ווער האט דיר פארציילט וועגן קאווע שטיבל?
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
ווער האט דיר פארציילט וועגן קאווע שטיבל?
לרגל דאס פראווענען א יאר זינט דער עפענונג פון קאווע שטיבל עפען איך אן אשכול וואס דער עולם זאל דערציילן ווער האט זיי געברענגט דא אהער, איך מיין ווי נישט ווי איז עס נישט געוועין אדווערטייזט אין דער בלאט! סא פון ווי זאלסטו וויסן?
איך בין געוואר געווארן פון קאווע, אלץ א ליינער אין איי וועלט טרעף איך איין טאג א גאנצע באלאגאן, איך מיין סומאטאכע, אדער ווי הערשל פריעדמאן רופט עס:כאדאראם! וואס איז? ס'טוט זיך טישן אויף בענק, דער עולם איז פארקאכט! זייט איי וועלט שטייט איז נאך נישט געוועין אזא דערקאכעניש, אזש זייט דאס געקעכטס האט זיך דערקאכט האט זיך נישט געקאכט אזא דערקאכעניש!! דער עולם קומט ארויס פון די לעכער 'גיוואללדדד' ס'האט זיך געעפנט אזא פורום ממש ענליך צו איי וועלט די אויסשטעל! אבער די תוכן איז רחמנא לצלן וואס דארט גייט פאר.. ס'געענדיגט מיט די אלטע מעשיות, דארט מעג מען רעדן פון די ציונים!! נא פוי!! דארט קען מען דערמאנען 'רב קוק' רחמנא לישזבן! דארט קען מען רעדן פון 'סאמאטוכעסנס', בקיצור אן אפענע וועלט, נאו מאר די רויטע מיט די גרינע חברה, נאו מאר דא עליטע מיט שמיטע שרייבערס! ס'צרות ווי א בארג!!
דארט מעג מען רעדן 'אויפן סיסטעם', דארט דרייען זיך משכילים על הבית!! דארט ווערט מען 'אויפגעקלערט', ממש כל באיה לא ישובון.. דארט ווען מען זעהט עפעס אין אן אנדערע בלאג זאגט מען נישט "איך האב עס באקומען אין אימעיל"!!
דאס קעפל האט זיך גערופן "אן אפענער שמועס איבערן צענזור פון איי וועלט".
די חברה האבן זיך אליינס נישט געכאפט וואסערע אדווערטייזמענט זיי גיבן!!

- אוי טאטי
- היימישער באניצער
- הודעות: 530
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 50 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
יאך האב עס אויך געטראפן דארט, אנפאנג האבעך געמיינט אז עס איז בלויז אן איבערגאנג, און עס וועט נישט נעמען לאנג ביז די נייע סייט וועט זיך פארמאכן, זענדיג אבער אז עס נעמט נישט קיין עק צו די שימפערייען דארט, אין די אשכול וואקסט ווי הייוון האב איך באשלאסן יא צו כאפן א בליק, און זען פון וואס מען רעדט דא, זייענדיג דא האב איך מיר ארומגעקוקט, און באשלאסן אז יא דאס איז דאס פלאץ! און תיכף זיך איינגעשריבן, און דא בין איך שוין פארבליבן.
און מען קען זאגן מיט א פול מויל, אז ברוך השם עס איז א פארגעניגן יעדע מינוט וואס מען פארברענגט דא, און כאטש וואס איך האב טאקע נישט געהאט צופיל צייט צו שרייבן, האב איך אבער אסאך הנאה געהאט צו לייענען.
און דא דארף מען טאקע נאכאמאל באדאנקן די מנהלים, אחראים, און יעדער וואס העלפט צו, צו די הצלחה פונעם שטיבל, זאל דער פון אויבן ענק באצאלן בכפלי כפליים, און זאל דער זכות פון אפהיטן אזויפיל אידישע קינדער פון פאשען אין פרעמדע פעלדער, און זיך אנזעהן מיט כל דבר אסור, ענק באשטיין לעולמי עד.
א צופרידענע מיטגליד.

!..If you go black, you'll never go back
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
- האט שוין געלייקט: 291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
איך האב גיהערט א יונגרממאן אין שול וואס איז א גרויסער קנאי רעדט זיך אפ אויף א נייע סייט קאווע שטיבל און קרעכציט אז סאיז ממש אפיקירסות און השכלה. איך בין געקומען זעהן הכצעקתה, און עס האט מיר גאנץ פיין אנגעשמעקט. איך זאג נישט, עס מאכט מיר זייער דזשעלעס אויף די גרויסע שרייבער, חכמים מיפלגים, אבער כהאב הנאה צי ליינען יעדע ווארט
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 765
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
אינטערעסאנט ביי מיר איז עס געווען פונקט קאפויער, איך האב זיך דערוויסט פון איי וועלט דורך קאווע שטיבל. כ'האב געכאפט א בליק דארט און.. שוין לאמיר נישט רעדן אפשר ביי אן אנדערע געלעגנהייט. [בכלל האט איינער באמערקט די מאדנע נעמען דארט, געלעגער, צומי, באטי, וכו', דאס אליין איז ביכולת צו פארקנאקן דעם אפעטיט].
חמין במוצאי שבת מלוגמא
- טעפל
- חבר ותיק
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
- האט שוין געלייקט: 4610 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
כקאצקע ועוד לקרא..ביי דעם ריזיגען סומאכטאנע אפענע שמואס אין אייוועלט.. וגומר בין איך אנגעקומען ווען ס'האט שוין געהאלטען טיעף אינמיטען זיך ארומרצחענען און כ'האב געהאלטען אין איין זעהן וואו מ'באפאלט איינעם אז ער דרייט זיך אין קאווע שטיבל און איז פארנומען מיט אפיקורסות וכו' און כ'האב אנגעהויבן זיכען אין אייוועלט און איך טרעף נישט אזא אשכול, איך טרעף נישט אזא פארום..ביז כ'האב געכאפט און דא אהער געקומען.....והשאר היסטוריה!!! ואידך רגל זיל חמור...
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך מיין איך בין דא אנגעקומען פון א זייטיגע גוגל סירטש, איך האב געזוכט ערגעץ ווי מרעדט וועגן דער איסור אויף דער אינטערנעט צו עס איז טאקע באמת אסור אדער נאר א גדר אדער עפעס אנדערש, און בכלל האב איך געזוכט חומר איבער די אלע אינטערנעט מערכות וענינים. ברענגט מיר ר' גוגל עפעס א סייט אויף אידיש וואס רופט זיך קאווע שטיבעל, און איך ליין דארט ווי מטוט דורך די גאנצער נושא בטוב טעם ודעת, בפרט האב איך הנאה געהאט פון עפעס א מאדנער נאמען וואס רופט זיך געפילטע פיש, וואס האט מסביר געווען אז דער נושא פון דרכא אחרינא איז אינו ענין לכאן און אדרבה, האב איך שוין געוואוסט אז דא איז עפעס אן אינטרעסאנטער סייט, אז איך זאל מחליט זיין צו שרייבען דא האט מיר נאך גענומען אפאר חדשים דאכציך, איך האב די ערשטע תגובות מיינע געשריבען איבער דער נושא פון גיהנום און ראשית חכמה, גלייך האט איינער פארשטאנען אז מיין ניק לעיקוואד איז מרמז אז די גאנצע תורה פון דער עיר התורה ליגט ביי מיר אין טאש, און רופט מיר א תלמיד חכם נעמט זיך דינגען מיט מיר פשט אין עפעס א תולדות, שוין אז איך באקום קאמפלימענטען, בלייב איך שוין דא, כבוד התורה איז נישט אוועקצומאכען.. און די רעסט, דעי סעי, איז היסטארי..
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
אהא, איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס ס'האט אויסגעפעלט צו אנשרעקן אזויפיל תמימות'דיגע אידן מיט אזעלכע מוגזמ'דיגע אינקוויזיציע עונשים, יעצט כאפ איך שוין, דער ראשית חכמה האט געהאט א ווייטער בליק, שוין דעמאלט האט ער צוגעגרייט סחורה אריינצושלעפן א לעיקוואוד ביינאונז אין קאווע שטיבל ער זאל אונז איבערגעבן פאר דעם שוואכן דור דעם אמת'ן דרך המסורה לנו מזקנותינו הקדישות אשה מפי אשה מפי חד בר חד עד יהושע בן נון.
האדם לא נברא אלא להתענג
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ענטפער צו קאצקע צוקער
ס'איז דא אן ענליכע מעשה. ס'איז איין יאר געווען זייער א ווארעמער ווינטער אין ניו יארק. און דער עולם איז נישט געפאהרן קיין פלארידע. די בעלי בתים פון די האטעלן האבן געזען אז ס'איז צרות. זענען זיי געגאנגען צו התאחדות וועלכע האט ארויסגעגעבן אן איסור צו פארן קיין פלארידע. האט זיך דער עולם דעמאנט אז מ'דארף פארן.. לענייננו. כאשר יענה אותו כן ירבה וכן יפרוץ. ווי מער זיי וועלן אסר'ן, לייגן אין חרם און באיקאטירן וועט דער קאווע שטיבל אי"ה ווערן שטארקער און גרעסער.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ווער האט מיר (בערל בעל עגלה) פארציילט פון קאווע שטיבל
דער עולם 'עט נישט גלייבן. נחום הידוע. בכבודו ובעצמו. את חטאי אני מזכיר. איך האב א מיחוש. איך מוז קוקן א יעדן טאג "וואס נחום זאגט". איין טאג, קוקנדיג אין זיין גארבידזש קען, זעה איך צוויי מענטשעלעך זיצן ביי א טיש און שמועסן געמיטליך. (זיי זענען נאך דאמאלס געווען אן די קלאוני היטעלעך) דאס האט געצויגן מיין נייגעריגקייט. און "די רעסט איס היסטארי" .
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
געהערט האך איך פון א ידיד, ביןם איך ארויף אויף גוגעל דאס זוכן, אבער זעהט אויס דער GPS האט נישט געארבעט, ס'האט מיר נישט געוויסן ווי אזוי אנצו קומען, לאמיר געדענקען דאס איז געוועהן סך הכל א וואך נאכדעם וואס מ'האט האט אונז אנגעהויבען סערווירען פיינע ווארימע קאווע בחנם, מעשה שהיה כך היה צוויי וואכען שפעטער בין איך געווארען א מיטגליד, ווי איך שעפ נאך ביז עד היום הזה פון אירע קאווע.
אוי איך געדענק נאך ווען...
קאווע שטיבל האט געהאט בלויז איינצעלע אשכולות,
ווייניגער אפטיילונגען
מ'האט געדארפט ווארטן ביז עס איז צוגעקומען א 'רעאקציע'
די מנהלים האבען נאך געקענט יעדן ביים נאמען
דער היימישקייט, אוי...

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 493 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:איך מיין איך בין דא אנגעקומען פון א זייטיגע גוגל סירטש, איך האב געזוכט ערגעץ ווי מרעדט וועגן דער איסור אויף דער אינטערנעט צו עס איז טאקע באמת אסור אדער נאר א גדר אדער עפעס אנדערש, און בכלל האב איך געזוכט חומר איבער די אלע אינטערנעט מערכות וענינים. ברענגט מיר ר' גוגל עפעס א סייט אויף אידיש וואס רופט זיך קאווע שטיבעל, און איך ליין דארט ווי מטוט דורך די גאנצער נושא בטוב טעם ודעת, בפרט האב איך הנאה געהאט פון עפעס א מאדנער נאמען וואס רופט זיך געפילטע פיש, וואס האט מסביר געווען אז דער נושא פון דרכא אחרינא איז אינו ענין לכאן און אדרבה, האב איך שוין געוואוסט אז דא איז עפעס אן אינטרעסאנטער סייט, אז איך זאל מחליט זיין צו שרייבען דא האט מיר נאך גענומען אפאר חדשים דאכציך, איך האב די ערשטע תגובות מיינע געשריבען איבער דער נושא פון גיהנום און ראשית חכמה, גלייך האט איינער פארשטאנען אז מיין ניק לעיקוואד איז מרמז אז די גאנצע תורה פון דער עיר התורה ליגט ביי מיר אין טאש, און רופט מיר א תלמיד חכם נעמט זיך דינגען מיט מיר פשט אין עפעס א תולדות, שוין אז איך באקום קאמפלימענטען, בלייב איך שוין דא, כבוד התורה איז נישט אוועקצומאכען.. און די רעסט, דעי סעי, איז היסטארי..
לעיקוואד איך בין שטאלץ צו זיין דער מחבר האשכל וואס האט דיך דא אריינגעבלאזן.
און פאר מיר איז געווען די תגובה אויף היידפארק.
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
זייער אסאך נייע מעמבערס זענען אהער געקומען נאך דעם ווי זיי האבען געזעהן יענע תגובה אויף היידפארק.
לדידי איז דאס געוועהן א מעלה מיט א חסרון אינאיינעם, וד"ל.
לדידי איז דאס געוועהן א מעלה מיט א חסרון אינאיינעם, וד"ל.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 493 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
דולה ומשקה האט געשריבן:זייער אסאך נייע מעמבערס זענען אהער געקומען נאך דעם ווי זיי האבען געזעהן יענע תגובה אויף היידפארק.
לדידי איז דאס געוועהן א מעלה מיט א חסרון אינאיינעם, וד"ל.
איך פארשטיי נישט די חסרון, היידפארק איז געווען פון די איינציגע "אידישע" סייטס אויפן וועב, און געהאט א שוואכער צענזור ווי אייוועלט. פון ווי זאלן אידישע רעדנער קומען אז נישט פון היידפארק אדער אייוועלט?
איך האב געסטאפט צו שרייבן און ליינען אייוועלט נאכן ווערן צענזוריט עטליכע מאל. איך האב א פאר מאל פראבירט אנצוהייבן נאכמאל, נאר צו ווערן צענזוריט נאכמאל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
איינער האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:איך מיין איך בין דא אנגעקומען פון א זייטיגע גוגל סירטש, איך האב געזוכט ערגעץ ווי מרעדט וועגן דער איסור אויף דער אינטערנעט צו עס איז טאקע באמת אסור אדער נאר א גדר אדער עפעס אנדערש, און בכלל האב איך געזוכט חומר איבער די אלע אינטערנעט מערכות וענינים. ברענגט מיר ר' גוגל עפעס א סייט אויף אידיש וואס רופט זיך קאווע שטיבעל, און איך ליין דארט ווי מטוט דורך די גאנצער נושא בטוב טעם ודעת, בפרט האב איך הנאה געהאט פון עפעס א מאדנער נאמען וואס רופט זיך געפילטע פיש, וואס האט מסביר געווען אז דער נושא פון דרכא אחרינא איז אינו ענין לכאן און אדרבה, האב איך שוין געוואוסט אז דא איז עפעס אן אינטרעסאנטער סייט, אז איך זאל מחליט זיין צו שרייבען דא האט מיר נאך גענומען אפאר חדשים דאכציך, איך האב די ערשטע תגובות מיינע געשריבען איבער דער נושא פון גיהנום און ראשית חכמה, גלייך האט איינער פארשטאנען אז מיין ניק לעיקוואד איז מרמז אז די גאנצע תורה פון דער עיר התורה ליגט ביי מיר אין טאש, און רופט מיר א תלמיד חכם נעמט זיך דינגען מיט מיר פשט אין עפעס א תולדות, שוין אז איך באקום קאמפלימענטען, בלייב איך שוין דא, כבוד התורה איז נישט אוועקצומאכען.. און די רעסט, דעי סעי, איז היסטארי..
לעיקוואד איך בין שטאלץ צו זיין דער מחבר האשכל וואס האט דיך דא אריינגעבלאזן.
און פאר מיר איז געווען די תגובה אויף היידפארק.
און איך בין שטאלץ צו זיין די מאדנע נאמען וואס האט עם געשמעקט. אלמלא די גאנצע כינוס כלל ישראל וואלט נאר געווען פאר דעם, דיינו, אפשר איז דאס די ווייטע בליק פון ר' חייא בר אבא, ער האט געוויסט אז מ'וועט ארויסנעמען זיין דרכא אחרינא מימרא פון קאנטעקסט, און אויף קאווע שטיבל וועט מען מגלה זיין ריכטיג פשט אין זיינע ווערטער, און דאס וועט אהער ברענגען הרב לעקוואד, וואס גאנץ עיר התיירע איז ביי עם מונח בקופסה, און וועט אונז קענען מהנה זיין מיט זיינע ידיעות.
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
איינער האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן:זייער אסאך נייע מעמבערס זענען אהער געקומען נאך דעם ווי זיי האבען געזעהן יענע תגובה אויף היידפארק.
לדידי איז דאס געוועהן א מעלה מיט א חסרון אינאיינעם, וד"ל.
איך פארשטיי נישט די חסרון, היידפארק איז געווען פון די איינציגע "אידישע" סייטס אויפן וועב, און געהאט א שוואכער צענזור ווי אייוועלט. פון ווי זאלן אידישע רעדנער קומען אז נישט פון היידפארק אדער אייוועלט?
איך האב געסטאפט צו שרייבן און ליינען אייוועלט נאכן ווערן צענזוריט עטליכע מאל. איך האב א פאר מאל פראבירט אנצוהייבן נאכמאל, נאר צו ווערן צענזוריט נאכמאל.
צו פארשטיין מיין ווערטער איז נישט דא אין אשכול דער פלאץ.
אבער אז די גייסט אריין אין צימעס קוקט אויף די נעמען פון עטליכע אשכולות אדער די המשך הדברים, וועסטו פארשטיין, דא האט היידפארק פשוט אפגעדינגען א אפטיילונג מיטן נאמען 'צימעס'. הער, ס'נישט אזוי שלעכט אדער קינדעריש ווי היידפארק, אבער די סימנים ווייזען אז עס איז אויף דער וועג.