רביה"ק זי"ע אינעם ציוניסטישע געריכט?
רביה"ק זי"ע אינעם ציוניסטישע געריכט?
לכבוד מיינע טייערע ברודער שליט"א.
דאס מאהל קום איך נישט שרייבן אן ארטיקל, נאר איך קום בעטן די הילף פונעם עולם, צו מיר העלפן קלארער מאכן א סוגיה בהלכות סאטמאר.
זיצענדיג איינמאל אין איינע פון די לייבעריס אין אר"י, האב איף זיך אנגעשטויסן אין אן ארטיקל פון מעריב פון יאר 63 למספרם. דארט ווערט באשריבן ווי אזוי רביה"ק בעל דברי יואל/ויואל משה זי"ע איז אריין אינעם ציוניסטישע געריכט צו שליכטן א סיכסוך מיט זיין שוועסטער קינד- בעל שפע חיים מקלויזענבורג, איבער די דירה פון רבי משה דוד טאלטשעווער זי"ע אין צפת.
די מעשה ווי אזוי עס ווערט נאכגעברענגט דארט, שטימט עפעס נישט בתורת הקנאות ודיני תורה. איך וואלט זייער ווען געוואלט אויב איינער קען ביטע שרייבן מער דיטאלן און אינפארמאציע וואס דארט איז געווען.
בדרך אגב, עס איז סתם אזוי אינטערסאנט צו ליינען יענע ארטיקל.
יישר כוח למפרע
ממי_שאמרו

איך זעה אז עס קומט ארויף זייער נישט קלאר. קען איך עס ביטע שיקן צו איינעם אין אימעיל אפשר וועט ער זיך בעסער אן עצה געבן ווי אזוי דאס ארויפצולייגן.
איך לייג צו א לינק צו וועלכע מ'קען עס זעהן בעסער. די לינק איז דער שרייבער'ס וועבזייטל (ער לעבט שוין נישט. זיין פען נאמען איז געווען נחשוני)
http://ranaz.co.il/Images/articles/news ... 0103_1.jpg

- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
דארט האבען זיי געמוזט צוקומען צום ציונישע געריכט, היות ביז דאן איז דאס געווועהן איינגעשריבען אלס א אייגענטום פון דער מדינה ביז א גואל וועט קומען.
למעשה האט דאס דער קלויזענבורגער רב בייקומען, צוליב וואס דער סאטמאר רבי האט נישט געוואלט מערור זיין אויף דער פסק.
ועוד יש הרבה בפרשה זו.

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

דולה ומשקה האט געשריבן:דארט האבען זיי געמוזט צוקומען צום ציונישע געריכט, היות ביז דאן איז דאס געווועהן איינגעשריבען אלס א אייגענטום פון דער מדינה ביז א גואל וועט קומען.
למעשה האט דאס דער קלויזענבורגער רב בייקומען, צוליב וואס דער סאטמאר רבי האט נישט געוואלט מערור זיין אויף דער פסק.
ועוד יש הרבה בפרשה זו.
הייסט אז ער האט גערופן די מדינה אין געריכט? דאס מאכט אסאך מער סענס הלכה וקנאות. לויט ווי איך פארשטיי פון דיינע ווערטער, האט די רבי גערופן די מדינה אין געריכט, און די קלויזענבורגער האט זיך אריינגעמישט און געשריגן אז עס איז זיינס. א יישר כוח פאר דיין באמערקונג. פארדעם האט די רבי אויך נישט געוואלט מערר זיין אויפן פסק ווייל דעמאלס וואלט אויסגעקומען אז ער גייט קעגן דעם קלויזענבורגער אין געריכט, וואס דאס האט ער שוין נישט געוואלט. וואו!
ממי_שאמרו האט געשריבן:דולה ומשקה האט געשריבן:דארט האבען זיי געמוזט צוקומען צום ציונישע געריכט, היות ביז דאן איז דאס געווועהן איינגעשריבען אלס א אייגענטום פון דער מדינה ביז א גואל וועט קומען.
למעשה האט דאס דער קלויזענבורגער רב בייקומען, צוליב וואס דער סאטמאר רבי האט נישט געוואלט מערור זיין אויף דער פסק.
ועוד יש הרבה בפרשה זו.
הייסט אז ער האט גערופן די מדינה אין געריכט? דאס מאכט אסאך מער סענס הלכה וקנאות. לויט ווי איך פארשטיי פון דיינע ווערטער, האט די רבי גערופן די מדינה אין געריכט, און די קלויזענבורגער האט זיך אריינגעמישט און געשריגן אז עס איז זיינס. א יישר כוח פאר דיין באמערקונג. פארדעם האט די רבי אויך נישט געוואלט מערר זיין אויפן פסק ווייל דעמאלס וואלט אויסגעקומען אז ער גייט קעגן דעם קלויזענבורגער אין געריכט, וואס דאס האט ער שוין נישט געוואלט. וואו!
די פשעטיל איז שיין, אבער די שאלה איז אויב עס איז אמת. אויב ער וואלט יא געגאנגען קעגן דעם קלויזנבורגער וואלט מען אויך געקענט זאגן אז דער קלויזנבורגער איז דאך א ציוני איז ער אויך ווי די עצם מדינה. בכל אופן, פאר היינט איז עס זיכער נישט קיין תירוץ, די היינטיגע מדינה -זאגט ר' מנשה - איז דאס ארגסטע, מען גראבט קברים און מען טשעפט מיט שמידל, ווי איז דאס א פארגלייך צו די אמאליגע מדינה וואס לפי ערך איז געווען כמעט ווי קרית יואל.
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
נאך דעם וואס דער קלויזענבורגר רב האט בייקומען דאס הויז, איז געוועהן וואס האבען געוואלט אפקויפען דאס הויז פאר דער רבי, אבער דער רבי האט נישט מסכים געוועהן צו דעם.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1029
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
- האט שוין געלייקט: 1704 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 493
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
- האט שוין געלייקט: 83 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל
ממי_שאמרו האט געשריבן:הייסט אז ער האט גערופן די מדינה אין געריכט? דאס מאכט אסאך מער סענס הלכה וקנאות. לויט ווי איך פארשטיי פון דיינע ווערטער, האט די רבי גערופן די מדינה אין געריכט, און די קלויזענבורגער האט זיך אריינגעמישט און געשריגן אז עס איז זיינס. א יישר כוח פאר דיין באמערקונג. פארדעם האט די רבי אויך נישט געוואלט מערר זיין אויפן פסק ווייל דעמאלס וואלט אויסגעקומען אז ער גייט קעגן דעם קלויזענבורגער אין געריכט, וואס דאס האט ער שוין נישט געוואלט. וואו!
אפאר שאלות דא.
א' פארוואס האט דער סאטמער רב ז"ל גפלאנט צו נעמען די הויז נאר פאר זיך, ער האט דען נישט געוואוסט אז עס איז דא נאך אייניקליך, כגון דער קלויזענבורגער רב ז"ל?
ב' פארוואס האט דער סאטמער רב ז"ל נישט געקענט גיין צו דין תורה מיטן קלויזענבורגער רב ז"ל?
כ'פארשטיי נישט דעם סיפור אינעם צייטונג. די צייטונג שרייבט אז לויטען צוואה האט ער עס נישט מוריש געווען פאר די קינדער. אבער כד תעיין בנוסח הצוואה איז משמע אז די פארדינסטען פון די דירות זאל דוקא יא גיין פאר די קינדער אין איידימער?
בכלל וואסארא מין טענה איז דאס אז הונדערט יאר צוריק האט דאס געהערט פאר מיין זיידע, עס האט דאך געקענט ווערען פארקויפט צען מאל בינתיים?
מ'וואלט געקענט ענטפערען אז דער סאטמער רב האט געוואוסט אז עס איז נישטא קיין שטארקע טענות לזכותו, אבער אפי' פאר א ספק האט ער געוואלט ארויסנעמען די הויז פין די אייגענטום פין די פארשאלטענע ציונים. טאקע נישט מדינא נאר מיט אן ערמה. ממילא האט דאך דאס נישט קיין שייכות מיט אנדערע יורשים.
אבל דא עקא, אויב דאס איז באמת טאקע אייגענטום פין די מדינת הציונת, שטעלט זיך די שאלה, מאי שנא שוה כסף מכסף? הרי גלוי וידוע לכל בר בי רב גודל האיסור של לקיחת כספים ממדינת הציונות, איז דאך דאס זעלבע דין אין קראפט בנוגע נעמען א הויז פין זיי.
[ובאופן פלפול לחדש אדר היה אפשר לחלק בין תמיכה לדברים שבקדושה לממון פרטי. אבער לפי שיטת דידן נצח של האדמו"ר מלך המשיח איז דאך נכסי רבי של חסידות לעולם ממון הכלל וממון הקדש. וא"א לומר שהרב מסאטמער חולק על שיטה זו, דהרי ידוע לכל תינוק שהרבי זי"ע נפטר מן העולם כשהוא בעל חוב. וקשה שהרי היה יכול למכור ביתו נאוה קודש בקרית יואל? אע"כ שהבית נחשב כממון הקדש, והוא כשיטת דידן נצח, וא"כ הדרא קושיא לדוכתיה.]
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
היסטאריקער האט געשריבן:וואס איז היינט מיט יענע הויז?
עס איז דא דארט א כולל און דאכט זיך אויך א מקוה, מען פראוועט דארט א סעודה יעדע ראש חודש לפי צוואתו.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
מוח שליט האט געשריבן:אפאר שאלות דא.
כ'פארשטיי נישט דעם סיפור אינעם צייטונג. די צייטונג שרייבט אז לויטען צוואה האט ער עס נישט מוריש געווען פאר די קינדער. אבער כד תעיין בנוסח הצוואה איז משמע אז די פארדינסטען פון די דירות זאל דוקא יא גיין פאר די קינדער אין איידימער?
מוח, ניין ער שרייבט אז ער וויל נישט מען זאל נהנה זיין פון מעשי ניסים (ידוע די סיפור מיט זיין הויז שנבנה ע"י נס) , ער שרייבט קלאר "וכל השכירות הן מחתני הנ''ל והן מאחרים יתחלק בכל ראש חודש" וכו.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
ווי אזוי עס צוגאגאנגען איז געוועהן בשעתו אזוי:
ווען די ציונים האבען האבען איבער גענומען די מאכט און ממשלה, איז יעדער קרקע שאין עליה בעלים אויטאמאטיש געווארן אונטערגעווארפן אונטער די נכסי הממשלה.
יעדער איינער האט געדארפט אויפווייזן אז זיי זענען די בעלים אויף זייער שטח. דאס איז צוגעגאנגען זייער גרינג, ווייל די מדינה האט נישט פארלאנגט מ'זאל ווייזן דאקומענטן,
דער פראבלעם איז געוועהן, אויף פארקערט, אויף שטחים וואס האט נישט געהאט קיין נאמען פון א בעל הבית אדער זיי (מדינה) האט געווארט אז א גואל זאל דאס נעמען.
די מדינה זעלבסט האט נישט צוגערירט צו די סארט בנינים. וה"ה מיט דעם טאלטשווא הויז, דאס איז געשטאנען מ'האט דאס גענוצט, אן אפיציעלע רשיון (פערמיט) פון די ממשלה.
סיי דער סאטמאר רב אין סיי דער קלויזענבורגער האבן נישט געקענט אויפווייזן אז איינער פון זיי זענען לעגאלע בעלי בתים פון דעם הויז, דאס האט אזוי אנגעהאלטן ביז מ'האט געטראפן דעם צוואה, דאן זענען ביידע געגאנגען צום געריכט צוריק ארויסנעמען די הויז פון די הענט פון די מדינה.
למעשה, וכאמור לעיל, האט דער קלויזענבורגער רבי געווינען דעם געריכט, און דער סאטמאר רבי האט נישט געוואלט מערער זיין אויף דעם פסק פון דעם געריכט. ולכן היינט צו טאג איז דער הויז אונטער דער לעגאלע רשות פון צאנז-קלויזענבורגער רבי פון נתניה, וואס האט האט פארוואנדעלט דעם הויז צו א בית מדרש מיט עטליכע דירות העכער דעם.
פארוואס זיין ברידער האט נישט קיין חלק אין דער ירושה, ווייס איך נישט.

דאס איז קאווע שטיבל, א ארט ווי יעדער טרעפט זיך דאס וואס ער וויל,
אויב טרעפט ער נישט, קען ער צו יעדער צייט אנפרעגן, אלעמאל וועט ער באקומען א ענפער, פון איינער פון אונזער געשמאקע קאווע טרינקערס.
אויב טרעפט ער נישט, קען ער צו יעדער צייט אנפרעגן, אלעמאל וועט ער באקומען א ענפער, פון איינער פון אונזער געשמאקע קאווע טרינקערס.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 493
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
- האט שוין געלייקט: 83 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל
איך אויך האט געשריבן:מוח שליט האט געשריבן:אפאר שאלות דא.
כ'פארשטיי נישט דעם סיפור אינעם צייטונג. די צייטונג שרייבט אז לויטען צוואה האט ער עס נישט מוריש געווען פאר די קינדער. אבער כד תעיין בנוסח הצוואה איז משמע אז די פארדינסטען פון די דירות זאל דוקא יא גיין פאר די קינדער אין איידימער?
מוח, ניין ער שרייבט אז ער וויל נישט מען זאל נהנה זיין פון מעשי ניסים (ידוע די סיפור מיט זיין הויז שנבנה ע"י נס) , ער שרייבט קלאר "וכל השכירות הן מחתני הנ''ל והן מאחרים יתחלק בכל ראש חודש" וכו.
איך אויך,
מאכען א סעודת ראש חודש פאר א מספר מענטשען קאסט לכאורה אסאך אסאך ווייניגער ווי שכירות פין א אפאר "בתים". אדרבא אפשר געסטו מיר אפאר הייזער מיט אזעלכע תנאים.
די איבעריגע געלט הייסט ער אז די קינדער און איידימער זאלען זיך צוטיילען צווישען זיך. מיר קוקט דאס אויס מער ווייניגער ווי א ירושה מיט באדינגונגען פין געבן א געוויסע פראצענט פין די ריוח פאר א ספעציפישען צדקה צוועק. ער זאגט אהן אז מען זאל נישט פארטיילען מער ווי איין גראש פאר יעדען. דארף מען וויסן וויפיל איז די שוויות פין א גראש. פון דעם וואס ער געט פאר די טאכטער פין זיין משרת צוויי הונדרעט גראש פאר איר חתונה דארף אונז געבן א שטיקל אהנונג אז א גראש איז מסתמא אזוי ווי היינט אפאר דאלאר. מען דארך אויך באטראכטען פאר וויפיל מענטשען דארף מען מאכען די סעודה?
בקיצור, גאר גאר א פארצווייגטע און פארוויקעלטע סוגיא. ווער רעדט נאך אז מען פאנגט אהן באטראכטען וואס איז פשט בדברי ר' דולה ומשקה, וואס ער זאגט אז סאטמער רב און קלויזעבורגער רב זענען געגאנגען צוזאמען צום בית משפט, ונצח הרב מקלויזנבורג . ווערט דאך נולד שאלות ושאלות שונות.
א' פארוואס זאגט די צייטונג אז נאר סאטמאר רב פארלאנגט עס? איז דאך משמע אז ער איז געגאנגען אליינס. איז דאך קושיתי הראשונה פין מיין פריערדיגע תגובה במקומה עומדת. נעמליך פארוואס זאל סאטמער רב וועלן נעמען פאר זיך עפעס וואס געהער פאר אלע יורשים?
ב' אויב זענען ביידע אייניקליך פארווואס האט די מדינה הטמאה דאס מזכה געווען פארן קלויזענבורגער רב?
ג' זייט ווען האט סאטמער רב, אדער יד ימינו ליפא פרידמאן, מורא געהאט צו גיין צו דין תורה פאר אן אייגענטום וואס אנגעבליך איז ער א פולער שותף?
א גרויס אומקלארקייט הערשט דא. האפענטליך וועט איינער דולה זיין פין דולה'נען און דערנאך משקה'נען פאר אונז אלע דא. ס'איז דאך הזמן גרם.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
אלא מאי דארף מען זאגן (איך שטעל זיך פאר, אויב איינער ווייסט אנדערש זאל ער ביטע זאגן).
די רבי האט געוואלט ארויסנעמען די הויז פון די מדינה, און ער האט געהאלטן אלס יורש.
דער קלויזענבורגער האט געהערט דערפון האט ער גע'טענה'ט כולו שלי.
די מדינה האט גע'פסק'נט מכוח פון די צוואה אז נאר אויב מ'ווואוינט אין ארץ ישראל געהערט דאס צום יורש במילא געהערט דאס צום קלויזענבורגער.
די רבי האט נישט געוואלט גיין קעגן דעם קלויזענבורגער אין געריכט ווייל עס איז קעגן די הלכה.
די רבי האט נישט געוואלט גיין צו דין תורה קעגן דעם קלויזענבורגער פשוט ווייל ווער עס האט געקענט די "הערצה" צווישן די צוויי און די "ידידות", קען דאס בעסער פארשטיין. און בכלל וועלכע בי"ד וואלט געוואלט פסק'נען די דין תורה? און די רבי וואלט נישט געלאזט איינער וואס האט אינטערשריבן פאר די בחירות אדער איז געשטימט צו ציונות, און דער קלויזענבורגער וואלט נאר געוואלט גיין צו איינער וואס איז נישט משעובד צו די סאטמארע שיטה.
דאס איז מיין השערה, און נאר השערה, און נישט קיין ידיעה
די רבי האט געוואלט ארויסנעמען די הויז פון די מדינה, און ער האט געהאלטן אלס יורש.
דער קלויזענבורגער האט געהערט דערפון האט ער גע'טענה'ט כולו שלי.
די מדינה האט גע'פסק'נט מכוח פון די צוואה אז נאר אויב מ'ווואוינט אין ארץ ישראל געהערט דאס צום יורש במילא געהערט דאס צום קלויזענבורגער.
די רבי האט נישט געוואלט גיין קעגן דעם קלויזענבורגער אין געריכט ווייל עס איז קעגן די הלכה.
די רבי האט נישט געוואלט גיין צו דין תורה קעגן דעם קלויזענבורגער פשוט ווייל ווער עס האט געקענט די "הערצה" צווישן די צוויי און די "ידידות", קען דאס בעסער פארשטיין. און בכלל וועלכע בי"ד וואלט געוואלט פסק'נען די דין תורה? און די רבי וואלט נישט געלאזט איינער וואס האט אינטערשריבן פאר די בחירות אדער איז געשטימט צו ציונות, און דער קלויזענבורגער וואלט נאר געוואלט גיין צו איינער וואס איז נישט משעובד צו די סאטמארע שיטה.
דאס איז מיין השערה, און נאר השערה, און נישט קיין ידיעה
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
איין קלייניגקייט, אפשר האב איך זיך קלאר מסביר געוועהן א נקודה,
דער סאטמאר רבי איז נישט געגאנגען אין געריכט אקעגן די קלויזענבורגער רבי,
ער איז געגאנגען אין געריכט צוריק צו נעמען דעם הויז פון דער מדינה,
דער קלויזענבורגער רבי האט אויך געטוהן די זעלבע,
פארוואס דער צייטונג האט דאס געשריבען אויף סאטמאר איז משון החידוש שבו, אז ער דער סאטמאר רב גייט צו איזרעילישע געריכט, אבער דער סאטמאר רבי האט געהאט זיינע שיטות קלאר, (נישט אזוי ווי היינטיגע קנאים), ער האט געוויסט וואס יא וואס נישט, אין דעם הינזיכט האט ער געהאלטן אז ער מעג, נישט אנדערש ווי ער האט געלאזט גיין צו בחירות העירית (פרעג עס אפ),
דער מינוט דער סאטמאר רבי האט פארלוירען, האט ער זיך אפגעלאזט דערפון, און געגאנגען ווייטער,
עס קען זיין יוסל אשכנזי וואס איז אויך געוועהן א אייניקעל האט מער געשטופט דער זאך.
דער סאטמאר רבי איז נישט געגאנגען אין געריכט אקעגן די קלויזענבורגער רבי,
ער איז געגאנגען אין געריכט צוריק צו נעמען דעם הויז פון דער מדינה,
דער קלויזענבורגער רבי האט אויך געטוהן די זעלבע,
פארוואס דער צייטונג האט דאס געשריבען אויף סאטמאר איז משון החידוש שבו, אז ער דער סאטמאר רב גייט צו איזרעילישע געריכט, אבער דער סאטמאר רבי האט געהאט זיינע שיטות קלאר, (נישט אזוי ווי היינטיגע קנאים), ער האט געוויסט וואס יא וואס נישט, אין דעם הינזיכט האט ער געהאלטן אז ער מעג, נישט אנדערש ווי ער האט געלאזט גיין צו בחירות העירית (פרעג עס אפ),
דער מינוט דער סאטמאר רבי האט פארלוירען, האט ער זיך אפגעלאזט דערפון, און געגאנגען ווייטער,
עס קען זיין יוסל אשכנזי וואס איז אויך געוועהן א אייניקעל האט מער געשטופט דער זאך.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 142
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
פאר די מדינה האט איבערגענומען צו קעיר נעמען פון די הויז , איז געווען א וועד צו וואס וואס האט קעיר גענומען דערפון , אין די וועד איז צופאלן האט די מדינה איבערגענומען די ענין , אזוי איז געווען מיט אסאך נכסים דארטן אין צפת , איז אז סאטמער רב איז געקומען אין געוואלט די הויז האט ער געדארפט גיין עס בעטן םון די מדינה אין בג"ץ , אין זיי האבן עס עם נישט געוואלט געבן ווייל ער האט געבעטן אז ער וויל עס האבן פאר זיך אין ס'זאל זיין אויף זיין נאמען אזוי ווי זיין פריוואטע נכס , און אין די צוואה שטייט דאך אז מ'זאל עס געבן פאר ת"ח עניים אין מ'זאל מאכן א סעודת ר"ח דארטן , איז אז קלויזענבורג'ער רב איז געקומען האט ער עס שוין נישט געבטן פאר זיך נאר אז ער וויל נאר קעיר נעמען דערפון אנשטאטס די מדינה , ממילא האט ער עס באקומען ,
נ.ב. היינט וואינען אין דעם הויז צוויי משפחות צאנז נתני' יונגעלייט ת"ח , אין די צאנזע קהילה דארט מאכט דארט א סעודת ר"ח יעדן ר"ח , אין אגב ווער עס וויל גיין קוקן די הויז ספעציעל טאלטשאוו'ער אייניקלעך קע קלאפן אויפ'ן טיר אין בעטן אז זיי ווילן עס זעהן זיי טוען עס בחפץ לב.