וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
די FAA אוויאציע אגענטור האט פארארדענט אז מען זאל דערווייל נישט נוצן דעם נייעם באואינג 787 "דרימליינער" עראפלאן, נאכדעם וואס עטליכע פייערן האבן אויסגעבראכן ביי די בעטעריס אונטערן קאקפיט פונעם פילאט.
די פייערן זענען אונטער אויספארשונג, און די באאמטע האפן אויפצוקומען מיט א סאלושען ווי אמשנעלסטן, כדי צו קענען ווייטער פליען מיט דעם באליבטן (ביי די עירליינס) עראפלאן.

וירח ה' את ריח הניחוח
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
פאליציי האבן ארעסטירט צוויי יוגנטליכע פארן ברוטאל אנשלאגן מיט בעיסבאל שטעקענעס און קריטיש פאוואונדערן א מאן פון מעסעטשוסעס. דער פיר-און-צוואנציג יעריגער 'קעווין מקעראון' האט זיך קוים ארויסגעזעהן מיט זיין לעבן נאכן געשלעג אינעם גרינוויטש געגענט. נאכאמזל זיי האבן נישט פארמאגט קיין בעיזעם שטעקענעס, דער מעיאר וואלט דאס נאך פארבאטן פארן באניץ.
פאליציי האבן ארויסגעגעבן בילדער פונעם פארשוין וואס זיי זיכן, נאך וואס ער האט צעשלאגן און בארויבט א פרוי אין די לארימער באן סטאנציע זינטאג אין די פארטאגס שעות. 'היינס' האט פרובירט ארויסצושיקן א טעקסט מעסעדש פארן קאמיוניטי. זיין פאון איז אים פארפרוירן געווארן אינדערמיט.
עלטערן אין ניו יארק האבן זיך געספראוועט שלעפן די קינדער אין די שולע'ס. נאך וואס איבער הונדערט-פופציג-טויזענט קינדער זענען געבליבן אנע טראנספארטאציע. "די אכט טויזענט באס דרייווער פלעגן נאר זיין א שטער פאר די טרעפיק אגענטן" זאגט בלומבערג. "א לעזונג וואס איז מיר קיינמאל בייגעפאלן". על-גאור לאזט זיך הערן: די ענווייערמענטאל איז קלארער. גרעסערע דעקלעך פאר סאודע באטלעך זענען צוריק אין ארדער. בלומבערג שימפט.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'קרן הצלה'. די גאנצע ארגענעזאציע וועט פארפרוירן ווערן אנע בעיזעם שטעקענעס. בלומבערג: הו-קעירס?!

מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- boxcover
- ידיד ותיק
- הודעות: 741
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
- האט שוין געלייקט: 1983 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:די FAA אוויאציע אגענטור האט פארארדענט אז מען זאל דערווייל נישט נוצן דעם נייעם באואינג 787 "דרימליינער" עראפלאן, נאכדעם וואס עטליכע פייערן האבן אויסגעבראכן ביי די בעטעריס אונטערן קאקפיט פונעם פילאט.
די פייערן זענען אונטער אויספארשונג, און די באאמטע האפן אויפצוקומען מיט א סאלושען ווי אמשנעלסטן, כדי צו קענען ווייטער פליען מיט דעם באליבטן (ביי די עירליינס) עראפלאן.
די איירופישע אוויאציע אגענטור האט אויך געשריבן אן אייגענע איסור.
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
די נעסאו קאונטי דיסטריקט אטורני האט געמאלדן אז זי וועט נישט ארויסלייגן קיין קרימינאלע קלאגעס קעגן דעם דרייווער פונעם קרוזער-שיף וואס האט דערהארגעט דריי קינדער לעצטן זיממער. לויט פארשער האט דער דרייווער נישט געהאט קיין 'טייטל' פארן שיף בשעת'ן עקסידענט. משפחה מיטגלידער שיקן סטעיטמענטס. די פיש אונטערן שיף קוקן מיט נייגער אויפן ארויסקום.
אדוואקאטן פאר די געלע טעקסי'ס האבן אריינגעגעבן א פארלאנג פאר פרישע געזעצן קעגן די וואס שלאגן זיך מיטן פרייז מיט די דרייווער. די שטורעם איז אנגעדרייט געווארן דורכן פאמיליע פון א דרייווער וואס איז ברוטאל צושלאגן געווארן (דעטאלן ערשט-האנטיג) איטליכע וואכן צוריק, און דער פארברעכער איז ארויס אויף בעיל אנע קלאגעס. "אונזער ברידער ליגט נאך אין א קאומא, און דער פארברעכער דרייט זיך פריי" זאגט א משפחה מיטגליד.
א שולע אין קווינס איז אפגעשפארט געווארן נאך וואס א זיבן יעריג יונגל איז געפינען געווארן אין קלאס-צימער מיט א גאן. פאליציי האבן שפעטער געפינען א עקסטערע רונדע בולעטס אינעם קינדס ריסעס פעקל. אלע עלטערן וועלן ברויכן אויספולן פרישע אפליקאציעס אז מ'פארמאגט נאר א געפילטערטע גאן מיט סיזי בולעטס.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'משפחה' מאגאזין. די טייטלען זאלן נישט שיקן קיינע מעסעדשעס. וועלן די משפחה מיטגליד נישט שיקן קיין סטעיטמענטס.
אדוואקאטן פאר די געלע טעקסי'ס האבן אריינגעגעבן א פארלאנג פאר פרישע געזעצן קעגן די וואס שלאגן זיך מיטן פרייז מיט די דרייווער. די שטורעם איז אנגעדרייט געווארן דורכן פאמיליע פון א דרייווער וואס איז ברוטאל צושלאגן געווארן (דעטאלן ערשט-האנטיג) איטליכע וואכן צוריק, און דער פארברעכער איז ארויס אויף בעיל אנע קלאגעס. "אונזער ברידער ליגט נאך אין א קאומא, און דער פארברעכער דרייט זיך פריי" זאגט א משפחה מיטגליד.
א שולע אין קווינס איז אפגעשפארט געווארן נאך וואס א זיבן יעריג יונגל איז געפינען געווארן אין קלאס-צימער מיט א גאן. פאליציי האבן שפעטער געפינען א עקסטערע רונדע בולעטס אינעם קינדס ריסעס פעקל. אלע עלטערן וועלן ברויכן אויספולן פרישע אפליקאציעס אז מ'פארמאגט נאר א געפילטערטע גאן מיט סיזי בולעטס.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'משפחה' מאגאזין. די טייטלען זאלן נישט שיקן קיינע מעסעדשעס. וועלן די משפחה מיטגליד נישט שיקן קיין סטעיטמענטס.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
א פארעשוט האט היינט געראטעוועט דריי פאסאנזשירן פון א פליגער וואס האט געקראכט אין קאנעטיקעיט. דער פילאט -א געוועזענע סיעל-טיעם- האט געעפענט דעם פארעשוט נאכן זיך אנשטויסן אין פראבלעמען, איידער דער פליגער איז אויפגעגאנגען אין פלאמען. איינע איז אין שפיטאל, וואו ער קומט אפ מיט בלויז מילדע וואונדן. בלומבערג שטודירט אויב פארעשוטן קען ראטעווען פון גאנס "מ'ברויך איינשטעלן פארעשוטן אין אלע שולעס איבער ניו יארק".
צוויי טויט נאך וואס א לאנג איילענד רעיל-ראוד באן האט אריינגעקראכט אין א דורכפארענדע קאר. די מעטראפאליטען טראנספארטאציע דעפארטמענט זאגט אז דער דרייווער איז געזעהן געווארן רעדנדיג אויפן סעל-פאון געציילטע מינוטן בעפארן קראך. און דער קאר איז אריינגעפארן אויף די שינעס, ארום דעם פארמאכטן צוים. די פארט-אטארוטי טאלל שטיבלעך פארקויפן נישט זייערע פארמאכטן צוים.
צוויי פייערלעשער זענען פארכאפט געווארן אין א בילדינג פייער אויף בעדפארד עוועניו נעבן נארט אכט. נאך צוויי דערנעבענדע געשעפטן זענען אריבערגעכאפט געווארן מיטן ווילדן ווינט. די צוויי זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אונטער א סטאבעלירטן צושטאנד. "פייער פארכאפן די רעטער, אנע גאן-שיסער דערינען אויך" זאגט די פייער קאמישענער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'צוועלעפטע סיעל-טיעם'. מיר פארכאפן נישט קיינע ארבעטס-לאזע. ליבערשט לאזן מיר זיי פליען מיטן פארעשוט נאכן געקראכטן באללון.
צוויי טויט נאך וואס א לאנג איילענד רעיל-ראוד באן האט אריינגעקראכט אין א דורכפארענדע קאר. די מעטראפאליטען טראנספארטאציע דעפארטמענט זאגט אז דער דרייווער איז געזעהן געווארן רעדנדיג אויפן סעל-פאון געציילטע מינוטן בעפארן קראך. און דער קאר איז אריינגעפארן אויף די שינעס, ארום דעם פארמאכטן צוים. די פארט-אטארוטי טאלל שטיבלעך פארקויפן נישט זייערע פארמאכטן צוים.
צוויי פייערלעשער זענען פארכאפט געווארן אין א בילדינג פייער אויף בעדפארד עוועניו נעבן נארט אכט. נאך צוויי דערנעבענדע געשעפטן זענען אריבערגעכאפט געווארן מיטן ווילדן ווינט. די צוויי זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אונטער א סטאבעלירטן צושטאנד. "פייער פארכאפן די רעטער, אנע גאן-שיסער דערינען אויך" זאגט די פייער קאמישענער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'צוועלעפטע סיעל-טיעם'. מיר פארכאפן נישט קיינע ארבעטס-לאזע. ליבערשט לאזן מיר זיי פליען מיטן פארעשוט נאכן געקראכטן באללון.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
א מאן ווערט געזיכט דורך פאליציי אין וועסט-ווילעדש, נאך וואס ער האט פרובירט דורכפירן א רויבעריי מיט א גאן. דער מאן האט שפאצירט נעבן א אפארטמענט בילדינג אויף טאמפסאן סט, ווען די פרוי איז ארויף האט ער איר נאכגעוואקט און פרובירט צו בארויבן. ער איז אנטלאפן מיט ליידיגע הענט נאך וואס פאליציי זענען גערופן געווארן דורך שכינים. נעבן א אפארטמענט בילדינג מיט בליעטש, וואלט ער שוין בעסער אנגעקומען.
נאך א וואך פונעם שולע באס דרייווער סטרייק. האט שוין געפלאצט דאס געדולט פון געוויסע, און זיי האבן אוועקגעגעבן דאס געפלאצטקייט, און געפלאצט די רעדער פון צוועלעף באסעס אין א פריוואטן פארקינג לאט אין גרינפויענט געגענט אין ברוקלין, וואו באסעס זענען פלאצירט. דרייווער לייגן דאס אן אויף די יוניאן, צוליב וואס די קאמיטע האט אויפגענומען נייע דרייווערס וואס זענען נישט אינעם יוניאן. "שטעכן רעדער, איז נישט אונזער גאנג" זאגט א דרייווער.
א פייער האט אויסגעבראכן אין א אייזן פאבריק ווערהאוז אין נארט-ארלינגטאן ניו גערסי. נאנט צו צוואנציג ארבייטער זענען פארפרוירן געווארן אין די פראסטיגע קעלט אויפן גאס. איין פייער וואלאונטיר איז אין שפיטאל מיט מילדע וואונדן. ס'האט געדויערט צוויי שעה צו פארלעשן. זעהט אויס אז א אייזן פאבריק מיט א סוכה דערינען ברענט בעסער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'היילפרין-הסעות באס קאמפעני'. מיר שטעלן צו באסעס פאר די גרעסטע קאמפאוטישנס. שטעכן רעדער וועט ווייטער בלייבן נישט אונזער גאנג.
נאך א וואך פונעם שולע באס דרייווער סטרייק. האט שוין געפלאצט דאס געדולט פון געוויסע, און זיי האבן אוועקגעגעבן דאס געפלאצטקייט, און געפלאצט די רעדער פון צוועלעף באסעס אין א פריוואטן פארקינג לאט אין גרינפויענט געגענט אין ברוקלין, וואו באסעס זענען פלאצירט. דרייווער לייגן דאס אן אויף די יוניאן, צוליב וואס די קאמיטע האט אויפגענומען נייע דרייווערס וואס זענען נישט אינעם יוניאן. "שטעכן רעדער, איז נישט אונזער גאנג" זאגט א דרייווער.
א פייער האט אויסגעבראכן אין א אייזן פאבריק ווערהאוז אין נארט-ארלינגטאן ניו גערסי. נאנט צו צוואנציג ארבייטער זענען פארפרוירן געווארן אין די פראסטיגע קעלט אויפן גאס. איין פייער וואלאונטיר איז אין שפיטאל מיט מילדע וואונדן. ס'האט געדויערט צוויי שעה צו פארלעשן. זעהט אויס אז א אייזן פאבריק מיט א סוכה דערינען ברענט בעסער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'היילפרין-הסעות באס קאמפעני'. מיר שטעלן צו באסעס פאר די גרעסטע קאמפאוטישנס. שטעכן רעדער וועט ווייטער בלייבן נישט אונזער גאנג.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
'דעלל' איז אין די נייעס די טעג צוליב זייער שוואכע איינקופט אינעם לעצטן קווארטאל, מיקראסאפט קוקט אצינד אריין אין אפקויפן שעירס אין די דעלל פירמע. נישט געזארגט 'מייקל דעלל' דער גרינדער פון דעלל איז נישט קיין רחמנות, טראצדעם וואס דריעמליינער איז פארגאנגענע וואך געקומען צו אפשטעל, האט זיך מייקל איינגעהאנדעלט א דריעמליינער פאר 15 מיליאן דאללאר אלס פרייוועט דזשעט פאר וואקאציע צו קענען מיטנעמען 250 פריינט. דו קענסט איינעם וואס האט 250 מענטשן מיטצונעמען אויף וואקאציע?...
די מזל איז שלעכט געגאנגען פאר א לאנג איילענד מאן, נאך וואס פאליציי האט אים אפגעשטעלט פארן (פתח) פארן (קמץ) שנעל אויפן שאסיי, און געפינען ביי אים א גאן. נאך שלעכטער איז אים געגאנגען נאך וואס זיי האבן אנדעקט אין זיין הויז נאך איטליכע גאנס מיט שעדליכע וואפן און בולעט פרוף וועסטלעך. ער שטייט אויס שווערע קלאגעס. "די גאר שעדליכע וואפן זענען נישט וואס מ'זעהט אפט. שווערדן מיט פייער דראנטן איז נישט א זאך פון וואס ער וועט זיך אזוי גרינג ארויסדרייען" זאגט א סופערווייזער.
א מערדער איז אנטלאפן פון א פאליס סטאנציע אין ברוקלין, נאכן ארעסטירט ווערן פאר א מארד פון צוויי יאר צוריק. דער פיר-און-צוואנציג יעריגער 'ברענדאן סענטענע' איז נישט געווען פארבינדן ווען ער האט אנגעהאקט דעם נישט-באוואפענטעם אפיציר וואס האט אים באוואכט און אנטלאפן. "ארויסדרייען איז נישט אלס דעם אנטווארט" האט זיך דער פארברעכער אויסגעדרוקט.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'דעלטא'. פארט מיט אונז אויף וואקאציע, מיר נעמען מער נישט קיינע גרופעס מער פון 250 מענטשן.
די מזל איז שלעכט געגאנגען פאר א לאנג איילענד מאן, נאך וואס פאליציי האט אים אפגעשטעלט פארן (פתח) פארן (קמץ) שנעל אויפן שאסיי, און געפינען ביי אים א גאן. נאך שלעכטער איז אים געגאנגען נאך וואס זיי האבן אנדעקט אין זיין הויז נאך איטליכע גאנס מיט שעדליכע וואפן און בולעט פרוף וועסטלעך. ער שטייט אויס שווערע קלאגעס. "די גאר שעדליכע וואפן זענען נישט וואס מ'זעהט אפט. שווערדן מיט פייער דראנטן איז נישט א זאך פון וואס ער וועט זיך אזוי גרינג ארויסדרייען" זאגט א סופערווייזער.
א מערדער איז אנטלאפן פון א פאליס סטאנציע אין ברוקלין, נאכן ארעסטירט ווערן פאר א מארד פון צוויי יאר צוריק. דער פיר-און-צוואנציג יעריגער 'ברענדאן סענטענע' איז נישט געווען פארבינדן ווען ער האט אנגעהאקט דעם נישט-באוואפענטעם אפיציר וואס האט אים באוואכט און אנטלאפן. "ארויסדרייען איז נישט אלס דעם אנטווארט" האט זיך דער פארברעכער אויסגעדרוקט.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'דעלטא'. פארט מיט אונז אויף וואקאציע, מיר נעמען מער נישט קיינע גרופעס מער פון 250 מענטשן.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
א פערציג יעריגע מאמע מיט איר דריי יעריג קינד זענען געפינען געווארן געשטאכן צום טויט אין זייער אפארטמענט אין ענגלוואד ניו גערסי. פאליציי האבן אונטערגענומען א אינוועסטאגאציע. שכינים ווייסן נישט איבער אקטיוויטעטן די לעצטערע טעג דארט. "דאס אז זיי זענען געשטאכן געווארן מיט א מעסער" זאגט גאווענער קאומא. "צייגט אז גאנס זענען שוין א פארגאנגענהייט". מעסער-קאנטראל אויפן אגענדע.
זיכט איר וואו צו פייפן? קומט קיין מענהעטען! די 1.3 מיליאון 'דאונט-האנק' שילדן איבער ניו יארק סיטי ווערן אראפגענומען ביזן סוף פונעם יאר. 'די פייפעריי וועלן ווייטער אנגעהאלטן ווערן, אפגעזעהן אז די שילדן זענען שוין נישט דא אובאכט צו געבן'. זאגט א טעקסי דרייווער. דער בלינדער פעטרעסאן טרויערט דערויף. דאס איז נאך געווען די איינציגסטע שילד וואס ער האט געוויסט גענוי וואו דאס געפינט זיך...
א הויעך-שולע אין בראנקס איז אפגעשפארט געווארן פאר איטליכע שטונדען היינט פארמיטאג. נאך א געשלעג צווישן סטודענטן, און א סטודענט האט ארויסגעצויגן א שפילצייג גאן. די גאסן זענען אנגעפולט געווארן מיט מאסן עלטערן וואס זענען געקומען אפנעמען זייערע קינדער. "נאך די אלע שיסערייען, ברויך מיין קינד דאס צוזעהן?" ברויזט א טאטע פון א זיבן יעריגס. "פאלשע גאנס, עכטע גאנס. מ'קען קיין מטעמים דערפון נישט מאכן" פירט ער אויס. (נייעס: דשעי)
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'טיב-טוב הארדווער'. פאלשע מעסערלעך, עכטע פייפערלעך. די שבת-בעלל פייפעריי ברויך א קאנטראל.
זיכט איר וואו צו פייפן? קומט קיין מענהעטען! די 1.3 מיליאון 'דאונט-האנק' שילדן איבער ניו יארק סיטי ווערן אראפגענומען ביזן סוף פונעם יאר. 'די פייפעריי וועלן ווייטער אנגעהאלטן ווערן, אפגעזעהן אז די שילדן זענען שוין נישט דא אובאכט צו געבן'. זאגט א טעקסי דרייווער. דער בלינדער פעטרעסאן טרויערט דערויף. דאס איז נאך געווען די איינציגסטע שילד וואס ער האט געוויסט גענוי וואו דאס געפינט זיך...
א הויעך-שולע אין בראנקס איז אפגעשפארט געווארן פאר איטליכע שטונדען היינט פארמיטאג. נאך א געשלעג צווישן סטודענטן, און א סטודענט האט ארויסגעצויגן א שפילצייג גאן. די גאסן זענען אנגעפולט געווארן מיט מאסן עלטערן וואס זענען געקומען אפנעמען זייערע קינדער. "נאך די אלע שיסערייען, ברויך מיין קינד דאס צוזעהן?" ברויזט א טאטע פון א זיבן יעריגס. "פאלשע גאנס, עכטע גאנס. מ'קען קיין מטעמים דערפון נישט מאכן" פירט ער אויס. (נייעס: דשעי)
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'טיב-טוב הארדווער'. פאלשע מעסערלעך, עכטע פייפערלעך. די שבת-בעלל פייפעריי ברויך א קאנטראל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
א ניו גערסי טראנזיט באן איז ווידער אין די נייעס. דאס מאל נאך וואס א באן האט אריינגעקראכט אין א טרעילאר אנגעפולט מיט פעינט, אין ליטעל-פאללס ניו גערסי. צעהן זענען פארוואונדערט געווארן. פעינט האבן זיך אנגעזעהן ביז גאסן אוועק, מערערע קאלירן האבן באגאסן דעם גאנצן ארום. א ווארטזאגער פאר קאלמעוואסער זאגט אז 'ווידער' איז אלץ אין די נייעס.
די מערדער פונעם מאמע און קינד וואס איז אפגעפינען געווארן טויט אין זייער היים אין ענגלוואד ניו גערסי, איז היינט ארעסטירט געווארן. און ווערט אנגעקלאגט פארן מארד. פאמיליע מיטגליד זאגן אז זיי האבן זיך געקענט פון בעפאר, און א געשלעג האט געפירט צום טויטליכן סצענע. "אזא געשלעג הייבט זיך געווענליך אן איבער א שטיקל קעיק" זאגט א דיטאקטיוו.
די ניו יארק סיטי פאליציי לופט-פלאטע האט אפגעראטעוועט א קאמערציאלע-שיף קאפיטאן ווען עריז צוזאמגעפאלן אין די וואסערן נעבן דעם וועריזאנאו בריק. די פאליציי העליקאפטער האט אראפגעלאזט א פאראמעדיק און א דאקטאר, און דערנאך אריינגעפירט דעם קאפיטאן אין שפיטאל. א טרעפיק אגענד'קע איז נאכגעשיקט געווארן דערנאך, פארן איבערלאזן דעם שיף אינמיטן וואסער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'תפארת בעקעריי'. מאסן שלאגן זיך נאך אונזער דריי-קאליר קעיק. זינט מערערע קאלירן באגיסן דעם גאנצן ארום.
די מערדער פונעם מאמע און קינד וואס איז אפגעפינען געווארן טויט אין זייער היים אין ענגלוואד ניו גערסי, איז היינט ארעסטירט געווארן. און ווערט אנגעקלאגט פארן מארד. פאמיליע מיטגליד זאגן אז זיי האבן זיך געקענט פון בעפאר, און א געשלעג האט געפירט צום טויטליכן סצענע. "אזא געשלעג הייבט זיך געווענליך אן איבער א שטיקל קעיק" זאגט א דיטאקטיוו.
די ניו יארק סיטי פאליציי לופט-פלאטע האט אפגעראטעוועט א קאמערציאלע-שיף קאפיטאן ווען עריז צוזאמגעפאלן אין די וואסערן נעבן דעם וועריזאנאו בריק. די פאליציי העליקאפטער האט אראפגעלאזט א פאראמעדיק און א דאקטאר, און דערנאך אריינגעפירט דעם קאפיטאן אין שפיטאל. א טרעפיק אגענד'קע איז נאכגעשיקט געווארן דערנאך, פארן איבערלאזן דעם שיף אינמיטן וואסער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'תפארת בעקעריי'. מאסן שלאגן זיך נאך אונזער דריי-קאליר קעיק. זינט מערערע קאלירן באגיסן דעם גאנצן ארום.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
שעפטל האט געשריבן:די מערדער פונעם מאמע און קינד וואס איז אפגעפינען געווארן טויט אין זייער היים אין ענגלוואד ניו גערסי, איז היינט ארעסטירט געווארן. און ווערט אנגעקלאגט פארן מארד. פאמיליע מיטגליד זאגן אז זיי האבן זיך געקענט פון בעפאר, און א געשלעג האט געפירט צום טויטליכן סצענע. "אזא געשלעג הייבט זיך געווענליך אן איבער א שטיקל קעיק" זאגט א דעטעקטיוו
לאמיר האפן אז דער מערדער וועט באקומען צוגעטיילט לכל הפחות 10 יאר.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
א באמבע האט אויפגעריסן, ביי א זייטיגע טיר אין די געביידע פון די אמעריקאנע אמבאסאדע, אין אנקארא די טערקישע הויפטשטאט.
די אויספרייס איז געווען ארום 1:30 נאכמיטאג טערקישע זייגער. דערווייל איז באריכטעט געווארן איבער צוויי טויטע וועכטער, און נאך עטליכע פארוואונדעטע.
דערווייל איז נישט קלאר צו עס איז געווען אן אונטערגעלייגטע באמבע, דאס איז געווען א זעלבסטמארד אטאקע. קיין טעראר גרופע האט ביז יעצט נישט גענומען פאראנווארטליכקייט.

ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
- boxcover
- ידיד ותיק
- הודעות: 741
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
- האט שוין געלייקט: 1983 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל
ברוך דיין האמת. הרב עדווארד איירווינג קאטש איז נעכטן נאכט (בערך 2:00 פארטאגס) נפטר געווארען אין הויכען עלטער פון 88 יאהר. הרב קאטש איז געווען אן אמעריקאנער אדוואקאט און פאליטיקער. ער איז געווען א קאנגרעסמאן פון די זיבענצעטע ניו יארקער דיסטריקט פון 1969 (איבערגענומען הרב קופערמאן) ביז 1973 (איבערגענומען דורך דזשאן מורפי), און פון די אכצענטע ניו יארקער דיסטריקט פון 1973 (איבערגענומען טשארלעס רענגעל) ביז 1977 (איבערגענומען דורך הרב גרין), און בירגערמייסטער פון ניו יארק פאר דריי קאדאנציעס פון 1978 (איבערגענומען הרב אברהם ביעם) ביז 1989 (איבערגענומען געווארען דורך הרב דוד דינקינס).
הרב קאטש איז געווען פון די דעמאקראטישע קהלה, און האט אין די יונגע יאהרען געלערנט אין די ען.וויי.יו. ישיבה פון געזעץ.
הרב קאטש האט אסאך אריינגעכאפט אין די בחור'ישע יאהרען, וואס האט זיך געצויגען פון די בר מצוה ביז די פטירה. א הארץ אטאקע האט געמאכט א סוף צו זיינע ימי הבחרות.
די באריכט איז געספאנסערט דורך די בליטש געשעפט אויף ראבלינג. נחום האט געכאפט שוין לאחר ימי הבחרות, און זיין הארץ קלאפט נאך אלץ.

- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
א מין מאדנע מעשה דאס.
פארלוירן געווארן די שליסל פון ארון קודש, און מ'האט געליינט אינעם ספר בשעת ס'איז געליגן אינעווייניג אין ארון קודש.
איך כאפ נישט פונקטליך וויאזוי, אבער כך היה המעשה, ליינט און שטוינט:
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=50359

- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 766
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
די געיעג נאך א דזשיפ אין בראנקס האט זיך געענדיג נאכן דאס אפגעפינען צוויי מייל אוועק פון וואו דאס איז גע'גנב'ט געווארן. אינאיינעם מיטן דזשיפ איז אויך אפגעפינען געווארן די זיבן חדשים קינד וואס איז געווען דערין בשעתן גניבה איז דורכגעפירט געווארן. די קינד איז אפגעפירט געווארן קיין מאנטיפיורי שפיטאל. וואלאונטירן געזיכט צו איבערנעכטיגן ביינאכט.
פרעזידענט אבאמא האט געלאזט וויסן אז ער פלאנט אפצושאטן זיין ערשטע באזוך קיין ארץ ישראל. די לאנג געפלאנטע שלום אפמאך אינעם מיטל מזרח רייען איז אויף די אגענדע. געלטער וועלן פארטיילט ווערן פאר שולעס וואס ברענגען ארויס סטודענטן מיט פענדלעך. באזיכן ביי אלע הויעך באאמטע ווערט אויספלאנירט. אנדערש ווי אנדערע, וועט זיך די פרעזידענט נישט באהאלטן אין א קעמפ נאכן צוריקקער.
ניו גערסי גאווענער קריסטי האט היינט אויף א שאו זיך געלאזט וואול גיין אויף זיין איבערוואגיגקייט. זאגנדיג ווי שווער ס'איז אים צו לויפן פאר א פאזיציע נישט מאכנדיג די ריכטיגע אימפרעשאן אויף די וויילער. אבער אויך האט ער אפגעווארפן אז דאס וועט אים אפהאלטן פון לויפן פאר פרעזידענט. "די ווייסע האוז פארמאגט נישט קיין שילדן 'נאו-פאאד-אלאוד' זאגט ער.
וויצן אין א זייט געלייגט. ברענגטס אריין עפעס עסן.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'מעקדאנעלד'. פלאנט איר צו לויפן פאר פרעזידענט? נישט געזארגט. מיר האבן פאר אייך ספעציעלע שיך צו לויפן.
פרעזידענט אבאמא האט געלאזט וויסן אז ער פלאנט אפצושאטן זיין ערשטע באזוך קיין ארץ ישראל. די לאנג געפלאנטע שלום אפמאך אינעם מיטל מזרח רייען איז אויף די אגענדע. געלטער וועלן פארטיילט ווערן פאר שולעס וואס ברענגען ארויס סטודענטן מיט פענדלעך. באזיכן ביי אלע הויעך באאמטע ווערט אויספלאנירט. אנדערש ווי אנדערע, וועט זיך די פרעזידענט נישט באהאלטן אין א קעמפ נאכן צוריקקער.
ניו גערסי גאווענער קריסטי האט היינט אויף א שאו זיך געלאזט וואול גיין אויף זיין איבערוואגיגקייט. זאגנדיג ווי שווער ס'איז אים צו לויפן פאר א פאזיציע נישט מאכנדיג די ריכטיגע אימפרעשאן אויף די וויילער. אבער אויך האט ער אפגעווארפן אז דאס וועט אים אפהאלטן פון לויפן פאר פרעזידענט. "די ווייסע האוז פארמאגט נישט קיין שילדן 'נאו-פאאד-אלאוד' זאגט ער.
וויצן אין א זייט געלייגט. ברענגטס אריין עפעס עסן.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'מעקדאנעלד'. פלאנט איר צו לויפן פאר פרעזידענט? נישט געזארגט. מיר האבן פאר אייך ספעציעלע שיך צו לויפן.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
צענדליגע טויזענטער זענען אויסגעשאלטערט געווארן פון לעקטער איבער די טריי סטעיט געגענט. אין קאנעטיקעיט זענען באריכטעט געווארן אזויפיל ווי פערצן טויזענט פאמיליעס אנע לעקטער. אין קווינס איז אויך א גרויס חלק באריכטעט געווארן זייענדיג אין די פינסטערניש. פלעש-לייטס זענען קיינע אפציעס פאר די לאנג איילענד איינוואונער. זיי קוקן זיך אום אויב זייערע וואון ערטער זענען נאך צווישן די לעבעדיגע.
טיילן פונעם לאנג איילענד עקספרעסוועי זענען נאך פארשפארט דערווייל, און איז ערווארטעט צו בלייבן ביז שפעט ביינאכט צוליב די רייניגן פון גרויסע שטיקלעך אייז. גאווענער קאומא זאגט אז איבער פיר הונדערט טראקס זענען ביי די ארבעט, און האפט ווי פריער דאס צוריק עפענען. "דאס איז די גרעסטע מאובילעזירטע אקט צו רייניגן א שאסיי אין ניו יארק היסטאריע" זאגט ער. בלומבערגט פרעגט מיט וואונדער "וואס נעמט אזוי לאנג צו רייניגן א שאסיי?".
די ניו יארק מעטראפאליטאן טראספארטאציע דעפארטמענט איז פארנומען אפצורייניגן די שינעס וואס פירט ארויף צו די נארט זייט. די הויעכע שניי און אייז האבן זיך אנגעלייגט צווישן די שינעס, וואס פארשווערט די ארבעט. אבער זיי זאגן אז ס'איז צו ערווארטן א בלויזע האלבע שעה פארשפעטיגונג פונעם געווענליכן סקעדזשועל. "א קליין טעלערל שמאלציגע הערינג, ווערט שוין שנעלער אפגעשאוועלט" זאגט א פויער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'פארק עוו. פרוכט און וועדזשעטעבל'. מיר האבן די גרעסטע אויסוואל צו באצירן אייערע שניי-מענטשן. קומט אריין, און בעהט פאר זכרי'
טיילן פונעם לאנג איילענד עקספרעסוועי זענען נאך פארשפארט דערווייל, און איז ערווארטעט צו בלייבן ביז שפעט ביינאכט צוליב די רייניגן פון גרויסע שטיקלעך אייז. גאווענער קאומא זאגט אז איבער פיר הונדערט טראקס זענען ביי די ארבעט, און האפט ווי פריער דאס צוריק עפענען. "דאס איז די גרעסטע מאובילעזירטע אקט צו רייניגן א שאסיי אין ניו יארק היסטאריע" זאגט ער. בלומבערגט פרעגט מיט וואונדער "וואס נעמט אזוי לאנג צו רייניגן א שאסיי?".
די ניו יארק מעטראפאליטאן טראספארטאציע דעפארטמענט איז פארנומען אפצורייניגן די שינעס וואס פירט ארויף צו די נארט זייט. די הויעכע שניי און אייז האבן זיך אנגעלייגט צווישן די שינעס, וואס פארשווערט די ארבעט. אבער זיי זאגן אז ס'איז צו ערווארטן א בלויזע האלבע שעה פארשפעטיגונג פונעם געווענליכן סקעדזשועל. "א קליין טעלערל שמאלציגע הערינג, ווערט שוין שנעלער אפגעשאוועלט" זאגט א פויער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'פארק עוו. פרוכט און וועדזשעטעבל'. מיר האבן די גרעסטע אויסוואל צו באצירן אייערע שניי-מענטשן. קומט אריין, און בעהט פאר זכרי'
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
מערערע שולעס אין קאנעטיקעיט זענען דערווייל פארמאכט זינט דעם בליזארד, צוליב וואס די דעכער זענען אנגעלייגט מיט אייז. גאווערנער 'מילאו' פארשפרעכט ביז ענדע וואך וועט אלעס זיין צוריק צום אלטן. 'ביל פארוועלאו' פון די מענעדשמענט זאגט אז די קאלטע וועטער לאזט נישט די אייז זיך אויפלאזן.
נאך פון קאנעטיקעיט: צוויי געפינען טויט אין א קאר באדעקט מיט שניי.
ניו יארק מעטראפאליטען טראנספארטאציע האט געמאלדן אז מערסטענסטייל באנען זענען צוריק ביי די געווענליכן סיסטעם. אויסער די שינעס פון 'ניו העווען' געגענט וועלן נישט פארן. מערערע באסעס זענען צוגעשטעלט געווארן פאר די מאטאריסטן פונעם געגענט. "די קלינען די באסעס וועט זיין ס'שווערסטע טייל פונעם ארבעט" זאגט זכרי', די הויפט פון די באסעס.
דריי ספרי תורה זענען געגנב'ט געווארן פון א ביהמ"ד אין בראנקס. די ספרים זענען אנגעבליך אריינגעגעבן געווארן צו די פאליציי ווערנדיג געגנב'ט זונטאג נאכט, פון די יאנג-איזאריעל-אוו-מאשלאו-פארקוועי אין בראנקס. "געוויס איז דאס געווען א איד" זאגט די רב פונעם שול. "ער האט געברויכט א צווייטן ספר אויפגעמישט ביי שקלים". אבער די פאליציי שעף זאגט אז אויף די קעמרע קוקט נישט אויס קיין איין ספר בכלל אויפגעמישט "אלעס איז געווען פארמאכט אינגאנצן". זאגט ער.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'אפסטעיט ראאפינג'. מיר מאכן זיכער אז די שניי פאלט נישט אויף קיינע דעכער. "דעכער אנע בילדינגס איז אונזער פראפעקשאניסט".

- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל