שליחה
דורך מים חיים » מאנטאג פעברואר 11, 2013 9:52 am
א קורצע איבערבליק איבער דער בלו בלאאדס עפיזאד. די מעשה וואס איז נוגע אידן און אידישקייט אין דעם עפיזאד גייט בערך אזוי. דער אלטע רבי, רופט אריבער דעם געוועזענעם פאליציי קאמישענער [אן אלטן פריינד פארן רבי'ן] און ער מעלדט אים אז זיין לעצטע החלטה איז אז דער ממלא מקום וועט זיין דער אינגערע זון, ווייל ער איז מער געלונגען. תיכף נאך די לוי', בעסער געזאגט תיכף נאך די מלא, גייט דער פריש געווארענע זון ארויס פון ביהמ"ד רעדן אויפן סעלפאון, ער גייט אינעם בעקיארד פונעם שול, און א מיסטעריעזע האנט דערשטעכט דעם רבין צום טויט. עס ווערט א גרויס בהלה, מען קומט תיכף צו לויפן, פאליציי און דעטעקטיוון און סתם נייגעריגע צושויער, און מען זעהט דעם פריש'ן רבין [לוי איז זיין נאמען] ליגן אראפגעפאלן ביי טרעפ אראפ צום בעיסמענט דערשטאכן צום טויט, און זיין געטרייען גבאי, אשר לעפקא, שטייט איבערגעבויגן, און פרובירט צו ראטעווען. צווישן די דעטעקטיוון איז פארהאן איינער וואס מיסודו איז ער חסידיש אינגל, ער איז אבער אפגעפארן... ער האט נאך אבער קשר מיט זיין מאמע, און זי פארציילט אים זאכן וואס גייט פאר אין די פארמאכטע קאמיוניטי, וואס סתם אזוי פארציילט מען נישט פאר קיין דרויסענדיגער. די ערשטע חשד פאלט אויפן עלטערן זון, אז ער האט דערשטאכן דעם אינגערן ברודער צום טויט, מחמת קנאה אז ער האט נישט באקומען די רבנות, וואס דאס מיינט כבוד, און די רביסטעווע פארמאגט אסאך געלט. מען קומט אויספארשן דעם עלטערן ברודער, און ער איז ארומגענומען מיט שומרים מעמבערס אלס גבאים, דער עלטערע ברודער לייקענט אפ שטיין און ביין, און איז גאר באליידיגט אז מען פארדעכטיגט אים אין זיין ברודערס מארד. די אויספארשער, באקומען ווידיאו פון דעם בעקיארד פון שול, און מען זעהט א מינוט נאך דעם וואס לוי גייט ארויס, זעהט מען דעם עלטערן ברודערס גבאי, דער שומרים מעמבער, ארויסגיין פון יענעם טיר. די חשד גייט אויפן שומרים מעמבער, און מען קומט אים אויספארשן, מען פיקט אים אויף פון שוויץ. אריינגייענדיג אין שוויץ, וויל די שומר הפתח צוריקהאלטן די פאליציי פון אריינגיין, ווילאנג זיי האבן נישט קיין וואראנט אריינצוקומען, אבער נאך א סטראשונקע, אז אויב ערלויבט מען זיי נישט אריינטריט, וועט די העלט דעפארטמענט זיין דא, ערלויבט מען צוויי דעטעקטיווס אריינצוגיין, אבער די שיקסע דעטעקטיוו לאזט מען נישט אריין. דער שומרים מעמבער, האלט נישט ביים רעדן, אבער נאכדעם וואס דער געוועזענער חסיד/היינטיגע דעטעקטיוו סטראשעט אים, אז אויב קאפערירט ער נישט געהעריג, וועט ער מפרסם זיין, און די גאנצע בית המדרש וועט וויסן, אז ער האט גע'מסר'ט און געזינגען ווי א פייגעלע, פארציילט ער וואס ער ווייסט. די רעזולטאטן פון די מעדיקעל עקזעמינער קומען צוריק, און אין די רעפארט שטייט אז מען האט געטראפן א לאנגע בלאנדע האר אויפן גוף פונעם ערמארדעטן. נאך א קורצע שמועס מיטן גבאי'ן, אשר, ווערן זיי געוואר א נאמען פון א שיקסע, וואס דער נייע רבי [לוי] האט געהאט מיט איר אומאויסגעהאלטענע באציאונגען. מען גייט אריבער אין איר געשעפט, מען רעדט מיט איר, עס ווערט נתגלה די מעשים טובים פון דעם לוי, אבער זיי האבן נישט קיין מאטיוו, פארוואס זי זאל וועלן הרג'ענען לוי, אבער זי זאגט זיי אז לוי האט איר פארטרויעט אז זיין ווייב איז חושד אז ער האט שייכות מיט אנדערע פרויען, און זי וויל א גט. דער געוועזענער חסיד/היינטיגע דעטעקטיוו ערקלערט, אז א פרוי וואס וויל א גט, קען גארנישט טון, ווייל זי קען נישט גט'ן, און איר איינציגסטע וועג ארויס פונעם מערידזש, איז אויב די מאן שטארבט.... נאך עפעס וואס מען האט געטראפן ביים מעדיקעל עקזעמינער, איז א גרויע פאקס האר אויפן מאנטל פונעם נרצח, מען גייט אריבער צום שטריימל סוחר, זעהן ווער עס האט געקויפט א שטריימל מיט פוקס האר, עס שטעלט זיך ארויס אז דער פרישע רבי זעלבסט [לוי] האט עס געקויפט, אבער ער האט עס נישט געקויפט פאר זיך, ער האט עס געקויפט אלס מתנה פאר זיין גבאי. מען גייט איר ארעסטירן, און בשעת מען ארעסטירט איר, איז דער גבאי, מודה אז ער איז דער וואס האט ערמארדעט דעם רבי'ן. איינס, ווייל ער איז נישט ראוי צו זיין רבי, צוליב זיין שייכות מיט א שיקסע, צוויי, ווייל ער וויל חתונה האבן מיט דעם פרישן אלמנה. -- דאס איז דער PLOT, די מעשה זעלבסט האט גאר אסאך לעכער, ווי אויך די אופן וויאזוי עס איז געפילמט געווארן האט גאר אסאך אומפונקטליכקייטן. איבער דעם אין א קומענדיגע תגובה