע נעמען צו פארמיידן חתן וחמיו פראבלעמען.....
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
קופערניקוס האט געשריבן::like![]()
וואו, א גאונישע אויפטוה, איך האב עס שוין לאנג געפרעגט, וואס איז די עכטע און וואס איז די ניק? דאס וואס מען "נוצט" אין שול, און מען צענזורירט זיך, אדער די דאזיגע ווי מען געט באמת אויס די מחשבה און מען גיסט אויס דאס הארץ.
הערליך שיין משה געציל, כבשת את ליבי!
שלי ושלך הכל שלך! קרעדיט איז דיינס! היינט ביי קריה״ת האב איך מיך דערמאנט וואס מיר האבן זיך געאישי׳ט פאריגע וואך, דאס איז מיר אריינגעפלויגן אין קאפ!
בן תמליון האט געשריבן:הערליך! פארוואס האט איר נישט געלאזט פארן פארמעסט? זעט אויס איר האט בעסערס איך קען קוים ווארטן.
איך האב שוין אפגעשריבן א שטיקל פארן פארמעסט, דאס איז פריש ארויס ממקור הנעלם, ומשום נחיצות הענין האב איך נישט געוואלט מדחה זיין דעם קץ אפילו פאר א רגע.
יאנקל האט געשריבן:ערשט האט מען מיר אנגעטראגן א חשוב'ן בחור מיט'ן נאמען יעקב ש. פאר מיין טאכטער תחי', און יעצט פאלט מיר ביי אז ס'איז אן ערנסטע שאלה פון שמו כשם חמיו. אבער בהשקפה שניה איז יעקב מסתמא נאר זיין ניק וואס ער נוצט אין ביהמ"ד; זיין אמת'ער נאמען אויף קאווע שטיבל איז דאך שוין מסתמא נישט ענליך צו מיינס.
א חידוש גדול אז צו אונזער חכם יאנקל קומט נאך בכלל אן אזעלכע פשוטע שאלות און פראבלעמען וואס מוטשעט אונז עמך אידן... אבער לאמיר נישט פארגעסן אז דיין נאמען איז יאנקל מיט א אל״ף, אלופינו ומועדינו!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- גלות יוד
- ידיד השטיבל
- הודעות: 255
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
- געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
- קאנטאקט:
מיין פענע
איך זעה א אינדענטיפיקאציע קריזיס
אין שול בין איך איינס, און אין קאווע שטיבל אנאנדערס
אינערליכע געראנגל איך בין "זיך" פארוואגעלט
וואס וויל איך זיין, וואס וועל איך זיין
בין איך וואס איך מיין,
מיין איך וואס איך בין
מיין פענע ווערטער אויסדריקן
מיין הארץ טוט דריקן
נישט געזארגט איך טייערע
איך וועל שעצן דאס אייערע
וועל מיר מאכן א שפיל
אין קאווע שטיבל וועל איך זיין דער געפיל
אין שיהל וועל איך מיך האלטן קיל
איך האב דיך, דו האסט מיך
זיך ביידע ערגענצן אונזער פעלערהאפטיגקייטן
זיך באפרייען פון קייטן
דעם סוד האלטן זיך ביידע אונטערהאלטן
בקיצור..............
איך זעה א אינדענטיפיקאציע קריזיס
אין שול בין איך איינס, און אין קאווע שטיבל אנאנדערס
אינערליכע געראנגל איך בין "זיך" פארוואגעלט
וואס וויל איך זיין, וואס וועל איך זיין
בין איך וואס איך מיין,
מיין איך וואס איך בין
מיין פענע ווערטער אויסדריקן
מיין הארץ טוט דריקן
נישט געזארגט איך טייערע
איך וועל שעצן דאס אייערע
וועל מיר מאכן א שפיל
אין קאווע שטיבל וועל איך זיין דער געפיל
אין שיהל וועל איך מיך האלטן קיל
איך האב דיך, דו האסט מיך
זיך ביידע ערגענצן אונזער פעלערהאפטיגקייטן
זיך באפרייען פון קייטן
דעם סוד האלטן זיך ביידע אונטערהאלטן
בקיצור..............
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 166
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 09, 2013 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל
ווען איך די ערשטע מאל דא געקומט,
האב איך אריין געלימפט,
קיינער האט מיר נישט באגריסט,
איך האב זיך כמעט געשיסט,
זר זהב האט שוין געהיסט,
די תגובות האבן מער נישט געפליסט,
ווען עס איז געקומען צו אייוועלט,
האט יעדער איינער געשעלט,
איך האב געקוועלט,
אז מען קען שרייבן וואס עס געפעלט,
שמעקעדיג האט מיר געשיקט אין אישי,
אז איך זאל שרייבן אזוי ווי געפילטע פישי,
המשך יבוא,
האב איך אריין געלימפט,
קיינער האט מיר נישט באגריסט,
איך האב זיך כמעט געשיסט,
זר זהב האט שוין געהיסט,
די תגובות האבן מער נישט געפליסט,
ווען עס איז געקומען צו אייוועלט,
האט יעדער איינער געשעלט,
איך האב געקוועלט,
אז מען קען שרייבן וואס עס געפעלט,
שמעקעדיג האט מיר געשיקט אין אישי,
אז איך זאל שרייבן אזוי ווי געפילטע פישי,
המשך יבוא,
מראשי הגבאים, וחבר לידיד בית ה' ה'ה מורינו הרב נאר,,פרייליך
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
atmybest האט געשריבן:וואס זאל איך טון, איך שמעק עפעס...
atmybest האט געשריבן:שמעקעדיג האט מיר געשיקט אין אישי,
אז איך זאל שרייבן אזוי ווי געפילטע פישי
דאס מוז זיין דער העסליכער בלוט בלבול פון תשע"ג.
דו שמעקסט עפעס? שמעקעדיג האט דיר געשיקט? וואס גייט פאר מיט דיין חוש הריח היינט?
ווי קופערניקוס זאגט, עס סאונדט זייער פישי.
חלום חלמת ואיני יודע מה היא.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:atmybest האט געשריבן:פארוואס זאגסטו דאס????
מיר האט קיינער נישט געשריבן קיין אישי צו שרייבן ווי פישי, ווען יא וואלט איך שוין היינט געווען א שטיקל שרייבער
איך בין אינגאנצן צומישט, שמעקעדיג הייסט שמעקען ווי פיש, קופערני איז געווארן א עניו איבער נאכט, בלוט בילבולים מיט רויטע הענט, שמעקי טיילט נדבות אויף פעיפאל, די צומישעניש מאכט מיר קאפוויי, קען איינער דא פותר חלום זיין מיט גראדע ווערטער אן קיין גראמען?
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
משה געציל האט געשריבן:אלעס פונקט ווי געלערנט פאפעגארטירט,
תמיהות טרייף, שטאלצירט,
חדש מן התורה אסור, מסיני ערהאלטן,
א נייע סארט רעקל דאס טוט באדייטן,
איינער האט מיך געפרעגט אין אישי וואס דאס ווארט באדייט, עני סודזשעסטשנ׳ס?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
עט-מיי-בעסט האט אנגעדרייט א נייע סומאטאכע/זאווערוכע, און דער עולם, בראשם ידידינו געפילטע פיש, ברעכן זיך נעבעך קאפ.
לאמיך אייך בארואיגן, הכל מותרים לך, אין כאן לא פעיפעל, לא פיש שמעקער, ולא ידיים אדומות, אבל יש כאן דברים בטלים, שקרים וחזיונות, וחלומות שוא ידברון.
ודי בזה.
האטס מיר א פרייליכן פורים.
לאמיך אייך בארואיגן, הכל מותרים לך, אין כאן לא פעיפעל, לא פיש שמעקער, ולא ידיים אדומות, אבל יש כאן דברים בטלים, שקרים וחזיונות, וחלומות שוא ידברון.
ודי בזה.
האטס מיר א פרייליכן פורים.
וירח ה' את ריח הניחוח
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:אלעס פונקט ווי געלערנט פאפעגארטירט,
תמיהות טרייף, שטאלצירט,
חדש מן התורה אסור, מסיני ערהאלטן,
א נייע סארט רעקל דאס טוט באדייטן,
איינער האט מיך געפרעגט אין אישי וואס דאס ווארט באדייט, עני סודזשעסטשנ׳ס?
שרשו מלשון פאפוגיי?
יאפ׳ס!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)