מאווי שוטינג אין בארא פארק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

טישו באקס האט געשריבן:איך בין נייגעריג ווער ס'האט זיי אויסגעלערנט די חסידישע אויפפירונג מיט אזא מין עמעראצעס דאס אז א פרוי געבט נישט איבער דירעקט אין א מאן'ס הענט האבן זיי געוואוסט אויפצושפילן אבער ווער ס'האט א בליק געטון אינעם עפיזאד קען קלאר באמערקן דעם סיין וואס הענגט אינעם שוויץ ווי זיי גייען באזוכן יענעם שומרים חברה מאן, שטייט דארט אויף יודיש אנשטאט "בלויז מענער" האבן זיי געשריבן "בלויז מענטשן" וואס האט מיר געקאסט א שמייכל. אויך איז אינטערסאנט וואו זיי האבן געזעהן אז א חסיד'ישער יוד זאל גיין דעם קאפל וואס זיי האבן אנגעטון דעם "משה" פון קרויס הוט סטאר. מעגליך אז זיי האבן געכאפט א שפאציר אין שומר שבת שטיבלעך וואו זיי האבן געטראפן פון אלע מינים.


כ'טישו באקס (וואט עי ניק!), איך האב אויך זיך שטארק צולאכט אויפן טאוול "בלויז מענטשן"... און דער צוזאמעשטעל פון קויפן א שטריימל אין א הוט געשעפט?... און זייט ווען באגלייט א גבאי מיט א לאנגע בארד א רביצין ביי חסיד'ישע אידן?
און זייט ווען דאווענט מען אין 2 שורות, אויסגעדרייט איינער צום צווייטן?
בכלל, ווען די רבי'ס ליגן אויפן קראנקן בעט, בעפארן גוסס'ן, ליגן זיי מיטן ווייסן בעקישע??
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

@קופערניקוס, יעדעס ווארט א פערל @יאנקל, האסט געשלאגן דעם נאגל אויף איר קעפל!

@איחוד, במלא הודו והדרו!
מים חיים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך מים חיים »

א קורצע איבערבליק איבער דער בלו בלאאדס עפיזאד.

די מעשה וואס איז נוגע אידן און אידישקייט אין דעם עפיזאד גייט בערך אזוי. דער אלטע רבי, רופט אריבער דעם געוועזענעם פאליציי קאמישענער [אן אלטן פריינד פארן רבי'ן] און ער מעלדט אים אז זיין לעצטע החלטה איז אז דער ממלא מקום וועט זיין דער אינגערע זון, ווייל ער איז מער געלונגען.

תיכף נאך די לוי', בעסער געזאגט תיכף נאך די מלא, גייט דער פריש געווארענע זון ארויס פון ביהמ"ד רעדן אויפן סעלפאון, ער גייט אינעם בעקיארד פונעם שול, און א מיסטעריעזע האנט דערשטעכט דעם רבין צום טויט.

עס ווערט א גרויס בהלה, מען קומט תיכף צו לויפן, פאליציי און דעטעקטיוון און סתם נייגעריגע צושויער, און מען זעהט דעם פריש'ן רבין [לוי איז זיין נאמען] ליגן אראפגעפאלן ביי טרעפ אראפ צום בעיסמענט דערשטאכן צום טויט, און זיין געטרייען גבאי, אשר לעפקא, שטייט איבערגעבויגן, און פרובירט צו ראטעווען.

צווישן די דעטעקטיוון איז פארהאן איינער וואס מיסודו איז ער חסידיש אינגל, ער איז אבער אפגעפארן... ער האט נאך אבער קשר מיט זיין מאמע, און זי פארציילט אים זאכן וואס גייט פאר אין די פארמאכטע קאמיוניטי, וואס סתם אזוי פארציילט מען נישט פאר קיין דרויסענדיגער.

די ערשטע חשד פאלט אויפן עלטערן זון, אז ער האט דערשטאכן דעם אינגערן ברודער צום טויט, מחמת קנאה אז ער האט נישט באקומען די רבנות, וואס דאס מיינט כבוד, און די רביסטעווע פארמאגט אסאך געלט.

מען קומט אויספארשן דעם עלטערן ברודער, און ער איז ארומגענומען מיט שומרים מעמבערס אלס גבאים, דער עלטערע ברודער לייקענט אפ שטיין און ביין, און איז גאר באליידיגט אז מען פארדעכטיגט אים אין זיין ברודערס מארד.

די אויספארשער, באקומען ווידיאו פון דעם בעקיארד פון שול, און מען זעהט א מינוט נאך דעם וואס לוי גייט ארויס, זעהט מען דעם עלטערן ברודערס גבאי, דער שומרים מעמבער, ארויסגיין פון יענעם טיר. די חשד גייט אויפן שומרים מעמבער, און מען קומט אים אויספארשן, מען פיקט אים אויף פון שוויץ.

אריינגייענדיג אין שוויץ, וויל די שומר הפתח צוריקהאלטן די פאליציי פון אריינגיין, ווילאנג זיי האבן נישט קיין וואראנט אריינצוקומען, אבער נאך א סטראשונקע, אז אויב ערלויבט מען זיי נישט אריינטריט, וועט די העלט דעפארטמענט זיין דא, ערלויבט מען צוויי דעטעקטיווס אריינצוגיין, אבער די שיקסע דעטעקטיוו לאזט מען נישט אריין.

דער שומרים מעמבער, האלט נישט ביים רעדן, אבער נאכדעם וואס דער געוועזענער חסיד/היינטיגע דעטעקטיוו סטראשעט אים, אז אויב קאפערירט ער נישט געהעריג, וועט ער מפרסם זיין, און די גאנצע בית המדרש וועט וויסן, אז ער האט גע'מסר'ט און געזינגען ווי א פייגעלע, פארציילט ער וואס ער ווייסט.

די רעזולטאטן פון די מעדיקעל עקזעמינער קומען צוריק, און אין די רעפארט שטייט אז מען האט געטראפן א לאנגע בלאנדע האר אויפן גוף פונעם ערמארדעטן. נאך א קורצע שמועס מיטן גבאי'ן, אשר, ווערן זיי געוואר א נאמען פון א שיקסע, וואס דער נייע רבי [לוי] האט געהאט מיט איר אומאויסגעהאלטענע באציאונגען.

מען גייט אריבער אין איר געשעפט, מען רעדט מיט איר, עס ווערט נתגלה די מעשים טובים פון דעם לוי, אבער זיי האבן נישט קיין מאטיוו, פארוואס זי זאל וועלן הרג'ענען לוי, אבער זי זאגט זיי אז לוי האט איר פארטרויעט אז זיין ווייב איז חושד אז ער האט שייכות מיט אנדערע פרויען, און זי וויל א גט.

דער געוועזענער חסיד/היינטיגע דעטעקטיוו ערקלערט, אז א פרוי וואס וויל א גט, קען גארנישט טון, ווייל זי קען נישט גט'ן, און איר איינציגסטע וועג ארויס פונעם מערידזש, איז אויב די מאן שטארבט....

נאך עפעס וואס מען האט געטראפן ביים מעדיקעל עקזעמינער, איז א גרויע פאקס האר אויפן מאנטל פונעם נרצח, מען גייט אריבער צום שטריימל סוחר, זעהן ווער עס האט געקויפט א שטריימל מיט פוקס האר, עס שטעלט זיך ארויס אז דער פרישע רבי זעלבסט [לוי] האט עס געקויפט, אבער ער האט עס נישט געקויפט פאר זיך, ער האט עס געקויפט אלס מתנה פאר זיין גבאי.

מען גייט איר ארעסטירן, און בשעת מען ארעסטירט איר, איז דער גבאי, מודה אז ער איז דער וואס האט ערמארדעט דעם רבי'ן. איינס, ווייל ער איז נישט ראוי צו זיין רבי, צוליב זיין שייכות מיט א שיקסע, צוויי, ווייל ער וויל חתונה האבן מיט דעם פרישן אלמנה.

--
דאס איז דער PLOT, די מעשה זעלבסט האט גאר אסאך לעכער, ווי אויך די אופן וויאזוי עס איז געפילמט געווארן האט גאר אסאך אומפונקטליכקייטן.

איבער דעם אין א קומענדיגע תגובה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איחוד פעלד האט געשריבן:רבנים האבען געהייסען איבערגעבען אז ווייל א חלק פין די מאווי האט מען געכאפט אין בארא פארק, איז דאס "נישט" קיין היתר צו וואטשען די מאווי.

דאס מיינט אז די רעיטינגס וועללן זיין זיער הויך. א יעדער וועט עס קוקן. :oops:
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איין גוטע זאך זעה איך אז זיי האבן נישט געקענט טרעפן קיין איין חסידישע אדער געוועזענע חסידישע איד וואס זאל זיי העלפן מיט די סקריפט.
ווען יא וואלטן זיי נישט געמוזט נעמען זייער אידיש רעדן און שרייבן פון גוגל טרענסלעט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

ענטפער צו איחוד פעלד

שליחה דורך berlbalaguleh »

היינט איז עס (די מואווי) ב"ה נאר א סקריפט. דער אייבירשטער זאל העלפן אז ס'זאל נישט ח"ו ווערן א מציאות אין דער צוקונפט. ירידת הדורות. ממילא האמיר אזאלכע רעבעס וד"ל. :oops:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

kliger האט געשריבן:עס איז שוין העכטס צייט צו נעמען דראסטישע שריט!
דאס גייט שוין אריבער אלע גלייזן!
פארוואס איז יעדער שטיל?

איך האלט אז ווען ד. פלדמן איז ארומגעגאנגען אויף אללע טי.ווי. שאוס און אין די גאנצע מידיא באשמוצן ערליכע אידן איז עס שוין דאן אריבער אללע גלייזן און גרעניצן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:פלוצלינג נעמען מיר זיך אן פאר די חסידים? הא? ונהפוך הוא! א גאנץ יאר רעגט מען זיך אויפן סיסטעם, אבער יעצט איז מען זיך מיצר בצערתם..

ניין, איך מיין עס נישט ערנסט. איך וויצל ארום.

איך מיין די איינציגסטע עצה איז אז מיר זאלן אליינס אריין אין די מאווי ביזנעס און מאכן א קידוש השם! וואס טראכט איר? אז די גויים וועלן זעהן אזעלכע טאלאנטפולע קלוגע חברה ווי אונזערע שרייבער דא אין שטיבל, וועלן זיי נישט אננעמען א פול מויל מיט וואסער?

ווער איז אין?

דאמאלס וועלן די רבנים שליט"א האבן זייער א סאך ארבעט. זה מתיר וזה אוסר. דו האסט מיר געגעבן א נייע איידיע. אפשר זאלל מען ביי רעבישע חתונות מאכן א מואווי שאאט אין די זעלבע צייט. אויך די יומא דפגרא'ס וואס פאלן אויס אינמיטן די וואך 'עט מען אויפנעמען אויף א מואווי. און געוויסע מוסדות וועלן מאכן אן הגרלה אויף די נייעסטע מואווי פאר דעם וואס ברענגט קעש צום דינער. :lol:
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שמעקעדיג האט געשריבן:און זייט ווען באגלייט א גבאי מיט א לאנגע בארד א רביצין ביי חסיד'ישע אידן?

בעלזע רעביצין האט גבאים און דרייווערס מיט לאנגע בערד.
באניצער אוואטאר
טישו באקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך טישו באקס »

מיר דאכט זעך אז דער משה פינעם היט סטאר פלעגט מיט א שטיקל צייט צוריק ערשיינען אויף די G&G עדס, אדער איז עס א ברידער זיינער.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

האט איר באמערקט אינעם שוויץ איז דא א טאוול MEN ONLY איבערגעטייטש אויף אידיש "נאר מענטשן". ניטאמאל א פשוטן טייטש קענען זיי נישט שטעלן גראד?

רבישע קינדער מיט שיקסע גאדדעסעס. גבאים מערדערס ווילן חתונה האבן מיט די רביצין. שומרים קאווערן אפ רציחה. א יעדער חסיד טראכט נאר פון שטיפן שיקסעס. האליוואד בתפארתה א שטיק [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פראדוקציע.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קענסט נישט באשילדיגן גאנץ האליוואד. למשל אין די מאווי stranger among us זענען חסידים שיין אראפגעמאלען
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

מסתם אז א פאר טיכטיגע עסקנים לייגען זיך אריין, וואלט מען געקענט מאכען א לאוסאוט קעגען סי בי עס פארען פאלטש באשמיצען א קאמיונעטי, אין קען זיין אויך פאר העצע קעגען מיינאריטי,

טאמער ס'וועט זיין א לאוסאוט אפגעזעהן ווער ס'געווינט וועט עס שיקען א מעסעדזש פאר די מידיא אז די "חסידים" לאזען זיך נישט שפייען אין די קאשע,אין ס'קאסט א פרייז,

ס'וואלטען זיך געדארפט יאווען עסקנים צי רעדען מיט גוטע לאיערס איבער א לאוסואט, ס'קען זיין אז ס'קען קאסטען מיליאנען פאר סי בי עס, עכ"פ קאפ וויי קענען זיי זיכער האבען,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חזקיהו המלך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

ראשעקאל האט געשריבן:קענסט נישט באשילדיגן גאנץ האליוואד. למשל אין די מאווי stranger among us זענען חסידים שיין אראפגעמאלען


קיינמאל געזען. איך דערמאן מיר פון דע טשאסען וואס שטעלט אויך פאר חסידים איך מיין אז דער רבי סאנדערס דארט זעט אויס ווי זער זעלבער עקטער דא אין קרויס היט סטאר. קען איינער באשטעטיקן?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חזקיהו המלך האט געשריבן:מסתם אז א פאר טיכטיגע עסקנים לייגען זיך אריין, וואלט מען געקענט מאכען א לאוסאוט קעגען סי בי עס פארען פאלטש באשמיצען א קאמיונעטי, אין קען זיין אויך פאר העצע קעגען מיינאריטי,

טאמער ס'וועט זיין א לאוסאוט אפגעזעהן ווער ס'געווינט וועט עס שיקען א מעסעדזש פאר די מידיא אז די "חסידים" לאזען זיך נישט שפייען אין די קאשע,אין ס'קאסט א פרייז,

ס'וואלטען זיך געדארפט יאווען עסקנים צי רעדען מיט גוטע לאיערס איבער א לאוסואט, ס'קען זיין אז ס'קען קאסטען מיליאנען פאר סי בי עס, עכ"פ קאפ וויי קענען זיי זיכער האבען,

און די זעלבע טיכטיגע עסקנים 'עלן מאכן זיכער אז קיין איין פעני פון דעם אויסגעחלומ'טן לאוסוט אקעגן סי.בי.עס. און האליוואוד וועט זיך נישט דערקייקלען אין מיין אדער אין דיין טאש אריין.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן תמליון האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:קענסט נישט באשילדיגן גאנץ האליוואד. למשל אין די מאווי stranger among us זענען חסידים שיין אראפגעמאלען


קיינמאל געזען. איך דערמאן מיר פון דע טשאסען וואס שטעלט אויך פאר חסידים איך מיין אז דער רבי סאנדערס דארט זעט אויס ווי זער זעלבער עקטער דא אין קרויס היט סטאר. קען איינער באשטעטיקן?

דער פלאט אין "סטרעינדזשער אמאנג אס" און פון די "בלוא בלאדס" איז זייער שטארק ענליך. דער סקריפט אין "דהע טשאוזען" האט די ווייניגסטע מיסטעיקס איבער דעם חסידיש'ן לעיבן. נאר "ראד סטייגער" וואס שפילט רעב סאונדערס טוט אללע זיינע שטיק מיט אזא רציחה אז מ'דערקענט אז ר'איז נישט קיין יוד. ער האקט אין טיש (ביי די חתונה סצענע) און ער שניידט די חלה מיט א מורא'דיגע רציחה.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איך אויך האט געשריבן:יא יא איחוד'ל אזוי זעהט מען אויס ווען מען מיינט עס איז קיהל צו זיין א סעלף היעטינג כאסיד. נעבעך.

אוי, צו וואספארא מצב מיר האבן געמוזט צוקומען אז איך אויך זאל ציטירן שטיקער זר זהב! איך ווייס שוין נישט צו דאס איז עקבתא דמשיחא אדער חשכות הגלות...
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

berlbalaguleh האט געשריבן:און די זעלבע טיכטיגע עסקנים 'עלן מאכן זיכער אז קיין איין פעני פון דעם אויסגעחלומ'טן לאוסוט אקעגן סי.בי.עס. און האליוואוד וועט זיך נישט דערקייקלען אין מיין אדער אין דיין טאש אריין.


האו קעירס, די עיקר סי בי עס זאל חאפען א פאטש,
די געלט זאל גיין פאר וואוילטעטיגע ארגעניזאציעס, צי ס'דא אזא זאך ווי קארופציע . יא ס'דא ביי אידישע אין ביי נישט אידישע עסקנים, אבער נישט דאס איז די אישו יעצט, די אישו איז אז סי בי עס זאל באצאלען א פרייז פארען באשמיצען א גאנצע קאמיוניטי פאר גארנישט,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

אין ביי די וועי זיי האבען אויך באשמוצט שומרים, אין שומרים קען אויך מסתם מאכען א לאוסוט
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

זענט עטץ פאר ריעל? מקען סאען פאר אזא זאך? עטץ מיינטס אז ס ב ס האט נישט א גאנצע סטעף מיט לויערס אויף יעדע אקט זייערע?
אפשר ברענגטו איין פאל וואס מהאט געסאט א מאווי , פארן באשמיצען מענטשען? אדרבה אפשר איז דאס א גוטע עצה איך ווער שוין א עסקן איך גיי זיי סאען , געב מיר א נומבער פון א לויער וואס וועט מיר נישט לאכען אין פנים ווען איך וועל עם זאגען וואס איך וויל...
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
באניצער אוואטאר
נפתלי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 226
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך נפתלי »

איך מיין אז מיר דארפן זיך יעצט אריינרייסן אין די אמעריקאנע אמבאסאדע אין בארא פארק......
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אוהב דעת האט געשריבן:זענט עטץ פאר ריעל? מקען סאען פאר אזא זאך? עטץ מיינטס אז ס ב ס האט נישט א גאנצע סטעף מיט לויערס אויף יעדע אקט זייערע?
אפשר ברענגטו איין פאל וואס מהאט געסאט א מאווי , פארן באשמיצען מענטשען? אדרבה אפשר איז דאס א גוטע עצה איך ווער שוין א עסקן איך גיי זיי סאען , געב מיר א נומבער פון א לויער וואס וועט מיר נישט לאכען אין פנים ווען איך וועל עם זאגען וואס איך וויל...


דאכט זיך מיר אז אין אמעריקע סועט מען פאר גרעסערע שטותים ווי דעם.
די צודרייטסטע מדינה איבער די וועלט מיט די שטותים. א הפקרות ממש.
וירח ה' את ריח הניחוח
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

נישט ווען סקומט צו די לובלינג ווי די מאווי אינדאסאטרי, דעמאלס ווערט יעדער סענסיטאוו
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
פארשפארט